בלאט 3 פון 3

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 4:31 pm
דורך לפנות בוקר
אז ווען מעפענט א טשיז סנעק זאל נישט די גאנצע אויבן אראפקומען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 4:52 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
אז ווען מען עפנט א יוגערט זאל עס נישט ארויסשפריצן...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:14 pm
דורך נישט פשוט
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אז ווען מען עפנט א יוגערט זאל עס נישט ארויסשפריצן...

כדער אויסזאגן א עצה.
שטעך אריין אין די זילבער פאפיר עפעס צו מאכן א קליינע לעכל, וועט עס מער נישט שפריצען.
(איך שטעך אריין מיין נעגעל אזוי זייטיג ביי די וואנט פון די יאגערט, כאפסט ?)

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:28 pm
דורך nmi
צ/ק וואס ס'גייט באמת פאר אין עריע 51?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:56 pm
דורך עליען
nmi האט געשריבן:צ/ק וואס ס'גייט באמת פאר אין עריע 51?

אביסעלע געדולד! ווארט צו נאך א חודש וועסטו שוין וויסן!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 9:28 pm
דורך צוקער וואסער
נישט פשוט האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אז ווען מען עפנט א יוגערט זאל עס נישט ארויסשפריצן...

כדער אויסזאגן א עצה.
שטעך אריין אין די זילבער פאפיר עפעס צו מאכן א קליינע לעכל, וועט עס מער נישט שפריצען.
(איך שטעך אריין מיין נעגעל אזוי זייטיג ביי די וואנט פון די יאגערט, כאפסט ?)



אדער קלאפ מיט דיין פינגערס אויך די פלאץ ווי די ווילסט עפענען, וועט עס נישט שפריצן.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:05 am
דורך יש בו
צ.ק.
א digital shower knob אינדרויסן פון די שויער,

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:08 am
דורך יש בו
יש בו האט געשריבן:צ.ק.
א digital shower knob אינדרויסן פון די שויער,

זעה איך יעצט אז ס'איז שוין יא דא,
digital shower control.jpg
digital shower control.jpg (13.51 KiB) געזעהן 916 מאל

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 1:02 am
דורך Think and Thank
פעטער שמואל האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:וויאזוי צו מאכן קינדער איינשלאפן

Melatonin ארבעט זייער פיין.
עס איז דא צובאקומען אין דראפס און אין קענדיס.

מעלאטאנין איז א הארמאן און עס קען גאר שטארק צומישן די קערפערליכע אנטוויקלונג ביי קינדער, מיט גאר ערנסטע פאלגן. עס איז כדאי איבערצורעדן מיט א דאקטאר פאר מען גיבט עס פאר א קינד, און נאר געבן ווען מען האט ממש נישט קיין אנדערע ברירה.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 23, 2019 7:02 pm
דורך Think and Thank
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:ווען איך באגעגן זיך מיט א מענטש, וועלכע זייט צו גיין, צו זיין רעכטס אדער צו זיין לינקס?... און ער ווייסט נאך אויך נישט

געוויסע זאגן אז דאס ווענצעך צו מ'איז א גערעכטער אדער א געלינקטער. אויב ביזטו א גערעכטער וועסטו זיך אינסטינקטיוו רוקן רעכטס, און אויב ביזטו א געלינקטער וועסטו זיך רוקן לינקס. ד פראבלעם ווערט ווען א גערעכטער באגעגנט זיך מיט א געלינקטער און ביידע רוקן זיך צוזאמען צו די זעלבע זייט.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 23, 2019 10:12 pm
דורך הויעך
גרויסע-גדולה האט געשריבן:וויאזוי צו וויסן אויב די מילעך איז פריש, אן אריינשטעקן די נאז

א פלאסטישע באטל איז דא א עצה, משאקעלט עס גוט אויף, אויב האט עס אסאך באבעלס איזעס גוט,

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 1:55 am
דורך אונגארישער
Think and Thank האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:וויאזוי צו מאכן קינדער איינשלאפן

Melatonin ארבעט זייער פיין.
עס איז דא צובאקומען אין דראפס און אין קענדיס.

מעלאטאנין איז א הארמאן און עס קען גאר שטארק צומישן די קערפערליכע אנטוויקלונג ביי קינדער, מיט גאר ערנסטע פאלגן. עס איז כדאי איבערצורעדן מיט א דאקטאר פאר מען גיבט עס פאר א קינד, און נאר געבן ווען מען האט ממש נישט קיין אנדערע ברירה.


אונז האט געזאגט א גרויסער קינדער דאקטאר אז עס שאדט נישט צו גארנישט און איז נישט עדיקטיוו

(נאמען פון דאקטער געהיטן און רעדאקציע)