בנאות דשא
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
בנאות דשא
בנאות דשא ירביצני איי איי איי איי איי איי איייא אייייאייייאיייייאיי על מי מנוחות ינההההליני
אזוי זינגט זיך דער אידל, דער חסיד בחסידתו, און דער יעקער ביקרותו, יעדן שלש סעודות פון די געהויבענסטע צייטן אין די וואך, אויב נישט די העכסטע. ס'זענען דא וואס זינגען דאס אזוי געשמאק אינאיינעם מיט נאך עטליכע אידן ביינעזאם ביי א טיש, און עס זענען פארהאנען וואס זינגען דאס בין תנור לכיריים אזוי נאר ער מיט גאט אליין. מערסטענס דערקענט זיך די חילוק צווישן די חסידים וואס ווארעמען זיך צוזאמען מיט נאך עטליכע און צומאל הונדערטער אידן ביי א ווארעמען בני היכלא און מזמור לדוד, און אז גאט העלפט זענען די לעקטער פארלאשן. און די מתנגדים/יעקערס/ליטאים וכל שום וחניכא דאית להו, וואס זאגן דאס אין שטוב מיט'ן קנייטש הוט, צומאל גענצליך אליין, און צומאל מיט א קינד צוויי פון די זייט. אלע אין די זעלביגע צייט יעמאלט ווען די זוהן נויגט צו מעריב זייט זינגט/זאגט מען דעם געשמאקן מזמור לדוד. טו בי אננעסט, די בעלי מקובלים זענען מוסיף אויף דעם, אז יעדעס מאל וואס מ'וואשט זיך צו א סעודה, הערט מען זיי זאגן אט דעם קאפיטל כ"ג פונ'ם ספר תהלים, וואס דוד המלך נעים זמירות ישראל האט מחבר געווען.
אוי יעדער איד ווען ער זיצט ביי די דריטע סעודה פונ'ם שבת קודש, אט אט געזעגנט מען זיך פונ'ם יום מנוחה, לויפן איהם דורך געוואלדיגע גוטע מחשבות אין מוח, די געפילן זענען בענקענדיג אין סוף. עס זאגט זיך פון זיך אליין: די קומענדיגע וואך רבוש"ע, וועליך נישט פארפאסן קיין מנחה מיט קיין מנין, און אויך מיין שיעור וואס כ'שטופ שוין אפ זינט תשעה באב, וועל איך ממשיך זיין. כ'זאג דיר צו רבוש"ע, געב מיר נאך א שאנס, נאך איין שאנס, כ'גיי זיין וואויל און ערענסט. די וואך וועל איך זיך נישט דערזעהן צום לכו נרננה כראפעצדיג א_ווי אן אויסגעקלאפטע הושענא, כ'וועל זיך גרייטן צום שבת, א_ווי עס פאסט זיך.
אין אט די הייליגע מאמענטן זינגט מען אט דעם הייליגן קאפיטל פון תהלים, עז אן הכנה צום קבלת עומ"ש מיט מנין, וואס מ'זאגט מיט גרויס התלהבות. עס זענען דא וואס זינגן עס דריי מאל, אין אנדערע מקומות זענען דא וואס זינגן נאר איינמאל, אבער זינגן זינגט דאס יעדער.
לאמיר זיך געבן א טראכט אביסקעלע טיפער וואס איז דער קאפיטל? וואס זינגט דארט אונזער קעניג מיט זיין פידל? איי מזמור לדוד האשעם רועי לא אחסר, אז גאט פאשעט מיך פעלט מיר גארניקס. בנאות דשא ירביצני, אין הערליכע גראזן טוהט ער מיך מאכן הויערן...... על מי מנוחות אויף רואיגע וואסערן ינהלני טוט ער מיך פירן.
דוד המלך שרייעט ארויס זיין טראסט אין גאט ברוך הוא, גם כי אלך בגיא צלמות, לא לא אירא רע, ניין רבוש"ע כאב פון גארנישט מורא, כי אתה עמדי, ווייל דו וואס פאשעט מיך אויף הערליכע גראזן און פירט מיך אויף רואיגע וואסערן איז מיט מיר. נו איז פון וואס זאל איך דען מורא האבן? און אויב שוין עפעס, שבתך ומשענתך המה ינחמוני, דיין אנלאנער רובש"ע דיין בענקעלע. אהה דאס טרייסט מיך. ווער עס איז אביסקעלע באקאנט און שמואל הנביא א און ב, און אויך אביסל אין מלכים און זעהט וואס דהמע"ה האט מיטגעמאכט זיין גאנצע לעבן, און זעהט דעם לא אירא רע, כאפט א קיצל, וויאזוי קוקט ער אטהן זיין באשעפער, אההה בנאות דשא ירביצני, אלעמאל ביסטו גוט געווען צו מיר רבוש"ע, אייביג אייביג על מי מנחות ינהלני. נישט קיין חילוק וואס ס'האט פאסירט מיט מיר, אלעס איז געווען געוואלדיגע געשמאקע גראז, רואיגע וואסערן... איז דאך דאס די מערסטע פאסיג, יעמאלט ווען דער אידעלע געזעגנט זיך שוין פונ'ם שבת, ווער ער שטייט פאר'ן אריינגיין אינ'ם גיא צלמות... זינגט ער זיך אונטער, לא אירא רע, כי אתה עמדי.....
אוי געוואלד, כ'וויל דאך דא צו עפעס צוקומען, יא, כ'דערמאן זיך שוין..
עס זענען געווען גדולי עולם, וואס האבן אלעמאל גענומען הערליכע מליצות צו פון תהלים צו פון ערגעץ אנדערשוואו, און אזוי געשריבן בריוו אדער חידושים. איז ביום מן הימים געוועזען עמיציר פון די גרויסע, וואס זענען געווען אויף א קור-ארט, כדי צו שעפן פרישע כוחות צו פירן זייער עדה על מי מנוחות. און ווען ס'איז אויסגעקומען צו שרייבן בריוו פון דארט, האבן זיי געשריבן: פה בנאות דשא מארינ-באד. איי אידאס געווען א מקום פאר צדיקים, זיי האבן זיך געדרייט מיט די גלאזן אין א שטרוי אריינגעשטעקט דערין, וויפיל שיחת תלמידי חכמים הצריכים לימוד, זענען אדורך די לופט פון מארינבאד. וואו נעמט מען בכלל די גדולים דא אהער???
אהה פון דא ביז ביז ביז די בילדער מאגאזינען איז פאלג מיר א גאנג, זיי רעדן אויך פונ'ם נאות דשא, מורינו האדמור מהעטעך פעטעך שליטא האט געוויילט בנאות דשא אין זיין קאנטרי אין פאלסבורג, און דער אנדערער אין מאנטיסעלאו, און דער דריטער אין סוואן לעיק, דער פערטער אין ליבערטי. כ'קען נישט נאך אלע מקומות דארט. און דא ווילעך צוקומען....
זיצט דער אידעלע אינ'ם געהויבנסט'ן זמן פון די וואך, און ער זינגט מיט נאך הונדערטער אידן, מזמור לדוד, האשעם רועי לללאאא אחסר, ער קלערט זיך אזוי אריין, דער זיידע דער קעניג דוד המלך זינגט און דאנקט דעם רבוש"ע, דו מיין פאסטעך ווען דו פאשעסט מיך, פעלט מיר גארנישט, עס קומט א וואך, מ'מוטשעט זיך פאר פרנסה, אבער אלעס איז גוט אלעס איז געשמאק, ווייל ווען דו ביסט מיין פאסטעך, פאשעסט מיך בנאות דשא....... וואס???? וואו? אין פאלסבורג? אין וועכע קאנטרי?? אה מסתמא אין וואודבערן... אאההה אוקיי, כ'פלאן טאקע צו פארן.. נישט דאס יאר, מערצעשעם נעקסטע יאר. אינדערמיט טראכט ער פונ'ם סווימינג פול, נע זיי האבן נישט גענוג א ברייטע, נו ווער יא? געט ער א פרעג שמעונ'ן זיין שכן, נו ווער האט א בעסערע פול??? כ'מיין אז פריעד'ס באנגעלאו קאלאני האט צו א שמאלע... אפסס.. יענקל, פונקט טראכט איך אויף פון דעם.. יא? דו טראכסט דערפון אינמיטן שלש סעודות? (אייגענטליך וואס טוה איך?) שוין עניוועי........ האשעם מלך האשעם מלך האשעם ימלוך לעולם ועד... הויבט אן גריזשלען אין זייערע אויערן... אוי מ'האלט דאך שוין ביי קבלת עומ"ש דא, וויי געוואלד ווי בינעך דא אנגעקומען??? אה יא בנאות דשא ירביצני איי איי איי איי איי איי איי איי איי איי איי איי איי על מי מנחות ינהלני.....

לעצט פארראכטן דורך סאכדעס אום זונטאג אוגוסט 05, 2007 3:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- יענטאאש
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 726
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
- לאקאציע: http://twitter.com/yentash
- פארבינד זיך:
אוי בנאות דעיהישע.... יארביציינו..... איי איי איי איי, איי איי איי איי יאם.... אוי ווען איך וואלט געהאט דא די פיש וואס סאכדעס האט געהאט ביי די בר מצוה העט זיך ווען סאך בעסער געזינגען, ס'איז נישט קיין ספק...... אוי שיבטעך ומישענתך.... היייהמה י(קרעכץ)נחמנו.... איי איי איי, איי היי איי יאם.... תערוך לפני שלחן.... אה.... נארעלע.... וואס האסטו פון די פיש.... סאכדעס האט כאטש געהאט א גוטן קויליטש צוצובייסן... נו וואדע האט זיך עס געלוינט.... אבער דו? דא? מיטן שאלעשידעס ביל/שטרוי'קע..... אידאך די פארבליבענע פונעם שבת סעודה פונקט גוט..... נו פארדעם טאקע גם כי אייהילך.... בגיא צלמוות..... (יוי איך קען קוים שלינגען די חלה לייגסטו נאך צו די פיש?)...... איי איי איי איי, איי איי איי איי יאאם... לא אירא רע, ווייל איך שפיי עס עניוועי אויס.... איי איי איי איי, איי איי איי איי יאאאאאאם.... ויאמר משה אכלהו היום....... (א הייב זיך אונטער)..... און די רעשטע איז היסטאריע.....
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
איך בין אינגאנצן צומישט דא. ווער האט פערפאסט דעם ארטיקל? 'בני היכלא' צי 'סאכדעס'? אדער גאר אפשר דער דאייען בכבודו ובבשרו? גיי ווייס...
כ'מיין, שטעלט אייך פאר וואס דא איז פארגעקומען; בני היכלא'ס רוח סערה, וועלכער בוזשוועט דא ביי אונז אין דארף אין די לעצטערע צייטן, האט זיך אזוי צובלאזן, מיט זוינע שטארקע קארטינא ווינטן, אזש אז ס'האט אויסגעשאסן און פארניכטעט די פענסטער'ס פונעם דאייען'ס שטיבל, אזש אז ער האט זאפארט א באפעל געטוהן דעם אונטער שמש'ל זיינעם אנצורעכטן א אינהאלטסרייכער אויפקלערונגס דרשה. פארשטייטצעך אז 'סאכדעס', דער אונטער שמש'ל, האט נישט אנטוישט; נישט דעם דאייען; נישט דעם רוח הכייעם... אפפסס... כ'מיין רוח היכלא...; און אוודאי נישט דעם ציבור. סאכדעס שיחי' האט זיך באלד גענומען צו דער ארבעט, און כדרכו מקדם ומ'צפונ'ה האט ער אהערגעשטעלט אזאנס און אזעלעכס.
סאכדעס שיחי'! דיין ארטיקל איז באמת א גוטס! פארוואס? דו פרעגסט פארוואס? עהה... זאג מיר נישט אז דו ווייסט טאקע נישט... דו מאכסטעך נאטר, א_אמת? כ'מיין אז נאטר אן עכטער נאחר אדער א טאמעוואטישער פנים קען זיך ערלויבן צו פרעגן פארוואס דער ארטיקל איז שייך אנגערופן צו ווערן א גוטס! נו, עלעך מעך אראפלאזן צו דיזע פערזאנען און זיי דאס ערקלערן.
לאמיך אייך מסביר זיין, קלוגע-נארנים, די זאך אידא אזוי: קודן כל, דער ארטיקל, ביינעזאמען מיט די בערעמיצווע ארטיקל, דארפן זאפארט אריינגעריקט ווערן קיין סמעטענע אן קיין צווייפל! ס'נישט קיין קרעטשמערישער טעמעס, סי' געשריבן פיל מיט הומאר און זאפט, ס'מלא וגדיש מיט שמאלציגע מליצות וועלכע זענען נאך ווארעם און פיש, ממש א ווי די נארהאפטיגע בילקעלעך וואס סאכדעס האט פארציקט ביי די בר מצוה.
דערנאכדן קול, אי-דאך דער ארטיקל, פון בני היכלא מיט נאות דשא, א ריכטיגער סארקאסטישער מוסר השכל'דיגער ארטיקל וועלכע שילדערט נעבעך אראפ דער שלש סעודות'דיגער פרצוף פון די פאליש חברה... נו, וואס דארפן מיר נאך מער ווי דאס? אין מיינע אויגן דארף דער ארטיקל געדריקט ווערן אין א ריעל פובליקאציע, ואולי וכאלי וועלן די דברים היוצאים מן הלב עושה רושם זיין.

זארעכ כאנאך קוים אראפגעשלינגן ס'סמעטענע, קומסטו אויף א פיל מויל אריינרוקן עס אין אידישע וועלט??? עניוועי, כ'לאז בויען די טווין טאוערס, צו די זעלבע צייט לאז איך אריינרוקן ס'ארטיקל ווי אימער מ'וויל נאר, אויב מאכט עמיציר דערויף געלט, זאל ער זיימוחל זיך ווענדן צו מיר אין אישית, און לאזן אפאר גרייצער...
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
איך זוך ארום מיין דאנק ווארט אויף דעם ארטיקל, איך זוך עס בנאות דשא, און אונטערן תרביצנו, אבער עס איז עפעס ניקס צום געפונען. דערמאן איך זיך, אז דער ארטיקל האב איך שוין געליינט ארום פיר אזייגער פארטאגס יענעם מוצאי שבת, שוין נאכן אויסשאלטערן דעם 'פטור' (ווי מיין חבר רופט עס) פונעם טעלעפאנישן שטעקער, דאס האט מיר געצווינגן צו פארבלייבן מיטן שערקויך אין בויך, א שטייגער ווי סאכדעס' בילקע אונד פיש.
יישר כח טייערער חבר, דער עולם האט געוואלדיג הנאה פון דיין לעצטיגע סטיל באשרייבונגען, האלט עס אן.