בלאט 1 פון 1

סדר האשכולות כהיום יום!

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 5:56 pm
דורך יאנקעלע קליגער
לעצטענס גייט צו די סדר אשכולות בערך אזוי,

געציל עפענט אן אשכול און ברענגט ארויס א נקודה,

באלד דערויף שפרינגט ארויף ברוך און פרעגט אים אפ,

קומט זרח און שרייבט א לאנגס און ברייטס פארוואס געציל איז יא גערעכט

דער שארפער נטע האלט נישט אויס אזאנע דיבורים צו שרייבן? ממש כנגד התורה,

יצחק ווערט גערעגט און פליקט אריין נטע,

נטע לאזט זיך נישט און פליקט צוריק,

פרץ שרייט הערט עטס ענק אויף צו פליקן פערסענאל,

צדוק שרייט איי די אמאליגע אייוועלט ווער קען צוריק ברענגען די גלאנץ,

שכנא זאגט צוריק צום נושא באלד שפארן די מנהלים דעם אשכול,

און אזוי חוזר חלילה איין אשכול נאכן צווייטן,

און צום סוף קומט יאנקעלע און מאכט אן אשכול וויאזוי אשכולות קוקן היינט אויס...

זייט מיר אלע געזונט און א כתיבה וחתימה טובה.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 6:29 pm
דורך בנימין הלוי
לאלתי

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:26 pm
דורך שמאטע
"יאנקעל יאנקעל!" - האט דער שווארצער פאסטוך געשריגן אינעם חלל.

"יא יא" - האט ער צוריקגעהערט א קול אפזינגען אין די ליידיגקייט.

"וואו בוסטו בראדער?", פרעגט דער פאסטוך צו די פינסטערנישט...

"דא. דא", קומט די קורצע אנטווארט.

און אט דערזעהט דער פאסטוך א קליין, בלאסע שטראל פון ווייטענס. און דערנעבן א שווארצע שאטן.
מיט פחד ריכטעט ער זיינע טריט צום שיין. ווי נאר ער קומט נענטער הערט ער יאנקעלס קול וואס רופט צו'נעם פונעם שיין מיט א זעלטענע פריינטליכקייט, און זאגט, "קום אהער. איך בינעס".

דער פאסטוך דערקענט גלייך אז דאס איז יאנקעל'עס קול'כל. וועמענס דעםן?!.
אט גייט ער צו נאנט און מערקט אז יאנקעלע איז פארבויגן אינעם טעבלעט און די פינגער קלאפן אין מיט א ריטעם אויפ'ן ראבערנעם 'אידישע אותיות' קיבארד צודעק.

"העי... יאנקעל.. בראד'... וואט דע העק אר יו דואינג מעען?", פרעגט ער אים געמיטלעך.

יאנקעלע נעמט נישט אראפ די אויגן פונעם סקרין, און ענטפערט, "רייטינג עי עשקעל אן אייוועלט דאק קאם..."

"גוד דזשאב בראד'ר" קאנגראטולירט אים ס'פאסטוך.

און אזוי האבן זיי זיך געשיידט. ווען יאנקעל גייט זיך זיין וועג צום שול. און דער ש' פאסטוך גייט צוריק צו זיין פעראול אפיסער פאר די נאכט...

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:34 pm
דורך אויסגערעכנט
איך זע שוין.... שמאטע וויל מען זאל שפארן די אשכול....


@יענקעלע ווי ווייסטו אז צווישן נארמאלע מענטשן ריף איך מיר צדוק??? נאא!!!! גילו

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 1:43 am
דורך שוועמל
נאא! באלד שפארן די מנהלים דעם אשכול!
(קרעדיט שכנא)

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 10:49 am
דורך חושב מחשבות...
שמאטע גוווווט

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:26 am
דורך ניס קראכער
איי די אמאליגע אייוועלט ווער קען צוריק ברענגען די גלאנץ....
יאנקעלע קורץ אין שארף ארויס געברענגט

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:48 pm
דורך וואוילע שעפעלע
יענקעלע, מיט שמאטעס תגובה זעה איך אז דיין אשכול האט שוין אנגעהויבן אויפטון איר ציל...

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 1:34 pm
דורך בענקעל
זיי מוחל, און עדיט דיין תגובה און לייג צו נאך שורות. עס איז דאך אזוי גוט.

עס איז פון די תגובות, וואס עס וויל זיך נישט עס זאל זיך ענדיגן.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 2:36 pm
דורך בן ישראל
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:לעצטענס גייט צו די סדר אשכולות בערך אזוי,

געציל עפענט אן אשכול און ברענגט ארויס א נקודה,

באלד דערויף שפרינגט ארויף ברוך און פרעגט אים אפ,

קומט זרח און שרייבט א לאנגס און ברייטס פארוואס געציל איז יא גערעכט

דער שארפער נטע האלט נישט אויס אזאנע דיבורים צו שרייבן? ממש כנגד התורה,

יצחק ווערט גערעגט און פליקט אריין נטע,

נטע לאזט זיך נישט און פליקט צוריק,

פרץ שרייט הערט עטס ענק אויף צו פליקן פערסענאל,

צדוק שרייט איי די אמאליגע אייוועלט ווער קען צוריק ברענגען די גלאנץ,

שכנא זאגט צוריק צום נושא באלד שפארן די מנהלים דעם אשכול,

און אזוי חוזר חלילה איין אשכול נאכן צווייטן,

און צום סוף קומט יאנקעלע און מאכט אן אשכול וויאזוי אשכולות קוקן היינט אויס...

זייט מיר אלע געזונט און א כתיבה וחתימה טובה.


איך וויל פארשטיין וואס איז ראנג מיט אזא מהלך? איך מיין אז אזוי ברויך נאטירלעך צוגיין א שמועס וואס יעדער שפירט אז ער איז בארעכטיגט מיט א מיינוג, (לאפוקי ווען איינער עפענט אן אשכול אלץ א פראפשענעל און ער טיילט מיטן עולם סודות הבריאה) .
עס קוקט מיר אויס ווי דער עולם איז אריין אין עפעס א באקס ווי אזוי אן אשכול ברויך אויס צוזעהן באזירט אויף אמאליגע אשכולות וואס איז געפלויגן גרינע אנשטאט עס זאל זיך דיוועלאפן א דיסוקסיע מיט א פארשידענע דעות ווי עס איז נאטירלעך אז טייל נעמען עס פערזענליך אן ווערן אביסל צו שארף. איך מיין אז די לעצטערע אשכולות צייגט אז דער ציבור דא ווערט מער מעטשויר.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 2:42 pm
דורך יאנקעלע קליגער
ווען ס'זאל בלייבן ביי די ערשטע 3 איז נישט קיין שום פראבלעם, נאר ווען ס'גייט ווייטער פון 3, דארט ווערט אביסל איבעלדיג.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:01 pm
דורך בן ישראל
דער אמת איז אז די פערטע פיפטע און זעקסטע שלב זענען אויך גאנץ נאטירלעך אבער ביסט גערעכט אז מען קען ווען לאזן די שארפקייט אן די פערסאנעל שפיץ וואלט געוועלט אן עולם התיקון.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:09 pm
דורך דרךהמלך
בן ישראל
די פראבלעם איז אז רובא דרובא ניקים נאך פאר מ'האט געליינט וואס יענער שרייבט האט מען שוין א פערטיגע מיינונג, געבויעט אויף וואו מ'וואוינט, וואו מ'געהערט וכו' וכו'
נאר יעדן טאג איז עס אויף א צווייטע נושא, סוי יעדעס ווארט איז איבעריג, קיינער גייט נישט טוישן קיינעם'ס מיינונג, משא"כ ארויף ברענגען א שמייכל איז קיינמאל נישט איבעריג

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:39 am
דורך וואוילע שעפעלע
איך מיין אז עטס ענטפערטס נאר זייטיגע זאכן.

די נקודה איז אז אייוועלט איז בכלל נישט געמאכט געווארן אדורכצוטון נושאים און דעבאטירן!
אייוועלט איז געמאיט געווארן צו שרייבן זאפטיגע ארטיקלען פון וואס דער עולם זאל לאכן אן ארויסברענגען מיט דעם עפעס

היינט איז כמעט נישט דא פון די ארטיקלען, נאר מ'עפנט אשיולות פשוט צו דן זיין איבער פארשידענע קאנטראווערסיאלע נושאים

און דאס באדערט

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 5:42 pm
דורך בן ישראל
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:איך מיין אז עטס ענטפערטס נאר זייטיגע זאכן.

די נקודה איז אז אייוועלט איז בכלל נישט געמאכט געווארן אדורכצוטון נושאים און דעבאטירן!
אייוועלט איז געמאיט געווארן צו שרייבן זאפטיגע ארטיקלען פון וואס דער עולם זאל לאכן אן ארויסברענגען מיט דעם עפעס

היינט איז כמעט נישט דא פון די ארטיקלען, נאר מ'עפנט אשיולות פשוט צו דן זיין איבער פארשידענע קאנטראווערסיאלע נושאים

און דאס באדערט

דאס איז א שטיקל חידוש פאר מיר, שטייט דאס ערגעץ אין די שטאטוטן פון איי-וועלט אז דאס פלאץ איז נישט געמאכט אדורכצוטוען נושאים און דעבאטירן? אויב יא זענט איר גערעכט אז דאס דארף שטארק באדערען ווייל רוב אשכולות פארן (ליידער) אויף דעם מהלך.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2016 11:01 pm
דורך טשייניק
בן ישראל האט געשריבן:איך וויל פארשטיין וואס איז ראנג מיט אזא מהלך?


אינטערעסאנט, ער האט בכלל נישט געשריבן אז ס'איז ראנג, ער האט פלעין אראפגעלייגט וויאזוי די מצב דא קוקט אויס, און דו האסט - אויך - פארשטאנען פון דעם אז עפעס איז ראנג.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:50 am
דורך בן ישראל
יאנקעלע דער פותח האשכול איז נישט מחולק מיט מיין impression וואס איך האב געהאט אין די כוונה זיין אשכול וווי איר קענט זיך איבערצייגן פון זיין תוגבה
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ווען ס'זאל בלייבן ביי די ערשטע 3 איז נישט קיין שום פראבלעם, נאר ווען ס'גייט ווייטער פון 3, דארט ווערט אביסל איבעלדיג.

בכל אופן נייס טריי...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 11:44 am
דורך וואוילע שעפעלע
בן ישראל האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:איך מיין אז עטס ענטפערטס נאר זייטיגע זאכן.

די נקודה איז אז אייוועלט איז בכלל נישט געמאכט געווארן אדורכצוטון נושאים און דעבאטירן!
אייוועלט איז געמאיט געווארן צו שרייבן זאפטיגע ארטיקלען פון וואס דער עולם זאל לאכן אן ארויסברענגען מיט דעם עפעס

היינט איז כמעט נישט דא פון די ארטיקלען, נאר מ'עפנט אשיולות פשוט צו דן זיין איבער פארשידענע קאנטראווערסיאלע נושאים

און דאס באדערט

דאס איז א שטיקל חידוש פאר מיר, שטייט דאס ערגעץ אין די שטאטוטן פון איי-וועלט אז דאס פלאץ איז נישט געמאכט אדורכצוטוען נושאים און דעבאטירן? אויב יא זענט איר גערעכט אז דאס דארף שטארק באדערען ווייל רוב אשכולות פארן (ליידער) אויף דעם מהלך.


קרעטשמער האט געשריבן:ברוך הבא!

מיט גרויס כבוד און עהרע טוען מיר אייך ענטפאנגען צו די געשמאקסטע פורום אויף הייד פארק 'היימישע קרעטשמע'!

'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 4:53 pm
דורך בן ישראל
אי משום הא לא איריא דעבאטירן און דורכטוען און אויסקלארן נושאים ברענגט ארויס אן אינערליכע שמייכל ווי שטייט דארט אין שמחת כהתרת הספיקות.