בלאט 1 פון 1

די מלאכים שמייכלען

געשריבן: פרייטאג מאי 11, 2007 4:38 pm
דורך ירא שמים
בס"ד

ס'מיר יעצט אייגעפאלען ,אז ווען די מלאכים קוקען אריין אין דעם פורום, שפרייט זיך אויס א שמייכעל אויף זייערע לעפצען,
כ'מיין ,ווי נישט ווי ,דארט פאר די מלאכים, פאלט דען איין אזאלכע איינפעלער וואס מען זעט דא ביי אינדזערע קרעטשמער'ס, כ'מיין מ'שטיינס געזאגט, זיי האבען דאך נישט קיין בחירה,

כ'גלייב אז עס איז א נחת צי זען אזא פורום ווי עס דרייען זיך חסידישע יונגעלייט אין שמועסען על דא ועל הא אבער עס איז ריין פין לשון הרע רכילות אין ניבול פה נאר ריין ערליכע שמועסערייען זאל דער פין אויבען געבען אז עס זאל זיך גיסען השפעות טובות אויף אלע חברי הקרעטשמע אין יודיש נחת און אלעס גוטס . אמן

געשריבן: פרייטאג מאי 11, 2007 4:46 pm
דורך נאטורליך
ירא שמים, איך בין מיט דיר הינדערט פראצענט. דער פורם איז מחייב אנדערע. לאמיר זיך מחזק זיין להגדיל ולהאדירה. אנצוהאלטען דעם הויכען סטאנדערט.

געשריבן: פרייטאג מאי 11, 2007 5:56 pm
דורך abimlaibt
נו אויב אזוי נאטורליך, דו ווייסט דאך שוין יא אז דער עולם ווארט צו הערן פון דיר א גוט ווארט אבער א לאנגס און א גוטס, אזוי וועט דער עולם דא זיצען און נישט גיין זוכען אנדערע גליקען,

געשריבן: מוצ"ש מאי 12, 2007 11:37 pm
דורך קרעמער
גראדע בין איך מסכים צו ירא-שמים'ן אז די מלאכים לאכן --- זיי לאכן פון אונז אין די פויסטן ודי

געשריבן: זונטאג מאי 13, 2007 1:53 am
דורך שוועמל
ווי ווייט איך ווייס דרייען זיך נישט די מלאכים אויפן אינטערנעט.

געשריבן: זונטאג מאי 13, 2007 12:06 pm
דורך קרעמער
ווי ווייט איך ווייס, ווייסטו שוועמל נישט צופיל איבער די מלאכים און זייערע פירונגען.

געשריבן: זונטאג מאי 13, 2007 12:26 pm
דורך שוועמל
אויב אזוי
ווי ווייט איך ווייס, ווייסטו נישט קרעמער צופיל איבער די אינטערנעט און איר אומאויסגעהאלטנקייט.

געשריבן: זונטאג מאי 13, 2007 12:35 pm
דורך קרעמער
און ווי ווייט איך ווייס, האבן מלאכים נישט קיין פראבלעם דערמיט, ווילאנג זיי קומען נישט אראפ בלבושי בשר ודם, ווי ערווענט אין סוף פרשת בראשית.

געשריבן: מאנטאג מאי 14, 2007 12:26 pm
דורך סאכדעס
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחח קודם מוז איך ארויסגעבן מיין אויספלאץ פון די לעצטע דו-שיח צווישן קרעמער און שוועמל. אז ס'גוט אז ס'גוט

איצט על ראשון אחרון, גוט געזאגט מורינו ירא שמים, א ריין ערליך ווארט, ריכטיגערהייט.

קרעמער, דאס וואס דו זאגסט אז זיי לאכן אונז אין די פויסטן, קומט לכאורה פון דיין איבערגעטריבענע פעסעמיסטישקייט וואס דו קוקסט אויף די גאנצע בריאה בכלל, און אויף דיר בפרט.

געשריבן: מאנטאג מאי 14, 2007 2:21 pm
דורך פירשט
ירא שמים:
אז דו ווייסט שוין יא פון וואס די מלאכים שמייכלען אזוי .
גיב זיי א פרעג
אויב זיי וואלטען ווען הנאה געהאט אז איך ברעבג ווען אהיים אביסעלע פרנסה?

געשריבן: מאנטאג מאי 14, 2007 8:23 pm
דורך קרעמער
סאכדעס;

מהיכן דנתני?

געשריבן: דינסטאג מאי 15, 2007 12:05 pm
דורך סאכדעס
וואס דען האט דיר געבראכט צו שרייבן אזא מאדנע תגובה, אין אזא געשמאקע אשכול?

Re: די מלאכים שמייכלען

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 4:52 pm
דורך סטאוו יא פיטא
אוי ווי נאר