אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

סאכדעס האט געשריבן:וועלכער בדחן אז ברבים?

פרעג נאך אפאר אזעלכע קשיות און די עולם וועט וויסען וועלכע בדחן
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כאף נאר אז ס'זאל נישט קומען צו גילוי חלילה, (אין אנאנדער אשכול האט 'לכאורה' מיך געהעריג (נישט לכאורה, כאפסט?) מגלה געווען, אז איך בין אויך 'התאחדות', און קיינער האטעס אפילו נישט מדווח געווען, א בראך...)
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

משה וואסמיטדיר נעקסט טיים מאכט נישט אזא ויצעקו. אזוי סענסעטיוו ביסטו? כ'שוין פשוט די שווערע ארבייט און צייט פון די מנהלים.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

געמעקט מיין קאמפלעינט פארוואס מ׳האט געמעקט מיין קשיא אין די ״הדלקה אשכול?

אנשטאט צו געבן אן ענטפער ווי א נארמאלער מענטש, מעקט מען.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

סאכדעס האט געשריבן:כאף נאר אז ס'זאל נישט קומען צו גילוי חלילה, (אין אנאנדער אשכול האט 'לכאורה' מיך געהעריג (נישט לכאורה, כאפסט?) מגלה געווען, אז איך בין אויך 'התאחדות', און קיינער האטעס אפילו נישט מדווח געווען, א בראך...)


היינטיגע צייטן גייט שוין נישט אן קיין גילו, [געוויסע זענען מחמיר כשתקופות טבת חל בו].
און בכלל איז שוין זייער פיל ארום גילו אז מען קען שוין בכלל נישט צוקומען דערצו, סא עס איז נישט דא וואס מורא צו האבן,
נאכדעם האסטו דיר יעצט אליין מגלה געווען ווען סוף תגובה האסטו אינטער געשריבען דיין עכטע נאמען א. בראך
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

איינער פון די מנהלים אדער אחראים איז גוט פאריקט
נעם למשל אין די קאומי אשכול די עולם שרייבט דארטען שטותים און אפילו זאכען וואס קומען נישט אריין למשל שלמה און סראלי וועגען הילערי קראנק (וואס די מעקער האט עס זיכער געזען בשעת ער האט געמעקט מיינס
אבער מיך מעקט מען דארט יעדע נאכט בערך די זעלבע צייט
היינט למשל האב איך געשריבען פאר שלמה אויף דעם וואס האט געשריבען
"חוץ דעם איז קלאר אז די אויספארשונג איז אריין אין א העכערע פאזע אין די טעג פאר טראמפ האט געפייערט קאומי. דאס רעכנט אריין א גרענד דזשורי און סובפינעס.

דאס אלעס פאלט אריין אין די שם הכולל "additional resources." צי קאומי האט פארלאנגט נאך געלט, צי ער האט פארלאנגט מער אגענטן, צי דאס זעצן א גרענד דזשורי מאכט נישט אויס.

האב איך אים געפרעגט צו ער מיינט אז די FBI איז אזוי אויסגערעכנט מיט געלט אז יעדע מאל אן אויפארשוינג גייט אריין אין די סטעידש דארף מען נאך געלט אדער אנגענטען

און מען האט עס געמעקט און נאך אפאר אזעלכע זאכען
למשל נעכטען האב איך געפרעגט אז עס איז דא א בריוו פון די דעפיוטי אטורני זשענערעל און עס איז א סתירה מיט די נייעס פון די מידיע

פארוואס שרייב איך עס פשוט אז די וואס נעמען זיך ביי דיפאולט אן פאר די מנהלים און אחראים זאלען וויסען
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

נאטירט
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:כאף נאר אז ס'זאל נישט קומען צו גילוי חלילה, (אין אנאנדער אשכול האט 'לכאורה' מיך געהעריג (נישט לכאורה, כאפסט?) מגלה געווען, אז איך בין אויך 'התאחדות', און קיינער האטעס אפילו נישט מדווח געווען, א בראך...)


היינטיגע צייטן גייט שוין נישט אן קיין גילו, [געוויסע זענען מחמיר כשתקופות טבת חל בו].
און בכלל איז שוין זייער פיל ארום גילו אז מען קען שוין בכלל נישט צוקומען דערצו, סא עס איז נישט דא וואס מורא צו האבן,
נאכדעם האסטו דיר יעצט אליין מגלה געווען ווען סוף תגובה האסטו אינטער געשריבען דיין עכטע נאמען א. בראך

אופפס, כ'בעט דיך פארציילט נישט קיינעם, און מאך זיכער אז די אנדערע גילוי זאל נישט דעקן דאס אויך.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:איינער פון די מנהלים אדער אחראים איז גוט פאריקט

נאר איינער?
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

לכאורה האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:איינער פון די מנהלים אדער אחראים איז גוט פאריקט

נאר איינער?

איינער זיכער קען זיין מער
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

מעו דארף דאס שוין איינמעלדן פאר ארענדער... וואו איז דאס ביסל אחריות...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך העלעם איבערגיבן... אבער זאג אביסל מער, ער איז שוין אויף מעדיקעישן, אדער איז נאך א געפאר? כ'מיין... וואסי די סיטועישן, סטאביל? און ווי גוט איזער, פון א סקעיל פון וואן טו טען, וויפיל סקעילס זענען דא? דו מוזט מיר גיבן עטוואס מער אינפערמעישן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

סאכדעס האט געשריבן:כאף נאר אז ס'זאל נישט קומען צו גילוי חלילה, (אין אנאנדער אשכול האט 'לכאורה' מיך געהעריג (נישט לכאורה, כאפסט?) מגלה געווען, אז איך בין אויך 'התאחדות', און קיינער האטעס אפילו נישט מדווח געווען, א בראך...)



און דו מיינסט נאך אז מיר גלייבן דיינע מאסעס..

ווייס מיר דעניש אז דאס א קאנספיראציע פון כוירע מיט סאכדעס?
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

מ׳קען שוין טוישן ס׳קעפל צו ׳אפענע שמועס צווישן מנהלים פון אייוועלט״
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך העלעם איבערגיבן... אבער זאג אביסל מער, ער איז שוין אויף מעדיקעישן, אדער איז נאך א געפאר? כ'מיין... וואסי די סיטועישן, סטאביל? און ווי גוט איזער, פון א סקעיל פון וואן טו טען, וויפיל סקעילס זענען דא? דו מוזט מיר גיבן עטוואס מער אינפערמעישן...


viewtopic.php?f=18&t=31557&p=1308339&hilit=%D7%A1%D7%A7%D7%A2%D7%99%D7%9C#p1308339
viewtopic.php?f=18&t=25334&start=50&hilit=%D7%A1%D7%A7%D7%A2%D7%99%D7%9C
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מיט וואוילע אינדערמיט....
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

פארגאנגענע וואך האב זיך געקאכט אביסל איבער די צענזור אויף אייוועלט. איך האב געוואלט אריינרעדן און מסביר זיין איינמאל פאר אלעמאל אז יעדער זאל פארשטיין וויאזוי באשלוסן ווערן אפגעמאכט, וואס די סיסטעם פון מעקן איז, ווען מעקט מען, ווען רוקט מען, וכו' וכו'.

איך שרייב פאראויס אז די שמועס דא גייט זיין זייער אפן און מעגליך אביסל ציפעדיג. ווער עס שפירט אז עס קען אים וויי טאן זאל ביטע נישט ליינען ווייטער, מ'גיימיר דא האבן אן "אפענעם" שמועס. און איך בין נישט דא זיך צו פארענטפערן אדער פארענטפערן איינע פון די הנהלה אדער סיי וועם און איך פלאן ניטאמאל צו ענטפערן אויף די פאללאו אפ שאלות. דאס איז נישט קיין פרעס קאנפערענץ נאר א פרעס סטעיטמענט.

יעדער וואס ליינט און שרייבט דא אויף אייוועלט ווייסט אז די פלאץ דא איז געצילט צו איין זאך און טאקע נאר איין זאך. א פלאץ צו פארברענגען אין אן היימישע 'געשמאקע' אטמאספערע צווישן היימישע אידן אויסגעהאלטן טויזענט פראצענט ע"פ תורה און ע"פ חוקי המדינה!

צו קענען זאגן 'מיר זענען אויסגעהאלטן ע"פ תורה' און אראפשטעלן די גיידס פון 'ע"פ תורה' איז נישט קיין גרויסע טשעלענדזש. מיר אלע ווייסן וואס די תורה לאזט און וואס נישט. לשה"ר, רכילות, הלבנות פנים, שמירת עינים, וכו' דאס זענען אלעס פשוטע זאכן וואס די תקנות וואס מיר האבן זענען אלעס געבויט אויף דעם און פון דעם וועלן מיר זיך נישט רירן! און געווענליך א תגובה וואס האט א שמץ פון איינע פון די זאכן וועלן תיכף געמעקט ווערן און אויב דארף מען צופיל מעקן פונעם זעלבן ניק איינע פון די קאטעגאריעס וועט ער קריגן א חסימה טובה! זיין פלאץ איז נישט דא און מיר קענען אים נישט לאזן שרייבן און טראגן די אחריות. און די זעלבע איז מיט דיני דמלכותא, שטעלן לינקס צו פיירעסי, שטעלן אדער פארלאנגען גע'גנב'טע סחורה, שטעלן לינקס צו אוימאויסגעהאלטענע סייטס, די אלע זאכן ווערן געמעקט תיכף אן קיין בלינק!

פארשטייט זיך אז צו די יסוד איז מיט די צייט צוגעקומען גדרים וואס די הנהלה האט געזען אז מ'מוז גודר זיין כדי נישט צו צוקומען צו איינע פון די אויבנדערמאנטע פראבלעמען. אין דעם גייט אריין דאס שטעלן בילדער פון לעבעדיגע רבנים וואס די היסטארי האט געוויזן אז דאס ברענגט געווענליך א פלייץ פון אלע סארט תגובות וואס קען זיך גרעניצן מיט איינע פון די אויבנדערמאנטע פראבלעמען. האט מען געמאכט די תקנה אז דאס אויך נישט. לינקס צו יו טוב איז אויך די זעלבע בחינה, כאטש די ספעציפישע לינק איז אפשר כשר אבער די פלאץ דארט איז נישט אונזער סטאנדארט האט מען געמאכט א תקנה אז ביי אונז זאל דאס נישט ארויפקומען. יעצט, אזאנע תגובות וועט 'בדרך כלל' ווערן געמעקט און מיטגעשיקט א מעסעדזש אז לעבעדיגע רבנים זענען נישט ערלויבט (ביי יוטוב כמעט נישט חוץ ממש א נייע מעמבער ווייל די סיסטעם דיטעקט סייווי די לינק און טוישט עס)

מיט די צייט איז צוגעקומען אנדערע וועבזייטליך וואס האבן אנדערע סטאנדארטן ווי אונז און ס'איז אויפגעקומען די שאלה צו לינקס אהין איז אקעי. נמנו וגמרו אז ס'איז נישט. אזוי גייט מען דורך יעדע זאך און מ'איז דן.

יעצט קומט די שווערסטע חלק און דאס איז: אז דאס פלאץ דארף זיין 'געשמאק' פארן ליינער! אין די ווארט געשמאק ליגט אזוי סאך און דאס איז די שווערסטע קאטעגאריע פאר יעדן. ווייל די ווארט געשמאק מיינט ביי יעדן עפעס אנדערש און וואס ביי איינעם איז געשמאק איז ביי א צווייטן בעביש און ווייס-ווערסע.

לאמיר אריינקוקען טיפער. אייוועלט האט פארום'ס, סוב פארום'ס, אשכולות, קאטעגאריעס. פארוואס? פארוואס פעלט דאס אויס? איין ווארט! צו מאכן דאס פלאץ געשמאק! אז אויב איינעם אינטערעסירט נייעס, זאל ער גייט צו נייעס, ארטיקלען איז ארטיקלען, הילף איז יעזורו, שמועסן איז פארברענגען. אא"וו.

דאס איז די טעכנישע חלק. יעצט איז דא די שרייבערס חלק. כמעט יעדע שרייבער דא האט אן הנאה צו קענען שרייבן פאר הונדערטער מענטשען אז זיי זאלן ליינען זיין געדאנק דאס איז א באהאלטענע הנאה וואס יעדע בשר ודם האט. נאך מער איז די הנאה אויב נאכן שרייבן הערט ער צוריק אז מ'האט הנאה געהאט דאס גיט אים נאך מער שטופ צו שרייבן מער און וועלן צוריק הערן מער.

יעצט דא קומען די מנהלים און אחראים אריין אין בילד. כדי די פלאץ זאל פארן געשמאק דארף מען איבער גיין יעדע תגובה און זיכער מאכן: א) די תגובה איז אויסגעהאלטן לויט אונזער סטאנדארט? ב) איז די תגובה אינעם ריכטיגן פלאץ? ג) גיט די תגובה עפעס צו צום געשמאק? צו איז דאס די געשמאק פונעם וועלטל אדער איז דאס די געשמאק פונעם שרייבער (א קאמפלימענט) וואס דאן עט די ענד וועט דאס צוברענגען געשמאק צום וועלטל.

האבענדיג די בילד פאר די אויגן. לאמיר צוריק מישן צו די צייטן פון די פריימעריס. עס איז געווען היציגע פריימעריס און די וועלטל האט געלעבט אויף אלע באקן. ס'איז אבער געווען א גרויסע פראבלעם אז מ'האט נישט געקענט ליינען א גראד שטיקל 'נייעס'! אסאך מענטשען האבן געהאט שרעקליכע טענות אז זיי קומען אבער ליינען און זיי דארפן מישן צעעענדליגע בלעטער צו ליינען א פשוטע אפדעיט. די מנהלים האבן געהערט די טענות אבער זענען געווען אובד עצות. פון איין זייט איז נישט שייך צו זאגן פאר א מענטש שרייב נישט צו סאך ווייל אנדערע ווילן ליינען. כ'מיין, ער איז פונקט אזא מענטש און זיין דזשוי איז צו שרייבן, ווי לאנג ס'איז נישט קעגן די תקנות קענסטו אים נישט אפשטעלן.

פון די אנדערע זייט האבן אסאך שרייבערס אויפגעהערט צו שרייבן ווייל זיי האבן זיך געטראפן אז זיי קענען נישט קומען צום ווארט. נאך פאר זיי ענדיגן שרייבן א תגובה איז דא נאך צוועלעף בלעטער מיט קוואוטערייען, טענה'רייען און היציגע געשרייען. אסאך ליינער האבן אויך אויפגעהערט קומען ליינען ווייל ס'איז פשוט נישט מעגליך געווען.

די הנהלה האט פראבירט מיט אפטיילן נייעס פון די דעבאטעס. ווער עס געדענקט איז יעדע שטיק צייט געקומען אן התעררות אז "פון היינט און ווייטער אך ורק נייעס!! אלע אנדערע זאכן גייען אריינגיין אין דעבאטע אשכול!" עס האט אנגעהאלטן אפאר טעג און דערנאך צוריק געפאלן פשוט ווייל מ'איז נישט נאכגעקומען. (מענטשען האבן דעמאלטס אויך געהאט טענות, "מיינע תגובות האט מען געמעקט און זיינע נישט".. גיי זיי מסביר אז די אחראי האט זיך אראפגעזעצט פאר א האלבע שעה צו קלינען די אשכול און ער איז פשוט נאכנישט אנגעקומען צו יענע בלעטער.. ממש אזוי איז געווען יעדע נאכט.)

איך געדענק נאך די נאכט פון די עלעקשאנס האט איינער געעפענט א פרישע אשכול נאר פאר עלעקשאנס אפדעיטס. איך בין דעמאלטס געווען אנ-קאלל און איך האב מיך צוגעכאפט צו דעם אשכול אז דא גייט מען נאר שרייבן אפדעיטס! איך האב אפגעשפארט די אלטע אשכול אז יעדער זאל פאוסטן נאר אויף איין פלאץ און דארט וועל איך מאניטארן אז עס זאל נישט פארפארן. גייט נישט דורך קיין צוויי מינוט שיקט מיר איינער אין אישי אז "ס'איז נישט יושר וואס איך טו. קומ‏ט זיך א פרישע ניק און עפענט אן אשכול נאכדעם וואס ער ארבעט אזוי לאנג אויף די ארגינעלע וואלן אשכול. וואו איז די יושר??" איך האב נישט געהאט קיין אנונג וואס אים באדערט, פארוואס נישט א פרישע קלינע אשכול מיט אפדעיטס נאר פון די עלעקשאן נאכט? אבער אלס רעספעקט פאר אים האב איך אפגעשפארט די פרישע אשכול און אלעס איז צוריק צום ערשטן אשכול.

‏איך בין אביסל פארפארן, אבער איך וויל ארויסברענגען וויאזוי די מנהלים/אחראים האבן אנגעקוקט די זאך און וויאזוי די שרייבערס האבן עס געזען פון זייער פערספעקטיוו. 

זינט די וואלן איז אנטשטאנען אזא ווינט צווישן געוויסע שרייבערס אז די מנהלים/אחראים זענען קעגן טראמפ און אויטאמאטיש טארגעט מען אלע טראמפ שרייבערס און נישט נאר ווען זיי שרייבן פרא טראמפ, נאר יעדע אשכול וואס זיי שרייבן עפעס צו האבן זיי א גרעסערע פאטענשעל צו ווערן געמעקט. דאס איז עפעס א מייט וואס וויפיל מיר האבן נאר פראבירט מסביר צו זיין אז דאס איז קיינמאל נישט געווען אזוי און דאס וואס מ'האט געזען אז זאכן ווערן צומאל געמעקט און אנדערע נישט האט פשוט מיט די צייט וואס די אחראי האט דעמאלטס געהאט. יא עס איז בדרך כלל געווען מער פרא טראמפ תגובות, בדרך כלל געווען מער אגרעסיוו תגובות פון פרא טראמפ חברה ווייל דאס איז געווען זיין קאנדידאטור געקומען פון גארנישט און איבערגעטרעטן יעדן. אבער אז די הנהלה זאל האבן א שטעלונג און זאגאר טארגעטן שרייבערס..?? קיינמאל אין חלום נישט געווען אזאנס.

למעשה, די וואלן האבן זיך געענדיגט. אסאך אלטע שרייבערס האבן זיך שוין אפגעוואוינט פון שרייבן און עס ציעט זיי נישט צוריק צוקומען. פון די נייע 'פאליטישע שרייבערס' זענען אסאך אוועקגעגאנגען. מיר זענען געבליבן מיט א הויפן נייע שרייבערס און אפאר אנגעגעסענע.

די נייע שרייבערס האבן קיין סאך נישט געזען די וועלטל פון בעפאר די וואלן, זיי האבן נישט מיטגעהאלטן וואס מיינט שרייבן נארמאל, ערוואקסן מיט רעספעקט און נישט זיך טענה'ן אויף יעדע אות און קוואוטן... עס איז געקומען צו א פוינט וואס מער און מער האבן זיך געטראפן נישט אין פלאץ דא. די הנהלה האט זיך דערזען אז מ'דארף עפעס דראסטיש טון האט די הנהלה באשלאסן צו אויפנעמען נייע אחראים צו האלטן די פלאץ אין ארדענונג (זיי האבן געבעטן צו בלייבן אנאנים, פאר זייערע נערוון.)

איז אזוי, די טיטל 'מנהל' אדער 'אחראי' איז נישט עפעס וואס מאכט די הנהלה אנדערש אדער עפעס ספעציעל, אחראים זענען בלויזע מענטשן צוזאמענגעשטעלט פון בלוט און פלייש, אינגעלייט פונקט ווי די איבריגע חברים דא און די סטאטוס אדער קאליר פונעם ניק טוט אונז נישט אריינלייגן אין א ספעציעלע געזעלשאפט. אן אחראי קען זיין דיין ברודער, שוואגער, קאזין אדער גוטער חבר, ער איז א מענטש פונקט ווי דיר, האט געפילן פונקט ווי דיר און פארמאגט מיינונגען פונקט ווי דיר.

די אחראים אדער מנהלים זענען אינגעלייט וואס זענען טרוד אין זייער אייגענע לעבן, פארמאגן פול טיים דזשאבס און האבן א אייגענע שטוב און ווירטשאפט וואס ליגט אויף זייער קאפ פונקט ווי רובא דרובא פון די חשובע מעמבערס דא, עס איז נישטא קיינער פון די אחראים וואס איז ארבעטסלאז אדער מוטשעט זיך מיט איבריגע ליידיגע שעות וואס ער זוכט צו אנפילן, און קיינער פון די אחראים זוכט זיך נישט קיין איבריגע ארבעט צו זיין פארנומען מיט מעקן און נאכלויפן ניקס.

יעצט, אייוועלט באשטייט היינט צוטאגס פון קרוב צו צען טויזענט (!) מעמבערס, טייל פון זיי זענען נישט אקטיוו, טייל פאלן אריין מפעם לפעם און טייל זענען יא אקטיוו, דער פאקט אז די מעמבערס ציילט זיך קרוב צו צען טויזענט באדייט אז עס איז דא קרוב צו צען טויזענט 'מיינונגען' און באזונדערע פערספעקטיוון, וואס קומט אויס צו א מיינוג פער יעדע מענטש און צומאל אפילו צוויי פער מענטש, וואס ביי איינעם איז רעכט איז ביי דעם צווייטן לינקס, ביי איינעם גוט און ביים צווייטן שלעכט, ביי יענעם א דבר פשוט און ביי זיין חבר א מילתא דתמיהה און אזוי ווייטער.

דאס הייסט, יעדע מידערוויכטיגע תגובה'לע קען האבן צען טויזענט פשטים ע"פ פשט רמז דרוש און סוד ווי יעדע פון די צען טויזענט מעמבערס לערנען דאס אפ און פארשטייען מיט זייער פארשטאנד, איז געשען אז אנשטאט וואס א אן אחראי זאל דינען אלס פשוטע מענעדזשער צו האלטן דער סייט אין פלאץ זענען מיר געווארן חושן משפט דיינים, סופרים קאורט ריכטער און גייסטישע טערעפיסטן ווי יעדעס ניק ברויך באקומען סעלף טעראפי און צייט פאר דין תורה'ס און סכסוכים, פארוואס האט מען מיך געמעקט? פארוואס נישט יענעם, פארוואס האט יענער אחראי אזוי באשלאסן, פארוואס אזוי און פארוואס נישט פארקערט און פארוואס אייביג איך..

און דא איז די הנהלה אויפגעקומען מיט א נייע געדאנק. אנשטאט וואס ביז היינט האט אן אחראי געהאט צווויי אפציעס. אדער נעמען א תגובה און עס אריבערפירן אין א באהאלטענע פארום וואס דארט איז געווען איין גרויסע גארבידזש קען וואס אלע געמעקטע תגובות זענען דארט אריין א געמיש פון א ריזן כרעמזל. אדער פשוט אויסמעקן די תגובה לעולם! דאס זענען ביז היינט געווען די צוויי אפציעס. די אפציע פון אריבער פירן נעמט עקסטרע לאנגע סקונדעס און ווען מ'איז געדרוקט אין צייט און ס'איז דא אסאך צו מעקן איז עס זייער זייער שווער. עס האט א מעלה אז מ'קען צוריק קוקן זען וואס מ'האט געמעקט און צוריק פירן אויב מ'דארף. די צווייטע אפציע איז סך גרינגער געווען 'מעקן' אבער פון דעם בלייבט נישט קיין זכר. יעצט האט זיך געוואנדן אינעם אחראי, אין זיין צייט, אין די קאנטעקסט פון די תגובה, אין די היסטארי פונעם שרייבער, צו מ'זאל עס פארמעקן אדער פשוט אריבערפירן. עס האט זיך געמאכט וואס די אחראי האט געמאכט די ראנג קאלל און האט געמעקט ווען עס האט נישט אויסגעפעלט און דאס האט געברענגט געוויסע טענות. איז די הנהלה אויפגעקומען מיט א נייע געדאנק וואס הייסט 'סאפט מעק' דאס הייסט, עס איז א געהעריגע מעק אבער די תגובה ליגט נאך דארט און יעדע מנהל קען עס איבער קוקן און אפמאכן צו ער וויל עס צוריקלייגן אדער פארמעקן פאר אייביג. דאס און נאך טוט די הנהלה פאר איין זאך: צו מאכן דאס פלאץ געשמאק! געשמאק פארן שרייבער און געשמאק פארן ליינער.

איך ווייס אז דאס וואס איך שרייב דא גייט נישט טוישן געוויסע מענטשען און אז מען וועט גוט קוקן באשטייט דאס פון די זעלבע צוויי דריי א יעדעס מאל וואס זיי גייען בלייבן מיט די העיט און טענות קיין חילוק וואס און ווי שווער מ'וועט ארבעטן פאר זיי. די מענטשען זענען אזוי געבוירן. וויינען און ברעטשענען אויף יעדע זאך. אייביג מיט טענות אויף די וועלט און קיינמאל צופרידן קיין חילוק וואס מ'טוט פאר זיי, עס בלייבט איבער בלויז צו רחמנות האבן אויף זיי.

אלס משל: מ'האט גענומען די קאומי אשכול און אפגעטיילט 'דעבאטעס' מיט 'נייעס' פשוט אז פאר די ליינער זאל זיין גרינגער צו קענען קלויבן צו ער וויל יעצט קומען ליינען 'נייעס' אדער מיטהאלטן א 'דעבאטע'. די אחראי וואס האט דאס געטון האט געארבעט באלד א האלבע שעה נאר אויף דעם. פארוואס?? צו מאכן דאס פלאץ באקוועמער און געשמאקער! יעדער איז צופרידן דערפון? זיכער נישט! פארוואס דען יא, דער אחראי איז דאך פול טיים עמפלויעד פאר זיינע קאפריזן און אייוועלט (ווי אויך דער וועלט בעצם) געהערט דאך פאר אים אינגאנצן, 'בשבילי' אויפן פשוטן פשט.

און נאכאמאל, נישט אז עס גייט איינעם אן. יעדער מעג האבן זיין מיינונג און יעדער מעג אפילו עפענען א בלאג זיך אויסצורעדן.. מיר זענען דא פאר איין ציל צו מאכן דאס פלאץ געשמאקער און מיר וועלן פרובירן צו האלטן דאס פלאץ אויף אן ערוואקסענעם ניווא אדער ווי אנדערע רופן עס "מעיק אייוועלט געשמאק עגעין", מיר פרובירן ארויס צוהעלפן יעדע ניק זאל זיך גוט געפונען אבער אויב פילט איינער אז דאס פלאץ איז נישט פאר אים איז ער מעגליך גערעכט (חחח.. די וואך באקומען א מעסעדזש פון איינעם אז מיר זענען גורם ער זאל גיין שרייבן אויף ק"ש.. דערמאנט מיך פון יענעם וואס האט געסטראשעט זיין טאטע אז ער גייט אויסטרונקען זיין נעגל וואסער אין טוילעט אן א קאפל און אן א ברכה...)


צום שלוס. ווי אנגעפאנגען. איך בין נישט דא זיך צו פארענטפערן אדער מחילה בעטן. איך בין דא צו פארציילן די צווייטע זייט מטבע וואס עס טוט זיך די אנדערע זייט. יא, עס גייען ווייטער בלייבן אנגעווייטאגטע וואס נישט קיין חילוק וואס מ'זאל טון פאר זיי וועלן זיי אייביג טענות האבן, דאס איז וויאזוי די וועלט גייט. פונקט ווי אין יעדע באקס עפל איז אייביג דא אפאר ברוינע, אין יעדע פעקל פאפיטעס איז אייביג דא אפאר שלעכטע, אזוי איז דא אין יעדע קראוד אפאר סעלף סענטערד איגאוס וואס וועלן אייביג טרעפן טענות און זיי בלייבט נאר איבער צו שוינען אויף זייער מיסרעבל לייף.

אבער צו אנדערע וואס ווילן אמאל הערן וואס עס טוט זיך אויף די אנדערע זייט. צו זיי האב איך דאס געשריבן מיט האפענונג אז איך בין גענוג קלאר.


א פרייליכן טאג.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

!wow enjoyed every word
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

רבי חנניה בן..... יתגדל....

וואו איז ער דער jkup50?
מממממפפפעעעההההה, א קוש אינעם כוכב אריין. ער אט געהאט א ווייטן קוק. די איינציג'סטע פון די סארט אשכולות וואס זענען מאריך ימים, און קומט אזוי צוניץ היינט. מען האט טאקע געפאקט פעק און ארויף רובינשטיין'ס טראק און געמאפט. אבער דא איז מען.

שכח געלעגער. יאָ דע מען.

העי באָסס, דא איז פארברענגען. מ'קען טאלערירן די שפראך.איא
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

געלעגער האט געשריבן: (חחח.. די וואך באקומען א מעסעדזש פון איינעם אז מיר זענען גורם ער זאל גיין שרייבן אויף ק"ש.. דערמאנט מיך פון יענעם וואס האט געסטראשעט זיין טאטע אז ער גייט אויסטרונקען זיין נעגל וואסער אין טוילעט אן א קאפל און אן א ברכה...)

;l;p- ;l;p- :
איזי
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשיקטער »

מייו שיקער שיקט זיינע קאמפלימענטען פאר געגלגער
איז דא אפגעשמיעסטע הגדרות? אדער איז תלוי אין דעם שיקול
הדעת פון דעם מנהל\אחראי וואס עס איז פונקט דעמאלט זיין משמר?
איך האב שוין געמאלדען תגובות און א פאר שפעטער געפריווט נאכאמאל
און געזעהן אז עס איז ווייטער אפען
האב איך נאך אמאל געמאלדען און דאמאלט איז עס יא געמעקט געווארען
אוועטאר
שואף
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 28, 2017 2:18 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט פון די תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואף »

מעגליך אז עס ווענד זיך מיט וועלכע ניק דו ביסט עס מדווח........
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

יישר כח פארן שפארן די הדלקה אשכול, און יישר כח פארן עס לאזן אפען ביז יעצט.
אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגעפאות »

איך בין נישט קיין אקטיווע שרייבער ווייל עס איז מיר גאר שווער צי שרייבן, און ווי אויך קען איך נישט גראמאטיג און ספעלן אבער א באזיכער בין איך אן אקטיווע.

מיר אלע שרייבער פארשטיין זייער גיט אז די הנהלה איז דא לשם מצוה אין די סייט איז זייערס און זיי קענען טוהן וואס זיי שמעקט, אבער מיר שפירן זייער זייער שטארק אז די הנהלה איז דא מיט די גאנצע קראפט פון איך טי דיר א טובה אין יעצט זיי שטיל א בחינה פון "מאכיל את אביו פטומות" יעדער פארשטייט אז יעדער עסקן קען אין מעג מאכן א טעות אבער נאר אויב דאס א בדיעבד און סקען נישט זיין א עסקן זאל זאגן פריי דיר אז איך העלף דיר און די האסט טענות? און אזוי ארים דרייווען מיט זיין יאקאן מיט אן אזערנע באמפער און האקן שטיקער.

די שרייבער גיין נישט אוועק ווייל מקען נישט זיך דורך קימען אדער ווייל מען קען נישט ליינען זיי גיין אוועק פאר אן אנדערע סיבה

די אלטע שרייבער לופן אוועק פשוט האסט שון געזעהן א קיפקע און שיל וואס סהייבט זיך אן מיט דריי מענטשן און עס ווערט א ריזיגע קיפקע די ערשטע דריי טרעפן זיך פליצלינג און צענטער און טראגן אפ דאס פאסירט מיט די אלטע שרייבער


די נייע שרייבער גיין אוועק ווייל זיי זענען דא ווי א זורע אל הקוצים זיי ווייסען נישט וואס מען גייט מעקן, מיט אלע שיינע תריצים פון איך טי דיר א טובה העלפט נישט, קיינער וויל נישט שרייבן ווען סאיז נישט דא קיין קלארע געזעצן ר משה בראווערמאן זאגט ווען א קינד קימט אהיים אין כאפט א פראסק און ער ווייסט נישט פארוואס פארשטיי אז די האסט דעם קינד טראמעטייזד, אין צי אלע צרות זעהט ער ווי די דעת שכנגדו ווערט געליפטערט אז עס גייט א רוח, נאכדערצי ווען עס איז זיך זייער גרינג מדווח און עס ווערט אנגענימען סך ערנסטער ווי דאס אז איינער האט דאס געשריבן.

סאיז קלאר אז אויב וויל מען האבן א בטעמט וועלטל מיז אויף עפעס א וועג א שרייבער וויסען פאראויס צי מען גייט דאס אויסמעקן

נאך א זאך וואס איז נאך ערגער, גייט איינער אין פלאגט זיך ציזאם אויף עפעס צי שרייבן, גייט דוירך א פאר וואכן און ער וויל נאך עפעס שרייבן וויל ער קודם זעהן צי דער עולם האט הנאה געהאט פון זיין פריערדיגע ארבעט ווערט ער געוואר להדם מען האט דאס געמעגט ער פרעגט פארוואס פארוואס האט מען מיך נישט געלאזט כאטש וויסען, מאך דיר צי די אויגן אין משל דיר אויס יענמס געפיהל ער פילט זיך ווי די מעכטיגע הצלה קימט צי פליען מיט זיין מעכטיגע אמבולאנס און ער זעט דעם אפגעפליגטע בהמה און ער פארט אים איבער בדווקא, פרעגט מען אים "מה זה" זאגט ער די משוגענער די זעהסט נישט אז איך ראטווע מענטשן,
די האלסט אז דאס איז יושר? די האלסט אז די מענטש גייט נאך שרייבן?

סאיז קלאר אויב וויל מען האבן א בטעמט וועלטל מיז מען לאזן וויסען אז מען האט געמעגט (אין אויב מען האט נישט קיין צייט מעק נישט)
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

שכוח געלעגער פארן זיך וויסנדיג מאכן, איך עפרישיעט זייער ענקער ארבעט.

@לאנגעפאות דו דארפסט פארשטיין אז מען דארף סערווירען די אלטע ניקס אז זיי זאלן וועלן דא בלייבן, און אז מען וועט טון ווי דו זאגסט ׳ווייל מען טאר חלילה נישט פארטרייבן די נייע שרייבער׳ און מען וועט נישט מעקן וואס עס פעלט אויס צו מעקן, וועט מען זיך זייער שנעל דערזען אן די אלטע, די אלטע ניקס ווילן זיך נישט טרעפן אין א קינדערגארטן, איז עס ווערט צו פארטרייבן אלטע פיינע ניקס כדי צו געפעלן פאר די נייע ווען דו ווייסט נאך נישט ווער זיי זענען??? איי דאונט טינג סאו.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”