וואס איז טאקע שלעכט מיט א טו-ווילער?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 412
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm
תיו שין זעבענטין, זאל די גרעניץ ווי אזוי מחנך קינדער, זיין צו אסר'ן בייקס, א פלא.
די פראבלעם'ס מיט די היינטיגע קינדער האלט שוין אפאר טויזנט מייל ווייטער פון דעם.
פליאה עצומה!
'חוץ פון דעם', וואס אלע אנדערע מוסדות ווי עס איז בכלל נישט קיין איסור [אין בכלל נישט עולה על הדעת געוועהן צו אסר'ן], האב איך קיינמאל נישט געהערט עפעס א חורבן וואס איז ארויסגעקומן פון די טריפנע סמרט.. כמיין בייק!
אפשר פאר 30, 40 יאר צוריק האט מען געמיינט אז עס איז די דרך ווי מען גלוטשט אפ, אבער אויב מען האלט שוין היינט, און קיין שום פראבלעם זייעט עס נישט אן, והא ראי' אין די אנדערע חדרים וואס איז מותר, יוכיח, זע איך נישט [אני הקטן הצעיר באלפי ישראל] וואס איז די פראבלעם. אדרבה זאלן קינדער זיין ביזי מיט ארום פליען מיט בייקס, בעסער ווי אנדערע נסיונות וואס עס איז היינט דא. והנלע"ד כתבתי.

- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
מיין חבר האט לעצטנס צושפאצירט צו רבי ישעי יעקב שטויבער'ן פרעגן וויאזוי איז צוגעגאנגען די 'מסורה' וואס ער האט מקבל געווען פונעם רבי'ן.
האט ער געזאגט אז מען האט פארגעלייגט פארן רבי'ן אז היות קר"י איז געווען א קליינער שטאט און מען וואלט זיך געשפארט טראנספארטאציע אויב די קינדער גייען קומען מיט די בייקס, און פון די אנדערע זייט האט מען געהאט חששות אין חינוך ווי ארומפארן צו די ארומיגע געגנטער ועוד, ורבינו אמר אז ער וויל זיך איבערטראכטן און מ'זאל צוריק קומען.
צומארגנס האט די רבי געזאגט אז ער האלט אז מען זאל נישט לאזן פארן מיט די בייקס.
#לידיעה_בעלמא

- שר מאה
- תגובות: 134
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:49 pm
שמואל בארג האט געשריבן:מיין חבר האט לעצטנס צושפאצירט צו רבי ישעי יעקב שטויבער'ן פרעגן וויאזוי איז צוגעגאנגען די 'מסורה' וואס ער האט מקבל געווען פונעם רבי'ן.
האט ער געזאגט אז מען האט פארגעלייגט פארן רבי'ן אז היות קר"י איז געווען א קליינער שטאט און מען וואלט זיך געשפארט טראנספארטאציע אויב די קינדער גייען קומען מיט די בייקס, און פון די אנדערע זייט האט מען געהאט חששות אין חינוך ווי ארומפארן צו די ארומיגע געגנטער ועוד, ורבינו אמר אז ער וויל זיך איבערטראכטן און מ'זאל צוריק קומען.
צומארגנס האט די רבי געזאגט אז ער האלט אז מען זאל נישט לאזן פארן מיט די בייקס.
#לידיעה_בעלמא
דאס הייסט אז ביז קרית יואל איז מען אלע יארן געפארען מיט בייקס אין וומ"ס ב"פ מאנסי ? זיכער נישט
נישט מיין חבר נאך איך אליין האב געהערט פון איינע פון די מלמדים וואס זענען געווען ביים אסיפת המלמדים אין בעיקערטאון אז מען האט געבעטען דעם רבי'ן זאל מתיר זיין אין קר"י אין דער רבי האט געזאגט אז עס איז א גויאישע זאך פונקט וואו אין שטאט אין איך וויל עס נישט האבען
-
- שר מאה
- תגובות: 134
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:49 pm
eller האט געשריבן:איך שטיי איך וואונדער מיר שוין לאנג וואס איז די איסור וואס מ'פארקויפט אין נאמען פונעם רבין אז ס'איז אסור צו פארן מיט איז ?
האט עס צו טוען מיט חוקת הגוי ? און בכלל אין לאנדאן אנטווערפן און אין נאך פלעצער איז עס א נערמאלע זאך ווי יעדער ניצט דאס פארוואס זאל מען דא עס נישט מעגן ניצן.
באמת איז דאס זייער א גיטע. געזונטע. און ביליגע זאך. כ'וואק אסאך מאל דורך די סיטי בייק'ס אין כ'באוויין פארוואס אידן קענען זיך נישט מחי'ה זיין מיט עס.
(אגב און מיין ביה"מ איז דא א שיינע גרופ וואס זענען מעמבער'ס דארט און יעדע פאר טעג כאפט מען א שטיקל רייט אויפן בעיק פאר געזונטענהייט (שטייטצעך נישט אויף לי....)
אפשר קען איינער אריינקומען און אויסקלארען אביסל די נושא.
איך האב געפרעגט אינגעלייט פון וויליאמסבורג וואס קומען פון יוראפ צו דיין טאטע פארט מיט א בייק אין לאנדאן זיי זאגען דער היימישער עולם פארט זייער ווייניג עס איז נישט אזוי נערמאל די זעלבע אין אנטווערפען פארען נישט קיין היימישע עלטערע אידן מיט בייקס
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
ווי האלט איך דא האט געשריבן:
נישט מיין חבר נאך איך אליין האב געהערט פון איינע פון די מלמדים וואס זענען געווען ביים אסיפת המלמדים אין בעיקערטאון אז מען האט געבעטען דעם רבי'ן זאל מתיר זיין אין קר"י אין דער רבי האט געזאגט אז עס איז א גויאישע זאך פונקט וואו אין שטאט אין איך וויל עס נישט האבען
איז שייך צו שרייבן זיין נאמען אז דער עולם זאל קענען קאנפערמירן אז אויב האט ער אזוי דערציילט דאן איז די מעשה טאקע אזוי געווען און נישט אז זיין געפיל האט ציגעפיצט די מעשה?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
- טראבל מעיקער
- שר האלף
- תגובות: 1662
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
ביי מיר איז אייביג געווען די פראבלעם פון די שייגאץ בייק אז כ'האב מיר למעשה קיינמאל אויסגעלערנט עס צו קאנטראלירן..
כ'פלעג אראפפאלן נאך א האלבע בלאק אז כ'האב זייער שנעל אויפגעגעבן..
דאס איז די פראבלעם דערפון ביי מיר..
כ'פלעג אראפפאלן נאך א האלבע בלאק אז כ'האב זייער שנעל אויפגעגעבן..
דאס איז די פראבלעם דערפון ביי מיר..
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
אן אלטע אויסגעדראשענע שערורי', עס קען זיין אז סאטמאר רבי זי"ע האט דאס אנגעקוקט אז דאס איז א גוי'אישע זאך, און דאן איז נישט אויסגעהאלטן אלס חוקות הגוי. יאך האלט אז די זאך איז נישט קלאר ארויסגעברענגט געווארן דורך ר' ישעי' יעקב צו דעם רבי'ן, זינט כ'קען ר' ישעי' יעקב'ן אליינס.
ממילא ווען מיין זון האט מיך געפרעגט צי כ'לאז אים פארן מיט אזא בייק, האב איך אים געזאגט אז יא. אבער אויב לאזט מען נישט מצד פונ'ם מוסד, זאל ער עס נישט טון. דרך ארץ פאר די ענטיטי איז א מאסט אויסצולערנען פאר א קינד, צוליב פיעל אנדערע סיבות.
עכנלענ"ד

פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7052
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
סאכדעס האט געשריבן:אן אלטע אויסגעדראשענע שערורי', עס קען זיין אז סאטמאר רבי זי"ע האט דאס אנגעקוקט אז דאס איז א גוי'אישע זאך, און דאן איז נישט אויסגעהאלטן אלס חוקות הגוי. יאך האלט אז די זאך איז נישט קלאר ארויסגעברענגט געווארן דורך ר' ישעי' יעקב צו דעם רבי'ן, זינט כ'קען ר' ישעי' יעקב'ן אליינס.
ממילא ווען מיין זון האט מיך געפרעגט צי כ'לאז אים פארן מיט אזא בייק, האב איך אים געזאגט אז יא. אבער אויב לאזט מען נישט מצד פונ'ם מוסד, זאל ער עס נישט טון. דרך ארץ פאר די ענטיטי איז א מאסט אויסצולערנען פאר א קינד, צוליב פיעל אנדערע סיבות.
עכנלענ"ד
אקוראט וואס איך האב געזאגט מיין אינגל. און איך ווייס אז איך בין נישט סאכדעס... GMTA
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
קרית יואל
קרית יואל
פין סאשי און פיצא האסטי נישט מורא ?
איך האב דוקא נישט געמאכט א בילד משום כבודו, באט מען קען מיך גלייבן, סאיז געווען היינט נאכמיטאג אין שאפינג סענטער, סהאט אויסגעזען זייער נארטיליך פאר אום, נישט כאילו ער פייפט אויפן סיסטעם מעגליך ער וואוינט נישט דא, ער האט געפארקט זיין בייק אריין אין בוטשער כאילו גאנץ קרית יואל פארט מיט א בייק די לעצטע 20 יאר
עפל קאמפאוט האט געשריבן:לייטער האט געשריבן:איך האב געזען מעגליך צום ערשטן מאל א אינגערמאן מיט א ביבער היט און רעקל פארן מיט א טווילער 2 רעדילדיגע בייק אין שאפינג סענטער רח''ל
דאס איז דאך א געפעערליכע פרצה נוראה ה' ירחם, ווער ווייסט ווי דער אינגערמאן גייט זיך נאך דערקייקלען, מארגן גייט ער נאך לערנען ארטסקרול....
פין סאשי און פיצא האסטי נישט מורא ?
איך האב דוקא נישט געמאכט א בילד משום כבודו, באט מען קען מיך גלייבן, סאיז געווען היינט נאכמיטאג אין שאפינג סענטער, סהאט אויסגעזען זייער נארטיליך פאר אום, נישט כאילו ער פייפט אויפן סיסטעם מעגליך ער וואוינט נישט דא, ער האט געפארקט זיין בייק אריין אין בוטשער כאילו גאנץ קרית יואל פארט מיט א בייק די לעצטע 20 יאר
וואטעווער....
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 747
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm
צו געזונט האט געשריבן:סאכדעס האט געשריבן:אן אלטע אויסגעדראשענע שערורי', עס קען זיין אז סאטמאר רבי זי"ע האט דאס אנגעקוקט אז דאס איז א גוי'אישע זאך, און דאן איז נישט אויסגעהאלטן אלס חוקות הגוי. יאך האלט אז די זאך איז נישט קלאר ארויסגעברענגט געווארן דורך ר' ישעי' יעקב צו דעם רבי'ן, זינט כ'קען ר' ישעי' יעקב'ן אליינס.
ממילא ווען מיין זון האט מיך געפרעגט צי כ'לאז אים פארן מיט אזא בייק, האב איך אים געזאגט אז יא. אבער אויב לאזט מען נישט מצד פונ'ם מוסד, זאל ער עס נישט טון. דרך ארץ פאר די ענטיטי איז א מאסט אויסצולערנען פאר א קינד, צוליב פיעל אנדערע סיבות.
עכנלענ"ד
אקוראט וואס איך האב געזאגט מיין אינגל. און איך ווייס אז איך בין נישט סאכדעס... GMTA
גם אני בחלומי כעין זה.
Re:
דוד משמש האט געשריבן:עס איז געווען א צעטל א קול קורא פון התאחדות הרבנים -כ'מיין תשל"ו - קעגן די צוויי רעדלדיגע בייקס
עס איז געווען איבער געדרוקט און דער איד עטליכע יאר צוריק
קען איינער לתועלת הרבים דאס דא ארויף לייגען .. ישר כח למפרע
יעצט א הערה קטנה מענין לענין באותו ענין..
צו ס'איז יא צו נישט אויס געהאלטען - לאמיר זאגען אז ע"פ הלכה איז קיין שום פראבלעם נישט דא..
אבער וויבאלד עס איז געווארען איינגעפירט אז ערליכע חסידשע קינדער ווי סאטמאר קרית יואל וויליאמסבורג - ווי אויך וויזניצער רבי פון מאנסי ה' יאריך ימיו ושנותיו בנעימים עמו"ש - לאזען נישט פארען מיט קיין "צוויי ווילער" בייקס .. איז אז איר וועט לאזען אייערע קינדער פארען- וועלען אייערע קינדער זיך שפירען מיט אזא סארט נישט ערליכע געפול. אז ער איז נישט פון די סארט פרומע... און עס ברענגט אריין א סארט שטאלץ פרעכקייט געפול ביי קינדער פון 10-11-12 יאר
וואס דאס איז זייער נישט גוט..
פארגעסט נישט מיר גייען דא נישט איינפירען תקנות ..עס איז שוין אזוי איינגעפירט.. אז די חסידשע קינדער וועלן קיינמאל נישט פארען מיט קיין טו ווילערס..
וק"ל
איש יהודי בשושן האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm
שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!
ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
Re: וואס איז טאקע שלעכט מיט א טו-ווילער?
נאך א אשכול דערוועגן זאלן חסידישע אינגעלייט דרייוון בייקס אין די סיטי
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=250
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=250
וואטעווער....
- חילי פאנעט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 430
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 3:42 pm
Re:
וועלכע רבניםכא כא כא האט געשריבן:די מנהלים זענען געגאנגען פרעגן די רבנים פון די מוסדות צי מ'זאל ווייטער אנהאלטן דעם קאמפ און די ענטפער איז געווען א יא, ממילא אפי' איך פארשטיי טאקע אויך נישט פארוואס וועל איך פאלגן אונזער דעת תורה
?