נתניהו אין וואשינגטאן / סאטמאר פראטעסט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
נתניהו אין וואשינגטאן / סאטמאר פראטעסט
.
לעצט פארראכטן דורך ארטסקרול אום זונטאג מארטש 15, 2015 5:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
- ללמוד וללמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 846
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
ווער זאגט ער טאר נישט רעדן אין מיין נאמען? אבער אז ער רעדט כפירה דארף איך עס מכחיש זיין.
סאו גיי זאג אז סאטמאר רעדט נישט בשמך.
סאו גיי זאג אז סאטמאר רעדט נישט בשמך.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
ארטסקרול האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:ראשית דא איז די זעלבע נייעס פארום. שנית, פארשטייסט טאקע נישט קיין שום חילוק? אדער ווילסט סתם זען וואס די 'סאטמארע' גייען ענטפערן...?
שנית כל דא איז א דעבאטע פארום וואו מען שמיעס אויס די קעגנגעזעצטע מיינונגען. און אחרון כל: ניין! עס איז דא קיין חילוק בעולם.
ריכטיג דא איז א דעבאטע פארום, אבער זאכן וואס זענען נוגע השקפה וכדו' קומט נישט אהער. דאס איז איינס, שנית, אז די ווילסט פירן א דעבאטע אויף דעם ענין עפן א פרישן אשכול דערווייל איז נישטא קיין אשכול ווי עס קומט אריין [חוץ פון גאר אלטע אשכולות].
בנוגע דיין פראגע, ממש נישט, וואס? כ'וועל דיר שטעלן דערצו א דוגמא, מציצה בפה איז אנגענומען ביי אלע 'היימישע' אז עס איז א חיוב גמור, און די אפטריניגע שרייען קולות אז עס פעלט נישט אויס, און ביי דעם קענסטו אויך טרעפן געוויסע אחרונים וואס האלטן אזוי. פיר אויס די משל, און זאג צו פארשטייסט נאכאלץ נישט.
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
ארטסקרול האט געשריבן:אפשר דא גייט מען עס נישט פארמעקן, ווייל דאס איז נישט קיין נייעס פארום:
וואס איז די לאגישער סברה אז ביבי טאר נישט רעדן אין נאמען פון כלל ישראל, אבער סאטמאר מעג יא רעדן אין נאמען פון גאנץ יהדות החרדית? מעג מען, אדער טאר מען נישט רעדן אין נאמען פון אנדערע? אויב נאר איין פראקציע, און נאכדערצו א האלבע פראקציע (צד מהרז״ל) קומט ארויס דעמאנעסטירן, דאן רעד ער דאך נישט אין די נאמען פון גאנץ יהדות הנאמנה? אתמהה.
זייער פשוט. בכלל קיין פארגלייך.
סאטמאר האט קיינמאל זיך נישט דערקלערט אלס רעדנער פאר נתניהו, סאטמאר האט אלץ געלאזט הערן זייער מיינונג און זייער תורה'דיגן שטאנדפונקט איבער מדינ"י.
ביבי נתניהו האט יא קלאר געלאזט וויסן: איך רעד אין דיין נאמען!
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6639
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
- לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם
כללמד ועוד לקרא, ביבי'ס אמט און אזוי אויך זיין אויפטרעטן פאר'ן קאנגערס איז מנוגד לדת יהדות, טא וויאזוי קען ער טון א אקט אנטקעגן די אידישע רעליגיע, בשם די מענטשן פון די רעליגיע, משא''כ קהלת סאטמאר, צעהלים, פאפא (?), טוהן גארנישט אנטקעגן די אידישע תורה. (אפילו לשיטת די וואס גייען זיך נישט באטייליגן).
זעה איך יעצט כאפצעם זאגט דברים של טעם.
זעה איך יעצט כאפצעם זאגט דברים של טעם.
לעצט פארראכטן דורך בוידעם אום דינסטאג מארטש 03, 2015 12:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רצונינו לעשות רצוניך.
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
ארטסקרול האט געשריבן:אפשר דא גייט מען עס נישט פארמעקן, ווייל דאס איז נישט קיין נייעס פארום:
וואס איז די לאגישער סברה אז ביבי טאר נישט רעדן אין נאמען פון כלל ישראל, אבער סאטמאר מעג יא רעדן אין נאמען פון גאנץ יהדות החרדית? מעג מען, אדער טאר מען נישט רעדן אין נאמען פון אנדערע? אויב נאר איין פראקציע, און נאכדערצו א האלבע פראקציע (צד מהרז״ל) קומט ארויס דעמאנעסטירן, דאן רעד ער דאך נישט אין די נאמען פון גאנץ יהדות הנאמנה? אתמהה.
וואו זעהסטו אז סאטמאר רעדט אין נאמען פון כלל ישראל? סאטמאר רעדט אין איר אייגענע נאמען - דאס מיינעך וועסטו מסכים זיין אז זיי מעגן - און אין די נאמען פון די תורה, לויט ווי זיי פארשטייען דאס.
ביבי האט געזאגט ער רעדט אין נאמען פון אלע אידן, סך הכל האבך נאר געזעהן אז סאטמאר זאגט אז ער רעדט נישט אין די נאמען פו אלע אידן, נישט אז סאטמאר רעדט יא אין די נאמען פון אלע אידן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
ארטסקרול האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:ארטסקרול האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:ראשית דא איז די זעלבע נייעס פארום. שנית, פארשטייסט טאקע נישט קיין שום חילוק? אדער ווילסט סתם זען וואס די 'סאטמארע' גייען ענטפערן...?
שנית כל דא איז א דעבאטע פארום וואו מען שמיעס אויס די קעגנגעזעצטע מיינונגען. און אחרון כל: ניין! עס איז דא קיין חילוק בעולם.
ריכטיג דא איז א דעבאטע פארום, אבער זאכן וואס זענען נוגע השקפה וכדו' קומט נישט אהער. דאס איז איינס, שנית, אז די ווילסט פירן א דעבאטע אויף דעם ענין עפן א פרישן אשכול דערווייל איז נישטא קיין אשכול ווי עס קומט אריין [חוץ פון גאר אלטע אשכולות].
בנוגע דיין פראגע, ממש נישט, וואס? כ'וועל דיר שטעלן דערצו א דוגמא, מציצה בפה איז אנגענומען ביי אלע 'היימישע' אז עס איז א חיוב גמור, און די אפטריניגע שרייען קולות אז עס פעלט נישט אויס, און ביי דעם קענסטו אויך טרעפן געוויסע אחרונים וואס האלטן אזוי. פיר אויס די משל, און זאג צו פארשטייסט נאכאלץ נישט.
מה שאין כן ביי די פרשת ארץ ישראל איז דא הונדערט שיטות צוטיילט דורך יעדע חסידות שבישראל. און עס לא קרה זה אל מציצה בפה.
כ'ווייס נישט פון קיין הונדערט שיטות, סך הכל ווייס איך פון געציילטע שיטות דערין, בכל אופן אין מיינע אויגן איז זייער נארמאל אז רבנים וואס האלטן אז דאס איז די תורה האבן רעכט צו רעדן אין מיין נאמען - אפגעזען צו איך האלט אזוי צו נישט, פונקט ווי ביי מציצה וועסטו פארשטיין אז זיי האבן רעכט צו רעדן אין נאמען פון 'אלע' אידן [גיי פרעג פון די אנדערע סארט אידן צו זיי זענען מסכים דערצו...]. דאס איז איינמאל איינס, אבער וואס פארגלייכסטו דא בכלל, פארצייל מיר אז ביבי האלט אז דאס איז די תורה, דאס זאגסטו?
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
@ארטסקרול, כ'מיין ביזט אויף די ראונג סייט. דא דעבאטירט מען ווי נארמאלע אויפריכטיגע מענטשן.
לאמיר פארשטיין;
'20 יודישע קאנגרעסלייט' באיקאטירן ביבי'ס רעדע, אבער ס'גייען נאך זיין גוים וואס גייען קלערן ער רעדט אין נאמען פון אלע יודן?
'2000 פרומע יודן' קומען ארויס צו א פראטעסט און פרעמדע מענטשן וועלן קלערן אז זיי רעדן בשם גאנץ כלל ישראל?
לאמיר פארשטיין;
'20 יודישע קאנגרעסלייט' באיקאטירן ביבי'ס רעדע, אבער ס'גייען נאך זיין גוים וואס גייען קלערן ער רעדט אין נאמען פון אלע יודן?
'2000 פרומע יודן' קומען ארויס צו א פראטעסט און פרעמדע מענטשן וועלן קלערן אז זיי רעדן בשם גאנץ כלל ישראל?
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
ארטסקרול האט געשריבן:ביבי לשיטתו האלט אז ער ראטעוועט כלל ישראל קעגן די נוקלאערן וואפן. ממילא פארטרעט ער כלל ישראל. דו שרייסט, לא!! ער פאטרעט מיך נישט. קומסטו ארויס אין גאס און שרייסט: ער פארטרעט אומז נישט, מיר זענען קעגן אים, בו בזמן ווען דו פארטרעטסט נישט די ארטאדאקסידשער אידנטום ווייל זיי זענען נישט ארויסגעקומען.
דו זעסט דא א תשובה אויף מיינע ווערטער? טענה לו בחיטין, קען זיין די פארשטייסט בכלל נישט די סאטמארע טענה קעגן וואס ביבי טוט, ווען ביבי זאל ווען קומען זאגן בשם כל ישראל אז פאטעטע-טשיפ'ס איז גוט, וואלט עס קיינעם נישט געשטערט, דא איז די פראבלעם אז ער קומט זאגן אז כדי מדנ"י זאל האבן א קיום - אזאך וואס סאטמאר האלט אז ס'איז אסור - דארף מען אזוי און אזוי האנדלן מיט איראן, און ער שטעלט דאס נישט פאר אלץ דעת עצמו, נאר ער קומט דאס זאגן אויך אין זייער נאמען, כאילו זיי זאלן ווען אויך האלטן אז מען מוז טון אלע פעולות אז מדנ"י זאל האבן א קיום.
האבן זיי אזויפיל רעכט צו קומען זאגן זייער מיינונג אז ע"פ תורה איז דאס אסור, און זיי האבן די פולע רעכט צו קומען בשם כל ישראל, הגם ס'יתכן דו האלטסט אנדערש, וויבאלד זיי האבן דאס מברר געווען ע"פ תורה, און איינער וואס איז מברר ע"פ תורה קלאר א הלכה האט לענ"ד די פולע רעכט צו אפשרייען בשם כל ישראל. כ'וועל דיר זאגן נאך מער, אויב וועסטו - נישט ביבי ווייל אים גייט די תורה אן א לאך אין קאפ - מברר זיין ע"פ תורה אז ס'איז מותר, האסטו לענ"ד די זעלבע רעכט צו רעדן בשם כל ישראל.
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
ארטסקרול האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:ארטסקרול האט געשריבן:אפשר דא גייט מען עס נישט פארמעקן, ווייל דאס איז נישט קיין נייעס פארום:
וואס איז די לאגישער סברה אז ביבי טאר נישט רעדן אין נאמען פון כלל ישראל, אבער סאטמאר מעג יא רעדן אין נאמען פון גאנץ יהדות החרדית? מעג מען, אדער טאר מען נישט רעדן אין נאמען פון אנדערע? אויב נאר איין פראקציע, און נאכדערצו א האלבע פראקציע (צד מהרז״ל) קומט ארויס דעמאנעסטירן, דאן רעד ער דאך נישט אין די נאמען פון גאנץ יהדות הנאמנה? אתמהה.
וואו זעהסטו אז סאטמאר רעדט אין נאמען פון כלל ישראל? סאטמאר רעדט אין איר אייגענע נאמען - דאס מיינעך וועסטו מסכים זיין אז זיי מעגן - און אין די נאמען פון די תורה, לויט ווי זיי פארשטייען דאס.
ביבי האט געזאגט ער רעדט אין נאמען פון אלע אידן, סך הכל האבך נאר געזעהן אז סאטמאר זאגט אז ער רעדט נישט אין די נאמען פו אלע אידן, נישט אז סאטמאר רעדט יא אין די נאמען פון אלע אידן.
די זעלבע גויים וואס גייען מארגן מיינען אז ביבי בשם כל ישראל בא, גייען אויך מיינען אז די מארגענדע פראטעסט איז בשם כל ישראל!..
וווואאאאססס???
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
ווי אלע האבן פריער דערמאנט.
1) סאטמאר האט זיך קיינמאל נישט דערקלערט אלס כלל ישראל'ס ווארט זאגער, סה"כ שטעלן זיי קלאר אז די ציונים רעדן נישט בשם אונז.
2) ווען סאטמאר זאגט 'אונז' מיינט מען רעליגיעזע אידן, סאטמארע רבנים פסק'נען לויט זייער דעת תורה וואס מיינט עכט רעליגיעז, און ציוניזם איז פארבאטן אין זייער רעליגיע.
3) ווער עס פילט אז סאטמאר פארטרעט אים נישט, קען זיין העכסט רואיג, ווייל דעמאלט רעדט נתניהו אין זיין נאמען, סא ממ"נ ווערט יעדער פון כלל ישראל מיט עהרע פארטראטן..