אלעס ארום ל"ג בעומר פייערס אין חו"ל

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:10 pm

אלעס ארום ל"ג בעומר פייערס אין חו"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניסעל »

עס וואלט זיך מיר גע'חשק'ט אריין צו קריכען אינעם ל"ג בעומר פייער ענין מה הוא ומה זו.
פאר מען הייבט אן. מאך איך קלאר און בעט אלע מגיבים עס זאל ח"ו נישט ווערען פאליטיש דא. יעדער ווייסט אז דאס איז אסור עפ"י תקנת המקום וביותר עפ"י תורה..

פון יאר צו ווערן די פייערס אין חו"ל גרעסער אין גרעסער, בכמות ובאיכות. מער אין מער הויפן הייבן אן צו מאכען הדלקות. איז דא וואס האלטן באמת אז דאס ברענגט א נאנטקייט צו ר' שמעון? אויב אזוי פארוואס האבן דאס אוזערע רבי'ס פארזעהן?

דארף מען דאס נאר פאר א גשמיות דיגע אינדשוימעט? מעגליך אז דאס איז א וויכטיגע זאך אין דעם היינטיגען דור..... מייכט דאס צו זאגען אז מען גייט נאך דעוועלאפען מיט די צייט פרישערע מנהגים וואס וועט זיין געשמאקליך?

אין בכלל. איז דא אדאלטס וואס האבען א געשמאק אין זעהן א גרויסע פייער? אדער מען טיט דאס נאר פאר די קינדער?

פאקטיש זעהט מען טויזענטער האלטן מיט די ל"ג בעומר פייערס. אפילו די וואס ווארפען אריין די בדיקת חמץ זעקל אין לויפן גלייך אוועק. וואסי פשט?

איז עפעס ראנג מיט מיר אז איך פיל נישט קיין שום הערצה צו א פייער?
לעצט פארראכטן דורך ניסעל אום מיטוואך מאי 25, 2016 3:46 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

היינט איז אכציג דעגרי אינדרויסן, בינעך נישט מוחל די וועלכע מאכן נאך הייסער...
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניסעל »

מאנ-יימער האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=13974

יענער אשכול איז בדייקא אויף א"י
מיר וועלען זיך באציען אויף די פארבריטערונג צו חו"ל.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

נישטא וואס זיך צו באציען, אין די היינטיגע קליינע וועלט איז אלעס איינס, די וואס קענען נישט פארן ווילן אויך אנטייל נעמען אין די שמחות הילולא פונעם הייליגן תנא טוען זיי וואס זיי קענען.

פראביר נישט צו פירן די אשכול דארט וואו דו ווילסט ווייל עס פארמעקט ווערן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איך גיי נישט צו די היינטיגע הדלקות און קוק נישט גינסטיג אויף דאס איינפיר דערפון דא אין אמעריקע מכמה טעמים אויב איך דארף בכלל אריין גיין. די קינדער פלעג איך יא נעמען זאלען זיי זיך ענדזויען, ווייל זיי וועלען מיר נישט פארשטיין און זאלען זיי נאכטוהן יעדען.

עס איז א שוואכקייט פון דור, נישט א שטארקייט.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך מאי 25, 2016 3:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניסעל »

מאנ-יימער האט געשריבן:נישטא וואס זיך צו באציען, אין די היינטיגע קליינע וועלט איז אלעס איינס, די וואס קענען נישט פארן ווילן אויך אנטייל נעמען אין די שמחות הילולא פונעם הייליגן תנא טוען זיי וואס זיי קענען.

פראביר נישט צו פירן די אשכול דארט וואו דו ווילסט.

איך הער דיין פוינט. אבער די אטאקע מלפניו ומלאחריו האט נישט אויס געפעילט.
די אשכול איז בדייקא יא זיך צו "באציען" אויף די נושא פונעם העדער.
ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניסעל »

ניסעל האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:נישטא וואס זיך צו באציען, אין די היינטיגע קליינע וועלט איז אלעס איינס, די וואס קענען נישט פארן ווילן אויך אנטייל נעמען אין די שמחות הילולא פונעם הייליגן תנא טוען זיי וואס זיי קענען.

פראביר נישט צו פירן די אשכול דארט וואו דו ווילסט.

...... איך הער דיין פוינט. הגם עס בארואיגט קנאפ מיין נייגער
איז טאקע א פייער א זאך וואס ברענגט שמחה.
פארוואס איז די נישט אייגעפירט ביי שמחת חתן כלה.
די אטאקע מלפניו ומלאחריו האט נישט אויס געפעילט.
די אשכול איז בדייקא יא זיך צו "באציען" אויף די נושא פונעם העדער.
לעצט פארראכטן דורך ניסעל אום מיטוואך מאי 25, 2016 4:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5179
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

מיך באדערט אויך די נושא
פארצייטישע צדיקים איז נישט איינגעפאלן צו מאכן פייערס ל"ג בעומר, וואס איז נתחדש געווארן די לעצטע יארן
ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניסעל »

גראדע, מיינע קינדער אינטעסירט עס אויך נישט.
אבער איך מיז מודה זיין אז עפעס גייט דא פאר.
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

הינטיגע וועלט איז זייער וויכטיג 'דזואיש קאשער אינטערטעימענט' (ובלע"ז כשר'ע אידישע אינטערהאלטונג'ס)

דערצו האט זיך דאס אנגעפאנגען ווען די ארץ ישראל'דיגע חסידים האבן אנגעפאנגען דא די הדלקות (קארלין, תולדות אהרן ועוד),
פון דארט איז דאס שוין געגאנגען א גאנג, (קודם די קלענערע קהילות און אדמורים ביז כהיום די גרויסע)
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

ווילאנג א זאך איז נישט קיין פירצה, וואס גייט דיר עס אן?

עס באדערט דיר אז ווידיאו איז אזוי נפרץ געווארן אויך?
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

ויתן לך האט געשריבן:מיך באדערט אויך די נושא
פארצייטישע צדיקים איז נישט איינגעפאלן צו מאכן פייערס ל"ג בעומר, וואס איז נתחדש געווארן די לעצטע יארן

פון די רבי'ס פון פריערדיגן דור (שנולדו בשנות הת"ר) איז טאהשער רבי זי"ע מיין איך געווען דער איינציגסטער וואס האט עס איינגעפירט בקהלתו.
(ער פלעגט צו זאגן אז ווער ס'איז ל"ג בעומר אין טאהש קאנאדא, קען פועל'ן ישועות גלייך ווי מ'איז אין מירון בארה"ק)
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פאליק האט געשריבן:ווילאנג א זאך איז נישט קיין פירצה, וואס גייט דיר עס אן?

עס באדערט דיר אז ווידיאו איז אזוי נפרץ געווארן אויך?

אויב דער וואגשאל אויף אלעס איז צו איז עס א פירצה אדער נישט, דענמאלט וועט אלעמאל זיין אזעליכע וואס וועלען זאגען אז עס איז א פירצה, און אזעליכע וואס נישט.

כ'מיין מען דארף מעסטען די זאכען אין ווי האט מען אמאל געטוהן; און פארוואס און פאר וועם פעלט עס היינט אויס.

אוודאי אויב דער דור מוז עס האבען זאל מען נאכגעבען (און די רבי'ס האבעם שוין היינט נישט קיין ברירה און מוזען נאך געבען די חסידים), אבער איך מוז נישט מיט טאנצען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניסעל »

קמח האט געשריבן:הינטיגע וועלט איז זייער וויכטיג 'דזואיש קאשער אינטערטעימענט' (ובלע"ז כשר'ע אידישע אינטערהאלטונג'ס)

נו, אפשר וואלט כדאי געווען איינצופירן אז חמשה עשר באב זאל זיך האלב כלל ישראל אנטרינקען, א שטייגער ווי פורים נאכמיטאג.
'כמדומה לי אז עס וועט פיין סערווען די פערפוס פון 'דזואיש קאשער אינטערטעימענט'
לעצט פארראכטן דורך ניסעל אום מיטוואך מאי 25, 2016 4:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3077
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

די גאנצע ענין פון פראווען ל"ג בעומר בשמחה איז נישט צו אלט, קוים עטליכע הונדערט יאר.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

שאץ מאץ האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז כאטש מענטשן האבן א מסורת אבות און גלייכן צו טון וואס זיי האבן געזעהן ביי די טאטעס, און מכח דעם וואס ער גלייבט אזוי אין מסורת אבות וויל ער נישט זיין פרומער פון זיין טאטן און וויל נישט צולייגן קיין שום הוספה מדילי', אבער היינטיגע צייטן איז אנדערשט, היינט איז א זמן וואס מ'מוז מוסיף זיין ענינים און פרומקייטן והידורים כאטש מ'האט דאס נישט געזעהן ביים טאטן, דיין טאטע האט נישט קיין אינטערנעט דו יא (והא ראי' אז דו ליינסט דעם ארטיקל....) דארפסטו האבן מער הידורים פון דיין טאטן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מאנ-יימער האט געשריבן:

אויך מיר א הידור
א הידור איז אויפצישטיין א שעה פריער, און צילייגן א קאפיטל תהלים
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מאנ-יימער האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז כאטש מענטשן האבן א מסורת אבות און גלייכן צו טון וואס זיי האבן געזעהן ביי די טאטעס, און מכח דעם וואס ער גלייבט אזוי אין מסורת אבות וויל ער נישט זיין פרומער פון זיין טאטן און וויל נישט צולייגן קיין שום הוספה מדילי', אבער היינטיגע צייטן איז אנדערשט, היינט איז א זמן וואס מ'מוז מוסיף זיין ענינים און פרומקייטן והידורים כאטש מ'האט דאס נישט געזעהן ביים טאטן, דיין טאטע האט נישט קיין אינטערנעט דו יא (והא ראי' אז דו ליינסט דעם ארטיקל....) דארפסטו האבן מער הידורים פון דיין טאטן

ווייל מיין טאטע האט נישט קיין אינטערנעט און איך יא דארף איך האבען מער הידורים פון מיין טאטען? כ'זעה נישט איי טו איי מיט אים.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך מאי 25, 2016 4:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניסעל »

להודיע האט געשריבן:די גאנצע ענין פון פראווען ל"ג בעומר בשמחה איז נישט צו אלט, קוים עטליכע הונדערט יאר.

עטליכע הונדערט יאר איז גאר גענוג צו האלטען א מנהג הייליג און טייער
משא"כ די מעלעניול מנהגים איז ווערט א דעבאטע.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איז ווערט א קאפע; נישטא וואס צו דעבאטירען.

די דורות זענען זייער שוואך און מען דארף אינטערהאלטונג'ס! שיין זעהען מיר אויס!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

וואס איז די נפק"מ צווישן די אנדערע שטעט אין א"י ווי אלע אדמורים ראשי ישיבות צינדן הדלקות און חו"ל?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פרעגסט זייער זייער גוט. איך בין עס נישט ביכולת (פאר א סאך סיבות) מסביר צו זיין. זאלען די וואס קענען (ספעציעל הרב יהיה כן וואס האט קלאר ארויס דער נושא און טראכט ווי מיר) עס מסביר זיין.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מאנ-יימער האט געשריבן:וואס איז די נפק"מ צווישן די אנדערע שטעט אין א"י ווי אלע אדמורים ראשי ישיבות צינדן הדלקות און חו"ל?

ערבך ערבא צריך
קודם ברענג א מקור, פון ווען און פון וואנעט מען האט אנגעהויבן צינדן ברחבי ארץ ישראל, [שוין אפגערעדט פון די ליטוואקן...]
כל האשכנזים מחקים את מנהגי הפרענקן....
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום מיטוואך מאי 25, 2016 4:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניסעל »

איש חמודות האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:מיך באדערט אויך די נושא
פארצייטישע צדיקים איז נישט איינגעפאלן צו מאכן פייערס ל"ג בעומר, וואס איז נתחדש געווארן די לעצטע יארן

פון די רבי'ס פון פריערדיגן דור (שנולדו בשנות הת"ר) איז טאהשער רבי זי"ע מיין איך געווען דער איינציגסטער וואס האט עס איינגעפירט בקהלתו.
(ער פלעגט צו זאגן אז ווער ס'איז ל"ג בעומר אין טאהש קאנאדא, קען פועל'ן ישועות גלייך ווי מ'איז אין מירון בארה"ק)

איר מיינט צו זאגען אז טאשעהר רבי זצ"ל הכ"מ האט איינגעפירט אז ווי איבער די וועלט מען מאכט א פייער ל"ג בעומר האט דאס א כח ווי מירון?
אדער האט ער געמיינט אז ווער עס איז אין טאהש קאנאדא ל"ג בעומר, אין איז זיך מדבק מיט זיינע תפילות, דער קאן פועלן אזוי ווי אין מירון.

בכלל וואלט כדאי געווען מברר צו זיין אויב טאשעהר רבי זצ"ל הכ"מ האט דאס איינגעפירט, אזוי ווי ער האט איינגעפירט דאס תהילים זאגען בציבור שבת צופרי? אדער די בחורים האבען דאס אנגעדרייט אין דער רבי איז נאר דארט געווען אלס ריש מתיבתא , אכטונג צו געבען אויף די בחורים.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”