נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג מאי 27, 2019 12:36 pm

א נייער האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
א נייער האט געשריבן:גענוג שוין געהאט מיט די אזוי גערופנע עסקנים.
שעים

די ווילסט מען זאל פארשליסן דעם אשכול, סטאפ יעצט!
די גרעסטע רבנים באהאנדלען דעם פאל און אייוועלט שרייבערלעך זענען נישט די אריינצורעדן דערון.
וד"ל

איך זוך נאך די היתר צי פארגיסן אידיש בלוט.

די רבנים זענען די וואס קענען די תורה.
און איך וויל נישט אריינגיין פון ווי הרב.... נעמט זיינע התרים ווייל איך וויל נישט מען זאל שליסן דעם אשכול, אבער אית דין ואית דיין.
און די מעשה מיטן שוחט גייט פיל טיפער
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג מאי 27, 2019 12:38 pm

איך האב נישט געזעהן קיין אמת'דיגע ריאה.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג מאי 27, 2019 1:22 pm

א נייער האט געשריבן:איך האב נישט געזעהן קיין אמת'דיגע ריאה.

האלטס דער שוחט האט געוואלט פאפן מיט א פאלשע ריאה אבער די אמת'ע איז נישט געווען גלאט?

איימעניט. ווען האטער אנגעפאנגען צו שחט'ן בהמות?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23701
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 27, 2019 2:25 pm

גרונם דער אפטייקער האט געמאלדן אז ער וועט צורעכענען א קאפיקע פארן אפליפערן די מעדיקאמענטן מיטן פערד און וועגעלע.

די שטעטל זידט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18028
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג מאי 27, 2019 2:41 pm

שאנעוועט אייער געזונד און געלד!

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג מאי 27, 2019 4:41 pm

עס איז לעבעדיג דער רב פון כפר לאזט מער נישט אריין פלייש פון שטאט, אלץ וועגן דעם שוחט.
דער רב איז זייער בייז.
די עסקנים טראכטן צו מאכן דעם שבת א גרויסע פראטעסט אקעגן דעם רב פון כפר אין אלע זיינע נאכפאלגער, ווייל אז נישט וועלן די קינדער מיינען אז עס איז סתם א מחלוקת הפוסקים, און נישט אז דער רב איז גערעכט.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג מאי 27, 2019 5:09 pm

ברעיקינג: די פאליציי האבן קאנפיסקירט די נייעסטע פערד פון זוטשקא בעל עגלה צוליב אינספעקשן מיסברויכן

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג מאי 27, 2019 5:19 pm

איינער ווייסט וועלכע קרעטשמע האט גוטע גולאש?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג מאי 27, 2019 5:20 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:איינער ווייסט וועלכע קרעטשמע האט גוטע גולאש?

ווענד זיך פון וועלעכע שוחט.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מאי 27, 2019 5:30 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: ברעיקינג: די פאליציי האבן קאנפיסקירט די נייעסטע פערד פון זוטשקא בעל עגלה צוליב אינספעקשן מיסברויכן

א צווייטע באריכט ווייסט צו דערציילן אז די זוטשקא׳ס פערד האט געשטויסן דעם אפעציר וועלכע האט אים געוואלט געבן א טיקעט פאר דאבל פארקינג, און דאס האט באוואויגן די שטאטרייט צו קאנפעסקירן דעם פערד.

אין אנדערע נייעס איז מען שוין דערגאנגען ווי אהין ר׳ איטשע בעקער׳ס הינער זענען פארשווינדן געווארן. זיין גויאישע שכנ׳טע דער אלטיטשקע האט עס גע׳לקח׳נט. ר׳ איטשע פירט זיך במשך די זוממער וואכן ווען ער פלאנצט איגערקעס צו האלטן די הינער פארענט פון זיין היים, דאס פלעגט דעם אלטן פרוי זייער נערוועז מאכן. זיי האבן זיך שוין פארשענטיגט ביים מאניסיפל.
בלעק לייווס מערדער.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18028
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג מאי 27, 2019 5:56 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: ברעיקינג: די פאליציי האבן קאנפיסקירט די נייעסטע פערד פון זוטשקא בעל עגלה צוליב אינספעקשן מיסברויכן

א צווייטע באריכט ווייסט צו דערציילן אז די זוטשקא׳ס פערד האט געשטויסן דעם אפעציר וועלכע האט אים געוואלט געבן א טיקעט פאר דאבל פארקינג, און דאס האט באוואויגן די שטאטרייט צו קאנפעסקירן דעם פערד.

אין אנדערע נייעס איז מען שוין דערגאנגען ווי אהין ר׳ איטשע בעקער׳ס הינער זענען פארשווינדן געווארן. זיין גויאישע שכנ׳טע דער אלטיטשקע האט עס גע׳לקח׳נט. ר׳ איטשע פירט זיך במשך די זוממער וואכן ווען ער פלאנצט איגערקעס צו האלטן די הינער פארענט פון זיין היים, דאס פלעגט דעם אלטן פרוי זייער נערוועז מאכן. זיי האבן זיך שוין פארשענטיגט ביים מאניסיפל.

ווארפשאכטל-אדער דוד'לס באלעגולע ביטע [שטייצעך נאר אין בלעקנווייט]

אוועטאר
nmi
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מאנטאג מאי 27, 2019 10:11 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: ברעיקינג: די פאליציי האבן קאנפיסקירט די נייעסטע פערד פון זוטשקא בעל עגלה צוליב אינספעקשן מיסברויכן

א צווייטע באריכט ווייסט צו דערציילן אז די זוטשקא׳ס פערד האט געשטויסן דעם אפעציר וועלכע האט אים געוואלט געבן א טיקעט פאר דאבל פארקינג, און דאס האט באוואויגן די שטאטרייט צו קאנפעסקירן דעם פערד.

אין אנדערע נייעס איז מען שוין דערגאנגען ווי אהין ר׳ איטשע בעקער׳ס הינער זענען פארשווינדן געווארן. זיין גויאישע שכנ׳טע דער אלטיטשקע האט עס גע׳לקח׳נט. ר׳ איטשע פירט זיך במשך די זוממער וואכן ווען ער פלאנצט איגערקעס צו האלטן די הינער פארענט פון זיין היים, דאס פלעגט דעם אלטן פרוי זייער נערוועז מאכן. זיי האבן זיך שוין פארשענטיגט ביים מאניסיפל.

באדעלע. וואס טוט זיך מיט לשון הרע??? דו ווייסט אז זו איז א יוד? כ'רעד שוין נישט פון דעם אז די גאנצע מעשה הייבט זיך נישט אן. די מאמע הינדל האט געכאפט א סטראוק און די קינדער זענען אריין געפארן אין שפיטאל מיט די מאמע און דארט זענען זיי געווארן געקיד נעפט און משה זיכט מיר. די גאנצע מעשה איז דא אויף פארעדיגע בילדער. סתם ארויף צו ווארפן א נאס ליילעך אויף די פרוי פאסט נישט פאר באדעלע, פאר טשאדעלע אפשר יא אבער פאר באדעלע נישט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג מאי 27, 2019 11:35 pm

farshlufen האט געשריבן:גרונם דער אפטייקער האט געמאלדן אז ער וועט צורעכענען א קאפיקע פארן אפליפערן די מעדיקאמענטן מיטן פערד און וועגעלע.

די שטעטל זידט.

;l;p-
לאך לאך!! אזוי האט היינט אויסגעזען די ק''י אשכול פאר מען האט עס געסליווט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23701
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מאי 28, 2019 9:52 am

די שטאטראט ארבייטער ביים זויבערן די שטראזן אין שטעטל.

מערקט די שפאגל נייע אויטאמאטישער בעזעם מאשין.
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (124.21 KiB) געזעהן 2089 מאל
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג מאי 28, 2019 10:24 am

ס'איז אמת די חרם קעגען .... ווייל יא ?
און אנדערע נייעס ס'איז דא פרישע קיען זאפט נארוואס אראפ גענומען די אויברשטע שיכט, לויפט און קויפט, די שטאל שפארט ביים שקיעה שארף, ביטע נישט קלאפן.
(די אשכול ווערט בעסער און בעסער פון טאג צו טאג)
The man who does more than he is paid for will soon be paid for more than he does

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג מאי 28, 2019 11:02 am

אזא קליין שטעטל, און יעדן טאג פרישע נייעס... צום באוואונדערן.
היינט זענען די איינוואוינער אויפגעשטאנען צו די נייעס פון א מאסיווע סטרייק דורך די מיסט זאמלער וועלכע האבן זיך צוזאמגענומען ביים טייך צו פראטעסטירן אויף זייערע שווערע ארבעט און נידעריגע געהאלט, דער גובערנאטור האט פארשפראכן צו טון דערוועגן און הערשט נאך עטליכע שטונדן זענען די ארבעטער איינגעגאנגען זיך צו אומקערן צו די ארבעט.
דער גובערנאטור האט געזאגט אין א סטעיטמענט צו די פרעסע: "מיר מוזן זיי פארשטיין".

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג מאי 28, 2019 11:35 am

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אזא קליין שטעטל, און יעדן טאג פרישע נייעס... צום באוואונדערן.
היינט זענען די איינוואוינער אויפגעשטאנען צו די נייעס פון א מאסיווע סטרייק דורך די מיסט זאמלער וועלכע האבן זיך צוזאמגענומען ביים טייך צו פראטעסטירן אויף זייערע שווערע ארבעט און נידעריגע געהאלט, דער גובערנאטור האט פארשפראכן צו טון דערוועגן און הערשט נאך עטליכע שטונדן זענען די ארבעטער איינגעגאנגען זיך צו אומקערן צו די ארבעט.
דער גובערנאטור האט געזאגט אין א סטעיטמענט צו די פרעסע: "מיר מוזן זיי פארשטיין".

עס קןמט זיך זיי, זיי האבן קיינמאל געמאכט א גוטע ארבעט.
און בכלל, און אמעריקע סטרייקט מען, דא איז נישט די פלאץ פאר דעם.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דינסטאג מאי 28, 2019 1:19 pm

ר' יצחק שו"ב האט געמאלדען פאר דעם ראש הקהל אז ער פארט אויף שבועות צי זיין רבי
אין קישמישקא
דער עולם איז אין א מבוכה עס קומט דריי טעג יום טוב און דער אלטער שוחט ר' משה איז
נישט בכח אליין צי שעכטען פאר די גאנצע שטאט דעם צווייטען טאג יו"ט
אנגרייטען פאר יו"ט איז נישט שייך ווייל
עס איז כמעט נישט געבליבען קיין אייז פון ווינטער
און אין די קעלערין פון ר מיכל דער וויינהענדלער איז נישט דא אזויפיל פלאץ

הנהלת הקהל האט געשיקט א טעלעגראמען צום קישמיקא'ר רבי בעטען דעם רבי ער זאל
פועל'ן ביי ר' יצחק ער זאל הערשט קומען צו אים אויף פרשת ואתחנן צו די דברות שניות
האפענטליך אז דער טעלעגראם פון קישמיקא'ר רבי צו ר' יצחק וועט אנקומען איידער ער לאזט זיך ארויס

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג מאי 28, 2019 1:41 pm

פארשטייסט... סאו ווען ס'אינטערעסאנט צו פלוידערן מאכט מען אויף אים א שם רע... אבער ווען מ'דארף פלייש ווערט ער פלוצלינג כשר!!! מ'בעט גאר זיין רבי זאל אים בעטן צו בלייבן אינדערהיים... איך זעה שוין וואסערע ווירטשאפט ס'גייט פאר אין דעם שטעטל...

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג מאי 28, 2019 1:45 pm

ווער ס'וויל מיטקומען צום רבי'ן אויף קבלת התורה, דארף זיך שוין מעלדן, און אנגרייטן געניג עסן און היי פאר די בעטען 'מוועט נישט געבען אויף בארג'
The man who does more than he is paid for will soon be paid for more than he does

אוועטאר
צעגראדזשעט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:02 am
לאקאציע: אין מיין שוך

תגובהדורך צעגראדזשעט » דינסטאג מאי 28, 2019 2:01 pm

איך קום יעצט פון א צוויי-טאגיגע וואקאציע אין שטעטל.
וואו זאל איך אנהייבן?... קודם כל קען איך קלאר מעיד זיין בפני קהל ועדה, אז די געשיכטע מיטן שוחט'ס זון איז ליידער אמת ויציב.
און צווייטנס בנוגע די סטרייק פון די מיסט טרעגער, די מעשה איז נישט ממש אזוי, זיי האבן גע'טענה'ט אז מענטשן האבן פאראיבל אויף זיי ווייל זיי נעמען נישט צוזאם די גרעסערע מיסט צ.ב.ש. אלטע שענקלעך וואס מענטשן ווארפן ארויס אדער די אלטע ציגל ווען מען פארריכט דעם תנור וכריים, און דער שטאטס-עלטסטער [נישט דער גובערנאטור - ער איז בכלל נישט געשטעלט אויף די ענינים] האט גערעדט צו די צייטונגס-לייט און ער האט זיי געגעבן גערעכט.
דריטנס, אן אינטערעסאנטע זאך וואס כ'האב נישט געזען באריכטעט. זונטאג איז געווען א גרויסער וואל-טאג ווען צוויי אידן האבן זיך פארמאסטן פאר די פאזיציע פון שליח בי"ד און למעשה זענען די צאל שטימען געווען פונקטליך האלב אויף האלב [דאכט זיך מיר 14 קעגן 14] און מען האט פאררופן פרישע וואלן אויף נאך יו"ט.
בקיצור, עס איז א פיינע שטאט און ווער עס וויל גיין אהין אויף וואקאציע זאל גיין נאר צום קרעטשמע פון גדלי'. ער שטעלט צו אויף א גאלדענעם טאץ פאר גאר ביליג.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג מאי 28, 2019 2:06 pm

farshlufen האט געשריבן:די שטאטראט ארבייטער ביים זויבערן די שטראזן אין שטעטל.

מערקט די שפאגל נייע אויטאמאטישער בעזעם מאשין.

דאס קוקט אויס גוט.
מ'ברויך שיקן עטליכע אזוי קיין אמעריקע צו די גרויסע שטאט נו יורק.
ווי מען שמועסט מוטשעט זיך שטאט צו רייניגען די שטרויזן מיט מאשינען וואס לאזן איבער מער אפפאל אונטער זיך און מען קען נישט דערגיין די אורזאך דערפון, בשעת מען ניצט די העכסט מאדערנע און פארגעשריטענע כלים.

די היגע מאשינען זענען גוט. דאס האט אן עקסטערע מעלה אז אויב דער פערד פארשמירט זיך אביסל ווערט דאס גלייך אפגעשווענקט.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג מאי 28, 2019 2:28 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: ברעיקינג: די פאליציי האבן קאנפיסקירט די נייעסטע פערד פון זוטשקא בעל עגלה צוליב אינספעקשן מיסברויכן

צו איז באקאנט וואס עס האט גורם געווען און וואס זענען געווען די מיסברויכן? האט דאס געפעלט א הארן אדער אן אויער?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23701
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מאי 28, 2019 2:59 pm

די שטעטעלישע בעלי עגלה אפווארטענדיג די פרישע פראכט ביים באן שטאנציאן:
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (159.82 KiB) געזעהן 1990 מאל
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג מאי 28, 2019 3:19 pm

גראַנדיעזע געלט אַקציע צו שאַפן א ביליאָן רייניש להחזיק מורשת צדיק מרן קוה"ק זי"ע ווערט אין די טעג געלאָזט אין גאַנג

ערשטמאָליגע קאָמבינאַציע פון אָנליין און אָפליין וועט האָפנטליך צופרידנשטעלן אַלע סאָרטן אידן, חסידים און מתנגדים, לומדים און בעלי מסחר

איינצלהייטן וועלן נאָכפאָלגן


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel און 2 געסט