גלייבט איר אין גלאבאלע אנווארעמונג?

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גלייבט איר אין גלאבאלע אנווארימונג?

יא
32
22%
ניין
97
66%
טיילווייז (ביטע מסביר זיין אין תגובה)
18
12%
 
סך הכל שטימען: 147

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

;l;p- זייער שיין און קלאר.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

פאר עפעס א סיבה קוקט אויס, אז חכמות און השערות זענען אין די אויגן פון מענטשן דא איין און די זעלבע זאך, מען דארף אבער נישט זיין דער גרעסטער חכם צו פארשטיין אז השערות זענען בסך הכל השערות, זיי זענען בלויז - אויב געטוהן ריכטיג - "געבויט" אויף חכמות.

כ'האב נישט יעצט קיין צייט מאריך צו זיין, אבער צו זאגן אז אויב מ'האלט אז ס'עקזעסטירט אזא מושג ווי חכמה מוז מען אננעמען אויך די "חכמה" פון עוועלושען קען נאר קומען פון א חוסר הבנה אז עוועלושען איז א חכמה בכלל... ס'איז בסך הכל אן השערה וואס מענטשן האבן געמאכט, און יענסמאל זענען זיי נישט געווען גערעכט... פונקטליך וועלכע חכמה פון די וועלט איז אפגעפרעגט ווען מ'ווייסט אז עוועלושען איז בעלאוני? און וויאזוי טוט די פאקט אז עוועלושען איז בעלאוני אפפרעגן די מושג פון חכמה?

און מ'רעדט דא ניטאמאל פון קיין טיפע חכמות אין וועלכע מ'דארף גלייבן צו ארויסהאבן אז קלימאטן טויש איז עכט, די חכמה וועלכער איז שוין אלט טויזענטער יארן באקאנט אלס "מאטעמאטיקס" אליינס - למשל - איז גענוג צו אויפווייזן דאס, צו לייקענט דען איינער אין די חכמה?
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק יענג פאר דיין שיינע תגובה, נישט קיין חילוק צו מען איז מסכום מיט דיר צו נישט העט יעדער מסכום זיין אז דיין פענע איז פוהל מיט קוואלעטי און שכלדיגע תגובות

איך בין מקנא דיין רואיגקייט, עס איז גאר שטארק מערקבאר.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

ארגינעלע יוד האט געשריבן:איך האב געשטימט טיילווייז
עס איז א הארטע מציאות אז די וועלט איז ארומגענומען מיט א שיכט פון גאזן וואס הייסט די אאזאן לעיער (רקיע?) וואס דאס שיצט אונזער וועלטל פון כל מרעין בישין אנגעהויבן פון די שעדליכע ראדיאציע און זון שטראלן וואס די זון שיקט אונז כסדר ביז סתם שטיינער וואס פליען ארום אין ספעיס און בכלל סהאלט די זון שטראלן אינעווייניג כדי סזאל זיין ווארעם ,און דאס מאכט אונזער אטמאספערע געאייגנט פאר ברואים צו לעבן.
סאיז אויך א מציאות אז די שיכט איז במשך די יארן דינער געווארן און אין טייל פלעצער (צב"ש ערגעץ העכער רוסלאנד) איז עס פשוט און פראסט געלעכערט געווארן, און פון דארטן קומט אריין ראדיאציע און סתם שעדליכע שטראלן פון די זון און שטערנס (דוכט זיך אז צוליב דעם האט זיך אסאך פארמערט די ביטערע מחלה).
די פראגע איז אויב דאס האט עפעס מיט אונז צוטון?
לכאורה נישט!! דאס איז דאך זיכער אז משיח וועט קומען, ווילסט מיר זאגן אז ביאת משיח וועט נישט האבן וואו צו חל זיין? חוץ אפשר אויב אילאן מאסק וועט באווייזן צו בויען א ייישוב אויפן מארס.... און בכלל וואס איז די באדייט פון יומם ולילה לא ישבותו,וואס סשטייט א הבטחה אויף נאכן מבול?
בקיצור א סעקולערן קאפ האט שוין איינמאל צו זיין באזארגט און א יוד קען זיך רואיג אויסלאכן און אויב נישט לכאורה צריך בדיקה אחריו.
אבער יעצט איז א שמוס פאר זיך, אויב די צוגאנג וואס די ליבעראלן נעמען איז אויסגעהאלטן?, די ענטפער איז א ריזיגע בלא!! עס שמעקט קולטיסטיש קאמוניסטיש און טיפשותדיג ביז גאר!!
הייסט טשיינע רוסלאנד און אינדיע מעגן שפייען רויעך און פעלושאן און דו נעמסט טעקסעס פאר שאפינג בעגס? אמעריקע איז זיך מחייב שווערע געלטער פאר אנדערע לענדער אלס טייל פון די "פאריזער קלימאטן טויש אפמאך" בשעת זיי לאכן דיר אין פנים??!! בכלל סזעט עפעס אויס ווי די ליבעראלן האבן זיך געטראפן א תירוץ פארוואס די גאווערנמענט זאל קענען קאנטראלירן, רעגאלירן, און טעקסירן אלעס!!
יעצט דער ריפובליקאנער גוי איז אויך רעליגיעז און ער לאכט אויך דערפון וועגן בערך די זעלבע טעם ווי אונז, ער ווייסט אז איינער פירט די וועלט און האט דעם אטאאיסט סייענטיסט טיף אין דער ערד, סהאט גארנישט מיט הגיון און עס דורכשטודירן זיי רעדן פשוט א אנדערע שפראך!! און גערעכט זענען זיי!! נאר אין די היינטיגע וועלט ווערט אנגעקוקט גלייבן אין רעליגיע אלס ראדיקאל, פארשטייט זיך אבער אז אין די רעליגיע פון סייענס מוז יעדער גלייבן, איי זיי אליינס זענען מודה אז זיי ווייסן מער נישט ווי יא?, אבער אזוי זעט אויס א באשלאסענע וועלט וואס קודם באשליסט מען כפירה און הפקירות (איי א גאנצע פאלק איז מעיד אז אונז האמער געזען!!) און נאכדעם זוכט מען דעקונג.
יעצט לע"ד אפשר קען עס זיין א אנדייטונג אויפן אלף הששי וואס די וועלט וועט דאך חרוב גיין (עיין בספר שער הגמול לרמב'ן) און פארשטייט זיך אז אין עצה ואין תבונה נגד השם.
נאך האב איך געקלערט, ס'שטייט ווען משיח וועט קומען וועט דער אויבערשטער באפעלן צו בויען סוכות און סוועט זיין ביטער הייס והצדיקים מתעדנין בה וכו' און נאך שטייט וזרחה לכם יראי שמי שמש צדקה וכו', מזעט אנדייטונגען אויף גרויסע היצן בימות המשיח וואס פאר די ערליכע יודן וועט עס גאר זיין א תענוג, קען זיין אז אלעס איז איין זאך,אז דאס איז אן הקדמה צום אלף הששי און אויך אז פארדעם בימות משיח וועט זיין גאר גרויסע היצן. אבער כמיין אז אויב מיין טעאריע איז ריכטיג איז דאס פאר אונז יודעלעך גארנישט באזארגנד נאר אדרבה סאיז גאר גוטע נייעס....

ארגינעלער האט עס גענוגלט
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”