מיין אשכול לשמי ולזכרי, מעג איך?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

נחבי בן ופסי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2007 2:47 pm

מיין אשכול לשמי ולזכרי, מעג איך?

תגובהדורך נחבי בן ופסי » דינסטאג אפריל 24, 2007 4:15 pm

ווי איר זעט דריי איך זיך שוין דא אלס א איינגעשריבענער לערך 24 שעה, איך דריי זיך און דריי זיך און דריי זיך איך קוק דורך אביסל אשכולות און געשמועסן און איך זוך ווי אריינצורעדן, ווי דער שטייגער איז אז ווען א נייער ניק פאלט אריין אין א ניי פלאץ וואס ער האט נאר וואס ערפינדן באקומט ער דעם פולן רייץ אריינצורעדן און אריין ציווארפן זיינע צוויי קאפיקעס מיינענדיג אז עימיצער איז אפילו נייגעריק, איך ווי יעדער מענטש האב אויך די טבע און איך דריי זיך שוין ארום א שיינע שטיק צייט זוכנדיג זיך אנצוריפן אבער איך האב נאך דערווייל נישט געטראפן וואו ווייל וואו קען איך אריינהאקן אין א שמועסן וואס ציען זיך אויף גאנצעטע בלעטער, דערפאר עפן איך קודם א אשכול לשמי ולזכרי דערנאך וועל איך שוין טרעפן וואס צו טון.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אפריל 24, 2007 4:17 pm

זייער א גוטע איידיע. ביזט נישט דער ערשטער וואס טוט עס.
הייב אן א שמועס, און דער ציבור וועט ממשיך זיין.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג אפריל 24, 2007 4:38 pm

שלום עליכם בן ופסי, דריי זיך נישט צופיל ווייל דו קענסט ווערען דיזי. זעץ זיך אנידער ביים טישל דאטרט, יא דארט נישט ווייט פון עיר קאנדישען, אז דו ביזט הינגעריג איז דא עפעס פארבליבענע לעקעך פון היינט נאכן דאווענען, קאווע איז אין קאווע שטובעל. מנחה דאווענט מען קוואדער נאך. מעריב קוואדער צו. now you are on your own

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אפריל 24, 2007 4:43 pm

פיין, נחבי,

לאמיר אנפאנגען א שמועס, און די וועסט עס שוין צוען ווייטער,

זאג נאר, ווי האסטו געהערט פון די קרעטשמע ? ווער האט דיר עס געזאגט ? און פארוואס ?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג אפריל 24, 2007 5:29 pm

נע נאטורליך, וויפיהל מאל דארף איך דיר זאגן, ברויך מען אויפנעמען די נייע אנגעקומענע שיין, מ'געט נישט פאר א נייע חבר לעקעך פון היינט ביים דאווענען.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג אפריל 24, 2007 5:30 pm

יוי, אנטשולדיגט נאטורליך, ווען האסטו געדאווענט היינט...
האסטעך מסתם געלייגט שפעט שלאפן נעכטן נאכט, ס'איז דאך אזוי נאטורליך....
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
גאליציאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2007 1:05 pm
לאקאציע: אין גאליציא

תגובהדורך גאליציאנער » דינסטאג אפריל 24, 2007 10:08 pm

בס"ד

א גוטען נחבי בן ופסי
דאכטזעך כ'האב נאך געקענט דיין טאטען
יא אין ניין ס'ווענד זיך

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אפריל 24, 2007 11:27 pm

נחבי, האסט שוין גענוג אויף וואס צו ענטעפרן, נעם דיך צו די ארבעט, דאס איבריגע וועט נאכקומען.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אפריל 25, 2007 12:42 am

זאג נחבי;

ביסט א קאזין אפשר מיט גדי ?
דעם בן סוסי'ן ?

סוסי'ס פאטער איז געווען פון מיין משפחה אמאל, ליידער ביי די קריג איז אלעס אוועקגעפאלן, ימח שמם אלע ציונים.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך אפריל 25, 2007 6:10 pm

ופסי'ס,

אז די ווילסט ס'זאל נאך בלייבן עפעס לשמיך ולזכריך פון דיין אשכול, דיין הייב שוין אן צו שריייבן און ענטפערן אויף די שאלות,

אנטלויף נישט!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אפריל 25, 2007 10:57 pm

גם אני מצטרף לדברי חברי, ערעב צייטליך.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג אפריל 26, 2007 10:57 am

הגם ס'שטייט במקום גדולים אל תעמוד, אבער במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש. אלזא בעט איך די זעלבע זאך פון מיין עלטער פעטער נחבי'ן.

נחבי בן ופסי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2007 2:47 pm

תגובהדורך נחבי בן ופסי » דאנארשטאג מאי 03, 2007 5:10 pm

איך פיל זיך אביסל אויסגעשפילט פון די קרעטשמע איך סטאפ דא אפ א באזוך פון צייט צו צייט אבער מיטן חשבון זיך אביסל צו ליפטערן אבער צו מיין גרויס אנטוישונג גיי ארויס פון דא שנעלער ווי איך בין געקומען און אן קיין טראפ לופט, ווי הייב איך אן ווי ענדיג איך ווי שרייב איך וואס זאג איך?, אדרבה כאפט א בליק אויפן ערשטן בלעטל פון די קרעטשמע און זאגטס מיר וויזוי א פרעמדער (אדער בעסער געזאגט א נישט אפטער באזוכער) קען אריין קומען אין פיקטשער
אה צו גריסן א גוטן שוין גריס איך דא יעצט אגוטן

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג מאי 03, 2007 5:13 pm

פארבינד זיך מיט מיר אין גוגל, עמיר דיר געבן פונקטליכע לעקציעס.
anash718@gmail.com
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג מאי 03, 2007 6:23 pm

נחבי בן ופסי האט געשריבן:איך פיל זיך אביסל אויסגעשפילט פון די קרעטשמע איך סטאפ דא אפ א באזוך פון צייט צו צייט אבער מיטן חשבון זיך אביסל צו ליפטערן אבער צו מיין גרויס אנטוישונג גיי ארויס פון דא שנעלער ווי איך בין געקומען און אן קיין טראפ לופט, ווי הייב איך אן ווי ענדיג איך ווי שרייב איך וואס זאג איך?, אדרבה כאפט א בליק אויפן ערשטן בלעטל פון די קרעטשמע און זאגטס מיר וויזוי א פרעמדער (אדער בעסער געזאגט א נישט אפטער באזוכער) קען אריין קומען אין פיקטשער
אה צו גריסן א גוטן שוין גריס איך דא יעצט אגוטן


נחבי פארוואס ווערסטו אזוי שנעל פארלוירען וחזקת והיית לאיש דריי דיר ארום שטעל דיר צי צי די קופקעס לייג צי דיינע צוואנציג צענט
ווער נישט אנטוישט ס'איז מעשה יצר

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג מאי 03, 2007 9:16 pm

זעסטו ופסי'ס, לאקשען האט שוין צוגעשטעלט צום ברעטל 15 תגובות, און דו האלסט נאך ביי 11. לערן זיך פון אים.
עניוועי, כ'האב דיך געבטן זאלסט מיר קאנטאקטן אין גוגל, אויב האסטו נישט - זיי מוחל אין אישית.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:30 pm

די וואס געבן די תיקון נאכן דאווענען, געבן זייער קארג, אלץ ווען איך קום אן איז שוין קיוים עפעס געבליבן
רוב מנין האט שוין ביי אשרי לאנג אויסגעטאן טלית ותפלין און ווען איך זעץ זיך צו, דארף איך אויסקראצן ס'טעלערל.
אדער גיט ברייטער, אדער ביטע, טראכץ כאטש פון מיר
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מאי 04, 2007 9:14 am

אלס, וואס רעדסטו דיך אפ, אז דו טרעפסט נישט אין בעסמעדרעש, קומט מען דא, דא איז מער ווייניגער אלס דאס וואס צו עסן און טרינקען.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 11 געסט