תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג אוגוסט 08, 2006 2:36 pm
קודם האב איך געוואלט פארהאלטן די אויבערשטע מגיבים, דא שרייבט מען נישט איינער צום אנדערן, יעדערער רעדט דא צו זיך אליין, הגם דאס אליין מעג איך נישט דא שרייבן/טייפן/קלאפן/זאגן/שרייען/קאמאנדעווען, מ'שטיינס געזאגט דא רעדט דאך יעדער צו זיך אליין, איז מאן יימר, אז די אויבערשטע שרייבערס/טייפערס/קלאפערס/זאגערס/שרייערס/קאמאנדעווערס האבן יא גערעדט צו עמיצין, כאלט נאך פאר'ן באשליסן צו איך זאל דאס דא ארויפשטעלן, אבער יו נאו וואט, יאך לייג עס נישט ארויף, זיכער האבן זיי גערעדט צו זיך אליין, און אויב וועל איך זיך באציען צו זייערע תגובות/הודעות, וועט דאך אויסקומען אז איך בין פארקראכן/פארפארן/פארגאנגען פונעם אשכול, סאו סיז בעסער אז איך רעדט נישט גארנישט.
איצט טראכט איך אזוי, יאך רעדט נישט מער צו דיר, דו ווילסט נאך וויסן פארוואס, כאילו דו ווייסט נישט, פארוואס איז נעכטן די סאפער נישט געווען רעדי אין צייט? הא? כ'קען נישט אזוי אנגיין מיט מיין סדר היום.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!