בלאט 1 פון 27

איך האב היינט געזען:

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 10, 2013 10:53 pm
דורך לוי יצחק
ווי א איד האט איינעם גוט אנגעשייגעצט פארן ענטפערן זיין סעלפאן אין ביהמ"ד. און בערך א צוואנציג מינוט שפעטער האט ער געטון פונקט די זעלבע...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 10, 2013 11:03 pm
דורך מאנ-יימער
ווי א איד האט געעפענט א אשכול צו קענען שרייבן וואס ער האט היינט געזעהן.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 10, 2013 11:15 pm
דורך לוי יצחק
מאנ-יימער האט געשריבן:ווי א איד האט געעפענט א אשכול צו קענען שרייבן וואס ער האט היינט געזעהן.

האסט געזען ווי איך עפען עס? איך גלייב נישט, דער וואס זיצט דא נעקסטע צימערל איז פשטות נישט דו.
עניוועי, אבער אלעמאל די זעלבע זאכליך איז אביסל בארינג.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 10, 2013 11:43 pm
דורך מאנ-יימער
ס'זעלבע איז מיט די אלע עקסטערע אשכולות.

געשריבן: פרייטאג ינואר 11, 2013 12:13 am
דורך לכאורה
יישר כח לוי יצחק, א שיינע געדאנק פון אן אשכול.

איך האב היינט געזען 2 קאר עקסידענטן אויפן זעלבן גאס ווינקל, עטליכע שעה פונאנדערגעשיידט.

געשריבן: פרייטאג ינואר 11, 2013 1:17 am
דורך שנאפס
אביש גיין אויף די אייגענע פוס

געשריבן: פרייטאג ינואר 11, 2013 11:19 am
דורך לוי יצחק
ווי א איד מאכט א קאווע, פולט אן די גלעזל מיט הייס וואסער כמעט ביז אויבן, גיסט אויס האלב, גיסט אריין מילך ביז ס'האט זיך אויסגעגאסן, לייגט צו נאך קאווע שטויב, נאך הייס ווואסער, טרינקט אביסל, לייגט צו נאך צוקער, טרינקט אויס אביסל, ווארפט עס אוועק, און א גוטן טאג.

געשריבן: פרייטאג ינואר 11, 2013 11:21 am
דורך שנאפס
מאטעס גיין

געשריבן: פרייטאג ינואר 11, 2013 11:21 am
דורך לוי יצחק
לוי יצחק האט געשריבן:ווי א איד האט איינעם גוט אנגעשייגעצט פארן ענטפערן זיין סעלפאן אין ביהמ"ד. און בערך א צוואנציג מינוט שפעטער האט ער געטון פונקט די זעלבע...

אויך האב איך היינט געזען ווי א ניק שרייבט אויף עטליכע אשכולות פון "פארברענגען" אפטיילונג אז ס'איז איבריג, און ער אליין האט דאס מערסטע געשריבן אין אן אשכול וואס כ'האב נאך קיינמאל נישט געעפענט...

געשריבן: פרייטאג ינואר 11, 2013 11:26 am
דורך שנאפס
ווי איינער האט זיך באליידיגט

געשריבן: פרייטאג ינואר 11, 2013 11:28 am
דורך משזר
שנאפס האט געשריבן:ווי איינער האט זיך באליידיגט


אין מיט רעכט.

געשריבן: זונטאג ינואר 13, 2013 9:19 pm
דורך לוי יצחק
ווי צוויי מיטליעריגע אידן האבן זיך געאמפערט אויף א פארקינג ספעיס בערך 20 מינוט...

געשריבן: מאנטאג ינואר 14, 2013 10:17 am
דורך טייבעלע
אן אידל וואס טראגט צוויי פאר תפילין ביינעזאם ביים דאווענען.

געשריבן: מיטוואך ינואר 16, 2013 11:33 pm
דורך לוי יצחק
...ווי א קערידזש מיט א קינד אינעווייניג האט זיך אראפגעגליטשט אויפן גאדער, ולולא התמהמהנו ח"ו...

געשריבן: מיטוואך ינואר 16, 2013 11:36 pm
דורך לכאורה
ווי א פשוט'ער ארבעטער וואס גייט ארום אין אידישע שטובער פארריכטן אפלייענסעס היט זיך די אויגן ביים רעדן צו די בעל-הבית'סטעס. עס איז געווען א קידוש השם אין מיינע אויגן.

געשריבן: זונטאג ינואר 20, 2013 10:06 am
דורך טייבעלע
נאכען דאווענען ארום 8:00 אזייגער אינדערפרי ווי אידן זיצען און עסן אייער קיכלעך מיט הערינג,
און פארשטייט זיך מיט אביסעל שנאפס אינדערזייט.

געשריבן: זונטאג ינואר 20, 2013 10:33 am
דורך ידיד
דאס איז דאך שרעקליך...

אפגערעדט אז איך וואלט נישט געקענט טון אזא זאך, איך וואלט אפי' נישט געקענט צוקוקן ווי אזוי אנדערע טוען עס..

געשריבן: זונטאג ינואר 20, 2013 9:28 pm
דורך לוי יצחק
טייבעלע האט געשריבן:נאכען דאווענען ארום 8:00 אזייגער אינדערפרי ווי אידן זיצען און עסן אייער קיכלעך מיט הערינג,
און פארשטייט זיך מיט אביסעל שנאפס אינדערזייט.

טאקע א חידוש! אין אלאסקא טוט מען דאס אויך? ביינונז איז דאס א נארמאלע ערשיינונג, קיינעם באדערט נישט צו דעם עצי חיים'ס יארצייט, אדער בעלזער רב'ס יום הצלה, אבי געזונט!

געשריבן: פרייטאג ינואר 25, 2013 12:32 am
דורך לוי יצחק
...אין די גאלדענע אמעריקא, ווי א פארפאלק (ווארשיינליך) נישטערט אין א ריזן גארבידזש פארענט פון א געשעפט פאר אביסל פרוכט!! כ'האמיך געשטעלט קוקן פאר א מינוט אבער כ'בין כמעט געפרוירן געווארן פאר קעלט, און די אורחי פורחי נעבעך האבן געזוכט מיט אלע כוחות. א פחד!!

געשריבן: פרייטאג ינואר 25, 2013 12:35 am
דורך רבניש
לוי איצחק, איך קוק אזוי אריין דא אינעם אשכול "האב איך געזעין" אז איר זעיט צאם א וועלט מיט אינטערעסאנטע זאכען אין איין טאג...

ווי קען איך מיך אין אייך אנשליסען, און גיין באנאזאם?

געשריבן: פרייטאג ינואר 25, 2013 12:43 am
דורך לוי יצחק
ניין, יעדן טאג עקטער באזונדערע זאכן. דו זעסט אויך לייגסט נאר נישט צו קיין קאפ.

אויב ווילסטו גיין מיט מיר עלעך מוזן ווארטן ביז דו קומסט צוריק פון די נסיעה, דערווייל גיי איך מיט אנעים...

געשריבן: פרייטאג ינואר 25, 2013 11:09 am
דורך טייבעלע
און שפעטער וועט זיין א תנאי קודם, ווי אליהו הנביא האט זיך אויסגענומען, נישט פרעגען קיין קשיות.

געשריבן: דינסטאג ינואר 29, 2013 10:21 am
דורך טייבעלע
ווי דריי אידן כאפן א טענצעל נאכען דאווענען.

געשריבן: דינסטאג ינואר 29, 2013 9:57 pm
דורך לוי יצחק
כייב אן קלערן פון מופן קיין אלאסקא

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 31, 2013 2:14 pm
דורך שנאפס
דו האסט געזען וויזוי דו קלערסט?