אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

איך האב דא געשריבן א תגובה און סאיז געמעקט געווארן דאס איז שוין נעקסט לעוול..
איך וויל באמת פארשטיין וואס סאיז שלעכט געווען דערמיט.
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

דייקן האט געשריבן:מען האט עס לכאו' פארשפארט ביז די געמיטער וועלען זיך בארואיגען (די לעצטע תגובה דארט איז געמעקט געווארען פאר א סיבה, און אויב מען וואלט עס געלאזט אפען וואלט מען לכאו' געהאט נאך אסאך תגובות צו מעקען).

יעצט, נאך שבת, קום איך אריין אין יענע אשכול און איך זע אז מען האט פארמעקט נאך תגובות, וואס ווייזט זיך אויס אז אויך די מנהלים האבען פון אנפאנג נישט געווען זיכער אויב ס'קומט זיי צו ווערען פארמעקט, והא ראיה אז פון אנפאנג האבען זיי נאר פארמעקט די לעצטע צוויי תגובות (וואס האבען געשריבען קעגען א צדיק מיט זלזול) און נישט די לעצטע בערך זעקס (איך געדענק נישט פונקטליך) (וואס האבען גערעדט וועגען א געוויסע באקאנטע טענה קעגען א צדיק און א תירוץ דערויף, און מענין לענין וועגען אויב מופתים איז א ראיה אויף צדקות), אבער למעשה פארשטיי איך זיי פארן עס מעקען, און איך האב נישט קיין טענות צו זיי; הגם אז לכאו' פאר עטליכע יאר צוריק וואלטען זיי עס נישט געמעקט (געבטס נאר א קוק אריין אין דער אשכול ווי גוט איז צו זיין א סאטמערער, און אין דער אשכול סדר היום פון קליינעם רב - רבי'לע, און זאגטס מיר צו היינט צו טאגס וואלטען אזעלכע אשכולות מאריך ימים געווען), קען מען אבער פארענטפערען אז היינט צו טאגס געפינען זיך דא פילע בעיביס וואס קענען נישט דערהייבען צו זען עפעס וואס איז נישט אינגאנצען איינשטימיג מיט זייערע אגענדע, און ווי נאר זיי זעהען אזא סארט תגובה נעמען זיי זיך פירקלען ביז ס'כאפט א גרויל (און דאס קען מען זען בעיקר ביי די נייעס אשכולות און ס'כאפט זיך אריבער צו די אנדערע אשכולות), איז ממילא ווערט מקויים דעם אוי לרשע אוי לשכנו, און מען דארף מעקען מער, אויך פון די נארמאלע מגיבים (וואס איך האלט זיך אלס איינער פון זיי...).

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דאס וועלטל פארלירט איר סטאנדארט לדעתי ווען געוויסע חברה קענען נישט דערהייבן אז אנדערע האלטן אנדערש ווי זיי

אט האט איר וואס איינע פון די געוועזענע קאנאנען דא האט געשריבען עטליכע חודשים צוריק

שאץ מאץ האט געשריבן:ווען איינער פרעגט מיר די מולטי פראגע,
פארוואס זענען די אלטע פארצייטישע אייוועלט שרייבער'ס אוועק געגאגנען פון דא?
איז די תירוץ...
צוליב אזא תגובה....

(אויסגעמעקט)

איך גיי נישט דא מוסר'ן קיינעם, איך ברענג די תגובה פאר א סעמפל, ווי מ'פליקט דא אן איינער דעם צווייטן, אן א טראפ רעספעקט פאר א שרייבער וואס האט אין עבר געשריבן א ים, און טאקע נאר "פאזאטיוו".
דעי מין התנהגות איז נישט געוועהן אין מיינע צייטן אויפן וועלטל...
אויב איינער האט געוואלט ארויס ברענגען די נקודה וואס דא שטייט וואלט ער עס געשריבן אזוי:
(אויסגעמעקט) עד כאן לשון המגיב פאר אפאר יאר צוריק,

ויקם דור חדש אשר לע ידע את קלאסקישקייט און מ'ענפרעט תגובות מיט אזא טראמפ'ישקייט, אין פנים אריין..., פעיק נאוז געמישט מיט טשעפע (אומוויסנד, אגענע).
איים סארי איך בין נישט סענסעטיוו, אבער איך קום פון א אנדערע חדר,

זייט'ס מיר געזונט.
העמיר זיך טרעפן אין 5 יאר ארום.....

איך וויל בעטען די הנהלה אויב עס איז מעגליך צו פראבירען צוריקצוברענגען די אלטע סטאנדארט צום פלאץ, און דאס וועט ככל הנראה נאר פאסירען אויב מען וועט אנפאנגען געבען חסימות (פאר א וואך אד"ג) פארן שרייבען ווי א בעיבי, בפרט פאר אזעלכע ניקס וואס ס'איז ניכר אז זיי האלטען אין איין שרייבען אזוי [איך מיין נישט קיינעם פערזענליך, אויך נישט דער מגיב אין די פארשפארטע אשכול, ס'קען זיין אז פונקט דארט האט ער געהאט א "אויסברוך"], און מען זאל נישט טענה'ן אז ס'איז דא ערגערע פראבלעמען ווי דעם, ווייל ווי ס'קוקט אויס איז דאס יעצט די עיקר פראבלעם פון די וועלטעל, איז ממילא דארף מען זיך באציען צו דעם מיט מער ערענסטקייט.

א דאנק פון פאראויס, און א גרויסע דאנק פארן אוועקגעבען פון ענקער טייער צייט שלא ע"מ לקבל פרס כדי צו היטען אויף די ריינקייט פון דער מקום.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דייקן, איך מיין איר זאלט עפענען אן אייגענעם אשכול מיט אלע אייערע לאנגע הערות, דיוקים, תורות, תמיות, קשיות און תירוצים. אזוי וועט מען האבן אלע דיינע תגובות אויף איין ארט אן דארפן זוכן צופיל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עציץ נקוב האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:אבער אויב סיי וואס איינער שרייבט מיט א צו נאמען אויף טראמפ שטערט אייך, דאן באריכטעט עס, און די מנהלים וועלן עס זייער יושר'דיג באהאנדלען.

יו אר מיסינג די פאוינט איך האלט נישט אז מען דארף מעקן די אלע שטותים אבער אז זייער מעקן אן באריכטן איז נישט יושרדיג אין אן אשכול וואס זיי ליינען און דרייען זיך נאך גאנץ שיין אויב מען באריכטעד אז זיי מעקן און גראדע אמאל האב איך נישט באריכטעד אבער אמאל געלינקט צו אזא נישט יושרדיגע התנהגות וואס איינער האט געניצט עקזעקט די זעלבע ווארט אויף טראמפ ווי איינער אויף אבאמא וואס איז געמעקט געווארן און עס איז נישט געמעקט געווארן
און נאך אפאר חברה האבן געשריבן אז אפילו באריכטעד תגובות איז אויך נישט געמעקט יושר אבער דאס קען זיין איז בעסער געווארן ווייל איך האב נישט געהערט לעצטנס

איך קען נוצן הילף צו פארשטיין דיזע תגובה
"לייגט קאמעס, ראטעוועט מיינע אויגן"
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שיעלע בהמה האט געשריבן:איך האב דא געשריבן א תגובה און סאיז געמעקט געווארן דאס איז שוין נעקסט לעוול..
איך וויל באמת פארשטיין וואס סאיז שלעכט געווען דערמיט.

זיי מסביר פארוואס דאס איז נעקסט לעוועל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לכאורה האט געשריבן:
עציץ נקוב האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:אבער אויב סיי וואס איינער שרייבט מיט א צו נאמען אויף טראמפ שטערט אייך, דאן באריכטעט עס, און די מנהלים וועלן עס זייער יושר'דיג באהאנדלען.

יו אר מיסינג די פאוינט, איך האלט נישט אז מען דארף מעקן די אלע שטותים, אבער אז זיי(ער) מעקן אן באריכטן - איז נישט יושרדיג - אין אן אשכול וואס זיי ליינען און דרייען זיך. נאך גאנץ שיין אויב מען באריכטעד אז זיי מעקן, און גראדע אמאל האב איך נישט באריכטעד, אבער [איך האב] אמאל געלינקט צו אזא נישט יושרדיגע התנהגות, וואס איינער האט געניצט עקזעקט די זעלבע ווארט אויף טראמפ ווי איינער אויף אבאמא, וואס איז געמעקט געווארן, און (עס) [די אנדערע] איז נישט געמעקט געווארן.
און נאך אפאר חברה האבן געשריבן אז אפילו באריכטעד תגובות איז אויך נישט געמעקט יושר אבער דאס קען זיין איז בעסער געווארן ווייל איך האב נישט געהערט לעצטנס

איך קען נוצן הילף צו פארשטיין דיזע תגובה
"לייגט קאמעס, ראטעוועט מיינע אויגן"

געלייגט, לכבוד דעם חשובן מנ.. ומ...
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

לכאורה האט געשריבן:
עציץ נקוב האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:אבער אויב סיי וואס איינער שרייבט מיט א צו נאמען אויף טראמפ שטערט אייך, דאן באריכטעט עס, און די מנהלים וועלן עס זייער יושר'דיג באהאנדלען.

יו אר מיסינג די פאוינט איך האלט נישט אז מען דארף מעקן די אלע שטותים. אבער אז ווען זייער מעקן אן באריכטן איז נישט יושרדיג שטערט עס, אין אן אשכול ווי זיי ליינען און דרייען זיך. נאך גאנץ שיין אויב מען באריכט אז זיי מעקן. און גראדע אמאל האב איך נישט באריכטעד אבער אמאל געלינקט צו אזא נישט יושרדיגע התנהגות, וואס איינער האט געניצט עקזעקט די זעלבע ווארט אויף טראמפ ווי איינער אויף אבאמא וואס איז געמעקט געווארן, און אפילו נאך מיין לינקן איז עס נישט געמעקט געווארן
און נאך אפאר חברה האבן געשריבן אז אפילו באריכטעד תגובות איז אויך נישט געמעקט יושר אבער דאס קען זיין איז בעסער געווארן ווייל איך האב נישט געהערט לעצטנס

איך קען נוצן הילף צו פארשטיין דיזע תגובה
"לייגט קאמעס, ראטעוועט מיינע אויגן"

א ביסל צוגעפיקסט
נאך איך האב געשריבן די תגובה האט נאך גענומען כמעט א טאג וואס יענער האט נישט אויסגעלאזט א תגובה אן שרייבן קינדערישע טיטלען און ענדליכס (דאס איז שוין געווען אויף א לעוועל וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען דא) אבער נאכדעם זעהט אויס אז עס איז עס געווארן בעסער קען זיין אז מען האט קעיר גענומען
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

.
לעצט פארראכטן דורך דייקן אום מאנטאג יוני 29, 2020 1:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

מיר פארלאנגען פרייע ספיטש...!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

רבותי, גענוג איז גענוג...
ווען איינער שרייבט זאכן וואס קענען זיך גרענעצן מיט גיין אנטקעגן געוויסע תקנות וואס האט צו טוהן מיט רוחניות אדער אידישקייט וכו', האלט איך אז מ'דארף גיין לחומרה און מעקן ביי יעדע ספוק און ספק ספיקא...
אבער ווען זאכן גייען אריין אין די קאטעגאריע אז ס'נערווירט דער מעקער, אדער דער מעקער האלט פשוט אז ס'איז נישט גערעדט צום זאך... און אפי' ווען ס'פארדרייט דער שמועס... (לדוגמא ווען איינער מאכט אוועק א סקאנדאל פון די ני"ט...) קענסטו צוריק רעדן... קענסט עפענען אן אשכול בלויז פאר נייעס און דארט נישט צולאזן קיין פראפעגאנדע... אבער פשוט גיין מעקן? מיר פארלאנגען פרייע ספיטש...!!!

מעק...
לעצט פארראכטן דורך נקודהלע אום זונטאג יוני 28, 2020 4:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

אנכי הצעיר האלט אז אויב עפעס דארף מען בעיקר מעקן ווען מען רעדט נישט בכבוד'יג צו א צווייטן, און אויף דעם זאל מען זיך שטעלן.

וולאנג מען רעדט מיט רעספעקט און פארשטאנד, דאן קען מען לאזן, אבער די רגע מען נעמט זיך פליקן און זאגן 'דו רעדסט שטותים', וכדומה, דאן דארף מען מעקן,
קודם סתם אזוי אלץ אידישע קינדער וואס אונאת דברים איז אן איסור אין די תורה, און בכלל ברענגט עס אריין א געוויסע קינדערישקייט און נידריגע לעוועל וואס פאסט פאר בחורים און להבדיל שווארצע...
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

און איך האלט......

א מויל שלאס און הענ"ד קאפ"ס...
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

און איך האלט........

נאך א גלעזל ברוינפן
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

איך געב גראדע גערעכט פאר חבקוק, מ'דארף נישט לאזן דא רעדן שארף איינער אויף דער אנדערע, אדער איבער קיין שום איד.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22694
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

דייקן האט געשריבן:איז

צווי הערות: קודם כל עס פאסט נישט פאר א ערוואקסענער ניק ווי דיר צו מאכן אזא עסק פון געמעקטע תגובות. נישט איז נישט, מווישט זיך די נאז און מגייט ווייטער. אויב באדערט דיר אז דו האסט עס פארלוירען איז דא די פשוטע עצה פון עס סעיווען ביי דיר ווי איך האב דיר שוין כמה פעמים געצה'ט. ובפרט אזא ניק ווי דיר וואס אין 'די צייט וואלסטו געקענט שרייבן אפאר געשמאקע אינהאלטרייכער תגובות אין אנדערע אשכולות. עס איז ממש א שאד דיינע כוחות אין צייט (ווי אויך עמאצינאלע כוחות - עס קוקט אויס ווי דו נעמסט עס גאנץ פערזענליך - ממש די היפוך פון די מטרה דא.)

והשנית, האסט א ראייה צו דיין גאנצע בנין? וויזוי ווייסטו וועלכע מנהל האט געמעקט וואס? וועלכע תגובה איז אינגאנצען פארמעקט געווארען? אפשר איז אלעס די זעלבער, אדער אלעס אנדערע?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

סטיטשינער האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:איז

צווי הערות: קודם כל עס פאסט נישט פאר א ערוואקסענער ניק ווי דיר צו מאכן אזא עסק פון געמעקטע תגובות. נישט איז נישט, מווישט זיך די נאז און מגייט ווייטער. אויב באדערט דיר אז דו האסט עס פארלוירען איז דא די פשוטע עצה פון עס סעיווען ביי דיר ווי איך האב דיר שוין כמה פעמים געצה'ט. ובפרט אזא ניק ווי דיר וואס אין 'די צייט וואלסטו געקענט שרייבן אפאר געשמאקע אינהאלטרייכער תגובות אין אנדערע אשכולות. עס איז ממש א שאד דיינע כוחות אין צייט (ווי אויך עמאצינאלע כוחות - עס קוקט אויס ווי דו נעמסט עס גאנץ פערזענליך - ממש די היפוך פון די מטרה דא.)

והשנית, האסט א ראייה צו דיין גאנצע בנין? וויזוי ווייסטו וועלכע מנהל האט געמעקט וואס? וועלכע תגובה איז אינגאנצען פארמעקט געווארען? אפשר איז אלעס די זעלבער, אדער אלעס אנדערע?

קודם כל ביזסטו גערעכט אז איך וואלט עס געדארפט אננעמען רואיגער, אבער לאמיר זיך מסביר זיין, בדר"כ ווען איך שרייב א תגובה טראכט איך עס גוט דורך פארן שיקען (און בדר"כ קוק איך עס איבער עטליכע מאל), און בפרט ווען איך שרייב א תגובה וואס האט צוטאן מיט הייקעלע השקפה ענינים קוק איך עס גוט דורך אז ס'זאל זיין געשריבען אויף א מדוייק'דיגע און אויסגעהאלטענע וועג, און דאס נעמט א שיינע פאר מינוט יעדע תגובה (אויך ווייל איך קען זיך נישט גוט אויס מיט די קיבארד, און ווייל איך בין נישט א שרייבער, ממילא דארף איך טראכטען וועלכע ווערטער צו נוצען), און פארשטייט זיך אז די צייט לייג איך נאר אריין ווייל עס גייט ארויס אין דער פאבליק (איז ממילא האט נישט קיין פשט עס צו סעיווען ביי זיך, ווייל איך זוך דאך נישט ארויסצוגעבען א בוך מיט אלע מיינע געמעקטע תגובות), איז ממילא כאטש אביסל פארשטענדליך פארוואס ווען איך זעה שפעטער (ווען איך קום צוריק קוקען אויב איינער האט עפעס מגיב געווען אן מיר ציטירן) אז ס'איז געמעקט געווארען שטערט מיר עס (און טאקע נאר ביי מיינע לענגערע אדער השקפה'דיגע תגובות).

מיין בנין האב איך שוין אויסגעמעקט, ווייל @למעלה משבעים האט מיר אויפגעקלערט אז איך האב פשוט א טעות געהאט, און מיר מסביר געווען דער ענין.
לעצט פארראכטן דורך דייקן אום מאנטאג יוני 29, 2020 1:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

סטיטשינער האט געשריבן:צווי הערות: קודם כל עס פאסט נישט פאר א ערוואקסענער ניק ווי דיר צו מאכן אזא עסק פון געמעקטע תגובות

איך פארשטיי אים זייער גוט

איך פלעג אויך אריינלייגן גאר אסאך כוחות אין א תגובה. איך בין מער ווי איינמאל געזיצן אויף א תגובה מער ווי צוויי טעג יעדע פרייע מינוט און נאכדעם ווען א תגובה ווערט געמערט איז עס שרעקליך ווייטאגליך
לעצט פארראכטן דורך הענדימען אום זונטאג יוני 28, 2020 8:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

א גרויסע שכח' פארן מנהלים פארן האלטן די מקום ריין אין ערליך
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

אל כבוד הרה"ג ר@דייקן שליט"א
אסאך מאל ווען איינער שרייבט א תגיבה וואס איז פארזיך געשריבן סעסעטיוו און אויסגעהאלטן אויף א האקעלע נושא די תגיבה פאר זיך איז פיין, אבער א צווייטע ניק צי יא גערעכט צו נישט גערעכט לייגט צי עפעס אדער פארענטפערט ער זיין הנהגה, און סווערט יו"ט קומען די מנהלים און לייגן די גאנצע געהענגל אין גארביטש, שוין עטליכע מאל מיטגעהאלטן אזאנע זאכן
וואס איז די עצה? אפשר מאכן אז אנדערע זאלן זיך נישט דארפן פארענטפערן?
אין צי אנדערע ניקס, אז די זעסט אז איינער שרייבט א האקעלע תגיבה און פראבירט צי שרייבן מענטשליך און אויסגעהאלטן צווישן די טראפן, זיי וויסן אז ער האט אריינגעלייגט אסאך אסאך כוחות און שרייב נישט עפעס צו, אז נאכדעם וועט מען דארפן לייגן די גאנצע געהענגל אין מיסט
עניוועי בלייב דא מיט אינץ און ווער נישט געפאלן, איך פארשטיי דיין ווייטאג
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

לייטער האט געשריבן:אל ר@דייקן שליט"א
אסאך מאל ווען איינער שרייבט א תגיבה וואס איז פארזיך געשריבן סעסעטיוו און אויסגעהאלטן אויף א האקעלע נושא די תגיבה פאר זיך איז פיין, אבער א צווייטע ניק צי יא גערעכט צו נישט גערעכט לייגט צי עפעס אדער פארענטפערט ער זיין הנהגה, און סווערט יו"ט קומען די מנהלים און לייגן די גאנצע געהענגל אין גארביטש, שוין עטליכע מאל מיטגעהאלטן אזאנע זאכן
וואס איז די עצה? אפשר מאכן אז אנדערע זאלן זיך נישט דארפן פארענטפערן?

בדר"כ (אפשר אפילו אייביג, איך געדענק פשוט נישט) האב איך נאר געשריבען די סארט תגובות אלס אן אנטווארט, און נישט אנגעפאנגען די שמועס (למשל ביי די ליובאוויטשער אשכול האט איינער געשריבען א טענה אויפן ליובאוויטשער רבי, בין איך געקומען און עס פארענטפערט), איז פון יעצט אן דארף איך לאזען אזעלכע סארט זאכען אומגעענטפערט ווייל אפשר וועלען עס די מנהלים אויסמעקען?
איך הער, אבער איך מיין נאכאלץ אז די מנהלים דארפען יא מחלק זיין בין תגובה לתגובה (און העכסטענס פארשפארען די אשכול פאר אפאר טער ביז די געמיטער בארואיגן זיך, אדער ווארענען די צוהיצטע ניקס אז אויב זענען זיי ממשיך וועט מען זיי חוסם זיין פאר עטליכע טעג).
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

דייקן האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:אל ר@דייקן שליט"א
אסאך מאל ווען איינער שרייבט א תגיבה וואס איז פארזיך געשריבן סעסעטיוו און אויסגעהאלטן אויף א האקעלע נושא די תגיבה פאר זיך איז פיין, אבער א צווייטע ניק צי יא גערעכט צו נישט גערעכט לייגט צי עפעס אדער פארענטפערט ער זיין הנהגה, און סווערט יו"ט קומען די מנהלים און לייגן די גאנצע געהענגל אין גארביטש, שוין עטליכע מאל מיטגעהאלטן אזאנע זאכן
וואס איז די עצה? אפשר מאכן אז אנדערע זאלן זיך נישט דארפן פארענטפערן?

בדר"כ (אפשר אפילו אייביג, איך געדענק פשוט נישט) האב איך נאר געשריבען די סארט תגובות אלס אן אנטווארט, און נישט אנגעפאנגען די שמועס (למשל ביי די ליובאוויטשער אשכול האט איינער געשריבען א טענה אויפן ליובאוויטשער רבי, בין איך געקומען און עס פארענטפערט), איז פון יעצט אן דארף איך לאזען אזעלכע סארט זאכען אומגעענטפערט ווייל אפשר וועלען עס די מנהלים אויסמעקען?
איך הער, אבער איך מיין נאכאלץ אז די מנהלים דארפען יא מחלק זיין בין תגובה לתגובה (און העכסטענס פארשפארען די אשכול פאר אפאר טער ביז די געמיטער בארואיגן זיך, אדער ווארענען די צוהיצטע ניקס אז אויב זענען זיי ממשיך וועט מען זיי חוסם זיין פאר עטליכע טעג).

פאר ענטפער יא, אויב וועט מען יענעמס נישט מעקן וועט זיין דיין תירוץ, אויב וועט מען יענעם יא מעקן וואס דארפסטו נאך דיין תירוץ דארט?
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

Waukesha האט געשריבן:

עטליכי תגובות צוריק האב איך געשריבען אזוי : בדר"כ ווען איך שרייב א תגובה טראכט איך עס גוט דורך פארן שיקען (און בדר"כ קוק איך עס איבער עטליכע מאל), און בפרט ווען איך שרייב א תגובה וואס האט צוטאן מיט הייקעלע השקפה ענינים קוק איך עס גוט דורך אז ס'זאל זיין געשריבען אויף א מדוייק'דיגע און אויסגעהאלטענע וועג, און דאס נעמט א שיינע פאר מינוט יעדע תגובה (אויך ווייל איך קען זיך נישט גוט אויס מיט די קיבארד, און ווייל איך בין נישט א שרייבער, ממילא דארף איך טראכטען וועלכע ווערטער צו נוצען), און פארשטייט זיך אז די צייט לייג איך נאר אריין ווייל עס גייט ארויס אין דער פאבליק (איז ממילא האט נישט קיין פשט עס צו סעיווען ביי זיך, ווייל איך זוך דאך נישט ארויסצוגעבען א בוך מיט אלע מיינע געמעקטע תגובות), איז ממילא כאטש אביסל פארשטענדליך פארוואס ווען איך זעה שפעטער (ווען איך קום צוריק קוקען אויב איינער האט עפעס מגיב געווען אן מיר ציטירן) אז ס'איז געמעקט געווארען שטערט מיר עס (און טאקע נאר ביי מיינע לענגערע אדער השקפה'דיגע תגובות). עכ"ל.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

האאאא טוט זיך א געמעקאכטס דא יעצט... כ'ריפרעש די פעידש און א רייע תגובות ווערן נעלם....

מ'קען שוין צוריק עפענען די חב"ד אשכול, די טענהרייען זענען שוין אריבער צים אשכול פון סאטמער
לעצט פארראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום מאנטאג יוני 29, 2020 5:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אז דו וועסט שרייבן אביסל ווייניגער שטותים וועט מען מער מעקן...

לגבי דיר איז עס נאר א ווערטל...
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

מנהלים, מעקטס דעם תגובה דא פון מחשב, ער האט געשריבן א ערנסטע זאך, און מיר פאראורזאכט ערנסטע בושות דא ברבים.
די 'עה, כאב נאר געמאכט א זשאוק' דארט אינטן איז נישט עקסעפטעד, אראפ מיטן תגובה.

נאר א ווערטל שטייצעך, כ'ווער קיינמאל נישט באליידיגט אפילו אויף אזא אמת'ע טשעפע.

דעס איז אויך נאר א ווערטל, עס איז ניטאמאל אמת אז איך זאל ווערן געטשעפעט דערפון, שטותים איז בכלל נישט מיין ליין, קיינמאל נישט געווען און וועט קיינמאל נישט זיין, ניטאמאל קרובים צו מיר אפילו נישט דורך מיין שווער'ס זייט.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

דאס איז נאר אינטרעסאנט פאר ווער עס האט מיטגעהאלטען מיינע טענות אין מיינע אויבערשטע תגובות, דער וואס האט נישט זאל איבערהיפען דער תגובה.

איך האב געהאט א לאנגע הין און צוריק מיט @למעלה משבעים אין אישי, ווי ער האט קלאר און באריכות ארויסגעברענגט אז היינט צו טאגס ווען עס דרייען זיך דא פיל מער אירע ווי אין די פריערדיגע יארען איז נישט מעגליך צו האלטען א קאנטראל אויף די עולם אז די היצקעפ זאלען זיך נישט צוהיצען אין סענסיטיווע נושאים, און נאך פילע טענות, און דערפאר איז היינט צו טאגס די איינציגסטע מהלך פשוט נישט צו שרייבען איבער סענסיטיווע נושאים, און טאמער זעט מען א תגובה אין א סענסיטיווע נושא, וואס מען שפירט אז מען קען עס נישט לאזען אומגעענטפערט, זאל מען מדווח זיין עס אויסצומעקען, און נישט ענטפערען אויף דעם.

איז כאטש איך האלט אז דאס ברענגט אראפ די ניווא פון דער פלאץ, דאך קען איך עם פארשטיין, און ממילא צי איך צוריק פון (רוב פון) מיינע טענות, אבער איך האלט אז מען וואלט דאס געמעגט צולייגען אין די תקנות.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”