וויכטיג מאכער האט געשריבן:נודה, וואס פאלטער ביי אז די מנהלים באהאלטן אז די סייט פיהרט זיך מער ווייניגער אויף די סאטמארע שיטה? העכער די אשכול איז דא א לינק צו די פארום תקנות, דארט שטייט קלאר סיעף ב' אז היות א גרויסער עולם איז פונעם אנטי ציוניסטישן לאגער גייט די סייט אויף די מהלך...
די תקנה שטייט אז עס טאר נישט זיין קיין ציאניסטישע מיינונגען ה"י, צוליב רוב ניק'ס זענן סאטמאר, כאילו נאר סאטמאר זענען קעגן ציונית, און כאילו נאר דאס איז די סיבה, כאילו ס'זאל שטיין הית רוב ניק'ס זענען ארטאדאקסען, טאר נישט זיין קיין רעפארמע דיעות...
עני וועי, הרב שטיינמאן איז געווען א אטני ציוני, און א אשכול אויף איהם האט מט ציונית נישט קיין שייכות.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
די פאקט איז אבער אז נישט אלע מנהלים זענען סאטמארע! אין פאקט איז צווישן די מנהלים וואס אקטיוו טעגליך איז נאר דא איין מנהל וואס זיינע קינדער לערנען אין איינע פון די צוויי סאטמארע מוסדות!
שוין געשריבן אז פון די על הצדיקים פארום זעהט מען קלאר די ווינט...
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
אידער וועי, ווי געזאגט איז רב שטיינמאן געווען א קאנטרעווערשל מענטש, און כ'וועלדער זאגן נאך מער...
נישט יעדער מענטש, וואס נאר מענטשן וואס האבן איהם קיינמאל נישט געזעהן רעדן אויף איהם זאכן וואס איז נישט געשטויגען און נישט געפלויעגן ווערט קאנטערווערסיאל...
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ווען איך האב געהערט אז ס'איז דא מנין ביי רב שטיינמאן האבעך אנגעפרעגט ביי די מנהלים וואס אייוועלט'ס אפעציעלע פאלעסי איז, מ'האט מיר געשיקט א לינק צו א שמועס איבער די נושא און מ'האט אפגעמאכט אז ס'גייט זיין אן עקסטערע אשכול, איין אשכול און אלעס וואס מ'זעהט קרעטשמער האט געשריבן...
.
ווען איך האב געהערט אז ס'דא מנין האב איך געזאגט א קאפיטל תהלים, און נישט געווען פארנומען מיט...