מעכטיגע פארשלאג פאר די וומסב"ג בארא פארק באס
אחראי: אחראי
-
- שר מאה
- תגובות: 101
- זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2010 11:57 pm
מעכטיגע פארשלאג פאר די וומסב"ג בארא פארק באס
מיין הארץ בלוטיגט מיר יעדעס מאל איך זעה מענטשן פון אלע שיכטן און קרייזן, דארע גראבע, אינגע אלטע, וויליאמסבורגע בארא פארקע, יעדער לויפט נאך דעם בלוי רויטע וואקעלדיגע באס וואס שיסט ארויס געדעכטע וואלקענעס פונעם מאפלער, אמאל ווען מען איז עס נאכגעלאפן און מען האט געזעהן ווי די וואס זיצן אויפן באס קוקן ארויס פונעם פענסטער, האט דער לויפענדע אביסל לייכטער געאטעמט מיט די האפענונג אז די וואס זיצן דארט אויבן וועלן שרייען צום דרייווער "וואן מינוט סאמבאדי איז ראנינג", אבער לעצטענס ווען די באסעס זענען שוין באדעקט געווארן אינגאנצן מיט ריזיגע אדווערטייזמענטס וואס דעקן איבער אלע פענסטערס ווייסט מען שוין נישט אויב איינער פון אויבן האט אים באמערקט ווי ער לויפט נאך דעם באס.
איז מיר איינגעפאלן א מעכטיגע עצה, איך וויל עס פארשלאגן פאר די מענעדזשמענט פון די באס קאמפעני, זיי זאלן טוישן די באס סקעדזשועל מיט בלויז "איין מינוט"! די אלע וואס מען זעהט אלץ לויפן פארשפעטיגן אלץ מערסטענס מיט "איין מינוט", והא ראיה איר האט נאך קיינמאל געזען אז איינער לויפט נאך די באס פון די אכצענטע עוועניו ביז די צוועלעפטע, אדער פון טעילאר ביז לינטש סטריט.

- היימישער איד
- שר חמש מאות
- תגובות: 885
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm
טוויט_ראביי האט געשריבן:האט דער לויפענדע אביסל לייכטער געאטעמט מיט די האפענונג אז די וואס זיצן דארט אויבן וועלן שרייען צום דרייווער "וואן מינוט סאמבאדי איז ראנינג"
און דעמאלטס האט מען אויך געדארפט רחמי שמים אז דער בה.. בצורת כינעזער זאל אין א גוטע מינוט - צווישן איין אומפארשטענדליכע קללה און צווייטן - מחליט זיין ברוב טובו אז ער גייט זיך אפשטעלן...
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
- הרבטייטעלבוים
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3367
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
- לאקאציע: שתולים בבית ד'
- וויכטיג מאכער
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 25385
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
- דער תהילים איד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6353
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15207
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
- פארבינד זיך:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:שלום עליכם טויט ראביי, דאכצעך אז דאס איז דיין ערשטע ארטיקל... גאר גוט געשריבן, אבער די איידיע, דאס איז ממש א גאונות!
לאדעך הערן מער אפט!
פארדעם רופט אים דאך יעדער דער טוויטער גאון...
גאר א גוטע עצה..
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4568
- זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm
יא קענסט שרייען אויף כינעזיש אזוי ווי שוטה צייכענט שוין אן, וויפיל טינט איז שוין פארגאסען געווארען שרייענדיג איבער די אוממענשטליכקייט פון די פירמע מיום היוסדה עד עצם היום הזה ועדיין לא נושענו.
לגבי ראבייס עצה, גראדע ווייסעך פון א מדינה ווי די באנען פלעגן רעגילמעסיג פארשפעטיגען וואס האט פארשטענדליך אויפגעברויזט די קאסטומערס און געברענגט געלט קנסות מצד די רעגירונג, ביז א צווייטע פירמע האט אפגעקויפט די באנען און די חכמי חלם האבען זיך צאמגעזעצט פאר א מיטינג ווי מען האט באשלאסען צוצולייגען 15 מינוט צו אלע באן רייזעס סקעדזשול און הפלא ופלא זייט דעמאלס קומען אלע באנען אן מיט עטליכע מינוט 'פרי'. אגב, און איעדע לענגערע עראפלאן רייזע איז אריינגעבויט בערך א שעה איבריג צייט מהאי טעמא און דאס איז די סיבה פארוואס אויב עס איז נישט דא קיין ספעצילע אפהאלטונג וועט צומאל א פליגער אנקומען פריער ווי געפלאנט.

- חייקל
- שר חמש מאות
- תגובות: 628
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
- לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!
א דאנק טוויט_ראביי פאר'ן געניאלע איינפאל
אבער העלפן וועט עס ניט קיין סאך.
אזוי ווי מען ווערט פארטיג יעדן פרייטאג הארט צום זמן, נישט קיין חילוק ווי שפעט עס איז ליכט צינדן,
אזוי קומט מען אן אלץ צום באס 'איין' מינוט שפעט,
דאס איז שוין נאכ'ן אויסרעכענען ווילאנג עס געדויערט איהם אנצוקומען ביז צו מיין סטאפ,
פארפאלן, מאנכע מענטשן זענען געבוירן א פאר מינוט שפעט,
די עצה וועט אונז בעווה"ר נישט העלפן.

נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15207
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
- פארבינד זיך:
mutche:
On the manual of the Williamsburg Boropark bus: Shake well when using...
On the manual of the Williamsburg Boropark bus: Shake well when using...
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2934
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
- לאקאציע: וויליאמסבורג בריק
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 854
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
- לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר
איך פארשטיי נישט פארוואס אזא פראנימענטע טעמע ווי די "גזירת הבאסעס" זאל באקומען אזוי ווייניג דעקונג.
די וואך האביך געווארט אויפ'ן באס און ס'איז אנגעקומען 25 מינוט שפעטער פונעם סקעדזשול, און דאס איז געווען א הייסן טאג ווען עמערס שווייס גיסן זיך פון מיר. ארויפקומענדיג אויפ'ן באס, זע איך אז די מענעדזשמענט האט זיכער געמאכט צו עפענען די פענסטערס פונעם באס, אז ס'זאל אריינקומען שטיקעדיגע לופט.
די באס איז געווען צאמגעפרעסט פרויען מיט מענער בתערובות, און איך האב א גאנצער וועג געדארפט שמעקן בגדי צבעונים.......
דאס רשעות און חוצפה איז עד אין לשער. מ'האט געדארפט אסר'ן צו פארן מיט דעם באס.
קיין נומבער צו וועם צו רעדן איז נישטא א חוץ קראנקע טשייניזע חברה.

נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
- אַבּערוואַס
- שר האלפיים
- תגובות: 2179
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm
רייזענדער האט געשריבן:טוויט_ראביי האט געשריבן:והא ראיה איר האט נאך קיינמאל געזען אז איינער לויפט נאך די באס פון די אכצענטע עוועניו ביז די צוועלעפטע
דיסעגרי...יאך בין אמאל נאכגעלאפן דעם באס איבער האלב בארא פארק, וועגן די באס איז אינגאנצן צייט געווען נאר א האלבע בלאק פאראויס....
א דו ביסט יא דא, מוז איך דיר גראטולירן פאר דיין ארטיקל, ס'האט מיך אזאנס צושאקעלט אזש ביז צום אויסגעמוטשעט ווערן ווי אויף אן עכטע בארא פארק באס רייזע!! קיפ אפ יור גוד ווארק!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 408
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm
מענין לענין באותו ענין:
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=36473
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=36473
- פערדס מיניסטער
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
- לאקאציע: איך ווייס נישט
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט