דעי קעמפ אין אפסטעיט

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זאל מען לאזן דאס דעי קעמפ אין אפסטעיט, אדער קען מען דאס מבטל זיין?

מען זאל לאזן דעי קעמפ אזוי ווי ביז יעצט
4
20%
מען זאל מבטל זיין אינגאנצן דאס דעי קעמפ
7
35%
מען זאל מאכן דעי קעמפ נאר פאר דריי וואכן
9
45%
 
סך הכל שטימען: 20

אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

דעי קעמפ אין אפסטעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

בין איך דער איינציגסטער, וואס הייבט אויף די אויגן ברעמען, פארוואס מ'דארף מאכן אין אפסטעיט א 'דעי-קעמפ' פאר די קינדער פון 8 וואכן?

אין שטאט, איז דער תירוץ, אז "אלע" פארן אין קאנטרי, (וואס אגב מיין איך אז כהיום איז דאס שוין ווייט נישט אזוי), און דעריבער כדי די נעבעכ'דיגע קינדער וואס זענען ליידער געבליבן אין שטאט, זאלן האבן א גוד-טיים מוז מען מאכן דעי קעמפ פון 8 וואכן

אבער למען ה', ווער דארף דאס האבן אין אפסטעיט, פארוואס קען נישט אנגיין חדר געהעריג, און נאר די לעצטע 2 ביז 3 וואכן פונעם זוממער, קען מען מאכן דעי קעמפ (און דעמאלט'ס איז אויך גענוג נאר אפאר שעה א טאג, ווי מ'מאכט כעת די ערשטע 6 וואכן).

איז דא נאך איינער וואס טראכט ווי מיר.

און איז בכלל מעגליך, צו טוישן דאס מציאות דא אין אפסטעיט?
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

גייט מיר נישט אזוי אן דעם דעי קעמפ ווי דאס איבריגע טשארדזש + שכ"ל.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

איך בין גאר שטארק פאר א 2 - 3 וואכען זוממער וועקעישאן מיט די גאנצע משפחה אזוי ווי לאנדאן .
ס'איז ביליגער . געשמאקער. (נאך 4 וואכן קאנטרי וויל מען זוין סייווי אהיים פארן ) און מ'קען געשמאק ארברענגען מיט די גאנצע משפחה.
און בכלל מעג מען מבטל זיין די קעמפס און קאנטרי וואס קאסטן ממון ודמים.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

eller האט געשריבן:און בכלל מעג מען מבטל זיין די קעמפס און קאנטרי וואס קאסטן ממון ודמים.

שמעתי בשם צעלעמ'ער רב זצ"ל, אז ער האט אמאל געזאגט אז ווען דאס פארן אין קאנטרי, וואלט ווען געווען א גזירה, וואס דאס שטאט-ראט וואלט גוזר געווען, וואלט מען שוין לאנג געמאכט א יום תפלה דאס צו מבטל זיין

אבער היות דאס איז א גזירה וואס מ'האט זיך אליינ'ס גענומען אויף זיך, ליידט מען נאך דערפון, ועדיין מרקד בינינו.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
מייקעל
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 23, 2017 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקעל »

סאיז כפרת עוונות,דע גרויסע צדיקים פלעגען גיין פאר א יאר און אפילו מער,אפרעכטען גלות
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

מייקעל האט געשריבן:סאיז כפרת עוונות,דע גרויסע צדיקים פלעגען גיין פאר א יאר און אפילו מער,אפרעכטען גלות

די היינטיגע צדיקים גייען אויך אפרעכטען גלות פינף וואכען ווינטער, און אכט וואכען זומער, אינטרעסאנט משיח איז נאכנישט געקומען
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
מייקעל
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 23, 2017 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקעל »

דאס איז זייער משיח
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

סארקאזי האט געשריבן:
מייקעל האט געשריבן:סאיז כפרת עוונות,דע גרויסע צדיקים פלעגען גיין פאר א יאר און אפילו מער,אפרעכטען גלות

די היינטיגע צדיקים גייען אויך אפרעכטען גלות פינף וואכען ווינטער, און אכט וואכען זומער, אינטרעסאנט משיח איז נאכנישט געקומען

דו מאכסט ליצנות אבער אסאך אמאליגע צדיקים פלעגן אמאל האבן א שטארקע ענין צו גיין אין די דריי וואכן אויף אפרו.... צו די בעדער. פון שבעה עשר בתמוז ביז נאך תשעה באב,
גלות מיינט נישט, נישט באקוועם, אונז זענען מיר זייער באקוועם אין אמעריקא אבער אונז זענען מיר אין גלות ודי.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”