ס'מיר בייגעפאלן א געדאנק אז מ'זאל אפדריקן א בריוו ארויסברענגענדיג אינזער הכרת הטוב פאר די שטאטישע באאמטע וואס זיי העלפן ארויס מיט אלע פרטי החג. אויסלייגן קאנטעינערס פאר באלק גארבעזש, אויפפיקן אונזער חמץ גארבעזש נאכאמאל און נאכאמאל, שריפת חמץ, וכו'. מיר טארן עס נישט נעמען פאר גרענטעט. שטעלטס אייך פאר אז איין יאר איז די שטאט מבטל איינע פון די זאכן מיטן אויסרייד אז ס'נישט וויכטיג, ס'וואלט צערידערט די מענטשהייט. לאמיר מקיים זיין שלח לחמך על פני המים, גיבן קרעדיט וויר קרעדיט איז דא און ארויסברענגן ווי שטארק די אלע זאכן העלפט אונז אריינצוברענגן דעם יום טוב. מ'קען מאכן א כעין פעטיציע ווי איינער וועט אפשרייבן אונזער דאנקבארקייט און דער עולם וועט חתמ'נן.
בעה"ח ערב פסח תשע"ט
א דאנק בריוו פאר די שטאטישע באאמטע
אחראי: אחראי
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2643
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: tesla און 3 געסט