מלוה מלכה מיט גאלדענע (בלתי מוגה)

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

מלוה מלכה מיט גאלדענע (בלתי מוגה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

הקדמה: די אשכול איז וואס איך חלום שוין זייט איך שרייב דא אויף אידישע וועלט. נאר נישט געפענט קיינמאל צוליב מיין שרייבן וואס איז כידוע ליידער ווייסט פון א דבור השלום. אבער די שבת (תרומה תשע״ח) האב איך מחליט געווען אז יעבור אלי מה, און איך עפען עס אין פארברענגען און ווי @גלעגער האט אמאל געשריבן אז אים פארברענגען איז עס אקעי. און אויך איז דא ברוך השם, אפאר חברים דא וואס זענען מיר מגיה אין אישי ותשחח׳׳ל.

און איך בעהט בכל לשון של בקשה, קיינער זאל דא אין דעם אשכול נישט מגיב זיין. און טאמער וועט מען יא מגיב זיין, גיי איך נישט ממשיך זיין.

וואס יא, אויב מען וויל, קען איך אדער איינער עפענען א באזונדערע אשכול פאר קאמענטס. ווי אויך טאמער וויל איינער מוסיף זיין על דברי מענין דעם סיפור אדער ענין וואס איך האב געשריבן, קען מיך יענער שיקן אין אישי און איך וועל בל׳נ (אויב כ׳וועל פילן ס׳איז אין די זעלבע סטייל און מהלך ווי מיין מהלך וועט דא זיין.) מפרסים זיין מיט יענעמס ניק נאמען, פארשטייצעך נאר אויב יענער וועט מסכים זיין.

די אשכול וועט זיין, כשמו כן הוא מלוה מלכה פארברענגען סיפורי צדיקים און גדולים און עניינים וכדו׳

די תעלות פום דעם אשכול וועט זיין זייער גרויס אי״ה ווי איר ועט זיין און פארשטיין מיט די צייט. און אז די עולם וועט מיט מיר מיט ארבייטן, און טאקע כרצוני נישט דא אין דעם אשכול מגיב זיין וכדו׳ וועט אי״ה מיט די יארן דער אשכול זיין פון די בעסטע אידישע וועלט אשכולות מיט די מערסטע צפיות אי״ה. וחפץ השם בידי יצלח.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

איך וועל אנפאנגען שרייבן ספורים מארגען אי״ה. און יש״כ נאכאמאל פאר אייערע קאאפעראציע.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

כ'וויל אנפאנגען מיט אן אינטערסאנטער מעשה וואס ס'פארציילט כסדר רבי מ. זיידענפעלד פון די שומרי הדת טשאפעל דא אין בארא פארק. וואס ער איז כידעו געווען א משמש בקודש ביי די הייליגע ריבניצר רבי. דערציילט דער רבי מענדי אזוי, אז ער איז געווען אמאל אין די עשרת ימי תשובה ממש פאר יום הקדוש אין לאס אנדזשעלעס מיטן ריבניצר. און די רבי מיט זיינע משמשים זענען געווען ביים ים פאר תשליך איז ער אויך דארט געווען מיט די משמשים. איז דאך יענע צייטן אין די בראשית יארן אין אמעריקע, איז דאך נישט געווען אזוי ווי היינט פוהל מיט כשרות איבעראל פון אלע סארטן, איז אז מען האט געדארפט פיש פאר ערב יום הקדוש און ס'איז נישט געווען, איז דארט געווען איינע פון די משמשים וואס האט געכאפט פיש פארן הייליגען ריבניצר ער זאל האבן וואס צו עסען פאר די ערב יום הקדוש סעודה.

שוין מיטאמאל דערציילט רבי מענדי, איז געלונגען פאר יענער משמש צו כאפן א גאר גרויסן פישל פארן רבין. און ער האט זיך זייער געפרייט און עס געגעבן א גיטן שלעפ ארויס פון ים און עס תיקף געברענגט פארן ריבניצר ווייזענדיג ווי גוט ס'איז איהם געלונגען צו כאפן אזא גרויס גוטן פישל פארן רבין. אבער אינטערסאנט, האט דער ריבניצר געגעבן א כאפ אן דעם פיש אין די האנט און געגעבן א שריי צו איהם. ניין ניין בשום אופן נישט! נייין ניין בשום אין אופן גיי איך דיר נישט מתקן זיין! די ביסט טאקע געווען א גרויסן צדיק און דערפאר מגולגל געווארן אין א פיש [וואס כידעו פון ספרים הקדושים דאכצעך פון של''ה אדער זוהר, ווערען נאר צדקים מגולג אין פיש, וויבאלד פיש דארפן דאך נישט אזוי גרויסע תיקן, וויבאלד מען עסט זיי אן קיין שחיטה.] אבער למעשה ביסט די געווען דער וואס האט מיקר געווען די שער פאר יו''ט, און יודן האבן קום געקענט אריין ברענגען דעם יו''ט יענעם יאר צוליב די גרויסע הוצאות וואס די האסט ארויף געלייגט אויף זיי! דערפאר גיי איך דיר נישט מתקן זיין! און אזוי ווי דער הייליגער ריבניצר האט דאס געזאגט, האט ער תיקף געגעבן א ווארף צוריק אריין דעם פיש צוריק אין דעם ים אריין...

שוין די מעשה ווערט נאך מער אינטערסאנט.. דערנאך איז פאר דעם משמש ווידער געלונגען און געכאפט ווידער נאך א פיש ארויס פון ים און געגעבן פארן רבי'ן, וואס דאס האט שוין די רבי יא מסכים געווען אז מען זאל עס אהיים נעמען צו איהם אין שטוב און אפקאכן. אבער נאר בלויז פאר מוצאי יום הקדוש סעודה, און נישט פאר די ערב יום הקדוש סעודה. דערציילט ווייטער רבי מענדי אז מוצאי יום הקדוש ביים טיש ווען מען האט אריין געברענגט דעם פיש, האט זיך איינער דארטן געוואגט צו פרעגן דעם ריבניצר, פשט, פון דעם אז די רבי האט געהייסן צוריק אריין ווארפען דעם ערשטען פיש אין ים? האט דער ריבניצר אזוי געענטפערט און רבי מענדי דערציילט אז ער האט דעם ענטפער אליינס געהערט פון די הייליגער ריבניצר, האט דער ריבניצר אזוי געזאגט, אז די ווילסט ווען וואלט איך דיר אפי' אויס געזאגט דעם נאמען ווי אזוי ס'האט געהייסן דער וואס ס'איז געווארן מגולג אין דעם ערשטען פיש.. אבער וואס זאל איך אבער טוהן אז יענעמס אייניקעל זיצט דא ביי מיין טיש... און איך וויל יענעם נישט פארשעמען.. זי''ע ועל כל ישראל אמן.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

די פני מנחם פון גר איז געווען באקאנט אויף חוץ פון זיין צדקת, איז ער געווען גאר א קלוגע יוד.

דערציילט איינע פין די גער׳ע אייניקלעך רבי אלטר גאר א אינטערסאנטער מעשה מיט א שטארקע לימוד איבער דעם פני מנחם. (קען זיין איך געדענק נישט בדיוק און פארדריי קליינע פרטים.)

ס׳געווען א בחור וואס האט ליידער נישט אזוי מצליח געווען מיט די לערנען, און איז שווער אריבער די ישיבה יארן, אבער ברוך השם חתונה געהאט און אדורך א שטיקעל תקופה און געהאט א קינד בשעה טובה ומוצלחות.

שוין ריפט איין שיינעם טאג צו דער פני מנחם דעם יונגערמאן און גיבט א פרעג זאג נאר האסט שוין געקויפט א מתנה פאר דיין פרוי לכבוד די געבארטס פון דיין נייע קינד? זאג דער יוד צום גערער רבין אז ניין, זאגט איהם די פני מנחם נו אז די האסט איר נאך נישט געקויפט קיין מתנה, וואלט געווען כדי זאלסט אז די איר שוין גיין קויפן א מתנה לכבוד דיין נייע קינד. נו גוט אז די רבי הייסט איז ער איר גלייך געגאנגען און איר געקויפט א מתנה.

גייט אדורך נאך אפאר טאג, ריפט איהם ווידער די פני מנחם צו, (דעם יונגערמאן) און ער גיבט איהם א פרעג נו זאג נאר, האסט געטוהן ווי כ׳האב געהייסן און געקויפט א מתנה פאר דיין פרוי? זאג דער יונגערמאן אז יא, כ׳האב געפאלגט דעם רבין און איר געקויפט א מתנה. נו זאגט איהם ווידער די פני מנחם, זאג נאר יונגערמאן לעבן און פאר דיר אליינס האסטו שוין געקויפט א מתנה? ביסט דאך שוין א טאטע פון קינדער, נוי קומט דיר דער נישט אז די זאלסט דיך אליינס קויפן עפעס, עפעס א זאך וואס די גלייכסט? נו אז די רבי הייסט איז ער געגאנגען און זיך אליינס געקויפט עפעס א מתנה א זאך וואס ער האט ליב.

גייט ווידער אדורך אפאר טאג ריפט איהם נאכאמאל דער פני מנחם צו און ער פרעגט איהם יונגערמאן לעבן האסט געטוהן ווי כ׳האב דיר געבעטן און דיר אליינס געקויפט א מתנה? זאגט דער יוד יא כ׳האב געטוהן פונקט ווי די רבי האט געהייסן און געקויפט פאר מיין פרוי א מתנה און דערנאך פאר מיר אליינס אויך געקויפט א מתנה.

שוין זאגט איהם די גערע רבי נו אז די האסט ׳דיך׳ שוין געקויפט א מתנה און פאר ׳דיין׳ פרוי אויך שוין געקויפט א מתנה, נו חז״ל זאגן דאך אין קדושין, אז שלושה שיתופים יש באדם, אב ואם והקדוש ברוך הוא, נוי פאר דעם דריטען שיתוף האסטו שוין געקויפט א מתנה?

גיבט דער יונגערמאן אזא קוק אן די פני מנחם... אז הממממ... וואס און ווי אזוי זאל איך קויפן א מתנה פאר דעם דריטען שיתוף דער אייבערשטער...? זאגט די גערע רבי הער מיך גוט צו, די דאווענסט דאך יעדען טאג ממילא מנחה-מעריב, איז נו פאלג מיר און לאז איבער א 25 מיניט צווישען מנחה-מעריב, און זיץ אין בית המדרש, און דאס וועסטו טוהן פאר א מתנה פאר דעם דריטען שיתוף די אייבערשטער. נו האט שוין די יוד גוט פארשטאנען..

פרעגט אבער די יוד די פני מנחם אבער וואס זאל איך טוהן אין בית המדרש? איך פארשטיי דאך נישט קיין ווארט לערנען...? זאגט איהם די פני מנחם, זאג איך האב דיך עפעס געהייסן לערנען? כ׳האב דיר געזאגט גיב פארן באשעפער א מתנה אין זיץ 25 מינוט יעדען טאג צווישען מנחה-מעריב אין בית המדרש. לערנען יא צי לערען נישט, קודם זיץ און בית המדרש אפי׳ די טרינקסט בלויז א הייס גלעזעל טיי, אין די זאגסט אביסעל תהילים אדער זיי מעיין אין א ספר, נאר דאס בעהט איך דיר, נא אז די וועסט ווילן און די וועסט פילן אז די ווילסט און די ביסט גרייט, גיב דיך א זעץ צו, צי א שיער חק לישראל אדער וואס אימער שיער די ווילסט נאר, אבער קודם זיי אין בית המדרש א יעדען טאג פאר בלויז 25 מיניט. דאס איז אלטס וואס איך בעהט פון דיר.

דערציילט אסאך דער רבי אלתר די מעשה, און ער פירט אויס, נו וואס מיינט איר? היינט איז דער יוד א שיינע יודע ספר, און האט יעצט תשע״ח קינדער אין שידוכים, און זיינע קינדער לערנען אין די גערע ישיבה און ירושלים, פון די בעסטע קינדער און מען הארגעט זיך צו טוהן שידוכים מיט זיינע קינדער. אלטס צוליב וואס די פני מנחם האט איהם געבעטן בלויז צו זיצען אין די הייליגע בית המדרש.

[חוץ פון דעם וואס די מעשה ווייזט לענ״ד אויף גאר א שטארקע פיקחות פון די פני מנחם זצ״ל האט עס אויך אין זיך א געוואלדיגע מוסר השכל, זי״ע]
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ס׳דא א יוד דא אין בארא פארק א יוד א גאון און צדיק הרב רבי יוסל דייטש שליט״א זז״ג לאורך ימים ושנים טובים. ס׳איז מיר לעצטענס אויס געקומען צו טרעפן דעם יוד פאר א געוויסע עסקנות, דער יוד חוץ פון דעם וואס ער איז די בארא פארקע קלויזענבורגע דיין, און אויך יעצט לעצטענס (תשע״ח) גע׳עפענט א נייע בית המדרש און אויך אריין אין די נייע בית דין פון הרה״ג רבי יצחק שטיין שליט״א ״אבני שיש״ (פאלטיטשאן), טוט דער יוד נאך פוהלע זאכן ווי ער א חתן מדריך און א בעל מכשיר (ער פארט אראפ געבן השגחות) און נאך. ווען איך בין געקומען צו דעם דיין בין איך נישט געווען זעכער צו דער דיין וועט מיר ווילן העלפן מיט דעם עסקנות צי נישט, אבער ממש נאך אפאר מיניט מיט איהם רעדן, און ער האט געהערט אויף וואס איך בין איהם געקומען טרעפען, האט ער זיך יא צוגעכאפט צו טוהן דעם עסקנות און מיר מבטיח געווען אז כאטש זיין גאר פארנומענעם סדר היום גייט עס זעהן שוין צו ערלעדיגען. און אזוי ארום האט ער האט מיר דערציילט די פאלגענדיגע מעשה: ווי צו זאגן אז צוליב דעם נעמט ער יא אן צו טוהן דעם עסקנות, די מעשה איז לענ״ד גאר א שטארקע מעשה און גאר א שטארקע דערהער, אט איז די מעשה:

ס׳איז באקאנט אז די קלויזענבורגע רב זצוק״ל האט פארלוירען זיין גאנצע משפחה ביי די ביטערע וועלט מלחמה, און ער האט פאלוירען זיין רעביצען מיט אלע זיינע קינדער (דאכצעך מיר ארום 10 קינדער), דערציילט מיר הרב דייטש אז די קלויזענבורגע רב האט זיך אמאל צו וויינט ביי א געלעגענהייט אז ער האט פאלוירען זיין גאנצע שטוב, און געפרעגט ברבים פון דעם עולם, וואס ס׳קען זיין די סיבה אז ער האט יא איבער געלעבט די קריג? - הרב דייטש זאגט מיר אז ער איז אליינס דארט געווען בשעת די מעשה ווען די קלויזענבורגע רב האט געפרעגט די קשיא - אסאך פון זיינע משפחה ארום און ארום, רבנים און צדיקים און קדושים, האבן נישט איבער געלעבט די קריג, זיין ווייב און קינדער האבן אויך נישט איבער געלעבט, איז פארוואס האט די באשעפער איהם יא געגעבן די מתנה און געשאנק פון איבער לעבן די קריג? פארוואס?

זאגט מיך די דיין הרב דייטש, נו קענסט אפשר טראכטען וואס די קלויזענבורגע רב האט גע׳ענפערט?


איז אזוי: ער וואלט ווען געקענט ענטפערן אז פאר די מלחמה האט ער מרביץ תורה געווען און גע׳פסק׳נט שאלות פאר יודן, געווען א רבי פאר חסידים וכדו׳ איז אפשר דאס געווען די זכות אז ער זאל איבער לעבן די קריג, דאס אלעס האט ער נישט גע׳ענפערט... ער וואלט ווען אפשר געקענט ענטפערן, אז די באשעפער האט איהם געמאכט איבער לעבן די קריג על שם העתיד, ווייל ער גייט פירן א עדה פון יודן נאך די וועלט מלחמה, זיי מחזיק זיין, ער גייט ארויס העלפן אזוי פול יודן און פערנוואלד, כידוע וואס די קלויזענבורגע רב האט דארט מחזיק געווען אזוי פוהל יודן, נאך דעם ביטערען חרבן, אדער אז ער גייט עפענען א שפיטאל וואס אגב איז עס כידוע געווען א הבטחה וואס די קלויזענבורגע רב זצ״ל האט צוגעזאגט פאר די באשעפער, אז טאמער ער וועט איבער לעבן די מלחמה, וועט ער בויען דעם שפיטאל און ארץ ישראל (די שפיטאל איז אין קרית צאנז אין נתניה). איז דאס אלעס האט די קלויזענבורגע רב נישט גע׳ענפערט!

נוי איז נאר וואס יא? וואס האט דער הייליגע יוד און צדיק יא געהאלטען איז די סיבה אז ער האט איבער געלעבט די קריג?

האט די קלויזענבורגע רב אזוי געזאגט: און ווי געזאגט ער האט עס געזאגט ברבים, און די דיין הרב דייטש איז דארט געווען בשעת מעשה, ווען ער האט עס געזאגט, האט די רבי אזוי געזאגט: פאר די קריג איז געווען עפעס א שנארער וואס האט נישט געהאט, נישט ווי צו עסן און נישט ווי צו שלאפן, פלעגט ער קומען א יעדע מיטוואך נאכט ביז צו מאנטיג צופרי, איין צו שטיין ביי איהם אין שטוב, און נישט נאר דעם, נאר דער שנארערע איז נעבעך נישט געווען ריין.. און אויך נישט געהאט קיין ריינע בגדים... וד״ל... דאך פלעגט יעדע וואך דער שנארער קומען צו די רבי אין שטוב, און מען פלעגט זיך מיט איהם מטפל זיין, איהם אויסרייגען געבן נייע וועש, אכילה שתיה און לינה - און עסן טרינקען און ווי צו שלאפן. ס׳איז טאקע נישט געווען באקוועם זיך מיט איהם צו מטפל זיין... דאך פלעגט ער קומען יעדע וואך און מען האט זיך מיט איהם, אפ געגעבן א יעדע וואך אן אויסנאם איהם אויסגערייניגט און געגעבן אלעס וואס ער האט געדארפט. אט הערט טייערע יודן! דאס האט די הייליגע קלויזענבורגע רב אויסגעפירט איז די סיבה פארוואס ער האלט איז די זכות אז ער האט איבער געלעבט די קריג!

די מעשה לענ״ד רייסט וועלטן! ווי מען זעהט וואס א צדיק האלט ווי שטארק ס׳איז חשוב און טייער אויבען אין הימעל ווען מען טוט און גיבט זיך אוועק פאר א צווייטע יוד! און פארשטייצעך אז לו דוקא פאר א שנארער און א אימריינער מענטש, נאר פאר א יעדע יוד, אזוי ווי די דיין הרב דייטש האט פון דעם מעשה אויסגעפירט.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: מלוה מלכה מיט גאלדענע (בלתי מוגה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

די וואך ראש חודש כסליו תשפ״א לפ״ק האט איך אני הקטן געהאט די זכיה צי זיין ביי די ראש חודש טיש פון הגה״צ די סקולענע רבי שליט״א, ממש א טעם גן עדן געווען דעם טיש. די ניגונים מיט די דברי תורה און ספורים פונעם רבי׳ן שליט״א. די רבי האט דערציילט צווישען אנדערע א מורא׳דיגע מעשה וואס האט מיך דערמאנט פון דעם אשכול אז איך זאל עס דא מיטיילען מיט דעם עולם. איז דא האט איר די פאלגענדיגע סיפור וואס די רבי האט דארט דערציילט ביים טיש.

ס׳געקומען אין צייט פון דעם גאון די שואל ומישב א דין תורה צי איהם אין לעמבערג צי זיין בי״ד מיט א דין תורה פון ליידער א אלמנה מיט יתומים וואס האבן זיך געקריגט איבער די ירושה פון די מאן וואס איז געשטארבען און די שואל ומישב ציזאמען מיט זיין בי״ד האבן זיך פארטיפט אין די פרטים און דערנאך אין די הלכה פאר עטליכע וואכן און דערנאך ארויס געגעבן זייער פסק, וואס איז זיי אויסגעקומען על פי הלכה, וואס זיי האבן געפסקענט לטובת פון די יתומים.

די אלמנה וואס האט פארלוירען די דין תורה איז געווארן זייער ציבראכען, אז צי אלע אלע אירע צרות פון פארלירען איר מאן האט זיך אויכעט פארלוירען די נכסים און ווי איך פארשטיי פון די מעשה האבן די יתומים ליידער איר נישט געהעריג געשפייזט, איז זי געגאנגען זיך אייסוויינען איר ביטער הארץ צי די רבי רעב הערש פון רומניב די שטאט ווי זי האט געוואינט, האט די צדיק איר אויסגעהערט און זי האט זיך זייער ציוויינט צי איהם אויף אלע אירע צרות וואס זי גייט אריבער און דערציילט פארן רבי׳ן וועגן די דין תורה - די לעמבערגע בי״ד האט געהאט אפ געשריבען זייערע פסק אויף עטליכע בלעטער וואס די פרוי האט פונקט געהאט ביי זיך אין טאש - האט זי געגעבן א נעם ארויס די צעטלעך אין געוויזען פארן צדיק אז קוק דא האט די רבי די פסק ווי זיי האבן גערעכט געגעבן די יתומים און איך האב פארלוירען די דין תורה.

האט די רבי רעב הערש איר געבעהטן אז ער וויל עס זעהן, האט זי עס איהם געוויזען, ער האט עס אנגעהויבען אדורך לערנען און ממש נאך אפאר מינוט האט ער עס אראפ געלייגט און איר געזאגט אז ער זעהט אז די בי״ד האט זיך טועה געווען! גיי צוריק צי לעמבערג, האט די צדיק ממשיך געווען, און זאג זיי, אז איך זאג אז זיי האבן זיך טועה געווען.

די סקולענע רבי האט אזוי דערציילט אז, דעמאלטס איז נאך די רבי רעב הערש נאכנישט געווען מפורסם, בעת וואס די שואל ומישב האט געשעמט אין די גאנצע וועלט, און די אלמנה האט זיך זייער געשעמט צי גיין זאגן פאר די שואל ומישב דעם וועלט׳ס גאון אז ער האט זיך טועה געווען... דאך אבער אז די רבי הייסט איז זי געגאנגען.

זי קומט אן צי לעמבערג און זאגט פארן שואל ומישב אז די רבי רעב הערש פון רומניב האט געזאגט אז ער האט זיך טועה געווען אין דעם פסק. האט ער נאכאמאל מעיין געווען, און נאך א שטיקעל צייט געזאגט אז גערעכט איז גערעכט אז ער האט זיך טאקע טועה געווען, און ער האט געהייסן פארעכטען דעם פסק, אין די אלמנה איז ארויס די זיגער אין דעם דין תורה און באקומען די נכסים.

לימים נאך וואס די רבי רעב הערש איז שוין נתפרסם געווארן. איז געשעהן אז די שואל ומישב האט זיך פונקט ערגעץ ווי געטראפן מיט די רבי רעב הערש, און ער האט זיך דערמאנט פון די מעשה, האט ער איהם געפרעגט פון ווי ער האט געוויסט אז ער האט זיך טועה געווען מיט דעם פסק?

[איך לייג דא צי מיין אייגענע הוספה אז אויב איך געדענק גוט האט די דברי חיים די צאנזע רב אמאל געזאגט אז ס׳געווען (נאר) 3 צדיקים וואס זענען אנגעקומען גאר הויעך אן די כח התורה, דאכצאך מיר די רבי רעב זישא און רבי רעב הערש זענען 2 פון די 3. שיק מיך ביטע אין אישי אויב איינער געדענקט פון וואס איך רעד פון.]

האט די רבי רעב הערש גענפערט מורא׳דיגע ווערטער. אז ווען איך האב מעיין געווען און אנגעהויבען צי לערנען דעם פסק הלכה האב איך נישט געשפירט קיין זיסקייט, איך האב נישט געשפירט קיין מתוקות התורה, האב איך דעראיבער געוויסט אז דאס קען נישט זיין קיין תורה מסיני! ס׳קען נישט זיין א פסק הלכה לאמיתה של תורה, האב איך ממילא גלייך געוויסט אז די גאנצע פסק דין איז א טעות!

די סקולענע רבי האט ציגעלייגט אז ס׳באקאנט דעם אור החיים הקדוש פרשת בהר ווי ער שרייבט אויפן פסק ותורתך בתוך מעי! אז פונקט ווי ווען א מענשט עסט א גוטן נאכטמאל שפירט ער גלייך תיקף ומיד דעם גוטן טעם אין זיין בוך, די זעלבע איז אויך ווען מען לערענט תורה שפירט מען גלייך דעם גוטן און זיסן טעם, ותורתך בתוך מעי!

די מעשה האט עטליכע מוסר השכל. א יעדער זאל זיך אליינס עס נעמען.


רימיינדער איך בעהט בכל לשון של בקשה, קיינער זאל דא אין דעם אשכול נישט מגיב זיין. און טאמער וועט מען יא מגיב זיין, גיי איך נישט ממשיך זיין.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”