עורה טשייניז אקשען-קראנקע איידיעס

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

עורה טשייניז אקשען-קראנקע איידיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

די ערשטע טשייניז אקשען וואס איך האב בכלל געזען איז געווען פונעם מוסד עורה.

איך גיי נישט אריין אינעם עצם מוסד, כווייס נישט פונקטליך וואס זיי טוען, אויף די בילדער זעט מען ווי זיי שלעפן בעלי תשובות/טעס אויף ריידס, און יעדער שמייכעלט אינעם בילד, איך בין זיכער אז זיי טוען גוטע זאכן, איך וויל זיך נאר באציען צו די אקשען.

היות זיי האבן אין די אנהייב שטארק מצליח געווען מיט די אקשענס, האבן זיי פילע אנדערע ארגענעזאציעס נאך געמאכט, סא זיי האבן כסדר פראבירט איבער צו שטייגן מיט נייע איידיעס און איינפעלער.

בעצם רוב פון זייערע ראפעלס איז בלויז א פסיכילאגישע זאך, ווייל בעצם גיבן זיי די געלט, למשל 6 חדשים רענט, זיי צאלן דיר די געלט, סא וואס עפעס פאר די רענט? אפשר פאר די קאנטרי? אבער אזוי גייט עס, זיי פארציילן פארן עולם וואס מקען טון מיט געלט אויף עוה"ז.

איין יאר האט מען געקענט געווינען א מאנקי, איין יאר א פאפאגיי, איך געדענק איין יאר האט מען געקענט געווינען דריי זינגערס, שוועקי, מיט אנדערע צוויי, (איך האב זיך דעמאלט געווינדערט אויף זיי וואס איך וועל טון מיט די זינגערס אויב איך געווין זיי), פרייע טריפ פאר אלע ימים טובים ארום די וועלט וכו' וכו'.

דערנאך האבן זיי רוחניות, א ברכה פון א צדיק, מיט א פיקטשער פון ר"ח קניעבסקי, און רב שטיינמאן, (דאס איז אזוי ווי איר וואלט געווינען א לאטארי, ווייל געווענליך שלעפט מען צאם די אלע ברכות ווינטשער מיט די מידיא נאר פאר גרויסע צוועקן, קופת העיר וכו', און דא גייט מען זיי צאם שלעפן ממש פאר נאר פאר דיר)

איך האב זיך אלץ גע'חידוש'ט וועלכער נארמאלער מענטש איז אינטערסירט אין די אלע צודרייטע זאכן, כמיין רוב פרייזעס זענען נישט געאייגנט פאר סטאבילע מענטשן, כבין אלץ געווען נייגעריג וועלכע מיני מענטשן ווערן צוגעצויגן פון אזעלכע פאריקטע שוואוילטאגן.

היי יאר איז עס באשטעטיגט געווארן ביי מיר, זייער היי יאריגע חידוש פרייז איז נישט מער און נישט ווייניגער, איר קענט געווינען 'טעראפי' פאר די ווערט פון 3500, כוואלט געזאגט אז זיי האבן עס אריינגעלייגט אויפן פארלאנג פון די פארא יאריגע געווינערס... די וואס זענען ארום געפלויגן אין די גאנצע וועלט...

(אפשר בין איך ראנג, טעראפי איז אפשר היינט א נארמאלע זאך ביי מענטשן..)

כבין שטארק נייגעריג ווער עס קויפט די טעראפי ראפעל (אפשר א ווייב פארן מאן?) און ווער דער געווינער גייט זיין, וויזוי ער איז געווען פאר דעם, און וויזוי ער גייט זיין נאכדעם...

נעקסטע יאר וועט מסתם קומען איין פרייז א טריפ קיין איראק 'עקספיריענס דע היעט', אדער א ארון מיט תכריכים און א קבר אין די ווערט פון 5000, 'אווערקאם דע דעט', איינער מיט נאך עפעס א איידיע?

#2016
אטעטשמענטס
IMG_20160601_103217_edit.png
אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגעפאות »

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

חחח
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

אורה האט פארעפענטליך א וואיוסמעיל וויאזוי א פרוי האט טענות אויף די לאנגע שייטלעך וואס זיי אדווערטייזן און שיקן אריין אין היימישע שטיבער.

#אורה דארף טעראפי
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

צווייפל זעט אויס איך בין שוין אינעם שמעלץ טאפ... איך האב קיינמאל נישט געכאפט וואס זיי טוען מיט אונז...

בן נון די וואויסמעיל מוז נישט זיין אז עס האט עפעס מיט אורה, ס׳איז דא וואס זאגן אז עס איז סתם א ליצנות פון איינעם.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

עורה האט שוין עטליכע מאל חוזק געמאכט פון די היימישע וומ"ס, איינס איז די וואויסמעיל,
צווייטע איז נאך וואס איינער האט אנגעספרעיט די עד מיט די מאדערן אינגעלע העכער גריל אן לי האבן זיי עס געטוישט צו אינגעלע מיט פיאות, און שפעטער פאר פורים געלייגט א בילד פון די אינגעלע נעמט אראפ די מאסקע און דערינטער דערקענט זיך די אלטע בילד.
נישט אז איך האלט אז אנספרעיען איז געווען א נארמאלער אקט, איך בין געווענליך נישט מיט די מענטשן וואס נעמען אייביג עקסטרעמע שריט און דרייען איבער וומ"ס אין מיין נאמען, אבער עורה זאל נישט קומען און חוזק מאכן פון אונז, מאך איין און לאז אונז אליינס קעיר נעמען פון אונזערע פראבלעמען, טרעט נישט אויף די הינער אויגן.
דאס דריטע מאל איז געווען ווען זיי האבן איין יאר געמאכט זייער בוקלעט אין אידיש פאר די וויליער איינוואוינער, אנגעפילט מיט גוגל טרענסלעיט אידיש שפראך ווי צו חוזק מאכן פון אונז.

א גרויל פון א סטעף דאס.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

זיי קענען דען אידיש?..


--
איינער פרעגט מיר וויאזוי מען קען דערקענען אויף זייער בילדער ווער ווערט מקורב און ווער איז מקרב...
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

ווער וויל דען נישט געווינען א פיקטשער מיט דעם אבאבמאנען צוזאמען?

#עקספייערטע שכל
I reserve the right to disagree
12:56
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

איך טראכט פון אריינגיין אין דעם איינע פון די וועגן ווי מ'קען נוצן די געלט איז:
"or just a healthy dose of chocolate"
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

נאך פראדוקטן פון קראנקע פאנטאזיע.

ביי דעם איד אינדערהיים וועט זיך לכOORAH איבערשפילן דעם חד גדיא, חד גדיא דזבין אבא וכו' ואתא שונרא וכו' ואתא כלבא וכו'

(ולפי זה מבואר היטיב מה שתמהו כל המפרשים איך אפשר לקנות גדי בתרי זוזי, רק לפי הנ"ל אתי שפיר, דבתרי זוזא רק קנה ההגרלה, וזכה בכל מכת ערוב)
אטעטשמענטס
IMG_20160602_095926_edit.png
IMG_20160602_095926_edit.png (43.82 KiB) געזען 2838 מאל
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

לאמיך הערן ר׳ צווייפל, וועמען וואלט איר גענומען פאר א פעט?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

צצצצווווויייייייייפפפפפפפללללללל!!!!!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

ווי קען איך זיך ערלויבן צי צווייפלען אינעם צווייפעל ווען צווייפעל אליינס צווייפעלט?
(וואס, האסט נישט פארשטאנען?! נו, קענסט צווייפלען!).

דער צווייפעל איז מתוק מדבש ונופת ציפעס!

קי-פעט אפ!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5903
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

מאנ-יימער האט געשריבן:א גרויל פון א סטעף דאס.

איך בין מעיד דערויף!
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

חחחחח

אויף זייער נעקסטע טשייניס אוקשען ביכל העלן זיי האבן א סקרינשאט פון די אשכול...

איך בין נייגעריג וויאזוי גוגל גייט איבערזעצן שמאטעס תגובה...
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

בן נון האט געשריבן:חחחחח

אויף זייער נעקסטע טשייניס אוקשען ביכל העלן זיי האבן א סקרינשאט פון די אשכול...

איך בין נייגעריג וויאזוי גוגל גייט איבערזעצן שמאטעס תגובה...

נאדיר:
How can I afford that doubt in the doubt when doubt themselves doubts ?
(What , have not understood ?! Well, know doubt !).

The doubt is sweet mdbsh unufs tsifes !

Ki- fat away !
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

@שמאטע ;l;p-
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

לאנגעפאות האט געשריבן:https://www.dropbox.com/l/s/7f4o7luumtFMkkLPKvyNon

פלצתי...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

א מין אשכול... נישט געוויסט מ'קען נאך טרעפן א נארמאל אשכול דא
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”