דריייווט איר אין קרית יואל? אריין!

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

זאל מען לאזן פארקען און די זייט פון די ביזי ראודס? [עכ"פ ביז מען קען עס אויסברייטערן]

יא געהעריג ווי ביז יעצט ביידע זייטן.
11
16%
ניין נאר אין פארקינג לאט.
23
33%
נאר אויף איין זייט.
36
51%
 
סך הכול שטימען: 70

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

דריייווט איר אין קרית יואל? אריין!

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:33 am

יעדער וואס דרייווט אין קרית יואל ווייסט אז קרית יואל איז די ערגסטע דרייווינג פלאץ, די מערסטע עקסידענטען.
בעיקר וועגן צוויי סיבות איינס עס איז נישט דא קיין פאליס וואס אינפארסען די געזעץ, והעיקר אז עס איז שמאלע ראוד'ס און מען פארקט ביידע זייטן פונעם ראוד. סא עס איז דא פלאץ נאר פאר איין קאר א דורך צופארן, אזעלכע גאסן ווי סאטמער, ישראל דזופניק, כהנא דרייוו, דארף מען פארן זיג זעג, און אין די אינדערפרי שעות וען די באסעס פארן ארויס קען מען אסאך מאל דארפן ווארטען א שיינע פאר מינוט צו קענען אדורך פארן.
ביטע זאגט אייער מיינונג צום לעזינג
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

פיין מסכים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 2:46 pm

תגובהדורך פיין מסכים » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:41 am

פונקט היינט געזען אז אין פראנט פון ברך משה איז א נאו פארקינג אויף איין זייט.

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 12:51 pm

שוין מהאט זיך אנגעהויבען כאפן אז די דרייוויינג רעגלאציעס זענען נישט צום זאך, די אשכול גייט לויפן זייער שנעל צו דירות קריזיס (איי די ווילידש האט שוין געלאזט בויען פארקריפעלט אנע נארמאלע פארקינג ספעיס פאר איבער 10 יאר צוריק,
אבער יעצט אויפן מינוט האט דאך יעדער א נוגע בדבר.
סאו איך מיין מקען שוין אריבערפירן די אשכל צו קרית יואל דירות קריזס,
די לעצט נארמאלע דעוואלפמענט אין קרית יואל איז געווען קארלין ביז נאך עצי תמרים, (חוץ וואלווא וואס מהאט געבויט היפש שפעטער)
פון דערנאך אין ווייטער האט שוין נישט געשטימט פארקינג ספעיס מיט צאל הייזער,
איך וועל אייך דערציילן אסאך מער פאר 23 יאר צוריק ווען איך האב געוואוינט אין מאנרא אלס קינד האט מען שוין דעמאלטס געפארקט אויפן ראוד (אפילו סאיז געווען בהרחבה פארקינג)
מהאט עס קיינמאל נישט געפארסט חוץ איין סיזען.
..

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 1:03 pm

כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 1:29 pm

שטייגען האט געשריבן:שוין מהאט זיך אנגעהויבען כאפן אז די דרייוויינג רעגלאציעס זענען נישט צום זאך, די אשכול גייט לויפן זייער שנעל צו דירות קריזיס (איי די ווילידש האט שוין געלאזט בויען פארקריפעלט אנע נארמאלע פארקינג ספעיס פאר איבער 10 יאר צוריק,
אבער יעצט אויפן מינוט האט דאך יעדער א נוגע בדבר.
סאו איך מיין מקען שוין אריבערפירן די אשכל צו קרית יואל דירות קריזס,
די לעצט נארמאלע דעוואלפמענט אין קרית יואל איז געווען קארלין ביז נאך עצי תמרים, (חוץ וואלווא וואס מהאט געבויט היפש שפעטער)
פון דערנאך אין ווייטער האט שוין נישט געשטימט פארקינג ספעיס מיט צאל הייזער,
איך וועל אייך דערציילן אסאך מער פאר 23 יאר צוריק ווען איך האב געוואוינט אין מאנרא אלס קינד האט מען שוין דעמאלטס געפארקט אויפן ראוד (אפילו סאיז געווען בהרחבה פארקינג)
מהאט עס קיינמאל נישט געפארסט חוץ איין סיזען.

פאר דורך סאטמער, העיס, מירון, געציל בערגער. וכדו' ביינאכט ווען די עולם איז אינדעהיים, וועסטו זעהן אז איבעראל איז פיל מיט ליידיגע פארקינג לאטס,
אבער די עולם פארקט אויפן ראוד, עס איז אייביג געווען אינפארסט אז די בילדער מיז צושטעלן פארקינג, אבער מען האט קיינמאל נישט קער גענומען אז די איינוואונער זאל פארקן אין די פארקינג. און לי יהא מען זאל זיך איינרעדן אז עס איז דא א פארקינג קריזעס קען מען געהעריג פאקן אויף איין זייט ראוד מען מיז נישט פארקען איין קאר דעי זייט און איין קאר דעי זייט, אזוי אז מען זאל מיזען פארן זיג זעג.

דאס איז זיכער אז אויב עס געשעט לא עלינו א עקסידענט ביי די דריי פון סאטמער נעבן סיגעט ווען א קאר קומט פון איין זייט און א צווייטע קאר פון די צווייטע זייט און עס איז נישט מעגליך צו זעהן אויב א צווייטע קאר קומט וועט די ווילידש נישט קענען זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 1:31 pm

איך זעה נישט אז קיין איינע פון די דריי אפציעס זאלען זיין א סעלושען
1 אזוי ווי ביז יעצט? איר זאגט דאך אז סאיז דא א פראבלעם
2) אין פארקינג לאט? אין וועלכע?
3) אויף איין זייט? ווי וועלען די איבריגע פארקען?
סאיז דא אן אנדערע סעלושאן
נוצען די פיס

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 1:44 pm

סארקאזי האט געשריבן:איך זעה נישט אז קיין איינע פון די דריי אפציעס זאלען זיין א סעלושען
1 אזוי ווי ביז יעצט? איר זאגט דאך אז סאיז דא א פראבלעם
2) אין פארקינג לאט? אין וועלכע?
3) אויף איין זייט? ווי וועלען די איבריגע פארקען?
סאיז דא אן אנדערע סעלושאן
נוצען די פיס

יא אין פארקינג לאט, עס איז ב"ה דא געניג פאר יעדע דירה ווערט צוגעשטעלט א פארקינג ספאט.[איך רעד נישט ווען איינער מאכט א שמחה].
2] איז א גוטע עצה. http://ecode360.com/11011406?highlight= ... t#11011406
דא קענט איר זעהן די געזעצן עס איז ב"ה זייער גוט יעדער שטעלט צו פארקינג. די פראבלעם איז נאר אז די עולם פארקט נישט אריין אינעווייניג, מען שטעלט זיך אויפן ראוד.

3] איז א גוטע סעלאשען. עס איז דא געניג און נאך פלאץ פאר איין זייט אויפן ראוד פאר אלע קארן. והא ראיה אז זיג זעג קען מען אייביג א דורך פארן.
עס איז קיינמאל אפילו נישט האלב פיל אז אזא רעגאלעשען גייט מאכן א פארקינג מאנגעל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 2:00 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:יעדער וואס דרייווט אין קרית יואל ווייסט אז קרית יואל איז די ערגסטע דרייווינג פלאץ, די מערסטע עקסידענטען.

יעדער?

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 2:04 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:יעדער וואס דרייווט אין קרית יואל ווייסט אז קרית יואל איז די ערגסטע דרייווינג פלאץ, די מערסטע עקסידענטען.

יעדער?

אם אני כאן הכל כאן אם אין אני כאן מי כאן...
יא איך מיין אז יעדער חוץ דו אין מיללער, איך מיין ענק נישט פערזענליך די ווילידש איז ב"ה ביזי מיט וויכטוגערע זאכן, א שטייגער ווי ענעקסעישען, וואסער,
און מען ארבעט אויף העפטיג אויף א פלען צו טוישען געוויסע ראודס וכדו' איך בין נישט געווען ביי די מיטונג אין קרן ויואל משה.
און די עולם דא וויל עס אויסשמיעסן .
ביז דערווייל האלט עס אז 12 אירע זאגן אז מען דארף א טויש און 3 אירע זאגן אז נישט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

מאנסיער יוד
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 1:54 pm

נישט ערלויבען געשעפטן אין רעזידענשעל עריעס

תגובהדורך מאנסיער יוד » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 2:15 pm

א חלק פון די פלעצער ווי די פראבלעם איז, קומט עס צוליב געשעפטן אין רעזידענשעל עריעס די ווילידזש וואלט עס נישט געטארט צולאזען. א דוגמא ווי אויף מירון ביי די דריי ווי עס איז דא געשעפטן און געוויסע צייטען איז עס ממש א כאאס .

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 2:19 pm

מאנסיער יוד האט געשריבן:א חלק פון די פלעצער ווי די פראבלעם איז, קומט עס צוליב געשעפטן אין רעזידענשעל עריעס די ווילידזש וואלט עס נישט געטארט צולאזען. א דוגמא ווי אויף מירון ביי די דריי ווי עס איז דא געשעפטן און געוויסע צייטען איז עס ממש א כאאס .

אויב מעג מען נאר פארקען אין פארקינג לאט, איז עס נישט קיין פראבלעם ווייל אדער וועט די קונה פארקן אביסעל ארויפציער אדער וועט די געשעפט ווילן צושטעלן פארקינג משא"כ יעצט טראכט ער מען וועט שוין פארקן אויפן ראוד,
די ווילידש טוט וואס זיי קענען זיי האבן גוטע פארקינג רעגאלעשענס פאר סטארס, די פראבלעם אי נאר ווען איינער עפענט א סטאר און א רעזידענשעל עריע קען די ווילידש גארנישט טוען.
בקיצור די זאונינג געזעצן זענען גוט. די חורבן איז נאר די דרייווינג רעגאלעשענס.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 3:31 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:יעדער וואס דרייווט אין קרית יואל ווייסט אז קרית יואל איז די ערגסטע דרייווינג פלאץ, די מערסטע עקסידענטען.

יעדער?

אם אני כאן הכל כאן אם אין אני כאן מי כאן...
יא איך מיין אז יעדער חוץ דו אין מיללער, איך מיין ענק נישט פערזענליך די ווילידש איז ב"ה ביזי מיט וויכטוגערע זאכן, א שטייגער ווי ענעקסעישען, וואסער,
און מען ארבעט אויף העפטיג אויף א פלען צו טוישען געוויסע ראודס וכדו' איך בין נישט געווען ביי די מיטונג אין קרן ויואל משה.
און די עולם דא וויל עס אויסשמיעסן .
ביז דערווייל האלט עס אז 12 אירע זאגן אז מען דארף א טויש און 3 אירע זאגן אז נישט

סאו חוץ איך און מיללער האלט "יעדער" אז קרית יואל איז די "ערגסטע" דרייווינג פלאץ און די "מערסטע" עקסידענטן?
דער אייבערשטער זאל אפהיטן
אויף וואס איז דאס בעיסד? אויף גאנץ יונייטעד סטעיטס? אדער גאר די גאנצע וועלט?

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:24 pm

בבחינת קרית יואל איז די ארימסטע שטאט פון יוניידעט סטעיט'ס, וד"ל.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 11:22 pm

מיינע צוויי סענט,
נישט די ווילידזש. נישט די שמאלע גאסן. נישט די פילע ביזנעסער. נישט קיין סקול באסעס.
נאר וואס יא???? די ענטפער איז זייער פשוט!!!!!!
די פילע קאר סערוויס פירמעס וואס יעדע פון זיי האט מינימום 15 קאר אופן ראוד אין יעדער פון זיי יאגט זיך צו כאפן נאך א קאוסטומער!!, אין אזא פנים האט עס, אז מען ברויך שוין צו מאכן אנקעטעס !!!!! זיי רעכענען זיך ווייניג ווען איך בעק ארויס מיט מיין פאונטייק פון מיין פארקינג גלאט! זיי גייט נישט אן אז א סקול באס פול מיט קינדער פארט אין פראנט פון זיי.... אין אזוי ווייטער
הגם איך מיז אויך צולייגן די טראקס אין ווענס פון די גראסעריס זיי זענען אויך א היבש שילדיג אין דעם!
האטס אלע א גוטע נאכט!! אין מיר האפן אז פון די אלע אזוי געריפענע אנקעטעס זאל ווערן א פיצי זייפן בלוז.

מיטאלעמען
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 1:54 pm

דריייווט איר אין קרית יואל? אריין!

תגובהדורך מיטאלעמען » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 11:29 pm

אין מאנרא איז דרייווינג בבחינת כל דאלים גבר!
נא סטאפס סיינס נא רעד לייטס.
אין אוואדי זיך נישט וואגן צי טשעפען מיט א טעקסי.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 9:57 am

געוויסע ראודס זענען גוט צוזעצט מען פארט אויף א רייד ווען מען פארט דארט.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 11:01 am


אוועטאר
זאקן
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 10:48 am

תגובהדורך זאקן » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 8:07 am

פאטאקי08 האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:יעדער וואס דרייווט אין קרית יואל ווייסט אז קרית יואל איז די ערגסטע דרייווינג פלאץ, די מערסטע עקסידענטען.

יעדער?

אם אני כאן הכל כאן אם אין אני כאן מי כאן...
יא איך מיין אז יעדער חוץ דו אין מיללער, איך מיין ענק נישט פערזענליך די ווילידש איז ב"ה ביזי מיט וויכטוגערע זאכן, א שטייגער ווי ענעקסעישען, וואסער,
און מען ארבעט אויף העפטיג אויף א פלען צו טוישען געוויסע ראודס וכדו' איך בין נישט געווען ביי די מיטונג אין קרן ויואל משה.
און די עולם דא וויל עס אויסשמיעסן .
ביז דערווייל האלט עס אז 12 אירע זאגן אז מען דארף א טויש און 3 אירע זאגן אז נישט

סאו חוץ איך און מיללער האלט "יעדער" אז קרית יואל איז די "ערגסטע" דרייווינג פלאץ און די "מערסטע" עקסידענטן?
דער אייבערשטער זאל אפהיטן
אויף וואס איז דאס בעיסד? אויף גאנץ יונייטעד סטעיטס? אדער גאר די גאנצע וועלט?

הער אויס אין וויליאמסבורג איז גאנץ גוט, דער עולם דרייווט רואיג, מהאט ווי צי פארקן, רוב צייט פון יאר איז נישטא קיין קאנטעינערס אויף די גאסן, כמעט נישטא קיין טרעפיק, אמאל אמאל מאכטצעך אז א גארביטש טראק האלט אויף ממש פאר געציילטע מינוטן, קארס פארן ״קיינמאל״ נישט דורך קיין סקול באס ווען קינדער האלטן אינמיטן קראסן, אא״וו
אין מאנסי איז אויך גאנץ נישקאשע, כמעט נישטא קיין טרעפיק, מאכט זיך יעדן שני וחמישי שווערע עקסידענטס, באט נישט צי קאמפלעינען.
משא״כ אין ק״י איז א פחד נורא....... די ״ערגסטע״!!

צי מקען און צי מדארף א טויש? יא. אבער ביז די ערגסטע איז נאך א מהלך

עמקן
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 4:01 pm

תגובהדורך עמקן » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 9:14 am

איך וואוין אין קרית יואל און איך דרייוו דא.
אומר ולא אבוש: דעי גאנצע נושא דא, הייב זיך נישט און ס'לאזט זיך נישט אויס!!!!!!!!!!!
יעדער דרייווט דא זייער נארמאל דא. מען פארט נישט: נישט ווילד, מען סטאפ ביי סטאפ סיינס, און ביי באסעס, און ביי 4 קארנערס לאזט מען אריבער ווער סאנגיקומין ערשט, וכו'.
ס'באמת סתם איינער האט אנגעהויבן פרעידיגן אז אין קרית יואל פארט מען ווי חיות, און דא האט זיך עס גענדיגט, דער גאנצער עולם, גייט ארום מיט א קיאט פזמון: "דא מילא...; אין קרית יואל, ממש חיות!"

אדרבה, ווער האט שוין א אמאל געזעהן אין קרית יואל אז איינער זאל אריבער פארן א סטאפ סיין? הא?.... קיינער!!!, נו שוין.
און דאס וואס סגעשעהט מער עקסידענטס, איז ווייל סזייער אסאך קארס און טראקס, און אזא פיצי פלאץ, און אויך די אויסשטעל פון קרית יואל, זייער שוווערע גדריייטע ראדס.
(חוץ די קאר סערוויסעס. זיי זענען חיות. און מיט פארשטעדניש, פאר זייער דאלער).

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 9:17 am

עמקן האט געשריבן:איך וואוין אין קרית יואל און איך דרייוו דא.
אומר ולא אבוש: דעי גאנצע נושא דא, הייב זיך נישט און ס'לאזט זיך נישט אויס!!!!!!!!!!!


איינס פון די צוויי שורות איז שקר, די פראגע איז וועלכע פון זיי.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

עמקן
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 4:01 pm

תגובהדורך עמקן » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 9:19 am

יאסעלע האט געשריבן:
עמקן האט געשריבן:איך וואוין אין קרית יואל און איך דרייוו דא.
אומר ולא אבוש: דעי גאנצע נושא דא, הייב זיך נישט און ס'לאזט זיך נישט אויס!!!!!!!!!!!


איינס פון די צוויי שורות איז שקר, די פראגע איז וועלכע פון זיי.

דו ווילסט הערן א מעשה, אדער פרעגן קשיות?
נ. ב. דעי חלק פון "ולא אבוש" איז שקר...

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 9:25 am

נישטא קיין פארקינג, די גיזעץ זאגט טאקע אזוי אבער למעשה איז ניטא קיין פארקינג,

היכי תמצה?

די פלאן באשטימט איין פארקינג פער דירה. איטליכער גיביידע אין שטעטל האט מינימום פיר דירות וואס איז נישט אינעם ארגינעלאם פלאן, צו אין בייסמענט אדער אין בויבעריק טא מה יעשה הבן שלא יחטא, אוואו אהין זאל דער טרייבער אוועקשטלן זיין מאשין?

צייט צו בויען אינטערערדישער גאראדזשעס אינטער די געביידעס
שבעה מי יודע!?

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 9:31 am

עס איז שוין אן אלטע דעבאטע...ווען איך זעה אין קר"י איינעם ארומדרייוון ווי נאנ-סענץ, זאג איך מיט א זיכערקייט אז ער איז א שטאטישער...

אני לכשאצמי נישט בלויז איך האב מורא צו דרייוון אין וומ"ס, נאר איך האב מורא צו דרייוון אין קר"י נעבן א וויליאמסבורגער.

נישט אז זיי דרייוון ווילד, נאר זיי קענען נישט קיין סטעיט דרייווינג געזעצן ביי זאכן וואס איז זעלטן אין די שטאט. זיי איגנארירן די פלעשינג רויטע לייטס נישט כאפנדיג דער באדייט דערפון, זיי פעסן אין די קעגן לעין צוליב די וואן-וועי געוואוינהייט פון די שטאט, און זיי ווייסן נישט וויאזוי מען שטעלט זיך אפ ביים סטאפ-סיין, זייענדיג צעמושט איבער ווער עס האט די רייט-אוו-וועי.
לעצט פאראכטן דורך ר' יום טוב אום זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 9:35 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

עמקן
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 4:01 pm

תגובהדורך עמקן » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 9:34 am

ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז שוין אן אלטע דעבאטע...ווען איך זעה אין קר"י איינעם ארומדרייוון ווי נאנ-סענץ, זאג איך מיט א זיכערקייט אז ער איז א שטאטישער...

אני לכשאצמי נישט בלויז איך האב מורא צו דרייוון אין וומ"ס, נאר איך האב מורא צו דרייוון אין קר"י נעבן א וויליאמסבורגער.

נישט אז זיי דרייוון ווילד, נאר זיי קענען נישט קיין סטעיט דרייווינג געזעצן ביי זאכן וואס איז זעלטן אין די שטאט. זיי איגנארירן די פלעשינג רויטע לייטס נישט כאפנדיג דער באדייט דערפון, זיי פעסן אין די קעגן לעין צוליב די וואן-וועי געוואוינהייט פון די שטאט, און זיי ווייסן נישט וויאזוי מען שטעלט זיך אפ ביים סטאפ-סיין.

דעמאלטס רבי יום טוב ד. ה. אז ביזט מיט מיר?

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 11:18 am

זאקן האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:יעדער וואס דרייווט אין קרית יואל ווייסט אז קרית יואל איז די ערגסטע דרייווינג פלאץ, די מערסטע עקסידענטען.

יעדער?

אם אני כאן הכל כאן אם אין אני כאן מי כאן...
יא איך מיין אז יעדער חוץ דו אין מיללער, איך מיין ענק נישט פערזענליך די ווילידש איז ב"ה ביזי מיט וויכטוגערע זאכן, א שטייגער ווי ענעקסעישען, וואסער,
און מען ארבעט אויף העפטיג אויף א פלען צו טוישען געוויסע ראודס וכדו' איך בין נישט געווען ביי די מיטונג אין קרן ויואל משה.
און די עולם דא וויל עס אויסשמיעסן .
ביז דערווייל האלט עס אז 12 אירע זאגן אז מען דארף א טויש און 3 אירע זאגן אז נישט

סאו חוץ איך און מיללער האלט "יעדער" אז קרית יואל איז די "ערגסטע" דרייווינג פלאץ און די "מערסטע" עקסידענטן?
דער אייבערשטער זאל אפהיטן
אויף וואס איז דאס בעיסד? אויף גאנץ יונייטעד סטעיטס? אדער גאר די גאנצע וועלט?

הער אויס אין וויליאמסבורג איז גאנץ גוט, דער עולם דרייווט רואיג, מהאט ווי צי פארקן, רוב צייט פון יאר איז נישטא קיין קאנטעינערס אויף די גאסן, כמעט נישטא קיין טרעפיק, אמאל אמאל מאכטצעך אז א גארביטש טראק האלט אויף ממש פאר געציילטע מינוטן, קארס פארן ״קיינמאל״ נישט דורך קיין סקול באס ווען קינדער האלטן אינמיטן קראסן, אא״וו
אין מאנסי איז אויך גאנץ נישקאשע, כמעט נישטא קיין טרעפיק, מאכט זיך יעדן שני וחמישי שווערע עקסידענטס, באט נישט צי קאמפלעינען.
משא״כ אין ק״י איז א פחד נורא....... די ״ערגסטע״!!

צי מקען און צי מדארף א טויש? יא. אבער ביז די ערגסטע איז נאך א מהלך

;l;p- ;l;p-
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 7 געסט