"יום המעונן" - אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

"יום המעונן" - אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

היינט איז א יום המעונן - א פארוואלקנטער טאג אויפן האריזאנט!

דער באדייט פון א פאכמארעטער וועטער, וואס דאס זאגט און וואס די נאכפאלגן דערפון זענען, דוכט זיך אז איך דארף אייך נישט ערקלערן. ווער ווייסט דען נישט? פארט אבער טראכט איך, אז פן ואולי זענען פארהאן געוויסע וועלכע ווייסן טאקע באמת נישט דער באדייט דערפון, פשוט דער מצב באטרעפט זיי נישט, וועל איך זיי דעריבער אראפמאלעווען א שטיקל בילד, באגלייט מיט א דערהער, איבער דער באגריף פון דער דאזיגער גייסט וועלכער איז פארוויקלט אונטערן נאמען א "פארוואלקנטער-טאג".

ערשטענס, דער מח צעל איז גענצליך פארהאקט! פשוטו כמשמעו, וכן להיפך - משמעו כפשוטו. איך זאג אייך, ס'נישט קיין חכמות, ס'ארבעט נישט! און וואס זענען די רעזולטאטן דערפון? זייער, זייער, פיל! און די פילע רעזולטאטן קערן זיך ליידער, ליידער, אן צו דער נישט גוטער זייט! דארף איך דען דאס מסביר זיין? פארבט זיך דען נישט אליין פאר אייערע אויגן דאס בילד פון די פארשידנארטיגע רעזולטאטן וואס דער אויבנדערמאנטער פראבלעם ברענגט מיט זיך?

האט איר שוין אמאל פארגעסן פון איין מינוט צו דער אנדערער? געווענדליך נישט! ריכטיג? טאמער אבער מערקט איר פלוצים אין אן איינפאכן מיטוואך, א שטייגער ווי דער היינטיגער מיטוואך, אז דער קאפ איז אייך נישט צום דינסט, דאן זייט מוחל שפאנט צו צום פענסטער, טוט א בליק אויפן האריזאנט, און אלעס וועט אייך פארענטפערט ווערן! יא, יא, ס'מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות, ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין. איי פרעגט איר, פונוואנעט ווייס איך אז ס'מאכט זיך ביי די שענטסטע משפחות? ווער האט מיר דאס איינגעמאלדן? אויף דעם וועל איך אייך ענטפערן גאנץ איינפאך, ווייל ס'האט זיך געטראפן ביי די שיינע פעפער פאמיליע... נו, פרעג איך אייך, זאגט איר אליין, מאכט זיך דאס נישט ביי שענסטע משפחות?

מיט א שטאפל ווייטער און א בליק טיפער, איז אבער דער פראבלעם פיל אין א גערעסער פארנעם ווי דאס אויבנדערמאנטער, ווייל אז דער קאפ איז לחלוטין פארהאקט איז א חוץ וואס דער מח פארגעסט צו שיקן די באפעל-מעסעדזשעס צו די פארלאנגטע גלידער, איז ער דאך אבער אויך אינגאנצן נישט צום האבן! ער לאזט נישט טראכטן! וויי געוואלד... און אז מ'קען נישט צולייגן קאפ גייט דאך אלעס מיטן פיטום אראפ. (פיטום אראפ? וואס איז דאס? איבער דעם אין אן אנדער ארטיקל, אין א געלעגנהייט).

זאגט מיר אליין, האט איר זיך שוין אמאל פלוצים באגעגנט אין א סיטואציע ווי עס זאל אייך פלוצים אלעס ארום שטערן, צעקירן אדער נערוועז מאכן? דער ארבעט גייט נישט; די קאסטומערס גייען אויף די געהירן; דער טעלעפאון רינג מאכט נערוועז; איין מינוט איז צו הייס בעת ווען דער צווייטער מינוט איז אביסל טשילי; פריער איז מען הונגעריג ווען באלד דערויף איז דאס עסן עפעס נישט; די קאווע איז עפעס צו הייס און דער מילך האט עפעס א נאכ-טעם; און גיי פארשטיי פארוואס פונקט היינט רעד מיין שכן דארט אזוי הויך? קען ער נישט רעדן אביסל שטילער דארט?!

צווייטענס, (איר האלט נאך מיט? דאס אויבנדערמאנטע איז דאך נאר געווען 'ערשטענס', איז דעריבער קומט יעצט 'צווייטנס, שטימט?) דער גאנצער ארום, אלעס, אלעס, איז אזוי מיט א פנים זועפות. יעדער, די גאנצע בריאה, יעדעס ארטיקל אין מיין געגנווארט, אלעס, אלעס, איז עפעס נישט! איך ווייס נישט וואס ס'איז נישט, אבער ס'עפעס נישט אין ארדערנונג! שוין נישט רעדן פון דעם וואס אלעס ארום איז פארדעמפט (ניין, כ'בין נישט אין א קעלער) און קלעבט אזוי פון פייכקייט. און פרעגט מיר נישט וואס דאס מיינט אז אלעס איז עפעס כ'ווייס נישט וואס? ווייל איך האב דאך אייך געזאגט אז 'איך ווייס נישט וואס'! אבער וואס איינמאל זיכער איז, ס'איז עפעס גייט פאר. די פראגע איז נאר וואס גייט דא פאר? און אויף קומט דער אנטווארט - ס'פארוואלקענט!

איז וואס וויל דא? גאנץ פשוט. אזוי ווי אקוראשט היצט האט דער מצב באטראפן מיין ארום, און קיין צוויי ברירות איז נישט פארהאן, ס'איז א פאקט וועלכער האט באפאלן, דעריבער האב איך זיך אריינגעזעצט דא אין דער קרעטשמע, וואו איך וועל זיך עטוואס אויסלופטערן, און מיט א פלוס צו דער זייט מודיע זיין צערי לרבים.

והי' - און אז עס וועט זיין, און נישט אז עס 'וועט' זיין, ווייל עס 'וועט' דאך נאך זיכער אמאל זיין, נאר כ'מיין צו זאגן 'ווען' עס וועט נאכמאל זיין, כלומר - והי' ביום ההוא, און דער הימל וועט ווידעראמאל זיין פארדעקט מיט געדיכטע וואלקענעס, וועל איך שוין דאן האבן כאטש עפעס א מקום מקלט וואו צו אנטלויפן און זיך אויסשרייען!

מיט אטא דער "יום המעונן אשכול" גרייט איך צו "לכל מאן דבעי" א פליטה ארט און אן אנטווארט צו א פארוואלקנטער טאג!

זייט געבענטשט און גוט געלאונט
זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערנע בעכער »

געוואלדיג איז נישט דאס ווארט זארעכ, כעל דיר מוזן שרייבן געוואלדאוונעעעעע !
ווייסט פארוואס ? ווייל כאב אקארשט אראפגעלייגט די פאון מיט עמיצען, און עם איינגעמאלדן שיינערהייט... אז היינט איז נישט קיין טאג פאר מיר
אויס צוהערן זיינע בויך שמערצן... ווייל עפעס גייט היינט אלעס מיטן עוקץ... אראפ.
די געהירן קריכן מיר אויף די נערוון, כקען עפעס נישט זיצן גראד, די אויגן איז מיר פארהויכט,
און עפעס האלט איך אין איין צאמנעמען מיינע פיאות ווייל א צוויי דריי חוצפהדיגע הארעלעך גריבלען זיך אריין אין מיינע אויערן א יעדע 3 סעקונדען.
און אלעס גייט כאדאראם עפעס היינט, יעדע מענטשליכע באשעפעניש איז עפעס היינט מיין שונא...

דו זארעכ האסטעס אזוי אריגינעל צולייגט, איך וואלט געזאגט אז האסט געבאגט מיין פאון...
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

כ'ווייס נישט
מיר באדערט נישט א פארוואלקענטען טאג
פארקערט ווען עס איז צי שטארק זיניג אין עס שיינט אריין ביים דרייוען
דעמאלץ , באדערט מיר עס אויך נישט אבער מען וואלט זיך געקענט אפרעדען אויב מען וויל
אבער ווען עס איז פארוואלקענט א מחי'
ווען ס'רעגענט איז אויך עפעס אנדרעש ווייל....
אבער פארוואלקענט א מחי'
חוץ ווען מען דארף מאכען קידוש לבנה
אבער סידאך נאך נישט קיין גאנצע זיבען
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

זארעך ביטע נישט ברבים

איך פארשטיי אז די זיצט און די נעקסטע אפיס אן עס באדערט דיר אז איז האב שוין היינט אפאר מאל אונגעצינדען די ער קאנדישן
און אפאר מאל אנגעצינגען די סטיעם געטרינקען א הייסע קאכעדיגע קאווע און אויסגעגאסן האלב און געמאכט א קאלטע קאווע , געטוישט מיין רינגער אויפן טעלעפון און אויך אויפן סעל פאן און א פאר מאל אפילו אויסגעלאשן די רינגער

ועגן דעם בעט איך דיר ביטע נישט דערציילען מיינע מעשות ברבים (משום גילי)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זארעך זארעך (לשון חיבה);

אזא ארטיקל איז שוין לאנג נישט געזען געווארן אין פארברענגן פארום, ולולא דמסתפינא - אפילו אין קרעטשמע גופא!

דאס איז אן ארטיקל וואס יעדע ווארט קלעפט צו די אנדערע (...), און אן ארטיקל וואס (כמעט) קיינער קען נישט מחולק זיין אויף די מציאות הדברים, וכולי עלמא מודי אז עס איז גוט אראפגעגעבן געווארן כנשיאים ורוח וענני הכבוד.

אין מס' שבת (קכ"ט ע"ב) ווערט אזא יומא דמפגרי בה רבנן אנגערופן יומא דשפמי ע"ש.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

זארעכ, ברוך שובך!

יש מפרשים כפשוטו, ויש מרבותינו מפרשים כמדרשו: געלויבט איז דער "שויב" דורך וועלכן דו האסט ארויסגעקוקט און געזען אז ס'איז פארוואלקנט.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וויאזוי ווערן אנגערופן צוויי פארוואלקענטע טעג נאכאנאנד???

מען קען אפשר ממליץ זיין דערויף די גמרא (ברכות דף נ"ט ע"א) מאי ברקים [וואס איז דאס א בליץ?] אמר רבא ברקא [א בליץ!]. ואמר רבא ברקא יחידאה [אן איינצעלנער בליץ] וברקא חיורא [א ווייסער בליץ] וברקא ירוקתא [א גרינע/געלע/בלויע בליץ (תלוי לפי הפירושים בירוקתא, עי' תוס' סוכה גבי הירוק ככרתי ובהל' נדה) וענני דסלקן בקרן מערבית ואתיין מקרן דרומית [וואלקענעס וואס הייבן זיך ביים מערב ווינקל און קומען צוגיין דורכן דרום ווינקל] ותרתי ענני דסלקן חדא לאפי חברתה [און צוויי וואלקענעס וואס קומען איינס קעגן די אנדערע] כולהו קשיין [אלע זענען שווער...] למאי נפקא מינה למבעי רחמי [מען זאל מתפלל זיין אז עס זאל גארנישט פאסירן ח"ו].

לענינינו לאזט זיך טייטשן אז די שלעכטקייט פון די תרתי ענני דסלקן חדא לאפי חברתה באדייט צוויי פארוואלקענטע טעג וואס קומען איינס נאכן אנדערע... דאן דארף מען אויך בעטן רחמים אז מען זאל נישט אינגאנצן פארדזשאווערט ווערן ח"ו... און מען זאל זוכה זיין צו לערנען און דאווענען און ברענגן פרנסה וכו'.

ואם שגיתי ה' הטוב יכפר.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

קרעמער, ה' הטוב יכפר בעדך, והוא רחום יכפר עון.
דאס איז - פארשטייט זיך - נאר אם שגית, ועכשיו שלא שגית, ווארן ס'דאך א פאקט און א מציאות, און ווער ס'נאך מסופק דערין זאל זיך דרייען אביסל צווישן די געזעלשאפטן און וועט שוין אליין זען אז ס'כולהו קשיין, איז אונז נישט געבליבן קיין אנדער עצה און מיר וועלן מוזן אננעמען די עצה פון חז"ל למיבעי רחמים...

שיין טייטשל, רבי קרעמער!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

זארעכ, ביסטאך ממש א קאמפעטישן מיט וואלקן, ער קומט און ארבייט אויפן ציבור צו ווערן א_ווי די לייגסט עס דא אראפ, אנגעכמארעט, אנגעזעצט, שלעפעריג, וכהנה וכהנה רבות, די אבער ארבייט'ס פארקערט, און ביזדערווייל (ווילאנג איך קוק נישט ארויס פון פענסטער..) ביסטו דער געווינער,

רב פעפער, להוי ידיעה, האסטמעך אויפגעלעבט!

*

קרעמער, שוין לאנג נישט אזוי טיף געלערנט א שטיקל אגדתא גמרא,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

יום המעונן?! וואו?.... וואס יום המעונן? אפשר דארט! ביי זיי! ביי די יעניגע אינדערויסן! אבער ביינונז דא, מיינעך טאקע די וואס לעבן דא אין די קרעטשמע וועלט, החע!.... ווערן מיר דאך דא גאר אינגאנצן בא'זארעכ'ט!... כ'מיין.... אויב א דרויסנדיגער וואלקן 'דארט' ערגעץ אין יענע משוגענע לעבעדיגע וועלט מאכט זארעכ'ן שיינען אהער אין די קרעטשמע וועלט, זאג איך נאכאמאל: החע!.... ס'לוינט שוין ס'גאנצע כמורע... דער זארעכ, אדער ווי די בני ארץ ישראל רופן אים 'הרב פפרי', ערידאך גוט... זיס ווי פעפער... וואס?... פעפער? זיס?... כ'בין צומישט... כ'ווייס נישט, דער פעפער איז זיס, יא.

שטייסעכמיין, הו קעירס וואס טוט זיך דארט אין יענע פארזשאוועטע וועלט, זאל דארט זיין פארוואלקנט! דא, אין די געהעריגע קרעטשמע וועלט, שיינט די זון פיל שטערקער, כמיין ס'זארעכ'ט דאך דער שמש מיט די פולע שיין! דארט? זאכ'נאכאמאל זאגן? החע!.... איי פרנסה? אז דאס קאפ ארבייט נישט פון וואו וועט זיין פרנסה? זאג, די ערשטע קשיא וואס דו האסט???.... דרייט זיך מיט קשיות... זאג האסט שוין אמאל געליינט א שטיקל זארעכ???... פפפפפפפפערד.... קשיות אינקאפאריין...

וואס? איך בין משוגע? וואו? נישטא קיין קרעטשמע זון? ווא... אי... א רגע.... איך לעב אין חלומות? הייסט אז ס'נישטא קיין קרעטשמע זון???!..... אויף מיין קיוקאמבער אז סי דא, וואס הייסט ס'איז נישט דא... האלאו! קוק ארויף, יא געהעריג קוק ארויף דא אויבן, דא, אביסל מער רעכטס, יא דארט דארט, קוק ארויף.... וואס קוקסטו????.... און איך בין משוגע.... זארעכ דו זעסט וואס דא גייט פאר? אלע שטייען זיי דא מיט די קעפ אויף ארויף און זוכן די קרעטשמע זון..... חע חע חע..... דו זעסט וואס דא גייט פאר זארעכ???? דו זעסט???..... יא? נו גוט אז דו זעסט, יעצט זיי מוחל באשרייב עס...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

דאכצעמער אויב איך געדענק גוט, האט שוין זארעכ איינמאל צולייגט אזא מעונן'דיגע טאג, אויף אביסל אן אנדער אופן, אבער נישט צו שטארק אונטערשטעליג, עניוועי, שכוח פאר די באשרייבונג, און אזוי שיין ארויס געברענגט דאס וואס יעדער ווייסט, אבער כאפט נישט אז כמעט אלעס איז פארבינדן מיט דעם, איך האב פאר איינעם אראפ געלייגט וואס איך האב געהאט די ערשטע פאר שעה פון טאג, און צוגעלייגט, אז ער זאל נישט פארגעסן, אז דאס אלעס האט פאסירט ווען אינדרויסן רעגנט.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נישטא קיין בעסערס פון א פארציע זארעכ און א קינוח סעודה פון יעענטאאש...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

חחחחחחחחחחחחחחחח יום המעונן, זייט דער ענן האט זיך בעננ'ט אינעם יום המעונן, האצעך נאך אזא יום המעונן זיך נישט בעננ'ט זינט סיז דא אן ענן....


א_ווי יאכער האט שוין געזאגט, האבעך געברויכט פארן אנהויבן לייענען קוקען צו ס'איז פרישע ווארע, אמער, עס האט זיך שוין אמאל ארויסגעווישט א יום המעונן ארטיקל פון זארעכ'ס פענע...

בעצם קעמען זאגן, אז יום המעונן, און טאקע נאר יום המעונן, איז דער טאג וואס מ'קעמיר געהאלפן ווערן ביי זארעכ פעפער.

זארעכ, איי לאוו איט סאו מאטש.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ואני הנני מקים את בריתי אתכם. וזאת אות הברית אשר אני נותן ביני ובין הקרעטשמע. את האשכול הזאת אתן מלמעלה והיתה לאות ברית ברית. והי' בענן הענן על הארץ, ונראתה הזועפת על פני כל האדם אשר ברא אלק-ם על האדמה, ואשכיל האשכול על פני הקרעטשמע. וזכרתי לך חסד נעוריך אהבת כלולתיך אמר זארעך.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

יוי..... איך קען מער נישט לאכן.....

זארעכ, איך האב פריער געשריבן אז מיר האבן אדאפטעד שיטת "תקופת דרב המעונינא".

דערנאך האב איך מעיין געווען אז אזוי ווי מיר כאפט אן משעה לשעה אזא מין "וסת דיום המעונן" אדער בקיצור די זעלבע זאך נאכאמאל א מין "וסת דזארעכפעפער", [אזוי ווי א וסת דתרוה"ד] און דאס קען אמאל אנכאפן אין א יום הבהיר אויך, דער אויסדרוק איז נאר אזוי, פארשטייסט? ווייסט אפשר פון די פוסקים אויב ס'איז דא אזא וסת אין יורה דעה?
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

איי ס'יז דאך אלץ הבל הבלים
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

אין עוד מלבדו!!!
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שוין לאנג נישט געווען אזוי פארוואלקנט! ברוך אתה ה' וכו' משנה עתים ומחליף את הזמנים ומסדר את הזרחים.
An article a day keeps the babies away
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

בני היכלא האט געשריבן: ווייסט אפשר פון די פוסקים אויב ס'איז דא אזא וסת אין יורה דעה?


זיצנדיג אזוי צווישן די טונקעלע פארנעפלטע וואלקענעס, און טראכטנדיג פון דיין לומדישע פראגע, האט זיך מיר געשטיותט א שטותימדיגע מעונ'נדיגער בויך קרעמפ תירוץ אויף דיין פראגע.

די ווסתות גייען געווענדליך לויט די מהלכי הלבנה (כמבואר בהל' נדה). טא לכאורה איז נישט פארהאן אזא זאך ווי א ווסת ביום המעונן, כלומר אז דער יום המעונן זאל זיין א סיבה צו ברענגען א ווסת. ווייל וואס פאר א שייכות האבן די וואלקענעס צו א ווסת? איי פרעגסטו וואס טוט זיך מיט קפיצות וכו'. דער תי' איז פשוט, ס'פאראן גורמים וואס אויב דער מענטש טוט א געוויסע פעולה (אדער מאכל) איז דאס גורם אז דער ווסת זאל אנקומען, אבער ווען ס'האנדלט זיך איבער טבעי הווסת, ס'הייסט אז א געוויסער נאטורליכע זאך זאל ברענגען דעם ווסת, דאן איז דאס תלוי אין די לבנה.

א חידוש פון שרפרפרפר זארעכ ביום המעונן!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

נא! נא!

עס זענען דא בחורים דא!

פארוואס רעדט איר אזוי הויך?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

געטס אכטונג דער אלטער בחור וועט נאך אונקימען דא

די דערמאנסט מיר אמאל ביי א שיער און יו"ד איז געזיצען א גרש און אריין געפרעגט א גאנצן צייט מען האט נישט געקענט לערנען ווייטער ביז איינער האט אים געשיקט א צעטיל א שעלות מעג מען נאר פרעגן הלכה למעשה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

ס'איז שוין היינט אן עמטליכע ערשיינונג, מ'קען זען יונגעלייטלעך און בעלי בתים ארויסקומען אינדערפרי פון הויז, באגעגענען א וואלקן פארזאמלונג, און גיבן א שמייכל: אה.... זארעעעעעכ...

משחרוב בית המקדש ניתנה ימי המעוננים ל'זארעכ ולקרעטשמע.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”