געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2019 12:11 am
ס'איז נישט אזוי זעלטן ליידער, און מ'געט ריזיגע דיסקאונטס אין יעדע סאטמארע מוסד פאר אזא איינעם, אזוי לאנג ווי ער פירט זיך נארמאל.
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט
https://www.ivelt.com/forum/
חושב מחשבות... האט געשריבן:מ'מעג שוין לייגן א שלאס אויף די אשכול.
ס'איז באמת א בושה צו זעהן ווי מ'פראבירט צו פארענטפערן אזא געמיינע אקט. .
חושב מחשבות... האט געשריבן:מ'מעג שוין לייגן א שלאס אויף די אשכול.
ס'איז באמת א בושה צו זעהן ווי מ'פראבירט צו פארענטפערן אזא געמיינע אקט.
בנוגע די נחיצות פון צאלן שכר לימוד און די אופן וויאזוי עס אוועקצושטעלן, אדרבה ואדרבה זאל מען זיך זעצן מטכס עצה זיין מיט א קילע קאפ, און אויפקומען מיט שעפערישע געדאנקען. מ'קען אפילו עפענען נייע אשכולות איבער דעם.
אבער מה ענין שמיטה אצל הר סיני, די אקט דא איז טאטאל נישט אידישליך, און נישט מענטשליך.
שמוליקעל האט געשריבן:רוב תגובות וואס איך האב געליינט איז געשריבן געווארן דורך עמך אידן וואס שיקן זייערע קינדער אינעם מוסד, און נישט דורך איינגעשטעלטע אינעם מוסד. איך פיל אלץ אן איינגעשטעלטער אין א מוסד (נישט ויואל משה ק"י) זיך אנצונעמען שטארק פאר'ן אדמיניסטראטאר פונעם מוסד און איהם קאנגראטולירן פאר זיין שטארקע אקט וואס ער האט געטון, און איך וועל פראבירן אביסל ארויסברענגען די נקודות פארוואס איך האלט אזוי.
איך פלעג ארבעטן אין א פריוואטע ביזנעס און אלץ א אינדרויסנדיגער האב איך שטענדיג געהאט א קרומע קוק אויף די מוסדות שכ"ל איינגעשטעלטע, וואס מאנען זיי פון מיר א גאנצע צייט מיין קארגע פארדינטע געהאלט, און איך ווער פון זיי קיינמאל נישט פטור? דא איז עס רעגיסטרעישן, און דא חודשליך שכ"ל, און דא דעי קעמפ, קרן הבנין, און דינער געלט, און אזוי ווייטער, יעדע פאר מינוט א נייע נאמען און מ'קען מיט זיי נישט ענדיגן.
אבער אלעס האט זיך געביטן זייט איך האב באקומען א פאזיצע אין א מוסד און איך בין נישט דירעקט אינוואלווד אין קאלעקטן שכ"ל אדער דעקן דעם בודזשעט, אבער אלץ א אינעוויינגיסטער האלט איך מיט וואס גייט פאר אין די קארידארן פונעם אדמיניסטראטער, און איך וועל אייך פראבירן אריינברענגען אינעווייניג איהר זאלט אביסל פארשטיין וואס דא גייט פאר,
מיר אלע ווייסן נאר אז מ'שיקט דעם קינד אין חדר און ער האט א מלמד אדער א מיידל האט א טיטשער, און דאס אלעס. ס'איז דא וואס די קינדער זענען אביסל מער אקטיוו און צווינגען די עלטערן צו וויסן אז ס'איז אויך דא א מנהל וואס האט א קאנטראל אויף יעדע קינד... אבער צו ווייסט איהר אז ס'איז דא צענדליגע און צענדליגע הוצאות ווי למשל פעיראול, טעקס אינשורענס, ארטס און קרעפטס, מענעדזער'ס אפיס, איינגעשטעלטע, אפיס סופלייעס, און צענדליגע און צענדליגע אנדערע הוצאות, זאכן צוברעכן זיך כסדר און מ'דארף פארעכטן און איבערמאכן, בקיצור פירן א מוסד איז א גרויסע און שווערע הוצאה.
איך האלט מיט ווי דער אדמיניסטראטאר וואו איך ארבעט רופט ארום אלע עלטערן וואס האבן באלאנסעס, און זיי ענטפערן אלע סארט תירוצים און דרייען א קאפ אז זיי ווארטן אויף געוויסע אינקאם, און די באלאנס וועט ווערן זיראו, און בו בזמן דרייען זיך די עלטערן ארום אין טייערע קארס, פארן אויף טייערע וואקעישאנס, און מאכן רייכע שמחות ווי די גרעסטע עשירים, און דער מנהל המוסד דארף אנהייבן ארום צו רופן די נייע ליסטע פון נדיבים וואס האבן געגעבן שיינע נדבות ביים דינער, און בעטן פון זיי אויסבארגן אז די פעיראול טשעקס וואס ער גייט אויסשטעלן קומענדיגע וואך וואס וועט באצאלן די געהאלט פאר פיר וואכן צוריק, זאל האבן דעקונג, און די ליסטע פון די נדיבים ווערט קלענער און קלענער, ווייל מ'איז זיי שוין שולדיג א שיינע פאר חדשים, וואס ס'איז נישטא פון וואו צו באצאלן.
טייערער חשובער אייוועלט שרייבער! מאך אביסל היים ארבעט וויפיל דיין קינד וואס דו שיקסט אין חדר קאסט פאר די מוסד וואו דו שיקסט, איך קען אביסל די נומערן. דיין קינד קאסט פאר די מוסד בערך צוווישן 500 און 700 חודש'ליך! דאס איז אויב דו רעכנסט דיין קינד'ס קאסט, אן נעמען אין באטראכט אז די מוסד וואו דו שיקסט האט א שיינע צאל מלמדים וואס צאלן גארנישט, און א שיינע פאר כולל יונגעלייט וואס פון זיי קען מען נאר בעטן אויפן צעטל אא"וו. במילא אויב די מוסד באקומט נישט פון דיר לכה"פ 500 דאלער פער קינד פער חודש האסטו נישט אנגעהויבן צו באצאלן דיין קאסט! און די טענה וואס דו האסט אז ס'איז ציבור'ס און זיי דארפן דיר געבן פאר אומזינסט, אפשר די בוטשער דארף דיר אויך געבן אומזינסט ס'איז אויך ציבור'ס? און אפשר די מצות דארף אויך זיין אומזינסט? וואס פאלט דיר איין אז דו וועסט לעבן א לאגזשערי לעבן, ארום דרייווען א 2020 סיענע, שפאנצירן מיט א שיינע באגאבו, און אנגעטוהן אלע דיינע טייערע שעפעלעך די טייערסטע, מעטשינג. און דער מנהל המוסד זאל זיך איבערארבעטן אז דו זאלסט קענען שעפן נחת פון דיין זונאקל.
ער איז דיר גארנישט מחוייב, קיין איין מוסד איז נישט קיין מאני מעיקינג ביזנעס, זיי מאכן קוים אויף זיך צו דעקן,
און די אלע שרייבערס וואס שרייבן אז ס'איז דא פראגראמען זענען אומוויסנדיג. ס'איז דא זייער זייער ווייניג פראגראמען וואס קען אנגערופן ווערן פראגראמען אין אפסטעיט, לאנטש איז נישט קיין פראגראם ס'איז א ריאינבורעסמענט זיי געבן צוריק די מוסד וואס די מוסד געט צו עסן דיינע קינדער. היינטיגע צייטן איז פעטער שמואל זייער וואך, און די קינדער עסן צום זעהט, ס'קאסט אוצרות מיט געלט, און פעטער שמואל געט צוריק די מוסדות וואס זיי לייגן אויס. און אזוי אויך טראנספארטעישן ס'קאסט די מוסדות אוצרות מיט געלט די באסעס און די דרייווערס און אלע אינספעקשנס אויף די באסעס די גאז און פיקסן די באסעס און פעטער שמואל גיט צוריק א חלק, אדרבא גיי ארויס און פרעג ביי די מער מאדערנע עולם צו ס'איז דא איין פרייוועט סקול וואס בעט פון עלטערן די קליינע סכומים וואס מ'בעט אין סאטמאר, וועסט אין ערגעץ נישט טרעפן א מוסד וואס בעט אונטער 10,000$ ! א קינד פער יאר, און מיט שאר ירקות וועסטו צאלן אריבער צוועלעף טויזנט אויב נישט מער.
איך ווייס נישט ווער דער אדמיניסטראטאר איז, אבער איין זאך איז זיכער אז נאר אדאנק אזעלכע אדמיניסטראטארס וועט מען קענען פירן מוסדות, און אזויווי דו פארשטייסט אז דיין מקוה איד האט געשטעלט א דרייער און נאר ווער ס'צאלט די איינגאבע קען אריין גיין, אזוי דארף זיין אין יעדע מוסד נאר ווער ס'צאלט זאל קענען שיקן (פארשטייט זיך די וואס האבן נישט באמת דארף מען זיך רעכענען). אבער צו די אלע פון וועמען איך רעד זאלן אנהייבן צו לעבן מיט א חשבון אז שכ"ל פאר די מוסדות וואו דו שיקסט דיינע קינדער דארף באצאלט ווערן איידער די אלע לוקסוס וואס דו לעבסט מיט, און פארשטייט זיך אז ווען די מוסד מאכט א דינער איז א מצוה זיי צו העלפן און געבן ווי מער מ'קען. אן קיין מוסדות איז נישטא קיין צוקונפטיגע דורות.
די אלע וואס רייסן אראפ אדער באצאלן נישט זייער התחייבות זיי ברענגען אונטער אידישקייט!
ס'איז דא היינט אסאך צוועקן וואס שנארן אוצרות מיט געלט זייער אסאך, פון די אלע צוועקן קען כלל ישראל אן גיין אפילו זייערע טירן וועלן זיך פארמאכן. אבער אויב ח"ו מוסדות זאל פארמאכן זייערע טירן זענען מיר אלע אויף געהאקטע צרות.
איך וויל מחזק זיין די אלע וואס האבן שכל און שטיצן מוסדות און צאלן זייער שכ"ל אין צייט, זיי האבן א זכות קיום און די אלע וועלן שטענדיג זעהן נחת פון זייערע קינדער עד מאה ועשרים שנה געזונטערהייט.
שמוליקעל האט געשריבן:אפשר די בוטשער דארף דיר אויך געבן אומזינסט ס'איז אויך ציבור'ס? און אפשר די מצות דארף אויך זיין אומזינסט?
און אזויווי דו פארשטייסט אז דיין מקוה איד האט געשטעלט א דרייער און נאר ווער ס'צאלט די איינגאבע קען אריין גיין...
פאטעטא קוגל האט געשריבן:איך הער אז א היימישע ת"ת האט גענומען קינדער צו א וואסער פארק
און פארלאנגט $45
מי בקש זאת מידכם?
קאנסילמאן האט געשריבן:פאטעטא קוגל האט געשריבן:איך הער אז א היימישע ת"ת האט גענומען קינדער צו א וואסער פארק
און פארלאנגט $45
מי בקש זאת מידכם?
קינדער זענענן נישט קיין יומען ביאינגס אז עס קומט זיך זיי נישט איינמאל א יאר א רייד?!
אזויפיל שוין אויך נישט פאר די אייגענע קינדער?!

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די חוצפה איז לאו דוקא איז מ׳בעט געלט פאר א טריפ. ס׳איז א שוין נאכן צאלן דעי קעמפ, ברויכמען שיקן יעדן שני וחמישי $25 פאר עפעס א דאס, $18 פאר א יענס, $25 פאר די קליינע טריפ, און $36 פאר די גרויסע טריפ.
און נאכדעם שיקט מען עקסטער $12 פאר די באסעס.. [ראונד טריפ!]
שפיגליצקי האט געשריבן:ס'איז נישט אזוי זעלטן ליידער, און מ'געט ריזיגע דיסקאונטס אין יעדע סאטמארע מוסד פאר אזא איינעם, אזוי לאנג ווי ער פירט זיך נארמאל.
אסדר לסעודתא האט געשריבן:חושב מחשבות... האט געשריבן:מ'מעג שוין לייגן א שלאס אויף די אשכול.
ס'איז באמת א בושה צו זעהן ווי מ'פראבירט צו פארענטפערן אזא געמיינע אקט. .
מ'מעג לייגן א שלאס אויף יעדן אשכול וואס איינער האלט אנדערש ווי דיר?
חושב מחשבות... האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן:חושב מחשבות... האט געשריבן:מ'מעג שוין לייגן א שלאס אויף די אשכול.
ס'איז באמת א בושה צו זעהן ווי מ'פראבירט צו פארענטפערן אזא געמיינע אקט. .
מ'מעג לייגן א שלאס אויף יעדן אשכול וואס איינער האלט אנדערש ווי דיר?
אינגערמאן טייערערע קודם זעץ דיך אראפ ביי א טיש פון בחורל'עך וואס זענען אויפן געליטשער צום תהום, און הער אויס זייער ווייטאג פאר 5 מינוט...
איך האב שוין רעזערווירט א קייליכיג יאר און 10 יאר ארום אויסצוהערן די ווייטאג פון די עלטערן פון אט די מיידלעך...
אזאנא אקטן געבן דעם שארפסטן מעסעדזש אין א נפש 'דו ביסט מיר נישט ווערד גארנישט'!
און די קאנסעקווענצן פון דעם איז פאטאל...
א אינגע ביימעלע הייבט זיין לעבן מיט די מחשבה אז די וועלט האט מיך ליב, און די תורה ומצוות'דיגע לעבן היט מיך אפ און שיצט מיר, אין א קינדס אויגן זענען טאטע מאמע, מחנכים, און אייבערשטער, איין גרויסע טשולענט, און ווי מער זיי באקומען א ווארימע באנעמונג, פון די אלע איז עס א דירעקטע פאקטאר אין זייער בליק און קשר צום מלך העולם.
קינדער האבן נישט די כח פון צוטיילן זאכן, אין זייער קאפ איז אלעס איינס, אפילו דו וועסט זיי מסביר זיין טויזנט מאל אז דיין טיטשער האט דיך זייער ליב נאר די אדמיניסטרעיטער דארף קענען דעקן די בודזשעט, גייט עס נישט ארבעטן, און זייער נפש גייט ווערן פארוואונדעט, ותוצאותיו מי ישירנה
איך פארענטפער נישט חלילה די אפגעפארענע וואס באשילדיגן כל היום זייער עבר, ווייל א מענטש האט אלס א בחירה, אבער די מקום הבחירה ווי ס'הייבט זיך אן דאס ווערט אוועקשטעלט דורך די עלטערן און מחנכים, עי' מכתב מאליהו איבער נקודת הבחירה און חינוך.
עכ''פ טאמער איר האט קינדער און איר פארשטייט צו קינדער, נאך פאר עני אידישקייט פראבלעם, און נאך פאר אלע אנדערע סיבות, ווילט איר אייערע קינדער זאלן ליב האבן צו גיין אין בית חינוך, אדער, זאלן האבן שרעקעדיגע חלומות פון שווארצע גוים מיט דזשעקעטס???
ניס קראכער האט געשריבן:וואס מיינט ריזיגע דיסקואנטס?
צו וועם איך האב גערעדט, יא שווערע ארבייטער. האבן קיין דיסקאונט נישט באקומען,
אה יא פארגעסן. די עכטע פרייז איז דאך 575 וואס א קינד איז שילדיג א חודש פארן מוסד, סאו ווען איך צאל 270 איז עס א דיסקאונט...
ישיבה גדולה צאלט מען היפש ביסל מער ווי 300, טשעק עס אויס!

אשר בחר בנו האט געשריבן:
די 2 פראגראמען וואס מען באקומט פון די שטאט קומט אויס צי 16,800 פער בחור
עפל קאמפאוט האט געשריבן:אשר בחר בנו האט געשריבן:
די"5" פראגראמען וואס מען באקומט פון די שטאט קומט אויס צי 16,800 פער בחור
די מיינסט עס ערנסט? איך פרעג אמת'דיג, עד כדי כך???
פימפערנוטער האט געשריבן:איך שטרענג זיך אן ב"ה זייער שטארק צו צאלן שכר לימוד, עס איז אויף מיין קאפ פונקט ווי מיין מארטגעדזש.
איך בין געווען א עסקן יארן לאנג, מיין עקפירעיענס איז אויך, אז א טייל ציבור עביוזעד דעם סיסטעם און די עסקנים 'מיטן איגנארירן, און נעמען פאר גרענטעד זאכן'.
נישט דאס נישט צאלן איז די פראבלעם, נאר די 'איגנארירן', און געווענדליך די איגנארירער האבן טענות און נעמען ארויס די קישקעס פון די עסקנים.
האסט נישט קיין געלט ? אנערקען עס, עס איז נישט קיין בושה, דיעל דערמיט.
איך האנדל אויך אראפ מיין שכר לימוד, די הנהלה איז געווענדליך מיט איינזעעניש.
איך געדענק ווען עס איז ארויסגעקומען די מקוה דריידל, איז געווען א נידון אין סאטמאר צו מזאל עס לייגן, ידוע אז דער רבי האט אמאל געזען א טאוועלע ביי א מקוה (וואס ער האט געהאט געגעבן די געלט דערפאר) כל הטובל ואינו משלם כאילו טובל ושרץ בידו, דער רבי האט גערופן די מקוה אייגנטומער און געבעטן מזאל עס אראפנעמען, אדעתא דהכא האט ער נישט געגעבן געלט פאר די מקוה (בערך אזוי גייט די מעשה).
איך געדענק מהאט גערעדט דא אין מאנטריאל צו מזאל ארויפלייגן אזא דריידל (עס איז נאך ביז דעמאלט כמעט נישט געווען אין ערגעץ), געדענק איך ווי דער דיין הגה" צ רמ"מ שליט"א האט דן געווען בכובד ראש צו סאיז פאסיג, און צו די מעשה פונעם רבי'ן איז מחייב, נאכן דורכגיין קהל'ס ליסטע, זעענדיג ווי א טייל ציבור עביוזעט פלעין קהל, האט מען ארויפגעלייגט דעם דריידל, און פארשטייט זיך אז איינער וואס האט נישט באמת קריגט א קארטל אומזינסט אדער מיט א הנחה, אבער דאס סתם איגנארירן האט נישט קיין שום מקום.
(גראדע אין אנדערע מקומות האבן אנדערע תלמידי רבינו נישט געלאזט ארויפלייגן דעם דריידל, רמ"מ האט אבער איין שטארקייט איבער די אנדערע אז ער איז למעשה א שטארקע נושא בעול ואכמ"ל).
געווענדליך איז די נושא נישט פון קיין יורדים רח"ל, געווענליך איז עס יונגעלייט וואס לעבן אויף צו א הויעכע לייף סטייל, אדער וואס שפילן עושר, נו פאר איין מענטש אין די הנהלה וועסטו מוזן פארטרויען דיין סוד.... אז לא דובים ולא יער.... ביזט א פאלנער קבצן....
עס איז מיר אויך נישט בא'טעמ'ט ווען איך האנדל אראפ, און איך האף אז איין טאג וועל איך קענען צאלן אין פול.
פאר די הנהלה האב איך אויך א מעסעדזש.
א) מאכט זיכער אז עס זאלן זיין גענוג מענטשן מיט וועם מקען רעדן, נישט מיט יעדן איז יעדער באקוועם, און נעמט נישט ארויס דעם דם התמצית פאר איינער וואס קומט זיך בעטן, און סמוז נישט ווערן איבערגקייט יעדע נאמען דורך אלע הנהלה מיטגלידער מיט אלע פרטים.
ב) איר מעגט פרעגן יעדעם יאר צו מקען העכערן, אויב האט זיך די מצב געטוישט וועל איך אייך גערן רעיזן, אבער נישט אז אטאמאטיש גייט דאס ארויף, און מדארף יעדע יאר נאכאמאל דורך גיין די בושות פון זיך קומען בעטן כעני בפתח !!! דאס איז סתם רשעות.