קריגעלעך אין וויליאמסבורגער נייעס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

ראספשע האט געשריבן:און בכלל דער 'ואחרי כן יצאו ברכוש גדול' איז עפעס וואס איז נישט אזוי שנעל און נישט אזוי גרינג
פארגעס נישט, מענטשן וואוינען דארט אין קאנדא'ס וואו ס'וואוינען עטליכע צענליגער משפחות אין א בנין, לו יהא אז מען גייט אנהויבן פארקויפן הויז ביי הויז פאר גוים, מיינט דאס אז א פופציג משפחות אויף איינמאל דארפן באשליסן, דאס איז עס, כ'פארקויף מיין דירה פאר די גוים פאר צען מאל די פרייז וואס כ'האב עס געקויפט און ויסעו מען גייט..., און די זעלבע מיטן נעקסטן בנין, נעקסטער בלאק, וכן הלאה
האלסט אז ס'גייט אזוי זיין אזוי שנעל??? זעהט אויס ווי א שיינע חלום וואס איז [אפשר, ווער ווייסט?] ווייט פון ריאליטעט.... [איך וואוין נישט דארט, אבער כ'הער עס פון מיינע קרובים וועלכע וואוינען דארט, ס'יז א ברענעדיגער פראבלעם!!, און טייל פון זיי האבן שוין אריינגעבאכעט אוצרות מיט געלט און בלוט און שווייס אין זייערע הייזער ס'גלוסט זיך זיי נישט אנצוהויבן יעצט פריש פון בראשית....]
און וויפיל קדושה פראבלעמען און נסיונות ברוחניות, יודן גייען אדורך גיין 'ביז' דאס גייט פאסירן????....

איר זענט אביסעל אינטער שטעליג

טאמער איך מאך נישט קיין טעות האבן אין די לעצטע יאר זיך פארקויפט צענדליגע קאנדאס פון יודן צו יודן און וויליאמסבורג , יודן וואס האבן באצאלט 400 טויזענט ,האבן פארקויפט פאר איבער א מעלאונע און געמופט קיין אפסטעיט אדער אנדערע מקומות , זיך געקויפט א הערליכע הייזקע און געבליבן מיט גענוג געלט און טאש צו חתונה מאכן די קינדער אדער אינוועסטמענט , די איין פארצענט נגידים וואס ווילן וואינען אין סיטי לייף ,כל הכבוד פאר זיי ,אבער די יודן וואס האבן נישט דאס געלט ברויכן הישט וואינען דארט און לעבן די היי לייף סטייל ווי זיי

חדשות האט געשריבן:מאני מיינדעד אלערט...
פריידט זיך אויך ווען מען ציעט ארויף די פרייז אין בלומינגראוו און זשערזי סיטי. דו"ק ותשכח.
ביי געוויסע שטייגט געלט איבער אלעס.

הער אויס ..צרכי עמך ישראל מרובים .. עס ברויך זיין יודן וואס זאלן קענען געבן אזויפיל צדקה פאר אלע צוועקן , צו איז עס פאר עניי ארץ ישראל אדער גאר פאר די וויליאמסבורגע יודן הכנסת כלה צו קענען מאכן חתונה און קאנטינענטעל אדער פרדס פיגא און ספענדען 5 אלפים פאר א באווארפן קידוש פאר די נשים וועגן די שכן וואס האט נישט האט אויך אזוי געטין ..ודו"ק ,עס שטינקט פון קאפ ביז פיס די וויליאמסבורגע לעבן שטייגער, עס איז צייט זיך אויפצווועקען
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

תגובה דורך Think and Thank »

moneyMINDED האט געשריבן:
ארום די זייגער האט געשריבן:יא, מאני מיינדעד מיינט בלויז דו טובה פון די נעבעכדיגע וויליאמסבורג׳ע אינגעלייט

וועמענס טובה מיינסטו ?

די פאקט איז אז נאך הונדערטע יונגעלייט גייען אוועק מופן וועגן די בילדונג איז געווארן פארקויפט פאר א גוי ,איז עס א גוטע זאך

די פאקט איז שוין געשען אז דו דערקלערסט מיט אזא זיכערקייט? אפשר גאר וועט עס סתם ארויפברענגען די פרייזן און אריינברענגען נאך אויסגעלאסענע יאפיס נענטער צום צענטער פון שטאט, בעת וואס קיין איין יונגערמאן וועט נישט מופן צוליב דעם? און אפי' אויב הונדערט יונגעלייט וועלן מופן צוליב דעם בנין, ווייסטו וויפיל נסיונות עס וועט ברענגען פאר די וואס בלייבן יא וואוינען אין ווילי?! ווייסט וויםין מער בלוט עס וועט קאסטן דאס וואוינען דא?!

איך קען ממש נישט פארשטיין וויאזוי אידן פרייען זיך מיט אזא שוידערליכע (יא שוידערליכע! דו ווייסט וויפיל איין קוק וועגט?) בשורה.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

גארנישט ראנג מיט דעים אז צענדליגער אדער הונדרעטער יודן האבן פארקויפט פאר אנדערע יודן זייער קאנדאס און געמאכט געלט און מיט דעים געקויפט א הויז אין א נייע געגענט.

וואס האט עס אבער א שייכות מיט די גרויסע שמחה אז גוים קויפן אפ בילדינגס אין צענטער פון א אידישע געגענט?

די זעהסט טאקע נישט קיין שום פראבלעם מיט דעים אז געמיינע חברה וועלן אנפאנגען אפצוקויפן קאנדאס אין אידישע בנינים אינדערצייט וואס די אידישע איינוואינער זענען נישט / נאכנישט גרייט צו מופן פאר סיי וועלכע סיבה?
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

moneyMINDED האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:מאני מיינדעד אלערט...
פריידט זיך אויך ווען מען ציעט ארויף די פרייז אין בלומינגראוו און זשערזי סיטי. דו"ק ותשכח.
ביי געוויסע שטייגט געלט איבער אלעס.

הער אויס ..צרכי עמך ישראל מרובים .. עס ברויך זיין יודן וואס זאלן קענען געבן אזויפיל צדקה פאר אלע צוועקן , צו איז עס פאר עניי ארץ ישראל אדער גאר פאר די וויליאמסבורגע יודן הכנסת כלה צו קענען מאכן חתונה און קאנטינענטעל אדער פרדס פיגא און ספענדען 5 אלפים פאר א באווארפן קידוש פאר די נשים וועגן די שכן וואס האט נישט האט אויך אזוי געטין ..ודו"ק ,עס שטינקט פון קאפ ביז פיס די וויליאמסבורגע לעבן שטייגער, עס איז צייט זיך אויפצווועקען

דא ליגט די הנט באגראבן. די האס צו ווילי איז מחפה אויף אלעם, אזש אריינברענגען א פרישע פלייץ פון פרוצים און פרוצות פון די גרועים שבאומות ממש אין צענטער פון א בליהענדע אידישע געגנט איז גאר אן אומבאשרייבליכע גוטע בשורה.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

Think and Thank האט געשריבן:
moneyMINDED האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:מאני מיינדעד אלערט...
פריידט זיך אויך ווען מען ציעט ארויף די פרייז אין בלומינגראוו און זשערזי סיטי. דו"ק ותשכח.
ביי געוויסע שטייגט געלט איבער אלעס.

הער אויס ..צרכי עמך ישראל מרובים .. עס ברויך זיין יודן וואס זאלן קענען געבן אזויפיל צדקה פאר אלע צוועקן , צו איז עס פאר עניי ארץ ישראל אדער גאר פאר די וויליאמסבורגע יודן הכנסת כלה צו קענען מאכן חתונה און קאנטינענטעל אדער פרדס פיגא און ספענדען 5 אלפים פאר א באווארפן קידוש פאר די נשים וועגן די שכן וואס האט נישט האט אויך אזוי געטין ..ודו"ק ,עס שטינקט פון קאפ ביז פיס די וויליאמסבורגע לעבן שטייגער, עס איז צייט זיך אויפצווועקען

דא ליגט די הנט באגראבן. די האס צו ווילי איז מחפה אויף אלעם, אזש אריינברענגען א פרישע פלייץ פון פרוצים און פרוצות פון די גרועים שבאומות ממש אין צענטער פון א בליהענדע אידישע געגנט איז גאר אן אומבאשרייבליכע גוטע בשורה.

איך פארשטיי עס איז דא מענטשן וואס קענען נישט שלינגען דעם אמת אין פנים אריין , אבער טאמער די איינציגסטע וועג צו ראטעווען די יודענטום פון וויליאמסבורג פון נעקסטן דור איז דורך זיי ממש פארטרייבן ,איז דאס די בעסטע זאך , צוביסלעך מער און מער ווערט די השפעה פון די וויליאמסבורגע אויף אנדערע מקומות שוואכער

הייסט אמאל דער וואס האט אוועק געמופט געווען אראפגעקוקט , היינט דער וואס מופט אוועק לאכט נעבעך פון די וואס זענען אין זייער אייגענע גלות און קענען נישט פועלען פון אוועקמופן וועגן יענער וועט זאגן ,אזוי איז די זעלבע מיט די סטענדארט וויזוי די פרוי גייט אנגעטין ,און אז די פיצלעך קינדער מוזן גיין מיט 80 דאלארדיגע שיך 2 מאל א יאר מיט א וואך נאכט פאר 5 אלפים און כהנה וכהנה ,אפגערעדט פון חתונות ,צו פורניטשער און טייערע שטריימלעך

דער מצב איז שרעקליך ,טאמער די איינציגסטע וועג איז אז דאס זאל כאפן א עמערזשענסי שארט סטאפ ,נאר זיך צו כאפן פאר איין מינוט וואס קומט דא פאר , וואספאר א לעבן איז דאס , שווימען אין חובות , עס קלאפט אויס אויף די חינוך פון די קינדער און וואס נישט

איז נישט דא קיין ברירה אז נאר דאס וועט ברענגען און ב"ה ברענגט א אויפוואכונג אז די נעקסטע דור זאל קענען בלייבן עכ"פ ביים זינען

למעשה האלט עס היינט אז דער וואס וואינט אין זיין קאנדא אויפן פיפטען שטאק און הייסט הרבני הנגיג איז שוין מקנא זיין ברודער אדער שוואגער וואס הייסט דער שנארער וואס וואינט און זיין אייגען הייזקע מיט הרחבות הדעת און קאסט אים ביליגער ,אסאך זאגן עס אפען און אסאך שעמען זיך און אסאך טיען למעשה און פיצען אפ און פארקויפן זייער קאנדא
לעצט פארראכטן דורך moneyMINDED אום זונטאג יוני 03, 2018 12:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

moneyMINDED האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:מאני מיינדעד אלערט...
פריידט זיך אויך ווען מען ציעט ארויף די פרייז אין בלומינגראוו און זשערזי סיטי. דו"ק ותשכח.
ביי געוויסע שטייגט געלט איבער אלעס.

הער אויס ..צרכי עמך ישראל מרובים .. עס ברויך זיין יודן וואס זאלן קענען געבן אזויפיל צדקה פאר אלע צוועקן , צו איז עס פאר עניי ארץ ישראל אדער גאר פאר די וויליאמסבורגע יודן הכנסת כלה צו קענען מאכן חתונה און קאנטינענטעל אדער פרדס פיגא און ספענדען 5 אלפים פאר א באווארפן קידוש פאר די נשים וועגן די שכן וואס האט נישט האט אויך אזוי געטין ..ודו"ק ,עס שטינקט פון קאפ ביז פיס די וויליאמסבורגע לעבן שטייגער, עס איז צייט זיך אויפצווועקען

באטאם ליין, מאני, מאני, מאני...

אנדערע מיינען עס איז האס פאר וויליאמסבורג, יאך זאג עס האט גארנישט מיט וויליאמסבורג. עס האט איין זאך מאני. ליידער דא פלענטי אינגעלייט היינט וואס די וועג ווי אזוי צו אפשאצען א זאך הייבט זיך אן און ענדיגט זיך מיט געלט. אידישע געגענט, אידיש בלוט, רוחניות, מענטשליכקייט, געפיל פאר א צווייטען אלעס ווערט בלאס ווען עס קומט צו איין זאך...געעעעלט.

היינו טעמא... והיינו טעמא...

נישט אומזיסט זאגט מען נאך פון פריערידגע אז אין אמעריקא איז געלט די עבודה זרה. דאס דינט מען, דאס איז דער שפיץ ציעל, פון דעם חלומט מען, און דאס איז דער פוסק אחרון...

ביז איין טאג טרעפט מען זיך מיט די תכרוכים אן א טאשן. ודי בזה.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

דאס איז שוין אין קרית יואל, ווי א גרויס חלק פון די וואס פארשטייען אז מען קען נישט בלייבן אין וויליאמסבורג מופען. ואין קץ לדברי רוח.

דברים אלו האט געשריבן:
פון ווי נעמט חזקאול בראך די חוצפה צו בעטן 700 טויזענט דולר פאר א דירה ?

moneyMINDED האט געשריבן:

די זעלבע פון ווי עקיבא הערש קליין האט די חוצפה צו בעטן 400 טויזענט פאר א אפאר שטובער און א דארמיטארי בנין...

קיינער צווינגט נישט קיינעם , עס איז פריוואטע הייזער אומף א פריוואטע שטח

וואדבערי זשאנקשען קאסט אויך אין די רעינזש
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

moneyMINDED האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
moneyMINDED האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:מאני מיינדעד אלערט...
פריידט זיך אויך ווען מען ציעט ארויף די פרייז אין בלומינגראוו און זשערזי סיטי. דו"ק ותשכח.
ביי געוויסע שטייגט געלט איבער אלעס.

הער אויס ..צרכי עמך ישראל מרובים .. עס ברויך זיין יודן וואס זאלן קענען געבן אזויפיל צדקה פאר אלע צוועקן , צו איז עס פאר עניי ארץ ישראל אדער גאר פאר די וויליאמסבורגע יודן הכנסת כלה צו קענען מאכן חתונה און קאנטינענטעל אדער פרדס פיגא און ספענדען 5 אלפים פאר א באווארפן קידוש פאר די נשים וועגן די שכן וואס האט נישט האט אויך אזוי געטין ..ודו"ק ,עס שטינקט פון קאפ ביז פיס די וויליאמסבורגע לעבן שטייגער, עס איז צייט זיך אויפצווועקען

דא ליגט די הנט באגראבן. די האס צו ווילי איז מחפה אויף אלעם, אזש אריינברענגען א פרישע פלייץ פון פרוצים און פרוצות פון די גרועים שבאומות ממש אין צענטער פון א בליהענדע אידישע געגנט איז גאר אן אומבאשרייבליכע גוטע בשורה.

איך פארשטיי עס איז דא מענטשן וואס קענען נישט שלינגען דעם אמת אין פנים אריין , אבער טאמער די איינציגסטע וועג צו ראטעווען די יודענטום פון וויליאמסבורג פון נעקסטן דור איז דורך זיי ממש פארטרייבן ,איז דאס די בעסטע זאך , צוביסלעך מער און מער ווערט די השפעה פון די וויליאמסבורגע אויף אנדערע מקומות שוואכער

הייסט אמאל דער וואס האט אוועק געמופט געווען אראפגעקוקט , היינט דער וואס מופט אוועק לאכט נעבעך פון די וואס זענען אין זייער אייגענע גלות און קענען נישט פועלען פון אוועקמופן וועגן יענער וועט זאגן ,אזוי איז די זעלבע מיט די סטענדארט וויזוי די פרוי גייט אנגעטין ,און אז די פיצלעך קינדער מוזן גיין מיט 80 דאלארדיגע שיך 2 מאל א יאר מיט א וואך נאכט פאר 5 אלפים און כהנה וכהנה ,אפגערעדט פון חתונות ,צו פורניטשער און טייערע שטריימלעך

דער מצב איז שרעקליך ,טאמער די איינציגסטע וועג איז אז דאס זאל כאפן א עמערזשענסי שארט סטאפ ,נאר זיך צו כאפן פאר איין מינוט וואס קומט דא פאר , וואספאר א לעבן איז דאס , שווימען אין חובות , עס קלאפט אויס אויף די חינוך פון די קינדער און וואס נישט

איז נישט דא קיין ברירה אז נאר דאס וועט ברענגען און ב"ה ברענגט א אויפוואכונג אז די נעקסטע דור זאל קענען בלייבן עכ"פ ביים זינען

למעשה האלט עס היינט אז דער וואס וואינט אין זיין קאנדא אויפן פיפטען שטאק און הייסט הרבני הנגיג איז שוין מקנא זיין ברודער אדער שוואגער וואס הייסט דער שנארער וואס וואינט און זיין אייגען הייזקע מיט הרחבות הדעת און קאסט אים ביליגער ,אסאך זאגן עס אפען און אסאך שעמען זיך און אסאך טיען למעשה און פיצען אפ און פארקויפן זייער קאנדא

א מין סעלפישקייט פון א גערעדעכץ
מען רעדט פון הונדערטער טויזנטער משפחות און שווערע טויזנטער תינוקות של בית רבן....
, און גארנישט, ער שרייט איך ברענג אהער גאנץ מאנהעטן נעבן די בית מדרש תלמוד תורה, און אז ס'געפעלט דיר נישט "גיי הענג דיך ווייל די ביזט א וויליאמסבורגער צידרייטער שפענדער"
דער עיקר איז "איך מאך געלט" און אז ס'געפעלט דיר נישט "מאך אויך געלט"...
א מין גערעדעכץ...
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

moneyMINDED האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:און בכלל דער 'ואחרי כן יצאו ברכוש גדול' איז עפעס וואס איז נישט אזוי שנעל און נישט אזוי גרינג
פארגעס נישט, מענטשן וואוינען דארט אין קאנדא'ס וואו ס'וואוינען עטליכע צענליגער משפחות אין א בנין, לו יהא אז מען גייט אנהויבן פארקויפן הויז ביי הויז פאר גוים, מיינט דאס אז א פופציג משפחות אויף איינמאל דארפן באשליסן, דאס איז עס, כ'פארקויף מיין דירה פאר די גוים פאר צען מאל די פרייז וואס כ'האב עס געקויפט און ויסעו מען גייט..., און די זעלבע מיטן נעקסטן בנין, נעקסטער בלאק, וכן הלאה
האלסט אז ס'גייט אזוי זיין אזוי שנעל??? זעהט אויס ווי א שיינע חלום וואס איז [אפשר, ווער ווייסט?] ווייט פון ריאליטעט.... [איך וואוין נישט דארט, אבער כ'הער עס פון מיינע קרובים וועלכע וואוינען דארט, ס'יז א ברענעדיגער פראבלעם!!, און טייל פון זיי האבן שוין אריינגעבאכעט אוצרות מיט געלט און בלוט און שווייס אין זייערע הייזער ס'גלוסט זיך זיי נישט אנצוהויבן יעצט פריש פון בראשית....]
און וויפיל קדושה פראבלעמען און נסיונות ברוחניות, יודן גייען אדורך גיין 'ביז' דאס גייט פאסירן????....

איר זענט אביסעל אינטער שטעליג

טאמער איך מאך נישט קיין טעות האבן אין די לעצטע יאר זיך פארקויפט צענדליגע קאנדאס פון יודן צו יודן און וויליאמסבורג , יודן וואס האבן באצאלט 400 טויזענט ,האבן פארקויפט פאר איבער א מעלאונע און געמופט קיין אפסטעיט אדער אנדערע מקומות , זיך געקויפט א הערליכע הייזקע און געבליבן מיט גענוג געלט און טאש צו חתונה מאכן די קינדער אדער אינוועסטמענט , די איין פארצענט נגידים וואס ווילן וואינען אין סיטי לייף ,כל הכבוד פאר זיי ,אבער די יודן וואס האבן נישט דאס געלט ברויכן הישט וואינען דארט און לעבן די היי לייף סטייל ווי זיי

לא הבנתי
מען רעדט דאך פון פארקויפן פאר גוים, וואו קומט אריין דא וואס איין איד פארקויפט פאר א צווייטן איד?
זאל היינט איינער וואס וואינט אין א קאנדא צוזאמען מיט נאך פערציג פופציג חסידישע משפחות פראבירן צו פארקויפן זיין דירה פאר א גוי, מען וועט עם פארשטיינערן [און מיט רעכט]
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

אזוי קוקענדיג היינט אין דבר יום ביומו ,אזא 30 באווארפאנס כן ירבו , שטייט אזוי אינטער יעדע באווארפן קידוש גם לנשים דא אדער בביתי אדער א זאל

נישט לאנג צוריק איז געווען א תקנה אין די שולן נישט צו זיין פרויען קידישים און שולן

טאמער איך מאך נישט קיין טעות איז איבער 20 פון די 30 באווארפענס האט מען צוזאמגעשטעלט געלט צו בצנעה אדער בפומבי , אגב האב איך מיך ב"ה משתתף געווען מיט אפאר גראשען פאר עטליכע וואס בני משפחה האבן מיר געשיקט א חסד פאנד לינק , אבער האט עמיצער געקלערט אז די 20 באווארפאנס האט אפגעקאסט באלד 100 אלפים פון צדקה געלט ?

פארוואס איז נישט דא קיין קול קורא פון 70 רבנים און געפעיסט אויף אלע ווענט קעגן די מחלה פון פרויען קידישים וואס איז ממש איבער די גבולים

צו ווייסט עטס אז אפילו אין שטאט בארא פארק איז נישדא די קראנקהייט אז יעדער מוז מאכן א טייערע פרויען קידוש ווי גראף פאטאטצקי פאר אפאר אלפים ,אז איינער האט געלט מאכט מען ,אבער יעדער אויפן טייערסטען שטייגער? דאס איז וויליאמסבורג אויף וואס איר שעצט אזוי שטארק

נישט אין מאנסי און נישט אין קרית יואל איז עס דא , דאס איז איין נקודה צו פארשטיין ווי וויליאמסבורג איז א שאנדע פאר כלל ישראל

און ב"ה אז די זייגער האט זיך געדרייט און לא אלמן ישראל און אנדערע געגענטער מוזן נישט נאך טאנצען די קראנקהייט פון פיער פרעשור

דאס איז איין קלייניקייט פון א פרויען קידוש וואס איז ארויס פון אלע גרעניצען , אזוי איז דא נאך צענדליגע קראנקהייטען וואס מאכט חרוב יודישע שטובער , און בה ווי מער מענטשן מופן אוועק איז דא האפענונג אז א חלק כלל ישראל וועט בלייבן ביים זינען
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אקעי, ביים בי"ד של מעלה זאלסטו טאקע ענטפערן אזוי:
"גאנץ וויליאמסבורג איז מחויב מיתה סקילה שריפה הרג וחנק, ווייל זיין מאכן פרויען קידושים"

נאך א מזל איר גייט נישט ארום מיט א שיסער אויסשיסן אלע וויליאמסבורגער אידן, אדער זיי שיקן צו די גאז קאמערן, ווייל זיי זענען זיך דעם טויט שולדיג ביז ווילאנג זיי מופן נישט אוועק פון דעם עיר הנדחת...
מסודר
נעקסט פליז
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

[quote="ראספשע"]אקעי, ביים בי"ד של מעלה זאלסטו טאקע ענטפערן אזוי:
"גאנץ וויליאמסבורג איז מחויב מיתה סקילה שריפה הרג וחנק, ווייל זיין מאכן פרויען קידושים"
מסודר
נעקסט

קענסט נישט הערן דעם אמת אין פנים ? עס איז צייט זיך אויפצווועקן און שמעקן די קאווע

סתם אוועקלויפן פונעם פראבלעם וועט אייך גארנישט העלפען
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אקעי, דיין האס צו וויליאמסבורג איז שוין רעקארדעד, און מען האט דיר שוין געענטפערט,

אז דו האלסט אז פרויען קידושים בארעכטיגט ברענגען גוים פרוצים ופרוצות בראש כל חצות אין א געדיכט באוואוינטע אידישע געגנט ווי אידישקייט שפרודלט און בליהט זיבעציג יאר, זאל דיר וואויל באקומען,
איך בין פארטיג מיט דעם נושא
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ראספשע האט געשריבן:אקעי, ביים בי"ד של מעלה זאלסטו טאקע ענטפערן אזוי:
"גאנץ וויליאמסבורג איז מחויב מיתה סקילה שריפה הרג וחנק, ווייל זיין מאכן פרויען קידושים"

נאך א מזל איר גייט נישט ארום מיט א שיסער אויסשיסן אלע וויליאמסבורגער אידן, אדער זיי שיקן צו די גאז קאמערן, ווייל זיי זענען זיך דעם טויט שולדיג ביז ווילאנג זיי מופן נישט אוועק פון דעם עיר הנדחת...
מסודר
נעקסט פליז

האסט נישט געענטפערט אויף זיין אויסשיס. האסט נאר אויסגעשאסען אויף דיין וועג.
ער הייסט נישט אוועקציען. ער זאגט נאר אז די וואס בלייבען דארט אין (לאמיך נוצען דיינע ווערטער) פארשטיקטע גאס קאמערן און ספענדן געלט וואס מען האט נישט, זאל מען נישט קאמפלעינען אויף זאכען וואס זיינען נישט אזוי באקוועם
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

צו געזונט האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:אקעי, ביים בי"ד של מעלה זאלסטו טאקע ענטפערן אזוי:
"גאנץ וויליאמסבורג איז מחויב מיתה סקילה שריפה הרג וחנק, ווייל זיין מאכן פרויען קידושים"

נאך א מזל איר גייט נישט ארום מיט א שיסער אויסשיסן אלע וויליאמסבורגער אידן, אדער זיי שיקן צו די גאז קאמערן, ווייל זיי זענען זיך דעם טויט שולדיג ביז ווילאנג זיי מופן נישט אוועק פון דעם עיר הנדחת...
מסודר
נעקסט פליז

האסט נישט געענטפערט אויף זיין אויסשיס. האסט נאר אויסגעשאסען אויף דיין וועג.
ער הייסט נישט אוועקציען. ער זאגט נאר אז די וואס בלייבען דארט אין (לאמיך נוצען דיינע ווערטער) פארשטיקטע גאס קאמערן און ספענדן געלט וואס מען האט נישט, זאל מען נישט קאמפלעינען אויף זאכען וואס זיינען נישט אזוי באקוועם

אויב איז דאס די כוונה
ערשטנס איין עוולה בארעכטיגט נישט קיין צווייטע
און צווייטנס מען קען נישט און מען טאר נישט דן זיין לחורבן א גאנצע שטאט, ווייל עס זענען פאראן א חלק וואס זינדיגן מיט געלט שפענדעריי [מיין נישט אז מאנסי, קרית יואל, בלומינבורג, דזשערסי סיטי, זענען עיירות שכולם צדיקים....]
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

moneyMINDED האט געשריבן:אזוי קוקענדיג היינט אין דבר יום ביומו ,אזא 30 באווארפאנס כן ירבו , שטייט אזוי אינטער יעדע באווארפן קידוש גם לנשים דא אדער בביתי אדער א זאל

נישט לאנג צוריק איז געווען א תקנה אין די שולן נישט צו זיין פרויען קידישים און שולן

טאמער איך מאך נישט קיין טעות איז איבער 20 פון די 30 באווארפענס האט מען צוזאמגעשטעלט געלט צו בצנעה אדער בפומבי , אגב האב איך מיך ב"ה משתתף געווען מיט אפאר גראשען פאר עטליכע וואס בני משפחה האבן מיר געשיקט א חסד פאנד לינק , אבער האט עמיצער געקלערט אז די 20 באווארפאנס האט אפגעקאסט באלד 100 אלפים פון צדקה געלט ?

פארוואס איז נישט דא קיין קול קורא פון 70 רבנים און געפעיסט אויף אלע ווענט קעגן די מחלה פון פרויען קידישים וואס איז ממש איבער די גבולים

צו ווייסט עטס אז אפילו אין שטאט בארא פארק איז נישדא די קראנקהייט אז יעדער מוז מאכן א טייערע פרויען קידוש ווי גראף פאטאטצקי פאר אפאר אלפים ,אז איינער האט געלט מאכט מען ,אבער יעדער אויפן טייערסטען שטייגער? דאס איז וויליאמסבורג אויף וואס איר שעצט אזוי שטארק

נישט אין מאנסי און נישט אין קרית יואל איז עס דא , דאס איז איין נקודה צו פארשטיין ווי וויליאמסבורג איז א שאנדע פאר כלל ישראל

און ב"ה אז די זייגער האט זיך געדרייט און לא אלמן ישראל און אנדערע געגענטער מוזן נישט נאך טאנצען די קראנקהייט פון פיער פרעשור

דאס איז איין קלייניקייט פון א פרויען קידוש וואס איז ארויס פון אלע גרעניצען , אזוי איז דא נאך צענדליגע קראנקהייטען וואס מאכט חרוב יודישע שטובער , און בה ווי מער מענטשן מופן אוועק איז דא האפענונג אז א חלק כלל ישראל וועט בלייבן ביים זינען

איך האב נישט קיין אנונג וואס דער איד וויל דא פון וויליאמסבורג, איך בין א בארא פארקער און איך זעה נישט אז דער מצב פון פרויען קידישים זאל זיין בעסער אין בארא פארק, ולא עוד נאר די ליווינג סטייל אין בארא פארק איז סאך מער אויפשניידעריש, אויב גלייבט איר נישט דאן זענט איר מכובד צו כאפן א שפאציר מיט מיר אויף די גאסן פון 17 עוו., די הויכע פופציגער גאסן, ועוד, און באטראכטן די הייזער און די קארן וואס זענען געפארקט אין די דרייוועיס, וואס א חלק דערפון זענען אין פרי-פארקלאוזשער פראסעס, אין וויליאמסבורג העסטו נישט טרעפן אזאנע הייזער אפילו ביי די גרעסטע עשירים, נאכדעם עמער רעדן וועגן די "וויליאמסבורגע" קראנקהייט.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
שמא קא גרים
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2017 5:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמא קא גרים »

[quote="moneyMINDED"] דאס איז איין נקודה צו פארשטיין ווי וויליאמסבורג איז א שאנדע פאר כלל ישראל

לדעתי, איז דאס זייער א ווילדע, קינדערישע, און אומאויסגערעכנטע סטעיטמענט.

איך פארשטיי אז די ווילסט ארויסברענגען א פוינט, אבער מיט אזא סטעיטמענט אוועקצומאכן א שטאט וואס עס איז נישטא זיינס גלייכען אינעם געביט פון צדקה וחסד, איז זייער נאריש אין פול מיט סעלף העיט.

וואס נעם אלטס ביישפיל אזעלכע ארגאנאזאציעס וואס איז וועלט'ס באוויסט און איז כהיום וועלט'ס פארשפרייט - ווי הצלה, חסד, ביקור חולים, RCCS אין נאך צענדליגער אויב נישט הונדרעטער אזעלכע חשובע ארגאנאזאציעס זענען געגרינדעד געווארן אין וויליאמסבורג. אין דאס איז א איז א שאנדע פאר כלל ישראל???

# חכמים היזהרו בדבריכם
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3774
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ראספשע האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:אקעי, ביים בי"ד של מעלה זאלסטו טאקע ענטפערן אזוי:
"גאנץ וויליאמסבורג איז מחויב מיתה סקילה שריפה הרג וחנק, ווייל זיין מאכן פרויען קידושים"

נאך א מזל איר גייט נישט ארום מיט א שיסער אויסשיסן אלע וויליאמסבורגער אידן, אדער זיי שיקן צו די גאז קאמערן, ווייל זיי זענען זיך דעם טויט שולדיג ביז ווילאנג זיי מופן נישט אוועק פון דעם עיר הנדחת...
מסודר
נעקסט פליז

האסט נישט געענטפערט אויף זיין אויסשיס. האסט נאר אויסגעשאסען אויף דיין וועג.
ער הייסט נישט אוועקציען. ער זאגט נאר אז די וואס בלייבען דארט אין (לאמיך נוצען דיינע ווערטער) פארשטיקטע גאס קאמערן און ספענדן געלט וואס מען האט נישט, זאל מען נישט קאמפלעינען אויף זאכען וואס זיינען נישט אזוי באקוועם

אויב איז דאס די כוונה
ערשטנס איין עוולה בארעכטיגט נישט קיין צווייטע
און צווייטנס מען קען נישט און מען טאר נישט דן זיין לחורבן א גאנצע שטאט, ווייל עס זענען פאראן א חלק וואס זינדיגן מיט געלט שפענדעריי [מיין נישט אז מאנסי, קרית יואל, בלומינבורג, דזשערסי סיטי, זענען עיירות שכולם צדיקים....]

עס קומט שוין פון די נאז די טענה'ריי...

אבער טו סאם איט אפ, ביטע שיין הרב מאני מיינדעד, ברענג מיר איין רב / דומ"ץ אפילו איינער וועלכער "וואוינט פאקטיש אין איינס פון די נייע / אפסטעיט ישובים", און האלט אז מען מעג פארקויפן א שטח אינמיטן ווילי פאר א גוי.
געשטימט פאר ראשעק הול
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

איש האשכולות האט געשריבן:
moneyMINDED האט געשריבן:אזוי קוקענדיג היינט אין דבר יום ביומו ,אזא 30 באווארפאנס כן ירבו , שטייט אזוי אינטער יעדע באווארפן קידוש גם לנשים דא אדער בביתי אדער א זאל

נישט לאנג צוריק איז געווען א תקנה אין די שולן נישט צו זיין פרויען קידישים און שולן

טאמער איך מאך נישט קיין טעות איז איבער 20 פון די 30 באווארפענס האט מען צוזאמגעשטעלט געלט צו בצנעה אדער בפומבי , אגב האב איך מיך ב"ה משתתף געווען מיט אפאר גראשען פאר עטליכע וואס בני משפחה האבן מיר געשיקט א חסד פאנד לינק , אבער האט עמיצער געקלערט אז די 20 באווארפאנס האט אפגעקאסט באלד 100 אלפים פון צדקה געלט ?

פארוואס איז נישט דא קיין קול קורא פון 70 רבנים און געפעיסט אויף אלע ווענט קעגן די מחלה פון פרויען קידישים וואס איז ממש איבער די גבולים

צו ווייסט עטס אז אפילו אין שטאט בארא פארק איז נישדא די קראנקהייט אז יעדער מוז מאכן א טייערע פרויען קידוש ווי גראף פאטאטצקי פאר אפאר אלפים ,אז איינער האט געלט מאכט מען ,אבער יעדער אויפן טייערסטען שטייגער? דאס איז וויליאמסבורג אויף וואס איר שעצט אזוי שטארק

נישט אין מאנסי און נישט אין קרית יואל איז עס דא , דאס איז איין נקודה צו פארשטיין ווי וויליאמסבורג איז א שאנדע פאר כלל ישראל

און ב"ה אז די זייגער האט זיך געדרייט און לא אלמן ישראל און אנדערע געגענטער מוזן נישט נאך טאנצען די קראנקהייט פון פיער פרעשור

דאס איז איין קלייניקייט פון א פרויען קידוש וואס איז ארויס פון אלע גרעניצען , אזוי איז דא נאך צענדליגע קראנקהייטען וואס מאכט חרוב יודישע שטובער , און בה ווי מער מענטשן מופן אוועק איז דא האפענונג אז א חלק כלל ישראל וועט בלייבן ביים זינען

איך האב נישט קיין אנונג וואס דער איד וויל דא פון וויליאמסבורג, איך בין א בארא פארקער און איך זעה נישט אז דער מצב פון פרויען קידישים זאל זיין בעסער אין בארא פארק, ולא עוד נאר די ליווינג סטייל אין בארא פארק איז סאך מער אויפשניידעריש, אויב גלייבט איר נישט דאן זענט איר מכובד צו כאפן א שפאציר מיט מיר אויף די גאסן פון 17 עוו., די הויכע פופציגער גאסן, ועוד, און באטראכטן די הייזער און די קארן וואס זענען געפארקט אין די דרייוועיס, וואס א חלק דערפון זענען אין פרי-פארקלאוזשער פראסעס, אין וויליאמסבורג העסטו נישט טרעפן אזאנע הייזער אפילו ביי די גרעסטע עשירים, נאכדעם עמער רעדן וועגן די "וויליאמסבורגע" קראנקהייט.

די יודן וואס האבן די הייזער שטעלט מען צוזאם געלט ? אז זיי באגאנבענען די בענק און מאכן שארט סעילס איז נישט מיינע דאגות ,און אין וויליאמסבורג די וואס צאלן א מיליאן פאר א קאנדא האלטן אויך פאר פרי פארקלאוזשערס... , דא רעדט מען אז יעדער ,דאס הייסט אז 25 פון די 30 באווארפאנס אין וויליאמסבורג איז אויפן זעלבען שטייגער איז נישט נארמאל

און ניין בארא פארק האט לכאורה געהאט מער פון 30 באווארפאנס די וואך און נישט 95 פארצענט דערפון געווען די זעלבע , עס איז דא וואס מאכן בכלל נישט אדער אויף א ביליגע אופן , אוודאי איז דא דארט אויך אין איבעראל מענטשן וואס געבן אויס וואס זיי האבן נישט, אבער נישט 95 פארצענט פון שטאט אויפן זעלבן אויפשניידירישען אופן

אז א פרויען קידוש מיז קומען מיט א פארטי פלעננער ,און סתם אראפ לייגן קידוש ארבעט נישט און דאס איז נישט קיין חילוק פון גרעסטען שנארערע ביזן גרעסטען עושר איז גאר פאריקט
לעצט פארראכטן דורך moneyMINDED אום זונטאג יוני 03, 2018 2:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

צולייגער האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:אקעי, ביים בי"ד של מעלה זאלסטו טאקע ענטפערן אזוי:
"גאנץ וויליאמסבורג איז מחויב מיתה סקילה שריפה הרג וחנק, ווייל זיין מאכן פרויען קידושים"

נאך א מזל איר גייט נישט ארום מיט א שיסער אויסשיסן אלע וויליאמסבורגער אידן, אדער זיי שיקן צו די גאז קאמערן, ווייל זיי זענען זיך דעם טויט שולדיג ביז ווילאנג זיי מופן נישט אוועק פון דעם עיר הנדחת...
מסודר
נעקסט פליז

האסט נישט געענטפערט אויף זיין אויסשיס. האסט נאר אויסגעשאסען אויף דיין וועג.
ער הייסט נישט אוועקציען. ער זאגט נאר אז די וואס בלייבען דארט אין (לאמיך נוצען דיינע ווערטער) פארשטיקטע גאס קאמערן און ספענדן געלט וואס מען האט נישט, זאל מען נישט קאמפלעינען אויף זאכען וואס זיינען נישט אזוי באקוועם

אויב איז דאס די כוונה
ערשטנס איין עוולה בארעכטיגט נישט קיין צווייטע
און צווייטנס מען קען נישט און מען טאר נישט דן זיין לחורבן א גאנצע שטאט, ווייל עס זענען פאראן א חלק וואס זינדיגן מיט געלט שפענדעריי [מיין נישט אז מאנסי, קרית יואל, בלומינבורג, דזשערסי סיטי, זענען עיירות שכולם צדיקים....]

עס קומט שוין פון די נאז די טענה'ריי...

אבער טו סאם איט אפ, ביטע שיין הרב מאני מיינדעד, ברענג מיר איין רב / דומ"ץ אפילו איינער וועלכער "וואוינט פאקטיש אין איינס פון די נייע / אפסטעיט ישובים", און האלט אז מען מעג פארקויפן א שטח אינמיטן ווילי פאר א גוי.

איז דא רבנים וואס זאגן אז מען מעג נישט פארקויפן ?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

moneyMINDED האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:עס קומט שוין פון די נאז די טענה'ריי...

אבער טו סאם איט אפ, ביטע שיין הרב מאני מיינדעד, ברענג מיר איין רב / דומ"ץ אפילו איינער וועלכער "וואוינט פאקטיש אין איינס פון די נייע / אפסטעיט ישובים", און האלט אז מען מעג פארקויפן א שטח אינמיטן ווילי פאר א גוי.

איז דא רבנים וואס זאגן אז מען מעג נישט פארקויפן ?

עיין בבא מציעא ק"ח ע"ב
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

הרב מאני, איז דא רבנים וואס זאגן מען טאר נישט מאכן קידוש לנשים?
[יא, כ'ווייס דו גייסט יעצט צוריק שרייען, העי מען שטעלט צאם חתנה צי מאכן און ער מאכט קידוש לנשים,
העליך דיר שוין זאגן, איך האב יעצט איבער געקוקט דעם דבר יום ביומו, איך קען פערזענליך כמעט אלע פון די ליסטע וועלכע מאכן די קידושים!!, האלב דערפון זענען די חתונות אינדרויסן פון שטאט, במילא מאכט מען א קידוש לנשים, און די אנדערע האלבע זענען אידן נגידים ב"ה, און זענען פארמעגליך]
לעצט פארראכטן דורך ראספשע אום זונטאג יוני 03, 2018 2:37 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

שמא קא גרים האט געשריבן:
moneyMINDED האט געשריבן: דאס איז איין נקודה צו פארשטיין ווי וויליאמסבורג איז א שאנדע פאר כלל ישראל

לדעתי, איז דאס זייער א ווילדע, קינדערישע, און אומאויסגערעכנטע סטעיטמענט.

איך פארשטיי אז די ווילסט ארויסברענגען א פוינט, אבער מיט אזא סטעיטמענט אוועקצומאכן א שטאט וואס עס איז נישטא זיינס גלייכען אינעם געביט פון צדקה וחסד, איז זייער נאריש אין פול מיט סעלף העיט.

וואס נעם אלטס ביישפיל אזעלכע ארגאנאזאציעס וואס איז וועלט'ס באוויסט און איז כהיום וועלט'ס פארשפרייט - ווי הצלה, חסד, ביקור חולים, RCCS אין נאך צענדליגער אויב נישט הונדרעטער אזעלכע חשובע ארגאנאזאציעס זענען געגרינדעד געווארן אין וויליאמסבורג. אין דאס איז א איז א שאנדע פאר כלל ישראל???

# חכמים היזהרו בדבריכם

יא יא ,דאס איז וואס איך זאג אייביג פאר מענטשן אין איין ווארט , וויליאמסבורג איז נישט די זעלבע וויליאמסבורג פון אמאל וואס ר' יום טוב ערליך האט גערעדט , וויליאמסבורג האט געהאט אמאל א חן ,די גלאנץ איז גענצליך אוועק
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”