בשבילי נברא האט געשריבן:איינס האט געשריבן:בשבילי נברא האט געשריבן:און איך וואלט - פארן מאכן אזא גערויש און א געפילדער - געגאנגען צו "דיינע תגובות" און געקוקט אויב די תגובות וואס כ'האב געשריבן זענען נישט אונטער אן אנדערן קעפל.
פשוט ווייל ווער ס'איז שוין דא אביסל ווייסט אז ס'איז מעשים בכל יום אז מנהלים און אחראים רוקן ארום תגובות פון איין אשכול צום צווייטן, און באמת איז עס אזוי איבעראל ווי ס'זענען דא moderator'ס..
גלייב מיר אז איך האב דאס געטוען
נאך מער איך האב געסערטשט מיט גוגל אין אייועלט (דורך site:ivel.com)
און סאיז נישט ארויף געקומען
אעווער וואס איז געווען איז געווען
אבער אז דאס איז געווען בזדון איז נראה פון דעם וואס קיינער פון די הויכע פענטסעטערס האט מיר נישט גענטפערט אין אישי (און נישט אז ער האט נישט געזעהן וואס דא גייט פאר ער האט דאך דריי מאל געריקט אשכולות פאר מיין נארישע מעשה)
איך וואלט זיי דן געווען לכף זכות ווילאנג איך ווייס נישט וויאזוי דער "ביהיינד די סיענס" סיסטעם ארבעט.
איך גלייב נישט אז איינער איז דא דיך אפצוטוהן, ס'איז מסתמא דא עקסטערע ממונים וואס ווען זיי זעהן א תגובה וואס געהער ערגעץ אנדערש, גיבט ער עס א ריק אריבער ווי עס באלאנגט.
ער באקומט מסתמא נישט קיין אישי'ס מיט אלערטס וכו' ווייל ער האט נישט קיין צייט צו שטיין א גאנצן טאג און זיך טענה'ן און זיך פארענטפערן, ער האט נאר אנגענומען די מינימאלע אויפגאבע צו האלטן א כלליות'דיגע אויג אויף די מצב און ארומריקן ווי ס'פעלט אויס.
נאכאמאל, איך זאג עס נאר לפי מיין אייגענע השערה, און נישט אז איך ווייס אז אזוי איז עס, אבער ווען מען רעדט סך הכל פון רוקן א פאר תגובות אהער און אהין מאכט עס אזוי סענס.
און וואס זאל ער טוהן אז דו האסט פונקט מיטגעהאלטן זיין ארומריקן, ווען קודם האט ער געטראכט אז ס'באלאנגט דא, און דערנאך האט ער זיץ בארעכענט אז ניין, ס'פאסט זיך בעסער אריין אין דעם גאנץ אנדערן ווינקל...
איך וואלט דאס אנגענומען ווען נישט איין קליין טעות וואס ער האט געטוהן.
האלט קאפ
- איינס שרייבט א אשכול
- איינער מעקט דאס אויס
- איינס פרעגט פארוואס
- מרוקט די פארוואס און איינס מיינט אז דאס האט מען אויך געמעקט פארשטייט ער דאך אז יענער האט געזעהן איז פארוואס ענטפערט ער נישט אויף מיין שאלה + מיין אשכול איז דערוויל נאכנישט דא
- איינס עפנט נאך א אשכול ״פליז״
- סווערט א שטיקעלע ״מערכה״ (לאמיר דאס אזוי רופן)
- ער קומט אויף מיט א מורא׳דיגע איידיע ער לייגט עס ארויף אין אשכול וואס הייסט אינטערסאנטע שיעורים אזוי אז מזאל מיינען אז ער האט דאס פשוט געריקט
איין קליינע זאך האט ער פארזעהן יענע אשכול הייסט אינטערסאנטע שיעורים און דרשות אויף קול הלשון. או דער האט נישט געכאפט אז זיינע שיעורים זענען בכלל נישט דא אויף קול הלשון, און איך האב נישט דערמאנט קיין ווארט פון קול הלשון. און אין דעם גאנצן אשכול איז דא נאר שיעורים פון קול הלשון
צייט האט ער נישט און איךנעם דאס אן איך זעה אין מיין אישי אז ער האט טאקע נאכנישט געקוקט מיין תגובה, אבער אויב האט ער געהאט צייט צו טוען דעם דריי האט ער געמעקט טוען די קליינע זאך און צוריק לייגן.
וואס דא איז געווען לכאורה איז אז ער האט שנעל איבערגעקוקט דעם תגובה ובמושכל ראשון האט ער געמיינט אז איך רייס אראפ די מנהיגי הדור, און געמעקט. שפעטער נאכן אנפרעגן האט איהם שוין נישט געפאסט פשוט צוריק צו שטעלן האט ער געטראפן א עצה.
נאך אלע תירוצים אז ער ארבעט פאר פרי וואלט ער דאס נישט געדארפט טוען (און אויך מעג ער זיך לערנען צו קוקן אביסל מער פארזיכטיג)
יעצט אן מחילת כבודו זאל ער פליז אוועק לייגן זיי אגו און צוריק שטעלן צו א באזינדערע אשכול מיטן קעפל ״הינוקא״ הרב שלמה יהודה.
און אמת וואלט איך שוין געמעקט גיין ווייטער און נישט זיך אזוי אראפ לאזן פאר אזא נארישע זאך.
נאר נאכן כאפן די שטיק דא גייט מיר די בלוט אין קאפ, האסט געטון א טעות, מחול לך, און סאיז עקסעפטעט, ער ארבעט פאר פרי און ער דארף נישט אוועק געבן קיין איבעריגע צייט צו נאכגיין אזוי ווייט, אבער סאיז געווארן א שטינק, זיי ביטע מוחל און טוה וואס דו האסט צו טוען.
ביטע טייערע אחראי מנהל מסדר מוחק ומוליד שטעל ביטע שיינע צוריק דעם אשכול ווי ער קומט