קריגעלעך אין וויליאמסבורגער נייעס

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

בלינצע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 10:34 am

ערב פסח טרעפן זיי עפעס אנדערש אראפצורייסן. סאיז נישט די כפרות, סאיז די חרדיש'ע אידענטום, 'סיסטעם' בלשונם. די וועמען איך מיין דא, זענען שטענדיג פארנומען צו אראפמאלן די חרדים ווי פארנאטישע אומוויסענדע, חיות און משוגעים.

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 10:35 am

איך האב אמאל געזען א בילד ווי מען שלאגט כפרות ערגעץ ווי מען האט גענומען די שטייגן ווי די עופות ליגן און מען האט עס געמאכט פאר א מחיצה פון אלע פיר זייטן געניג הויך, און אריינגעלייגט עסן און טרינקען אינסייט, די טשיקענס האבן זיך מחיה געווען...
די מהלך איז סאך מענטשליכער, פאר 9 $ מעג מען עס צישטעלן פארשטייטציך תיכף דערנאך שעכטן אבער נישט אין גאס ווי מען קען כאפן בילדער נישט אויפצורייצן די אקטעוויסטן

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 10:46 am

בלינצע האט געשריבן:ערב פסח טרעפן זיי עפעס אנדערש אראפצורייסן. סאיז נישט די כפרות, סאיז די חרדיש'ע אידענטום, 'סיסטעם' בלשונם. די וועמען איך מיין דא, זענען שטענדיג פארנומען צו אראפמאלן די חרדים ווי פארנאטישע אומוויסענדע, חיות און משוגעים.

ברואיגט אייך ביטע, ענד דאונט ג'אמפ טא קאנקלאזענס סאו פעעסט. נישט איינער וואס זאגט אז ס'איז צב"ח איז א סעלף העיטינג דזאו.
ווי אך פארשטיי פון איינע פון אייערע תגובות זענט איר אויך מודה אז יש דברים בגו, נאר 'געב נישט שטאף פאר די חברה בשעת זיי שרייען'. אקעי נו זאג'שע אזוי.

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 10:47 am

ממנו ילמדו וכן יעשו, אויב מען וויל נאך קענען שלאגן כפרות און שעכטן אין אמעריקע
צוגעלייגטע
התרנגולים בלייקווד בשכונת בעלז ממתינים לכפרות בתנאים של בית מלון2.jpg
התרנגולים בלייקווד בשכונת בעלז ממתינים לכפרות בתנאים של בית מלון2.jpg (72.6 KiB) געזעהן 668 מאל
התרנגולים בלייקווד בשכונת בעלז ממתינים לכפרות בתנאים של בית מלון1.jpg
התרנגולים בלייקווד בשכונת בעלז ממתינים לכפרות בתנאים של בית מלון1.jpg (48.92 KiB) געזעהן 668 מאל

בלינצע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 11:00 am

נאו נעים האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:ערב פסח טרעפן זיי עפעס אנדערש אראפצורייסן. סאיז נישט די כפרות, סאיז די חרדיש'ע אידענטום, 'סיסטעם' בלשונם. די וועמען איך מיין דא, זענען שטענדיג פארנומען צו אראפמאלן די חרדים ווי פארנאטישע אומוויסענדע, חיות און משוגעים.

ברואיגט אייך ביטע, ענד דאונט ג'אמפ טא קאנקלאזענס סאו פעעסט. נישט איינער וואס זאגט אז ס'איז צב"ח איז א סעלף העיטינג דזאו.
ווי אך פארשטיי פון איינע פון אייערע תגובות זענט איר אויך מודה אז יש דברים בגו, נאר 'געב נישט שטאף פאר די חברה בשעת זיי שרייען'. אקעי נו זאג'שע אזוי.


איך באציה מיר ספעשיפיש צו געוויסע ניקים.

אגב, איר מישט מיט א צווייטענס תגובה, איך האב בכלל נישט געשריבן עפעס וואס איז משמע אז יש דברים בגו.

Programming
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 11:57 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:אינטערסאנט צו זעהן וועלכע ניקים זענען אויסער זיך פאר די צער בעלי חיים פון די כפרות.

עס זאגט זייער אסאך.

בלויזע לופט.

האסט עפעס צו ענטפערן?

נאר וואס דען? לאמיר נישט אויסמישן אונזערע ווירדן און הייליגע געבאטן, מיט - להבדיל - די אפגעפליקטע נגיעות-אנגעפיקעוועטע ליבעראלע אפיקורס'ישע השקפות. ממילא דארף מען צוויי באזונדערע אשכולות פאר די צוויי באזונדערע ענינים, כדי להבדיל בין הקודש ובין החול, בין הטהור ובין הטמא.


סתם נייגעריג

ווען עס קומט צו קריסטליכע קאנסערוואטיווע סאציאלע אישו'ס וואס פערצופאל האבן מיר ענליכע שיטות צו זיי, געדענקסטו אויך דעם פזמון?

חוח בין השושנים האט געשריבן:לאמיר נישט אויסמישן אונזערע ווירדן און הייליגע געבאטן, מיט - להבדיל - די אפגעפליקטע נגיעות-אנגעפיקעוועטע קריסטליכע אפיקורס'ישע השקפות. ממילא דארף מען צוויי באזונדערע אשכולות פאר די צוויי באזונדערע ענינים, כדי להבדיל בין הקודש ובין החול, בין הטהור ובין הטמא.

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 881
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:06 pm

איך בין אמאל געבליבן שטעקן מיט א כפרה אויף א גאנצן טאג, און א דיין האט מיר גע'פסק'נט אז איך טאר נישט עסן פארן געבן די טשיקן צו עסן, און אזוי ווי איך האב נישט געוואוסט וואס צו געבן האב איך פשוט געפאסט ביזן עס שחט'ן.

אפשר פאסטן די בוטשער אייגענטימער עשי"ת.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:20 pm

אז מען רעדט פון כפרות, פארוואס נאר ביי קאוהן בוטשער אין וומסב"ג באקומט א כשר געמאכטע הינדעל?!

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:22 pm

בלינצע האט געשריבן:היער יו גאו.

ס'באשטעטוגט ווידער מיין באהויפטוג. ווען עס קומט צו כפרות שלאגן עפענען זיך די סעלפ העטינג דזשוס זייער מיילער.

איך פארשטיי פון וואו דו קומסט, אבער דו ביזט נישט גערעכט. ווען זיי זאגן דאס ווען פאר די מידיע איז איין זאך. למעשה אבער שמועסן זיי עס בלויז דורך אויף אייוועלט צווישן היימישע אידן, און עס איז עפעס וואס ברויך באמת א תיקון.
פארוואס זיי רעדן דערפון ערב יו"כ און נישט ערב פסח? ווייל קיינער געדענקט נישט די כפרות פון ממחרת יום הכיפורים ביז צום גדלי'. (אויסער אפשר דער בוטשער, וואס געדענקט עס שוין צוויי טעג פאר ר"ה ביים באשטעלן.)
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:51 pm

בלינצע האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:אינטערסאנט צו זעהן וועלכע ניקים זענען אויסער זיך פאר די צער בעלי חיים פון די כפרות.

עס זאגט זייער אסאך.

ס'זאגט גארנישט...
האסט עפעס צו זאגן? זאג. סתם שיסן א תגובה, וואס ווען ווי


פאר מיר זאגט עס יא. און איך האלט נישט ביים זאגן וואס.


אז די האלטסט נישט ביים זאגן זיי שטיל
סתם אראפרייסען ניקים?
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:53 pm

וואס איז די ניקים שלאגן דא?

דאס איז נישט קיין "צער בעלי חיים?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

בלינצע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:55 pm

הויעך האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:אינטערסאנט צו זעהן וועלכע ניקים זענען אויסער זיך פאר די צער בעלי חיים פון די כפרות.

עס זאגט זייער אסאך.

ס'זאגט גארנישט...
האסט עפעס צו זאגן? זאג. סתם שיסן א תגובה, וואס ווען ווי


פאר מיר זאגט עס יא. און איך האלט נישט ביים זאגן וואס.


אז די האלטסט נישט ביים זאגן זיי שטיל
סתם אראפרייסען ניקים?


דו כאפסט וואס דו זאגסט? איך זאל אראפרייסן ניקים.
וויל איך נישט.

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:58 pm

farshlufen האט געשריבן:וואס איז די ניקים שלאגן דא?

דאס איז נישט קיין "צער בעלי חיים?

אלטע חקירה צו א ניק גייט אריין בגדר אבר מן החי אדער בשר שנתעלם מן העין.

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:07 pm

דאס ביסל נויז האט שוין ב"ה אביסל געהאלפן אז מ'זעהט שוין אדווערטייזן "מיר לייגן איידל אראפ די קעסטלעך, לייגן שפעט און פיקן אויף פריה, נעמען קעיר אז די עופות זאלן טרינקן און נישט ווערן דיהייעדרעיטעד וכו" און ווי מער דער עולם וועט פארלאנגן וועט מען זיך מער צושטעלן.
מ'דארף פארשטיין אז די סיבה פארוואס עס איז ביז היינט געווען אזוי נזנח אויס נישט חלילה וועגן שלעכטעקייט אדער אפילו נאכלעסיגקייט נאר ווייל אזוי איז דער סדר צו טראנספערירן די עופות און די אלע וואס קויפן עס פאר די פלייש גיבן זיך נישט אפ מיט די הצתרכות'ן אזוי שטארק ווי אין די פארמס הגם דארט איז עס געווענלעך נישט אזוי לאנג אבער אפילו ווען יא איז עס נישט די סדר אפצוגעבן זיך דערמיט איז עס שטארק נזנח געווארן און אז מ'וועט עס פארלאנגן דער עולם ווערט נתעורר וועט מען צושטעלן, די פרייז גייט ממילא ארויף ס'ווענט זיך נישט אין דעם.

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:07 pm

שטיגליץ האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:וואס איז די ניקים שלאגן דא?

דאס איז נישט קיין "צער בעלי חיים?

אלטע חקירה צו א ניק גייט אריין בגדר אבר מן החי אדער בשר שנתעלם מן העין.

;l;p-

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:41 pm

לדעתי (און טאקע נאר לדעתי) איז נאריש צו זאגן אז די צער בעלי חיים גרופעס איז סתם בלינדע אנטיסעמיטיזם, עס איז ליידער א ליבעראלע וועלט היינט, ווי מער משוגע הרי זה משובח, די געדאנק פון וועדזשעטעריניזם איז א גאנגבאר און ארויפגעקוקטע ארטיקל ביים שמאלקעפיגן המון עם ובפרט אין אזא בלויע שטאט ווי ניו יארק סיטי.

אונזער מנהג פון כפרות שלאגן שטעלט צו א גאלדן גרוב פאר די חברה, פונקט ווי ביי די סיוויל רייט באוועגונג איז געווען גאר אסאך וואס האבן זיך געלאזט ארעסטירן ביי פראטעסטן לטובת גלייכבארעכטיגונג פון די שווארצע, די זעלבע איז היינט, הגם אויף א קלענערע לעוועל, מיט וועדזשעטעריענס, זיך צו באטייליגן אין א ענימעל רייטס פראטעסט איז זייער חלום.

געווענליך האט א ניו יארק'ע ליבעראל נישט די געלעגנהייט זיך צו באטייליגן אין אזא פראטעסט, די שלאכט הייזער זענען היבש ווייט אוועק און עס פעהלט זיך אויס אסאך דעדיקעישן צו טרעוועלן שעות צו פראטעסטירן ביי די פלענטס גופא, הגם עס איז פארהאן גענוג משוגעים וואס טוען דאס אויך אבער ס'רוב זענען נישט אזעלכע בעלי מסירות נפש.

ווען עס מאכט זיך אבער א געלעגנהייט עמהם בבית, און נישט סתם א פארשטיפטע לאקאציע, נאר צענדליגע צענטערס איבערן גאנצן שטאט, אוודאי שפרינגען די חברה אויף, מיר האבן זיי געגעבן די געלעגנהייט אויף א גאלדענע טאץ צו פאוסטן אויף אלע זייער סאושל מידיע פלאטפארמעס אז יא, זיי האבן זיך באטייליגט אין אזא פראטעסט, עס רוקט זיי גלייך ארויף די וועליו מיט נאך הונדערט פונקטן אויפן ליבעראלע ריכטערס וואג.

אוודאי זענען אויך דא אנטיסעמיטן וואס כאפן זיך ארויף אויפן וואגן און ווי אימער סיי ווער וועט פראטעסטירן סיי וועלכע אידישע זאך וועלן זיך די חברה מיטכאפן, אבער ס'רוב זענען פשוטע תינוקות שנשבו פארכאפט אין א קולטור ווי חיות רעכטן שטייגן איבער מענטשליכע.

נישט אז מיר ברויכן זיך דערשרעקן און אנהויבן שלאגן כפרות במחתרת, אמעריקע איז א דעמאקראטיש לאנד, און דעמאקראטיע קומט מיט א פרייז פאר יעדעם זיי האבן אלע רעכטן צו פראטעסטירן, און מיר האבן אלע רעכטן צו ווייטער פראקטיצירן אונזערע הלכות און מנהגים .

אבער צו גיין זאגן אז מיר טארן גארנישט פאררעכטן וויבאלד זיי שרייען, איז אבסורד, ספעציעל ווען די צער בעלי חיים רעדע דא איז א דאוירייתא, פונקט ווי ווען א באקאנטע מחלל שבת וואקט מיר אריבער אין בית המדרש און איז מיר מעורר אז מיין תפילין איז נישט אין פלאץ, איז נעריש צו זאגן אז יעצט קען איך עס נישט פאררעכטן וויבאלד יעצט האט דער בעל עבירה עס געזאגט, די זעלבע דא.

יעדער רעכטדענקיגער מענטש וואס באטראכט די אלגעמיינע וועג ווי די כפרות ליגן אנגעהויפנט פאר טעג אין די היצן, אן נארמאלע עסן אדער טרינקען, פארשטייט גלייך אז עס איז צער בעלי חיים למהדרין מן המהדרין, מען קען נישט האבן קיין טענות אויף אלע יארן וואס מען האט אזוי געטאן ווייל עס איז געווען א הרגלות און מען האט נישט אויפגעפאסט, אבער יעצט אז מען איז יא אויפמערקזאם, נישט קיין חילוק וויאזוי די אויפמערקזאמקייט איז צושטאנד געקומען, ברויך מען עס מתקן זיין.

דאס אז מענטשן זאלן מעגן עסן בעלי חיים איז נישט געווען א זעלבסטפארשטענדליכע זאך, דער באשעפער האט געמוזט געבן א היתר דערויף און האט עס טאקע געגעבן פאר נח נאכן ארויסקומען פון די תיבה, אונז האבן נישט קיין רעכט דאס צו קוועסטשענען, דער זעלבער גאט וואס האט אונז באשאפן און האט באשאפן די בהמות חיות ועופות האט געזאגט אז אונז מעגן זיי עסן.

אבער פון די אנדערע זייט האט דער זעלבער באשעפער אונז באפוילן אין די תורה אז ביזן שחיטה טארן מיר זיי נישט מצער זיין, ווער זוכט עובר צו זיין אויף א איסור דאוירייתא בריש גלי, און נאך אין די ימי הרחמים והרצון?

צום שלוס, מיר מעגן מקיים זיין אונזער מנהג און מיר זאלן זיך נישט דערשרעקן פון קיינעם און עס טאקע מקיים זיין בריש כל חוצות אן קיין מורא, אבער די אומשטענדן אין וואס די הינדלעך ווערן געהאלטן מוז האבן א דראסטישע פארבעסערונג, נישט ווייל PETA שרייט, און נישט ווייל די אנטיסעמיטן שרייען, נאר וויבאלד די תורה האט אזוי באפוילן!
לעצט פאראכטן דורך שטיגליץ אום מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אידיאט
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:48 pm

שטיגליץ האט געשריבן:לדעתי (און טאקע נאר לדעתי) איז נאריש צו זאגן אז די צער בעלי חיים גרופעס איז סתם בלינדע אנטיסעמיטיזם, עס איז ליידער א ליבעראלע וועלט היינט, ווי מער משוגע הרי זה משובח, די געדאנק פון וועדזשעטעריניזם איז א גאנגבאר און ארויפגעקוקטע ארטיקל ביים שמאלקעפיגן המון עם ובפרט אין אזא בלויע שטאט ווי ניו יארק סיטי.

אונזער מנהג פון כפרות שלאגן שטעלט צו א גאלדן גרוב פאר די חברה, פונקט ווי ביי די סיוויל רייט באוועגונג איז געווען גאר אסאך וואס האבן זיך געלאזט ארעסטירן ביי פראטעסטן לטובת גלייכבארעכטיגונג פון די שווארצע, די זעלבע איז היינט, הגם אויף א קלענערע לעוועל, מיט וועדזשעטעריענס, זיך צו באטייליגן אין א ענימעל רייטס פראטעסט איז זייער חלום.

געווענליך האט א ניו יארק'ע ליבעראל נישט די געלעגנהייט זיך צו באטייליגן אין אזא פראטעסט, די שלאכט הייזער זענען היבש ווייט אוועק און עס פעהלט זיך אויס אסאך דעדיקעישן צו טרעוועלן שעות צו פראטעסטירן ביי די פלענטס גופא, הגם עס איז פארהאן גענוג משוגעים וואס טוען דאס אויך אבער ס'רוב זענען נישט אזעלכע בעלי מסירות נפש.

ווען עס מאכט זיך אבער א געלעגנהייט עמהם בבית, און נישט סתם א פארשטיפטע לאקאציע, נאר צענדליגע צענטערס איבערן גאנצן שטאט, אוודאי שפרינגען די חברה אויף, מיר האבן זיי געגעבן די געלעגנהייט אויף א גאלדענע טאץ צו פאוסטן אויף אלע זייער סאושל מידיע פלאטפארמעס אז יא, זיי האבן זיך באטייליגט אין אזא פראטעסט, עס רוקט זיי גלייך ארויף די וועליו מיט נאך הונדערט פונקטן אויפן ליבעראלע ריכטערס וואג.

אוודאי זענען אויך דא אנטיסעמיטן וואס כאפן זיך ארויף אויפן וואגן און ווי אימער סיי ווער וועט פראטעסטירן סיי וועלכע אידישע זאך וועלן זיך די חברה מיטכאפן, אבער ס'רוב זענען פשוטע תינוקות שנשבו פארכאפט אין א קולטור ווי חיות רעכטן שטייגן איבער מענטשליכע.

נישט אז מיר ברויכן זיך דערשרעקן און אנהויבן שלאגן כפרות במחתרת, אמעריקע איז א דעמאקראטיש לאנד, און דעמאקראטיע קומט מיט א פרייז פאר יעדעם זיי האבן אלע רעכטן צו פראטעסטירן, און מיר האבן אלע רעכטן צו ווייטער פראקטיצירן אונזערע הלכות און מנהגים .

אבער צו גיין זאגן אז מיר טארן גארנישט פאררעכטן וויבאלד זיי שרייען, איז אבסורד, ספעציעל ווען די צער בעלי חיים רעדע דא איז א דאוירייתא, פונקט ווי ווען א באקאנטע מחלל שבת וואקט מיר אריבער אין בית המדרש און איז מיר מעורר אז מיין תפילין איז נישט אין פלאץ, איז נעריש צו זאגן אז יעצט קען איך עס נישט פאררעכטן וויבאלד יעצט האט דער בעל עבירה עס געזאגט, די זעלבע דא.

יעדער רעכטדענקיגער מענטש וואס באטראכט די אלגעמיינע וועג ווי די כפרות ליגן אנגעהויפנט פאר טעג אין די היצן, אן נארמאלע עסן אדער טרינקען, פארשטייט גלייך אז עס איז צער בעלי חיים למהדרין מן המהדרין, מען קען נישט האבן קיין טענות אויף אלע יארן וואס מען האט אזוי געטאן ווייל עס איז געווען א הרגלות און מען האט נישט אויפגעפאסט, אבער יעצט אז מען איז יא אויפמערקזאם, נישט קיין חילוק וויאזוי די אויפמערקזאמקייט איז צושטאנד געקומען, ברויך מען עס מתקן זיין.

דאס אז מענטשן זאלן מעגן עסן בעלי חיים איז נישט געווען א זעלבסטפארשטענדליכע זאך, דער באשעפער האט געמוזט געבן א היתר דערויף און האט עס טאקע געגעבן פאר נח נאכן ארויסקומען פון די תיבה, אונז האבן נישט קיין רעכט דאס צו קוועסטשענען, דער זעלבער גאט וואס האט אונז באשאפן און האט באשאפן די בהמות חיות ועופות האט געזאגט אז אונז מעגן זיי עסן.

אבער פון די אנדערע זייט האט דער זעלבער באשעפער אונז באפוילן אין די תורה אז ביזן שחיטה טארן מיר זיי נישט מצער זיין, ווער זוכט עובר צו זיין אויף א איסור דאוירייתא בריש גלי, און נאך אין די ימי הרחמים והרצון?

צום שלוס, מיר מעגן מקיים זיין אונזער מנהג און מיר זאלן זיך נישט דערשרעקן פון קיינעם און עס טאקע מקיים זיין בריש כל חוצות אן קיין מורא, אבער די אומשטענדן אין וואס די הינדלעך ווערן געהאלטן מוז האבן א דראסטישע פארבעסערונג, נישט ווייל PETA שרייט, און נישט ווייל די אנטיסעמיטן שרייען, נאר וויבאלד די תורה האט אזוי באפוילן!


Agree 1000%

אוועטאר
פעטער יעקל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:54 pm

ר נתנאל'ע פארקאש האט שוין געוויינט אויף דעם איבער פערציג יאר צוריק שושן פורים ביים שלחן הטהור פון מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:56 pm

פעטער יעקל האט געשריבן:ר נתנאל'ע פארקאש האט שוין געוויינט אויף דעם איבער פערציג יאר צוריק שושן פורים ביים שלחן הטהור פון מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע


סהייסט?
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אוועטאר
פעטער יעקל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:58 pm

פאר דעם דארפסטו האבן דארט געווען, אדער הערן די טעיפס..

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:00 pm

דארט בינעך נישט געווען און די בענדלעך האב איך נישט, אדרבה אז די קענסט מיר אריינשיקען די רעקארדינג וועל איך אייך שטארק מכיר טובה זיין. אז נישט כאטשיק זיי מסביר וויפיל די קענסט

יישר כח
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:04 pm

ליידיג גייער האט געשריבן: די פרייז גייט ממילא ארויף ס'ווענט זיך נישט אין דעם.


;l;p-
ווער געדענקט נאך ווען ס'האט געקאסט 7 דאלער א טשיקן עריוכ"פ?

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3719
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:09 pm

היי יאר צום גדלי' איז געווען 90 דעגרי אין די סיטי. אזא הייסע טאג וואלט מען געדארפט קענסלען כפרות

בלינצע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:18 pm

זאגט ווער?

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:29 pm

דריידל האט געשריבן:היי יאר צום גדלי' איז געווען 90 דעגרי אין די סיטי. אזא הייסע טאג וואלט מען געדארפט קענסלען כפרות


נישט נאר צוליב די כפרות, נאר צוליב די מענער וואס פאסטן


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט