בלאט 1 פון 16

בית החיים בבארא פארק

געשריבן: מיטוואך מאי 23, 2018 3:25 pm
דורך הילולא דצדיקיא
נאכן זעהן לעצט'נס אסאך מאל עדווערטייזט וועגן דעם בית החיים אין בארא פארק, וואלט שוין געווען צייט, צו עפנען א אשכול פאר דעם, ווי מ'זאל באשרייבן אלו הטמונים שם

איך וויל נאר בעטן, אז אין דעם אשכול, זאל מען זיך נאר האלטן, צום ברענגען בילדער פון מציבות אדער נעמען פון הטמונים שם
און קורצע ביאגראפיע אויב מ'האט.

די וועלכע זענען ווערד א גרעסערע באשרייבונג נישט קיין חילוק פאר וועלכע סיבה, ווי למשל רבי גדליה יוסף בערנשטיין צו רבי צבי שטערן זצ"ל וכדו', זיי וועט מען בעז"ה מאכן א עקסטערע אשכול.

דערווייל לייג איך ארויף דא צוויי מעלדונגען וואס איך האב לעצטנ'ס געזעהן, אינעם מאנסיער קול הציבור, וואס צוליב דעם, האב איך באקומען א התעוררות אפיר צו זיכן ווער נאך ס'ליגט אין דעם בית החיים.



נ.ב. די אלע סגולות און מקורות, וואלט איך געקענט באשטיין מ'זאל שרייבן ערגעץ אנדערש, נישט אין דעם אשכול, ייש"כ

געשריבן: מיטוואך מאי 23, 2018 4:05 pm
דורך ישלהוסיף
איז דאס דער בית החיים ווי עס ליגט משפחת קול אריה?

געשריבן: מיטוואך מאי 23, 2018 4:22 pm
דורך רוצה לדעת

געשריבן: מיטוואך מאי 23, 2018 4:24 pm
דורך lebediger berel
יא, דאס איז דער בית החיים,
אויך איז היינט צום ערשטן מאל (וואס עס איז באקאנט) געווען א מנין ביים קבר פון הגאון הצדיק רבי מאיר דוב ב"ר משה אלעזר קידאנער רב.
איך האב געהאט די זכי' זיך משתתף צו זיין עס איז א פלא וויאזוי א אינגערמאן האט דערציילט אז ער האט געטראפן דעם קבר שפאצירנדיג צווישן בארא פארק און פלעטבוש און ער איז אריין זיך אומקוקן, ס'איז ממש נישט מעגליך צו פארשטיין וויאזוי אזא קליינע מצבה ביים עק איז ארויסגעשפרינגען פאר זיינע אויגן האט ער זיך אונטער גענומען צו ברענגען א מנין.
פאר מער אינפארמאציע זעט דא
http://kevarim.com/rabbi-moshe-eliezer-pager


געשריבן: מיטוואך מאי 23, 2018 4:29 pm
דורך הילולא דצדיקיא
אינטרעסאנט אז אין די חרוזים שטייט שוין אויך דעם יום הפטירה, דבר שלא ראיתי עד הנה

איז דא איינער מיט מער אינפארמאציע איבער דעם איד?

געשריבן: מיטוואך מאי 23, 2018 4:31 pm
דורך lebediger berel
דארט אויף קברים.קאם איז דא אפאר לינקס

געשריבן: מיטוואך מאי 23, 2018 4:37 pm
דורך הילולא דצדיקיא
ייש"כ יעצט געמערקט
זיי שרייבן דארט גאנץ שיינע זאכן אויף אים, (למשל די באריכט איבער זיין פטירה)

געשריבן: מיטוואך מאי 23, 2018 4:45 pm
דורך דריידל
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:ייש"כ יעצט געמערקט
זיי שרייבן דארט גאנץ שיינע זאכן אויף אים, (למשל די באריכט איבער זיין פטירה)

דארט שטייט דאך אז מ'האט אים באערדיגט אין יוניאנפיעלד סעמעטערי, וואס איז אין קווינס?

אגב, ווי איז קיידאן?

און אגב, דאגב וואס איז פשט אין קעפל בית החיים "הישן", איז דען דא א נייע בית החיים אז מ'זאל דאס ריפן ישן?

געשריבן: מיטוואך מאי 23, 2018 4:47 pm
דורך farshlufen
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:ייש"כ יעצט געמערקט
זיי שרייבן דארט גאנץ שיינע זאכן אויף אים, (למשל די באריכט איבער זיין פטירה)

א קראנקער גדול אין נויט

געשריבן: מיטוואך מאי 23, 2018 4:50 pm
דורך farshlufen
דריידל האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:ייש"כ יעצט געמערקט
זיי שרייבן דארט גאנץ שיינע זאכן אויף אים, (למשל די באריכט איבער זיין פטירה)

דארט שטייט דאך אז מ'האט אים באערדיגט אין יוניאנפיעלד סעמעטערי, וואס איז אין קווינס?

פעיק ניוז עס יוזשועל, נישט יוניאן-פיעלד נאר וואשינגטאן סעמעטערי, נישט נעבן שרהזאן נאר נעבן הרב ראזענזאהן

געשריבן: מיטוואך מאי 23, 2018 4:52 pm
דורך מונאוויטש
דריידל האט געשריבן:אגב, ווי איז קיידאן?

אין די ליטע. אין די קאוונע געגנט.

געשריבן: מיטוואך מאי 23, 2018 5:27 pm
דורך הילולא דצדיקיא
דריידל האט געשריבן:וואס איז פשט אין קעפל בית החיים "הישן", איז דען דא א נייע בית החיים אז מ'זאל דאס ריפן ישן?

גערעכט, שוין פאראכטן

ליסטע

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2018 5:52 pm
דורך שוכני עפר
ליסטע פון איבער 100 רבנים שוכני עפר דא אין בית החיים

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2018 5:54 pm
דורך שוכני עפר
ליסטע 2

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2018 7:21 pm
דורך הילולא דצדיקיא
דארף מען יעצט דורך גיין די ליסטע, און צאמשטעלן אביסל היסטאריע אויף יעדן איינעם, און אויף זייערע קהילות

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2018 8:38 pm
דורך טשאקלעט
מיר פלאנען בעזר השם צי גיין ערב ראש חודש צי ר׳ צבי שטערן זצ״ל

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2018 8:46 pm
דורך הילולא דצדיקיא
טשאקלעט האט געשריבן:מיר פלאנען בעזר השם צי גיין ערב ראש חודש צי ר׳ צבי שטערן זצ״ל

אויב איז אייך נישט שווער, וואלט אפשר געווען א גוטע זאך, מיטצונעמען א קעמער"ע, און מאכן בילדער פון מציבות ארום, וויפיל איר קענט, און די וואס קוקט אויס אינטרעסאנט, דארף מען דא ארויף לייגן, אולי וועט מען אנהייבן געוואר ווערן מער איבער דעם אמעריקאנעם אידנטום, פרטים וואס מיר ווייסן נאך נישט, און פרטים וואס מיר ווייסן נאך נישט אז מיר ווייסן נישט.

געשריבן: דינסטאג יוני 12, 2018 9:20 am
דורך טשאקלעט
טשאקלעט האט געשריבן:מיר פלאנען בעזר השם צי גיין ערב ראש חודש צי ר׳ צבי שטערן זצ״ל

איינער ווייסט ווי איך טרעף זיין ציון?

געשריבן: דינסטאג יוני 12, 2018 11:54 am
דורך הילולא דצדיקיא
זיך דא אפשר וועסטו ווערן געהאלפן

געשריבן: דינסטאג יוני 12, 2018 12:34 pm
דורך קיקיון

פאוסט 263

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2018 3:01 pm
דורך שוכני עפר

פואסט 96

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2018 3:07 pm
דורך שוכני עפר
רבי הלל קליין ז"ל

הנהגה תפילה על נשמת צדיקים בבית עולם

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2018 3:13 pm
דורך שוכני עפר
הנהגה

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2018 3:16 pm
דורך farshlufen
שוכני עפר האט געשריבן:רבי הלל קליין ז"ל

פארוואס פעלט אויס צו פירקלען האלבע אמת'ער?

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2018 3:19 pm
דורך שוכני עפר
farshlufen האט געשריבן:
שוכני עפר האט געשריבן:רבי הלל קליין ז"ל

פארוואס פעלט אויס צו פירקלען האלבע אמת'ער?

אלעס איז אמת!