אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:43 am

Think and Thank האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך עגרי מיט דיר אז ווען סיז דא א לעדזשיד קאמפלעין קעגן די הנהלה, דארף מען עס נעמען ערענסט, ספעציעל ווען ס'קומט פון אזא ניק, ווי דו שרייבסט, איז אבער די רגע ער האט אנגעגריפן דעם מנהל אפן, איז די זאך אווער!

פארוואס אין די וועלט?!
נאך צענדליגער מאל קאמפלעינען און ווערן איגנארירט האט ער גענומען א מהלך וואס ער האט געוואוסט אז מען גייט נישט איגנארירן (זויווי ר' ליפא פריעדמאן ז''ל מיט די אייער ביים פראטעסט), און סאט געארבעט! מען האט פיינעלי דערהערט ביי די הנהלה אז עפעס גייט דא פאר! פארוואס אין די וועלט איז די טענה מער נישט גילטיג?!

אדרבה, נעמענדיג אין באטראכט מיסטי'ס היסטאריע וואלט איך געזאגט אז דאס אליין אז מיסטי האט געדארפט שרייבן אזוי ווייזט אז די פראבלעם איז גאר אן ערנסטע.


קודם כל, אן די רעקארד איז נישטא קיין צענדליגער קאמפלעינטס, און קען זיין דו האסט ערווארטעד אז די מנהלים זאלן ארויסגיבן א סטעיטמענט זיך אנטשולדיגן פארן מעקן... סארי, אבער אפילו אויב די קאמפלעינט איז גערעכט טוט מען דאס נישט, נאר מ'פיקסט עס אינטערנעלי...

שנית, אפילו אויב האט מענעס יא איגנארט האטער געטוהן א מיסטעיק, ווייל לויט ווי ער זאגט האט אים יענער מנהל חוסם געווען אן זיך אדורכרעדן מיט קיינעם, ( א זאך וואס איז ראנג!) סאו וואס האטער אויפגעטוהן?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:00 am

וואס נאך איז נייעס?
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:04 am

זע איך אז צל איז גערעכט,
צווי חברה האבן מיר היינט שוין געהאט דא, טשאדעלע און זאפטי.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:12 am

יא, מ'וועט מוזן אזוי אריינזעצן.

מיסטעריעז, ענטפער פליז מיין אישי.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:16 am

קוק אהער ווא דא טוצעך...

אינטערסאנט, אין די גאנצע שמועס דא איז נישט דא קיין איין רויטע אדער גרינע. שמעלקא, דו ביסט א אנדער קאווערד?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:22 am

יאצמעך האט געשריבן:קוק אהער ווא דא טוצעך...

אינטערסאנט, אין די גאנצע שמועס דא איז נישט דא קיין איין רויטע אדער גרינע. שמעלקא, דו ביסט א אנדער קאווערד?



דו פרעגסט וועגן די 'אנדערע קאווער' מיט בעני פרידמאן'ס סידי? כ'בין נישט דאס, מיין בארד איז אסאך א שענערע, אויך איז מיין פנים נישט אזוי צעווישט, סאכאקעל פליט אביסעלע ס'בארדעניא, ש'ט געפערליך, כפרות א-וואוין-עס לכבוד ימי הרייך-מים.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:23 am

ווא דא טיט זיך, מען האט זיך מתחצף געווען צו מנהלים, איך בענק מיך צו די חדר יארן. :-(

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:27 am

יאצמעך האט געשריבן:קוק אהער ווא דא טוצעך...

אינטערסאנט, אין די גאנצע שמועס דא איז נישט דא קיין איין רויטע אדער גרינע. שמעלקא, דו ביסט א אנדער קאווערד?

יאצמעך, דו האסט שוין אויך לאנג נישט באזוכט דא.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

סקאראמוטשי
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובהדורך סקאראמוטשי » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:59 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מיסטעריעז, פון דיינע תגובות דא און פון דיין אישית זעה איך נאכאמאל אז דו ביסט שרעקליך אנגעווייטאגט, צו ס'האט מיט די ארידזשענעל חסומה צו די יעצטיגע דיבעיט, דו עסומסד זאכן וואס זענען ראנג, און איי פיל ווערי בעד, כ'קענדער נישט העלפן מער ווי זאגן אז דו ביסט ראנג מיט די פאקטן...

טייל, לשיטתך, כצ"ל.

וויכטיג מאכער האט געשריבן:קוק איבער מיין תגובה, קוק די קאנטעקסט וואס כאב געשריבן אז מיסטעריעז איז דא איבערצודרייען, העסטו זעהן אז כאבעס געשריבן נאכדעם וואס מ'האט דיר חוסם געווען 2 מאל און מ'האט דיר צוריק געלאזט ליינען אישית און האסט ווידעראמאל געשריבן, דעמאלטס האבעכעס געשריבן...

דו האסט עס געשריבן איין פאראגראף נאכן רעדן פון מיין "אביוזן" מיין מעגן ליינען אישי'ס. אין דעם פאראגראף גייסטו צוריק צום זמן החסימה, און דו זאגסט אז די ריזן פארוואס מען האט נישט דעמאלטס חוסם געווען מיינע "אלע" אנדערע ניקס - וואס איך האב נישט געהאט, איז ווייל די מיסטעריעז ניק איז דא געווען אויף "א מיסיע" צו איבערדרייען, און דערויף האט לכאורה קאמענטירט אז עס איז פאלש. דאס קענסטו נישט צוריקדרייען.
יעצט פרובירסטו צו דרייען אז דאס האסטו געזאגט אויף נאך מיין אויסנוצן די לופהאול. דאס איז מזויף מתוכו (נדנ), עס שטומט נישט אין די קאנטעקסט דארט, און מיין אויסנוצן די לופהאול איז געווען איין מאל אום יוני און א צווייטע מאל אפאר וואכן צוריק (צוויי מאל אין 5 חדשים, וואס איינס דערפון איז געווען אן עמערדזשענסי פאל - וואס דער מנהל האט טאקע אזוי געטו, און דאס הייסט אביוזד...), קיין איינע פון די זענען געווען צו איבערדרייען אז עס זאל אפילו מאכן סענס אז דו זאגסט עס אויף דעם.

וויכטיג מאכער האט געשריבן:האבעך געשריבן אז מ'האט דיר געעפנט צוליב דיין היסטארי, דאס ווילסטו נישט ליינען, און אין אישי שרייבסטו אז סיניש אמת...

איך וויל עס יא ליינען, ווייל אזוי זעה אז דו זאגסט וואס דו ווילסט. און ניין, עס איז נישט אמת, דער מנהל האט מיר געזאגט אז מען האט מיר פארשפארט צוליב א גילוי סטראשע אויף א מנהל, און נאכן דאס מסדר זיין האט ער מיר געעפנט מדעת עצמו, איך האב איהם עס נישט געבעטן.
וליתר שאת, צו זיין נאך מער א גוטער, האט ער מיר פארברייטעט די "טשענס" וואס מען האט מיר געגעבן, און געאפערט צו ווערן אן אחראי. אויף וואס מיין רעאקציע איז געווען (מזכרון, מוז נישט זיין די גענויע טעקסט) "אזא דאונגרעיד?..."

סארי, אבער דער אויבער מנהל איז אין מיינע אויגן א גרעסערע ווארטס מענטש ווי דיר, איך גלייב איהם ענדערש ווי דיר. אויך גלייב איך איהם אז ער האט נישט קיין צייט עס אויסצוטשעקן.


ליינעס מיט א קלארן קאפ העסטע זעהן אז דאס האבעך געמיינט...

מיין קאפ איז זייער קלאר, און אנדערש ווי דו איז די מעשה איז שוין קלאר אין מיין קאפ פאר זיבן חדשים.

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 2:00 pm

עס איז א שיינע זאך זיך אויסצושמועסן אין פובליק, איך קאנגראטוליר וויכי פארן נעמען די מיה און פרובירן צו אויסגראדן די זאך דא, עס זעהט מיר אבער נישט אויס ווי ער איז שטארק מצליח אין דעם פאל. עס איז נאך אלעם וויכטיג פאר די אלע באטייליגטע דא צו זעהן אז די הנהלה פרובירט כאטשיג זיך צו פירן מענטשליך מיט אן אחריות. בכל אופן שהוא, בין איך זיך מצטרף צו אלע אנדערע ניקס וואס פאדערן אז מען זאל אויסקלארן און מסדר זיין דעם פראבלעם מיט "מיסטעריעז", אזוי ווי אלע זענען מודה איז ער קיינמאל נישט קאנסידערט געווארן אלץ אנדרייער אדער אלץ א מענטש מיט אן אגענדע אדער מיט א ספעציעל שארפע שטעפעדיגע אדער שטעכעדיגע פעדער וכדו', איך גלייב אז מען מעג און מען דארף זיך באציען צו זיינס א קאמפלעין מיט אביסל מער ערנסטקייט, און זיכער אז עס איז געווען אן עולה אים צו לאזן אויסגעשפארט פלעין אזוי פאר גארנישט הענגען אין די לופט פאר אזא לאנגע תקופה, אלץ לאנגיעריגער מיטהאלטער דא מיין איך אז אזא געשיכטע איז א פרעצעדענט וואס האט נישט געטארט געשען, איך ווייס נישט וואס מען זאל טון מיט דעם אחראי אדער מנהל וואס איז פאראנטווארטליך פאר דעם, אבער אזא פאסירונג איז א גרויסע אומ'כבוד פאר די גאנצע הנהלה, און מאכט אז די הנהלה'ס קרעדיט זאל שטארק פאלן, א זאך וואס טאר נישט פאסירן אין אזא אנגעשטרענגטע סייט וואו צומאל טרעט מען ממש אויף גלאז, די הנהלה מוז זיין טראסטעבעל, אז נישט וועלן מיר פארלירן צופיל ערנסטע ניקס (ליידער האט מען שוין פארלוירן דא אין די פארגאנגענהייט צופיל טייערע ניקס צוליב טענות אויף איינזייטיגקייט אדער אומ'יושר'דיגקייט פון די הנהלה :-( ).

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1917
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:32 pm

Y Y Y.... וואס דא גייט נישט אלץ פאר...!

איז אזוי, איינער גייט מוזן זיך בייגען...! איז איך רעקאמענדיר אז די מנהלים זאל זיך בייגען! ווייל די געוויסע מנהל קען שנעל אנטהון א צווייטע נאמען און פערטיג. ער ווערט נישט אראפ געריסן, אדער אויס. אויך קען ער זאגן ס'האט מיט אים גארנישט, ס'איז די "ק-א-מ-י-ט-ע" סאוי וואס גייט אים אן.

מיסטו גייט זיך נישט בייגען, נאכן האבן אזויפיל סופארט זיכער נישט. און בכלל זעה איך נישט וויאזוי ער זאל טרעפען געהעריג א וועג אריין.

על כן עצה עצתי, איז מ'זאל אפמאכן אז ס'גייט ווערן א מהלך וויאזוי אחראים האבן קאנטראל (דע עצם פאקטען קען מען לאזן פאר א צווייטע מאל..) און זאגן בפה מלא אז ס'געווען א "מיסטריעז"ע" פרשה, און שלום על ישראל.

די וועלטעל וועט זיין די פארדינער, איי ווי קען מען זיך לאזן פון א ניק, סווערט הפקר ?! יעדער פארשטייט אז ס'איז נישט סתם א ניק, ער איז א אחראי פון אונזער זייט.
אז איך וועל מיך נעמען שרייבן מיט רויטע פענעס און מ'וועט מיר חוסם זיין, העט נישט ווערן די גאנצע באלאגאן, נישט קיין חילק וואס כוועל טהון, סאוי איך זעה נישט פארוואס די מנהלים זאלן זיך נישט בייגען.

ירידה לצורך עליה.
You only live one but if you do it right, once is enough

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:50 pm

עס אף נאו, אידישלעך גערעדט, דער וואס שווייגט דער ערשטער איז דער געווינער.

א גוטע נאכט, רבונו של עולם הריני מוחל וכו'
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:24 pm

איך מיין אז מען זאל רעסטריקטן פלעינע עמך ניקים פון ניצען דער רויטע קאליר ווען מען שרייבט , אזוי וועט קיינער נישט אננעמען אז מען שרייבט אויף דעם אנדערן מיט בלוט רויט ווערטער און דער געמיטער וועלן זיך באריעגען.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:33 pm

מעשה שהיה

עס איז געווען אמאל צייטען וואס יעדער אין אמעריקע האט געמיינט אז די סופרים קארט איז העכער פאליטיק, מען האט געמיינט אז זיי זענענן העכער פארטיי געפילען און זיי פסקנ'ן נאר לויט די געזעץ, ביז עס האט פאסירט וואס עס האט פאסירט, אנגעהויבן מיט בוש גאר 2000, דערנאך אבאמא קעיר, היינט צווייפעלט שוין קיינער נישט אין די ווארהייט אז די בשר ודם פון סופרים קארט זענענן בסך הכל מענטשן און פסקנ'ן לויט זייערע געפילען.

עס איז געווען אמאל צייטען וואס יעדער אין אמעריקע האט געמיינט אז די יוסטיץ דיפארטמענט און די עף בי איי איז זענענן העכער פאליטיק, עד שבא קלינטאן אימעיל סקאנדאל, IRS קאנסערוואטיוו רדיפות, טראמפ געווינס, שטרויזאק, קאומי, פייסא קארט, וכו' וכו' און יעדער ווייסט שוין אז פון אויבן אראפ איז אלעס מיט געפילן,היינט צווייפעלט שוין קיינער נישט אין די ווארהייט אז די בשר ודם פון געזעץ היטער זענענן בסך הכל מענטשן און פירען זיך לויט זייערע געפילען.

עס איז געווען אמאל צייטען וואס יעדער אין אמעריקע האט געמיינט אז מיר האבן א אומפארטיישע מידיא, ביז פאקס האט אנדעקט אבאמא, סי ען ען טראמפ, די נ"י טיימס די קאנסארוואטיווען, און היינט ווייסט שוין יעדער אז ... וכו'

עס איז געווען אמאל צייטען וואס יעדער אין אמעריקע האט געמיינט אז גוגל איז א דומם און אומפארטייש, אבער די אויספיר איז איבריג, גוגול איז אזוי אומפארטייש ווי אבאמא איז א אמעריקען סיטיזען... אופס...

הקיצור מיין נקודה אז פון ביז אראפ איז יעדער מלא נגיעות, מלא געפילן, {איך רעדט נישט לגבי רוחניות}
און דא האט מען האט געטראפן א פלאטץ ו'איוועלט שמו, און מען וויל זיך איינרעדן אדער מען וויל איינרעדן אנדערע אז די פלאטץ איז געפילן און אינטערעסן ריין, מען קלאגט און מען זיפעצט אויף א עוולה אדער גאר מער פון איין עוולה.

רבותי, די פלאטץ איז קיינמאל נישט געווען נגיעות אדער געפילן ריין, איך לייען שוין גענוג דא, און סיי וועלכע מנהל אדער אחראי עס וויל אייך איינרעדן אז מען לאזט איבער די געפילן ביים טיר ווען מען סיינט אריין דא זאגט אייך ליגענט, און די עף בי איי האט שוין געזאגט די ליגענט.

די מנהלים און אחראים ווילען דא זעען זייער קהילה מוסד און פארטיי אין א גינסטיגע ליכט, זיי זענענן בשר ודם און זיי וועלן זיך פירען בהתאם.... זה בכה וזה בכה, מיט מעקן, דאפאלטע ניקס, אריינשרייבען, פאריכטען, בסך הכל וועט א יעדער מנהל זיכער מאכען אז וואס אים איז וויכטיג זאל געדעקט ווערן לויט זיינע געפילן.

באמת האט גראדע א מנהל א פליכט אז קיין שום איד זאל נישט שאדען האבן פון די פלאטץ, א מנהל וואס מעקט נישט תגובות וואס קען קען שאדען מאכען אידיש הארוואניע, בלוט, געלט און מוסדות וועט בפשטות - לדעתי - געבן דין וחשבון פאר זיין א מסייע לידי עוברי עבריה מיט שאדען מאכען אנדערע אידן - אפילו אויב מען האט געשריבען אמת'ע ריכטיגע אינפערמאציע, נישט אלעס וואס איז נישט לשה"ר שמוץ און כפירה מעג געשריבען ווערן, מען טאר נישט וויי טיען קיין אידן און מען טאר נישט צוגרינד לייגען א איד'ס ארבייט.

וואס האב איך געוואלט זאגען? גארנישט, אז מען זאל נישט האלטען די מנהלים אויף א העכערע סטאנדערט ווי א רעגלוער בשר ודם, מען זאל זיך נישט איינרעדן אז דא טוט מען נישט וואס טוויטער טוט, מען דארף זיין צופרידען מיט די ניינציג פארצענט וואס יעדער איז צופרידען, א תיקן העולם וועט זיין ווען משיח וועט קומען, אבער ביז דאן וועט מען כסדר האבן טענות אויף די קאנדאמידועם בארד, שכנים, שכר לימוד, מוסדות, מנהלים אחראים אויף אייוועלט, גבאים אין ביהמי"ד, ראשי קהילה, רוחניות'דיגע ממונים, רבי'ס און רביים, עסקנים, בילינג קאמפאניס, און די ליסטע איז לאנג.

אווער אלל איז אייוועלט נישט ערגער ווי סיי וואס מען שטויסט זיך אן מיט רבים, ווען אימער מען דילט מיט א רבים איז דא צען פופצען פארצענט וואס דער יחיד טראכט אז עס וואלט געדארפט זיין אנדערש, אבער יעדער פארשטייט אז כשם שאין פירצופיהן שוות... מען דארף ארויס נעמען די גיטע חלקים פון איבעראל, און נישט געבן קיין בלינק מיט די אויגן פאר דאס וואס מען האלט אז עס טויג נישט.

א גיטע נאכט

אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:38 pm

שפתים ישק!
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 1:33 am

סקאראמוטשי האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:מיסטעריעז, פון דיינע תגובות דא און פון דיין אישית זעה איך נאכאמאל אז דו ביסט שרעקליך אנגעווייטאגט, צו ס'האט מיט די ארידזשענעל חסומה צו די יעצטיגע דיבעיט, דו עסומסד זאכן וואס זענען ראנג, און איי פיל ווערי בעד, כ'קענדער נישט העלפן מער ווי זאגן אז דו ביסט ראנג מיט די פאקטן...

טייל, לשיטתך, כצ"ל.

וויכטיג מאכער האט געשריבן:קוק איבער מיין תגובה, קוק די קאנטעקסט וואס כאב געשריבן אז מיסטעריעז איז דא איבערצודרייען, העסטו זעהן אז כאבעס געשריבן נאכדעם וואס מ'האט דיר חוסם געווען 2 מאל און מ'האט דיר צוריק געלאזט ליינען אישית און האסט ווידעראמאל געשריבן, דעמאלטס האבעכעס געשריבן...

דו האסט עס געשריבן איין פאראגראף נאכן רעדן פון מיין "אביוזן" מיין מעגן ליינען אישי'ס. אין דעם פאראגראף גייסטו צוריק צום זמן החסימה, און דו זאגסט אז די ריזן פארוואס מען האט נישט דעמאלטס חוסם געווען מיינע "אלע" אנדערע ניקס - וואס איך האב נישט געהאט, איז ווייל די מיסטעריעז ניק איז דא געווען אויף "א מיסיע" צו איבערדרייען, און דערויף האט לכאורה קאמענטירט אז עס איז פאלש. דאס קענסטו נישט צוריקדרייען.
יעצט פרובירסטו צו דרייען אז דאס האסטו געזאגט אויף נאך מיין אויסנוצן די לופהאול. דאס איז מזויף מתוכו (נדנ), עס שטומט נישט אין די קאנטעקסט דארט, און מיין אויסנוצן די לופהאול איז געווען איין מאל אום יוני און א צווייטע מאל אפאר וואכן צוריק (צוויי מאל אין 5 חדשים, וואס איינס דערפון איז געווען אן עמערדזשענסי פאל - וואס דער מנהל האט טאקע אזוי געטו, און דאס הייסט אביוזד...), קיין איינע פון די זענען געווען צו איבערדרייען אז עס זאל אפילו מאכן סענס אז דו זאגסט עס אויף דעם.

וויכטיג מאכער האט געשריבן:האבעך געשריבן אז מ'האט דיר געעפנט צוליב דיין היסטארי, דאס ווילסטו נישט ליינען, און אין אישי שרייבסטו אז סיניש אמת...

איך וויל עס יא ליינען, ווייל אזוי זעה אז דו זאגסט וואס דו ווילסט. און ניין, עס איז נישט אמת, דער מנהל האט מיר געזאגט אז מען האט מיר פארשפארט צוליב א גילוי סטראשע אויף א מנהל, און נאכן דאס מסדר זיין האט ער מיר געעפנט מדעת עצמו, איך האב איהם עס נישט געבעטן.
וליתר שאת, צו זיין נאך מער א גוטער, האט ער מיר פארברייטעט די "טשענס" וואס מען האט מיר געגעבן, און געאפערט צו ווערן אן אחראי. אויף וואס מיין רעאקציע איז געווען (מזכרון, מוז נישט זיין די גענויע טעקסט) "אזא דאונגרעיד?..."

סארי, אבער דער אויבער מנהל איז אין מיינע אויגן א גרעסערע ווארטס מענטש ווי דיר, איך גלייב איהם ענדערש ווי דיר. אויך גלייב איך איהם אז ער האט נישט קיין צייט עס אויסצוטשעקן.


ליינעס מיט א קלארן קאפ העסטע זעהן אז דאס האבעך געמיינט...

מיין קאפ איז זייער קלאר, און אנדערש ווי דו איז די מעשה איז שוין קלאר אין מיין קאפ פאר זיבן חדשים.



נאך איין דוגמא ווי דו טייטשט אריין עפעס אין מיינע ווערטער, למשל ווען כאב געשריבן אז די הנהלה האט געוואוסט פון דיין אנדערע ניקס, האבעך גערעדט טאקע פון די ניק סקאראמוטשי, (און מעגליך אנדערע, נישט נאכגעקוקט יעצט) וואס איז געעפנט געווארן נאכן פארמאכן מיסטעריעז, טרייסטו יעצט צו זאגן אז איך האב געשריבן אז דו האסט געהאט נאך ניקס פארדעם... א זאך וואס איך האב נישט געזאגט...

און דאס איז נישט די ערשטע זאך וואס דו שטעלסטעך פאר און דו מאכסט עסאמפשנס...

ואגב, איבערגייענדיג היינט די היסטארי און די גאנצע לאג פון די פרשה האבעך געטראפן פאקטן וואס זענען זיך סותר מיט דיינע באהויפטינגען...

און איך גיב דיר א טשעלענדזש, דו קענסט טשוזן סיי וועלעכע ניק וואס דו האלטסט איז נישט איינזייטיג פאר די מנהלים, און איך בין אים גרייט צו ווייזן פערזענליך( דהייני ער איז רעדי פאר גילו) און ער זאל דא צוריקקומען שרייבן צו איך בין ראנג מיט מיינע פאקטן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

סקאראמוטשי
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובהדורך סקאראמוטשי » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 9:56 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:נאך איין דוגמא ווי דו טייטשט אריין עפעס אין מיינע ווערטער, למשל ווען כאב געשריבן אז די הנהלה האט געוואוסט פון דיין אנדערע ניקס, האבעך גערעדט טאקע פון די ניק סקאראמוטשי, (און מעגליך אנדערע, נישט נאכגעקוקט יעצט) וואס איז געעפנט געווארן נאכן פארמאכן מיסטעריעז, טרייסטו יעצט צו זאגן אז איך האב געשריבן אז דו האסט געהאט נאך ניקס פארדעם... א זאך וואס איך האב נישט געזאגט...

די ערשטע מאל האט מען מיר חוסם געווען פעברואר 27, די צווייטע מאל מערץ 25, פארשפארט די לופהאול (אויף א בטל'נישע וועג) האט מען אום אוגוסט 15, האב איך באשלאסן אז איך גיי למעשה יא עפענען א נייע ניק, די ניק "מיסטער יעז" האט מען דיסאפראווד אום אוגוסט 16, סקאראמוטשי קען יעדער זען האב איך געעפנט אוגוסט 24, בערך אנדערהאלבן שעה שפעטער איז עס געווארן אנגענומען. א גאנצע רייע מיט ניקס וואס האבן געווארט פאר אפראוול זענען נישט מיטגעקומען דעמאלטס, נאר סקאראמוטשי, העכסט ווארשיינליך ווייל דער וואס האט עס באשטעטיגט האט געקוקט ווער עס האט געעפנט דעם ניק, און געזען אז איך בין עס. מען איז ארויס פון וועג מיך צו "לאזן" שרייבן...
עכ"פ, באלד 5 חדשים זענען געווען צווישן די "חסימה" און דעם דאזיגן ניק'ס געבורט.

דו האסט נעכטן געברענגט א זאך וואס איך האב דיר געשריבן אין אישי, וועל איך מיר אויך ערלויבן צו ברענגען איינס פון דיר, וירא הקהל וישפוט וויפיל אמת עס ליגן אין דיינע תגובות.

IMG_3344.JPG
IMG_3344.JPG (166.3 KiB) געזעהן 794 מאל
וויכי האט גארנישט רעאגירט דערויף, יעצט, א טאג שפעטער, האט ער מחליט אז צו ערגענצן דעם בילד פון א שווארצן מיסטעריעז וועט ער ברבים אויף דעם אויך פארדרייען די ניגון.


וויכטיג מאכער האט געשריבן:און איך גיב דיר א טשעלענדזש, דו קענסט טשוזן סיי וועלעכע ניק וואס דו האלטסט איז נישט איינזייטיג פאר די מנהלים, און איך בין אים גרייט צו ווייזן פערזענליך( דהייני ער איז רעדי פאר גילו) און ער זאל דא צוריקקומען שרייבן צו איך בין ראנג מיט מיינע פאקטן...

יעדער ווייסט אז איך בין נישט אין די הנהלה, אלזא אלעס וואס איך זאג איז פארשטענדליך אז עס איז מפי כתבם פון די וואס זענען יא, אדער זאכן וואס איך האב מיטגעהאלטן בגלוי, אדער השערות (אזויווי וויכי טוט, ער ווייסט קלאר אז די דעמאקראטן האבן געהינריכט דעם שגץ'ל). אבער א גרויס טייל פון מיינע השערות זענען אויך אונטערגעשטיצט מפי כתבם.
איך בין קנאפ אינטערעסירט אין וועלכע זאך איך האב געמאכט א טעות אדער מען האט מיר געגעבן פאלשע אינפארמאציע, און דו ווילסט נאך ווייניגער רעדן פון די אין וועלכע נישט, אויף איין זאך האב איך געווארט 7 חדשים, מען זאל מיר שרייבן איינצעלנע ווערטער, "די זאך איז גענומען געווארן אין קאנטראל." עס איז נישט געקומען. אדרבא, מען האט מיר געהאלטן אין איין זאגן "מיר זענען צייטלאז".
סארי הנהלה, יו פעילד טו דו יור דוטי, & יו פעילד בעדלי.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר, און א גליקליך לעבן פאר אלע חברים, און א עקסטערע מזל טוב פאר וויכי פאר'ן גרייכן 22,000 תגובות.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 12:11 pm

וואו שטייט אין די תקנות אז מ'מעג נישט רעדן חוצפה'דיג אדער שטרענג צו א מנהל?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 12:33 pm

האבן מיר נאך איינעם וואס איז שוין לאנג נישט דא געווען, און די שמועס דא האט אים צירוק געברענגט.
@זאכליך
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 12:34 pm

איך געדענק נישט אויף די רגע, אבער די סלאוגן פון "קריטיק אויף די מנהלים בלויז אין אישי" אדער ענליך ליגט מיר אין קאפ...

אידער וועי, איז דאס נישט בלויז די ווארט חוצפה, ווי די ווערטער "מיר גייען דאס נישט פארשווייגן"...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 12:40 pm

לויט וויזוי זאכן גייען זעה איך נישט וואס איז גיי דא אויפטוהן, הרב מיסטעריעז האלט זיך ביי זיינס, טראצדעם וואס איך קען פראוון אנדערש, און די אפער ליגט נאך אויפן טיש, געמער עני ניק וואס איז נישט איינזייטיג פאר די הנהלה, און איך ווייז אים אלע רעקארדס! אלעס איז דא לאגס, מ'איז אלעס איבערגעגאנגן די לעצטע פאר טעג...

איך זעה נישט וואס נאך ס'קען העלפן דא זיך טענהן, איך בין גרייט צו הערן סיי וועלעכע סודזשעשן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

סקאראמוטשי
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובהדורך סקאראמוטשי » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 1:27 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אידער וועי, איז דאס נישט בלויז די ווארט חוצפה, ווי די ווערטער "מיר גייען דאס נישט פארשווייגן"...

ווי געזאגט האב איך נישט קיין פראבלעם צו בלייבן אומגערעכט אין די וועג פון מיין האנדלונג, הגם עס האט א הסבר. איך בין אבער נייגעריג וועלכע פשט דו לערנסט אין די ווערטער חוץ אז מיר גייען האמערן נאכאנאנד ביי די הנהלה אז ער איז א פאררעטער.

אבער, ווי געזאגט אין אנפאנג איז דיין גאנצע בלאבלעריי שטותים און לאקשן, ווייל די ווערטער זענען געשטאנען אין די רויטע תגובה וואס האט געטריגערט די ערשטע חסימה, און דער אויבער מנהל האט מיר געברענגט בשמו פונעם פאררעטער אז די ריזן פאר די חסימה איז צוליב די אומזעהבארע גילוי סטראשע וואס עס איז דא דערין, און איינמאל ער האט פארשטאנען אז דאס איז שקר האט ער מיר צוריק געעפנט און ווידעראמאל געאפערט צו ווערן אן אחראי. און דאס איז כתוב וחתום. נאר, אקאונטעבילטי עקזיסטירט נישט אויף דעם סייט, נאר אויב דו ביסט נישט אין די הנהלה, און דערפאר וועט דער פאררעטער גארנישט באקומען פאר זיין במזיד'דיגע טעות, און נאכאנאנדע מיסברויכן, אבער מיסטעריעז יא אויף זיין טעות בשעת כעסו לויט וויכי.

די צווייטע מאל איז ווען עס איז געווען צוליב חוצפה, אין מיין לעצטע תגובה פון יענעם טאג. אבער דו קענסט באשטיין צו מאכן א טשאלנט פון די פרטים, און איך פארשטיי פארוואס...


וויכטיג מאכער האט געשריבן:לויט וויזוי זאכן גייען זעה איך נישט וואס איז גיי דא אויפטוהן,

יאפ, מיט ליגנטס טוט מען גארנישט אויף, הגם מען איגנארירט די תגובות וואס ווייזן זיי אויף.


וויכטיג מאכער האט געשריבן:די אפער ליגט נאך אויפן טיש, געמער עני ניק וואס איז נישט איינזייטיג פאר די הנהלה, און איך ווייז אים אלע רעקארדס! אלעס איז דא לאגס, מ'איז אלעס איבערגעגאנגן די לעצטע פאר טעג...

מען האט שוין גערעדט דערפון, ווילסט ענדערש איבערזאגן דאס זעלביגע. גאו פאר איט.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1882
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 1:40 pm

#אחראים געיט

וויכי האט יעצט צוויי סקאנדאלן צו הענדלען.

איך האף נאר אז דער סקאנדאל וועט נישט פירן צו אימפיטשמענט הערינגס.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 4:03 pm

האבן מיר שפעקילאציע'ס איבער, שמעלקא, טשאדעלע און מיסטי.

וועלן מיר צולייגן צום לאג "סקאראמוטשי"..

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 4:13 pm

וויזוי זינגט נאר ליפא?

פאנטאזיעס פאלטשע רעיונות... ברענגט דיר נאר צער און ביזיונות...

שטעל אהער א ניק וואס דו טראסט, וואס קען באשטעטיגן פאקטן... די רעסט איז אירעלעווענט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שמארטיקל און 12 געסט