קריגעלעך אין וויליאמסבורגער נייעס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נחלת יעקב
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2018 9:20 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחלת יעקב »

איסר האטלקי האט געשריבן:לגבי ונשמרתם קען מען נאך טרעפן היתרים, אבער בשעת ווען אנטיסעמיטיזם ברענט, פעלט דען אויס נאך ארטיקלען אין ניו יארק פאוסט? די פאוסט, דעילי ניוז און אנדערע האבן געהאט געהאט גענוג שמוציגע ארטיקלען איבער לוויות. יעדע אזא ארטיקל קען גורם זיין נאך א טויטפאל אין שפיטאל פון א נורס וואס ליינט עס און באשולדיגט אידן און פלאגט אויס נאך א איד רח"ל.

שומו שמים. איך פארשטיי בכלל נישט פארוואס מ'האט געמאכט אן אפיציעלע גרויסע לויה אין אזא זמן. דער צדיק וועט גערן מוחל זיין דעם גאנצן כבוד און זיך באגעניגן מיט א מספד מר תמרורים ככללות הוויירוס בקרוב.

אזא לויה ברענגט אפענע העצע, און העצע ברענגט באלדיגע אנטיסעמיטיזם וואס ברענגט נאך טויטע אין די פארשפארטע שפיטעלער. מען דארף סטאפן די לוויות עד יעבור זעם. יעדע לויה קאסט קרבנות. די מעשיות פון היינט אין NYU שפיטאל דארף יעדעם אויפשוידערן, און א גרויסע לויה גייט נאר פארערגערן די מצב.

וואס איז געווען די מעשה אין NYU?
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ח״ו, קיינער באצייכענט נישט די פאליציי אלטס נאצי׳ס, (אחוץ אפשר די קליקע וואס האלט אז ביל געיטס האט אויסגעטראפן קאראנע, און גאווענער קאמאו האט עס אינטערגעשטעלט צו קענען פארשפארן די מוסדות..) און בעצם טוהן זיי וואס מען ברויך. ס״ה זיכן זיי צו פארזיכערן אז מעטשן פאלגן אויס די פארזיכטיגקייט געזעצן. פאר אונזער טובה.

וואס דען, נאכאלטס טוט עס וויי. אידן זענען נישט קיין אויבער חכמים, פארקערט, כלפי להבדל דעם גוי איז דער איד געגאענען אסאך א ווייטערע וועג ווי דער אלגעמיינער גאס. נעמענדיג אין די באטראכט זייער הלוך ילך אין נארמאלע אומשטענדן.. סתם אזוי אויב קומסטע בטעות אין די ד׳ אמות פון א פרעמדער, אויב פאלגטסו נישט נאך מיט א העפליכער ״איי_עם_סאַאַרי״.. ביסטו א בולי. אין די געשעפטן וועט ער ענדערש שטיין אין קלאצן, ווי איידער אריבערגיין אויב איז פארהאן א חשד אז ער וועט חלילה אנטרעטן יענעמס שאטן. אין ערגסטן פאל אויב יאגט ער זיך וועט ער זיך ווענדן צו יענעם מיט אן ״עקסקיוז מי פליז״..

ביי די אידן פליען היטן די גראסערי׳ס, מ׳שלעפט וועגעלעך זאכן פליען.. קיינער קערט נישט. מי כעמך ישראל. מזל טוב׳ס לחיים׳ס.. מ׳שטופט זיך אריין אין די מקוה מיט אנדערע, 3 מאל א טאג קומט מען אין ביהמ״ד דאווענען, טויזענט הענט ווישן זיך אינעם זעלבן האנטוך (הגם יעדער דריידט עס צו די פרישע זייט...) יא שויער נישט שויער.. מ׳קישט ספר תורות, מ׳קופקעט פון אלע זייטן. ווער רעדט וואס טוט זיך ביי של״ש מיט די פיש טינקעריי... טויזענטער קינדער בליעה״ר קריגן אינטער די פיס, יעדן טאג אויף פרישע חתונות מיט אנדערע משפחות, כהנה וכהנה. און? אלעס איז אפגעשטעלט.

קומען אפאר יודעלעך ארויס פון די מייזן לעכער באגלייטן א חשובער רב, יעדער ציטערט פון די קומענדע מינוט.. יראים שטאפל האט נעכטן נאכט אויסגעזעהן ווי א עמעזאן ווערהויז אין די בעסטע צייטן. יא, עס זאמלען זיך אן א ציבור אידן.. מ׳פראבירט, מ׳מאכט עס שנעל.. קומט א יונגערמאן שרייבן מיט גרויסע פארווינדערטע אויגן, ״מענטשן האבן נישט קיין שכל?״.. וויל איך אייך איינמעלדן, אז פון אייך קוקט טאקע אויס אז נישט יעדער האט שכל.

שטארקע אמתע ווערטער רב טשאדעלע!

מיין טענה איז אבער יא פארוואס מען האט מפרסם געווען די לויה
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

שקר האט געשריבן:איך געב נישט קיין רעכט צי גיין און מקווה און צי מאכן מנינים אבער כלל ישראל איז נישט אזוי פארדארבן זיי טיען גארנישט אנדערש ווי א צווייטע גוי עס קימט נישט אינז אזוי צי באשמיצען אין ליידער איז עס פון די היימישע עולם

כלל ישראל וועט מען אייביג באשמיצן, ווער ס'שיקט ארום די קליפס זענען טאקע שלעכטע ברואים, אבער צו וואס פעלט אויס די גרויסע לוויות בכלל, מיר האבן גענוג אנטיסעמיטיזם. יעדע לויה איז פרישע העצע און פרישע טויטע אין שפיטעלער פון אנטיסעמיטישע נורסעס וואס זעען די לוויות.
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

איסר האטלקי האט געשריבן:

האט איינער פאריפען א לויה
סך הכל רעד מען פון א איד כמעט פון די לעצט פארבליבענע פון יענע דור אין א יעדער מיט א טראפ געפיל האט אים נאך געוואלט אפגעבען די לעצטע כבוד קיינער האט נישט אנגעגרייט קיין פארענטשעס
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

שאבעלע האט געשריבן:איך האב קיין טענות אזוי ווייט צו די אומאחריותדיגע בוחרימלעך וואס האבען זיך געשטיפט ארום די ארון, אבער וועלכער דום קאפ איז בייגעפאלן צו פאבלעצירען איבעראל די זמן הלויה, אין עס צו מאכען אן אפציעלע זאך??

מאשים זיין קען מען א גאנצן טאג, די עיקר איז מ'זאל זיך אויסלערנען. א לויה בשעת קאראנע דארף זיין פונקט מנין און נאר אויפן בית החיים, קיין איינס נישט מער. אפי' ווען מ'וויל מכתיר זיין דעם זיידן/רב/רבי'ן הכ"מ און יבלחט"א ממלא מקומו אלס גדולי הדור.

איך מיין נישט קיינעם פערזענליך, נאר עטליכע אינאיינעם. די אלע לוויות פון די לעצטע 2 וואכן זענען א גרויסע עולה, און די נייעס אפאראטן מוזן זאפארט אויפהערן עס באריכטן. סיי די האטליינס, קהילה צעטלעך און טוויטער קאנטעס. נישטא קיין לוויות מער ביז נאכ'ן וויירוס. נישט קיין חילוק וועלכע רבי אדער רעבעצין דאס איז.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

שקר האט געשריבן:האט איינער פאריפען א לויה
סך הכל רעד מען פון א איד כמעט פון די לעצט פארבליבענע פון יענע דור אין א יעדער מיט א טראפ געפיל האט אים נאך געוואלט אפגעבען די לעצטע כבוד קיינער האט נישט אנגעגרייט קיין פארענטשעס

א טראפ געפיל? אסאך געפיל און נישט קיין טראפ שכל.

און צו דיין פראגע, יא. מ'האט פאררופן א לויה, געמאלדן איבעראל וואו און ווען דאס איז, און אויפגעשטעלט ספיקערס. דאס מיינט פאררופן א לויה און דאס איז א שרעקליכע איינשטעל בזמן הזה.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

איסר׳ל, ס׳זאגט זיך גרינג. ס׳קומט אבער דערצו איז עס נישט אזוי.

שאפארנער רב ז״ל וואלט געהאט אסאך אסאך א גרעסערע לוי׳ ווען נישט די קאראנע.. הגם ס׳איז יא געווען א גרויסע ציבור. מ׳איז געשטאנען אפגעריקט, און כמעט יעדער ווער ס׳איז געקומען איז דארט געווען ווייל אדער איז מען געווען א תלמיד, א מתפלל, אדער א נאנטער וכדו׳.

וכו אלע אנדערע לוי׳ס.. ווי ס׳איז געווען ארום 20 30 מענטשן.. קענסט עס נישט מאכן קלענער. מ׳האנדלט נישט פון קיין האומלעסעס.. נאר פון חשובע ראשי אבות, אדער יונגע טאטעס און מאמעס. מ׳קען נישט האלטן קיין סוד פונעם לוי׳.
רשעות קאלטע סעלצער
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איסר האטלקי האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:האט איינער פאריפען א לויה
סך הכל רעד מען פון א איד כמעט פון די לעצט פארבליבענע פון יענע דור אין א יעדער מיט א טראפ געפיל האט אים נאך געוואלט אפגעבען די לעצטע כבוד קיינער האט נישט אנגעגרייט קיין פארענטשעס

א טראפ געפיל? אסאך געפיל און נישט קיין טראפ שכל.

און צו דיין פראגע, יא. מ'האט פאררופן א לויה, געמאלדן איבעראל וואו און ווען דאס איז, און אויפגעשטעלט ספיקערס. דאס מיינט פאררופן א לויה און דאס איז א שרעקליכע איינשטעל בזמן הזה.

עס איז אוממעגליך צו באהאלטן די לוי', און אדרבה מען האט געשטעלט ספיקער'ס און אלע עקן, דוקא כדי מען זאל שטיין פארשפרייט, אזוי ווי דער עולם איז טאקע געשטאנען א גאנצן צייט.

טשאדעלע האקט די זעלבע.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איסר׳ל, ס׳זאגט זיך גרינג. ס׳קומט אבער דערצו איז עס נישט אזוי.

שאפארנער רב ז״ל וואלט געהאט אסאך אסאך א גרעסערע לוי׳ ווען נישט די קאראנע.. הגם ס׳איז יא געווען א גרויסע ציבור. מ׳איז געשטאנען אפגעריקט, און כמעט יעדער ווער ס׳איז געקומען איז דארט געווען ווייל אדער איז מען געווען א תלמיד, א מתפלל, אדער א נאנטער וכדו׳.

וכו אלע אנדערע לוי׳ס.. ווי ס׳איז געווען ארום 20 30 מענטשן.. קענסט עס נישט מאכן קלענער. מ׳האנדלט נישט פון קיין האומלעסעס.. נאר פון חשובע ראשי אבות, אדער יונגע טאטעס און מאמעס. מ׳קען נישט האלטן קיין סוד פונעם לוי׳.

אבער פארוואס זאל מען נאך אויך פארשפרייטן די פרטים? גענוג די וואס קומען אומגערופן. ועוד, פארוואס זאל מען געבן הספדים אין בית המדרש, פארוואס נישט מספיד זיין אויפן בית החיים וואו ס'דא סאך קלענערע עולם.

טשאדי, האט געזען די טיימס פון לעצטע וואך, אדער די פאוסט און דעילי ניוז פון היינט אדער נישט? זיי רעדן פון 3 באזונדערע לוויות, די חילול ה' איז איום ונורא. נאכדעם וועט מען טייטלן מיטן פינגער ח"ו אז די אידן האבן מקרב געווען דעם וויירוס...
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

איסר האטלקי האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איסר׳ל, ס׳זאגט זיך גרינג. ס׳קומט אבער דערצו איז עס נישט אזוי.

שאפארנער רב ז״ל וואלט געהאט אסאך אסאך א גרעסערע לוי׳ ווען נישט די קאראנע.. הגם ס׳איז יא געווען א גרויסע ציבור. מ׳איז געשטאנען אפגעריקט, און כמעט יעדער ווער ס׳איז געקומען איז דארט געווען ווייל אדער איז מען געווען א תלמיד, א מתפלל, אדער א נאנטער וכדו׳.

וכו אלע אנדערע לוי׳ס.. ווי ס׳איז געווען ארום 20 30 מענטשן.. קענסט עס נישט מאכן קלענער. מ׳האנדלט נישט פון קיין האומלעסעס.. נאר פון חשובע ראשי אבות, אדער יונגע טאטעס און מאמעס. מ׳קען נישט האלטן קיין סוד פונעם לוי׳.

אבער פארוואס זאל מען נאך אויך פארשפרייטן די פרטים? גענוג די וואס קומען אומגערופן. ועוד, פארוואס זאל מען געבן הספדים אין בית המדרש, פארוואס נישט מספיד זיין אויפן בית החיים וואו ס'דא סאך קלענערע עולם.

ווען דיין אדמו"ר זאל חס ושלום וחס מלהזכיר וחס וחלילה גיין וואלסטו פארשטאנען?
דיר איד האט אויף געשטעלט אסאך אסאך תלמידים
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

איסר האטלקי האט געשריבן:טשאדי, האט געזען די טיימס פון לעצטע וואך, אדער די פאוסט און דעילי ניוז פון היינט אדער נישט? זיי רעדן פון 3 באזונדערע לוויות, די חילול ה' איז איום ונורא. נאכדעם וועט מען טייטלן מיטן פינגער ח"ו אז די אידן האבן מקרב געווען דעם וויירוס...

שיק זיי א פיקטשער פון די train station
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערקרעקערס »

איסר האטלקי האט געשריבן:טשאדי, האט געזען די טיימס פון לעצטע וואך, אדער די פאוסט און דעילי ניוז פון היינט אדער נישט? זיי רעדן פון 3 באזונדערע לוויות, די חילול ה' איז איום ונורא. נאכדעם וועט מען טייטלן מיטן פינגער ח"ו אז די אידן האבן מקרב געווען דעם וויירוס...
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

איסר האטלקי האט געשריבן:טשאדי, האט געזען די טיימס פון לעצטע וואך, אדער די פאוסט און דעילי ניוז פון היינט אדער נישט? זיי רעדן פון 3 באזונדערע לוויות, די חילול ה' איז איום ונורא. נאכדעם וועט מען טייטלן מיטן פינגער ח"ו אז די אידן האבן מקרב געווען דעם וויירוס...

ס׳האט גארנישט מיט די לוי׳ס. אויב וואלט שאפארנער רב געלעבט מארגן וואלט די פאוסט זיך אנייצע געגעבן מיט א קעפל קעגן וויליאמסבורג, נישו געזארגט.

און ווי געזאגט איך מאך גארנישט אוועק, די פאליציי זענען גערעכט, אבער דער ציבור האט אויך שכל, און זיי שטעלן זיך צו עני טיים מער ווי דער גוי. ס׳איז ווייטאגליך פון אלע זייטן, און עס טוט אונז אלע וויי. אבער ברוגז בינעך אויף די העצער׳ס און מוסרים.

מ׳האט נישט מפרסם געווען די לויה אין די בתי מדרשים, ס׳איז דאך פארשלאסן. קול מבשר האט עס יא עדוועטייזט? גיי שריי אים אן. ער האט אבער נישט געטאן קיין עבירה, אויך האט ער נישט געמאכט א חילל ה׳.
רשעות קאלטע סעלצער
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

שקר האט געשריבן:
ווען דיין אדמו"ר זאל חס ושלום וחס מלהזכיר וחס וחלילה גיין וואלסטו פארשטאנען?
דיר איד האט אויף געשטעלט אסאך אסאך תלמידים

ניין!!!!!! קיין שום תירוץ נישטא, זאל עס זיין די גרעסטע רבי און רשכבה"ג פון אלע עולמות. אידישע לעבנס קומען פריער.

אין ארץ ישראל האט האדמו"ר מצאנז נישט געלאזט מאכן קיין לויה פאר זיין מאמע, נאר אין בית החיים בלויז פאר די אייניקלעך, וזהו. אזוי דארף זיין אין אזעלכע שווערע זמנים, ווען די אומות העולם קוקן נאר אויף אונז און זוכן פראבלעמען, און שפיטעלער קענען ליידער טון וואס זיי ווילן מיט אידיש בלוט.
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

איסר האטלקי האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:
ווען דיין אדמו"ר זאל חס ושלום וחס מלהזכיר וחס וחלילה גיין וואלסטו פארשטאנען?
דיר איד האט אויף געשטעלט אסאך אסאך תלמידים

ניין!!!!!! קיין שום תירוץ נישטא, זאל עס זיין די גרעסטע רבי און רשכבה"ג פון אלע עולמות. אידישע לעבנס קומען פריער.

אין ארץ ישראל האט האדמו"ר מצאנז נישט געלאזט מאכן קיין לויה פאר זיין מאמע, נאר אין בית החיים בלויז פאר די אייניקלעך, וזהו. אזוי דארף זיין אין אזעלכע שווערע זמנים, ווען די אומות העולם קוקן נאר אויף אונז און זוכן פראבלעמען, און שפיטעלער קענען ליידער טון וואס זיי ווילן מיט אידיש בלוט.

גערעכט!!
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:טשאדי, האט געזען די טיימס פון לעצטע וואך, אדער די פאוסט און דעילי ניוז פון היינט אדער נישט? זיי רעדן פון 3 באזונדערע לוויות, די חילול ה' איז איום ונורא. נאכדעם וועט מען טייטלן מיטן פינגער ח"ו אז די אידן האבן מקרב געווען דעם וויירוס...

ס׳האט גארנישט מיט די לוי׳ס. אויב וואלט שאפארנער רב געלעבט מארגן וואלט די פאוסט זיך אנייצע געגעבן מיט א קעפל קעגן וויליאמסבורג, נישו געזארגט.

און ווי געזאגט איך מאך גארנישט אוועק, די פאליציי זענען גערעכט, אבער דער ציבור האט אויך שכל, און זיי שטעלן זיך צו עני טיים מער ווי דער גוי. ס׳איז ווייטאגליך פון אלע זייטן, און עס טוט אונז אלע וויי. אבער ברוגז בינעך אויף די העצער׳ס און מוסרים.

מ׳האט נישט מפרסם געווען די לויה אין די בתי מדרשים, ס׳איז דאך פארשלאסן. קול מבשר האט עס יא עדוועטייזט? גיי שריי אים אן. ער האט אבער נישט געטאן קיין עבירה, אויך האט ער נישט געמאכט א חילל ה׳.

איך שריי אים טאקע אן, אויך פאר סאטמאר עידזש קיו וואס האט עס ארויסגעשיקט און פאר די קהילה פארן עס פארשפרייטן צו קענען ארויסשיקן...

די מוסרים דארף מען אויך פארשרייען, אבער צו זיי קען מען נישט רעדן, זיי גייען קיינמאל נישט הערן און איך ווייס נישט ווער זיי זענען... אבער די נארמאלע עולם זאל כאטש האבן שכל. דער וואס האט נישט, האט דאך נישט. אבער דער וואס האט יא, זאל עס כאטש נוצן...
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

דו ברענגסט א ראי׳ פון ווען מ׳ברענגט א מטה פון חוץ לארץ קיין א״י?.. חחח.

מ׳טאר נישט מאכן א דגמאות.. אבער דו ווייסט גאנץ גוט אז דארט איז פיל שטרענגער ווי דא, משל דיר אויס א לויה פון א ארטיגער רבי.. עס זאל זיך חלילה נישט מאכן.

עניוועי, סתם מאכן שטייט די סייט.. פארוואס??.. איך האלט אזוי און דו אנדערש. מיר זענען אבער אינעם זעלבן פעקל.

האקט. ביי.
רשעות קאלטע סעלצער
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

איך ווייס אז דארט וועט נישט זיין בעסער, אבער איך ברענג א מעשה רב.

עניוועי, דו האלטסט פונקט ווי מיר, נאר דו ווילסט מיר אויפקלערן אז ס'איז דא נאך א צד צו די מטבע, דאס וויל איך נישט מודה זיין...

גוטע נאכט.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

טראק דרייווער האט געשריבן:אגב איך האב געהערט אז ביי די לוי' איז מען דוקא געשטאנען אפגעריקט, נאר אין די פאר מינוט וואס מען האט ארויסגעטראגן די ארון איז געווארן א כאאס ווען בחורימ'לעך האבן זיך געזוכט צו שטופן נעבן די ארון. מען האט זיך בשעת די לוי' שטארק געהיטן.

כ'ווייס נישטנוואס דו האסט געהערט. וואס איך האב געזעהן איז אז די גאנצע עולם איז געווען אריין געשטופט אין די פראנט פונעם ביהמ"ד ביז פאליס איז אנגעקומען און ס'האט זיי געדארט א גוטע 15-20 ביז זיי האבן געמאכט סדר און דערנאך הירשט איז די מטה אנגעקומען. איך בין געשטאנען אקעגן איבער און מענטשן האבן געהאלטן אין איין צוקומען שמועסן מיט מיר כ'בין געווען רעדי אהיים צו גיין.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

זעה איך דארט א יוד מיט א שניי ווייסע בארד דרייט זיך ארום צווישן דעם עולם כאילו לא היה און איינער גייט צו צו אים "ר' ... איר זענט ארויס פון שטוב???" דער אלטער האט אים אנגעקוקט פון די לבנה אראפ...
ס'האט מיר באמת געשטאכן פארוואס זיינע קינדער מיט זיינע ארומיגע נעמען נישט הענד-קאפס און מ'בינדט נישט צו דעם טאטן צו זיין בעט ווי די קרבן פסח. אפשר האט ער א גוטע האל-לייף פאליסי??? מי יודע...

קומעך ארויף אויף אייוועלט נאך אזאנע הארץ עסענישן זעה איך וואס? נעה די פאליציי זענען סתם אנטיסעמיטן והא ראיה אז די קלויסטער איז געווען אפן. און וועגן דעם מעג מען שוין הארגענען אונזערע עלטערן...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

איך זעה פאר די ענדליכע עגמת־נפש חול המועד ווען טייל פונעם ברייטן ציבור וועלן זיך נישט קענען איינהאלטן און סוועט זיין בישות וחרפות די חילול השם( כאילו) אינץ זעמער סעלפיש און אינץ קער מיר נישט אנדערע מענטשן'ס געזינט

סדארף ווען ארום פארן א אמבולאנס און שרייען און וויינען רבותי
גייטס נישט ארויס אן א מאסק( ס'נישט נארמאל איך שעם מיך.. , סעלפיש מענטש )
גייט נישט נאנט צו קיינעם
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

רחש לבי האט געשריבן:לאממיר נישט רעדן פון די פאליס.
אבער רבותי מ׳האלט שוין ליידער ל״ע ביי אזא שרעקליכע מצב, ווי איז די שכל? מ׳שטייט ל״ע ביי לויות פון מתים במגיפה רחמנא ליצלן.... ״שלא תמות כדרך שמת פלוני״.... וויפיל לויות נאך רבוש״ע??? אביסל מינימום השתדלות, אנטון א מאסק מיט הענטשוך צו ראטעווען זיך פון ווערן ח״ו אנגעשטעקט, און נאכמער אלץ אחריות אויף דיינע יודישע ברודער און שוועסטער...
א חכר מיינער רופט מיך פריער אן אינגאנצן צושטורמט, ער גייט כמעט נישט ארויס. ער מיט זיין משפחה פילען ב״ה פיין און ער טוט וואס א יוד איז מחוייב צו טון מן התורה ״ונשמרתם מאוד לנפשוהיכם״. איז ער היינט ארויס בהכרח גדול קויפן לצורך יו״ט אפאר וויכטיגע זאכן, ״ער איז אריין אין א הארדווער געשעפט עס איז געווען געפאקט צוזאמגעשטיפט מיט גאנצע משפחות טאטעס מיט קינדער גייען שאפינג, און ער איז געווען דער איין איינציגער מיט א מאסק און הענטשוך (חוץ דער קעשיער מיט די ארבייטער), ער זאגט מיר אז מ׳האט אים אנגעקוקט ווי פון די לבנה״.

ווערטער זענען איבריג.

טויזנט פראצענט גערעכט.
אבער מ'גייט דיך שוין פארשרייען אלס א אידישע קאפאו און א סמארטפאון וואטסעםפ איד.

עם חכם ונבון...
פארשטייט זיך אז אונז וויל מיר אליינס וועלן וועלכע מצוה איינצוהאלטן און אויף וועלכע לאו אין די תורה צו טרעטן בריש גלי און אפלאכן אדער אפילו פארשטיינערן די וואס וואגן זיך צו זאגן א ווארט.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

חילול השם איום ונורא.

זאל דער אייבישטער זעהן אז ער דילט מיט פתאים און אפהיטן.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

א חרפה און א בושה וואס האט פאסירט מיט אונזער עם חכם ונבון.

דא קומט נישט אריין צו שרייען קאפאוס מיט נאציס, מען רעדט נישט דא פון האלטן אפן א שולכל מיט מנין, מען רעדט דא פון א מאסן לוי' מיט הונדערטער צעדריקטע משתתפים, אן קיין מאסקעס, אן קיין גלאווס, ס'איז ממש א פחד ווי נאאיוו און דום מענטשן זענען, ס'איז נישט געווען גענוג די צענדליגער נפטרים ה"י ? השתגעתם ?

אידן ראנגלען זיך אין די שפיטלער צו כאפן דעם אטעם און הונדערטער צעריסענע אבלים זעצען זיך שבעה אבער דא מאכט מען לאנגע לויות מיט א גאנצע רייע פון מספידים כאילו ס'איז ביזנעס עז יוזשעל, און אויב די פאליציי פארטרייבט זענען זיי נאציס, אנריעל.

"אבער דער גוי" איז נישט קיין תירוץ ווען אידישע לעבנס ווערן פארשניטן חלילה, און ס'איז עס נישט קיין תירוץ ווען אונזער גאנצע קאמיוניטי ווערט פארשעמט קבל תבל ומלואה וואס אשר תוצאותיו מי ישורנה.

עגעין, אז א איד וויל כאפן א מקוה אדער א קליינע מנין, ער שפירט ס'איז נאך אזוי וויכטיג ווי קויפן יאגערטס אויף יום טוב, נו מילא. תפלה בציבור מיט מקוה קעמען נישט אוועקמאכן, אבער גיין אראנזשירן אזא מאסן לוי' ברחובה של עיר, אן קיין טראפ אחריות, אן קיין טראפ מחשבה וואס פארא חורבן דאס קען ברענגען חלילה סיי פאר אידישע לעבנס און סיי פאר'ן חילול ה', און מען בארעכטיגט דאס נאך ?

דאס וואס האט נעכטן פאסירט אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל איז א שאנדע, א בושה און א גרויסע ווייטאג.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”