אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פעיק נוז האט געשריבן:@פאלעסיידס

דו זאגסט זייער גוט, אבער דו האסט א טעות, אייוועלט איז דעפענעטלי נישט קיין נייעס-סאורס פלאץ, עס איז א בלאג פאר שרייבער'ס.

סיז א מציאות אז ס'איז א נייעס סארס, אפשר נישט ביי דעזיין, אבער אייוועלט איז א נייעס סארס פאר טויזענטער מענטשן!

אבער סיז טאקע א בלאג, און טאקע וועגן דעם לאזט מען דא רעדן און אויסשמועסן זאכן...

די פראבלעם איז נאר ווען געוויסע שרייבן זאכן וואס איך און דו עגריען דארפן געמעקט ווערן, אדער זאכן וואס דארפן איגנארירט ווערן, און ווערן נישט איגנארירט... דא ווערט א פראבלעם...

סאו לאמעך דיר זאגן וויזוי איך (אן אקטיווער ליינער און שרייבער - וואס ווייסט אביסל די אינסיידס) קוק עס אן...

ווען ס'געשעהט א נייעס, לאמער האפן נאר גוטע זאכן, וויל יעדער אז בשעת די נייעס ווערט געבראכן זאל מען מעלדן נאר נייעס, א הערה'לע דא דארט וואלט קיינעם נישט געשטערט, אבער אויב ווערט עס א דיבעיט, ספעציעל איבער אלטע אויסגעדראשענע טאפיקס וואס ענדיגן זיך קיינמאל נישט, מעקט מען עס... ווייל יעצט איז א צייט צו ברעכן די נייעס... נאכדעם קען איך באשטיין צו זעהן נארמאלע דיבעיטס, און מ'מעקט נאר טראלישע זאכן און פייטס וכד'...

צו דאס איז אפעציעל די הנהלה פאלעסי, ווייסעך נישט, די פאלעסי איז מ'זאל פארברענגען איינגענעם, און עט ליעסט אין מיין אפיניען מאכט דאס סענס...

און איך וועלדער גיבן א פשוטע עקזעמפל... א פרעזידענטליכע דיבעיט אדער די סטעיט אוו די יוניען ספיעטש... יעדער וואס עפנט די אשכול וויל זעהן נייעס! קיינער איז נישט אינטערעסירט בשעת מעשה אויף קיין דעבאטעס... שטייצעך א שיינע אנאליז, א סטאטיסטיק אדער רעלעווענט פוינט, שטערט קיינעם נישט, אדרבה, ס'גיבט צו... אבער קיינער וויל נישט אינמיטן די דיבעיט ליינען ווי צוויי ניקס שלאגן זיך ארום איבער אנקעטעס אדער פאלעסי...

א טאג שפעטער וועלן רוב אירע וואס מאכן אויף די אשכול קומען זעהן אנאליזן און דעבאטעס איבער די קאנדידאטן און זייערע פאזישענס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך האב נישט פראבלעם אז מען שרייבט נייעס, שפעקולאציעס וואס קען מאכן סענץ, אפילו לופטיגע טעאריעס.
די פראבלעם ווערט ווען אלעס ווערט געשריבן אויפן זעלבן לעוול. אז איך שרייב א שפעקולאציע אפילו מיט שטארקע הוכחות, צ.ב.ש. אז דער זעלבער רוצח האט ווארשיינליך דורכגעפירט די ערשטע מאנסי אטאקע, דאן וועל איך עס שרייבן באופן שפעקולאציע מיט א דיסקלעימער.
וואס רעגט מיר אויף, ווען עמיצער ברענגט אראפ דמיונות פון וואטצאפ מיט די גאנצע זיכערקייט, און אטאקירט גאר די וועלכע האלטן אים פאר דערוועגן, און עס ווערט א גאנצע טענעריי הין און צוריק.
בכלל זענען מאנכע אזוי פארגלייבן און פארבלענדעט אין טעאריעס פון די אלע גרופעס אז מען קען שוין נישט טראכטן גראד. טראכט אריין, אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט יעדער בעל דעת וואס הערט די נייעס מוצ"ש אויפן מאמענט גלייך אויפגעשפרינגען אז דא האנדלט זיך מעגליך פון דער זעלבער אטאקירער. נאר אזוי ווי מען "ווייסט פאר א פאקט" אז יד ישרא' ב.., איז דאס אפילו נישט געווען קיין אפציע....
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:דו האלטסט אז די איינזערס זענען גערעכט אדער די צווייערס?

נישט אייביג איז דא איינער וואס איז גערעכט,
ביי אונזער פאל איז דער איינסער נישט גערעכט ווען ער רעדט נישט צום זאך, אבער דער צוייער איז כשמו צוויי מאל נישט גערעכט.

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווייטער האסטו גוטע איידיעס, וואס דארף מען טוהן אז מענטשן פאלגן נישט דיין עצה?
ביי די דזשורסי סיטי לויה האבעך געבעטן אז ביז נאך די לויה זאל מען נאר אפדעיטן... צום וואנט! כאב געשיקט פריוואט, מאנכע האבן זיך וויסענדיג געמאכט, אנדערע האבן מיך איגנארט... כאב פארשפארט די אשכול פאר 5 מינוט, האט פלוצלינג יעדער פארשטאנען...

דו שרייבסט אליין ״מאנכע האבן פארשטאנען״.
און אדס טענה איך אז אסאך (און לדעתי רוב) שרייבערס קומען נישט דא אנדרייען, נאר צומאל ווערט מען פארפארן, אדער צומאל איינער וואס האט יעצט אנגעהויבן שרייבן און האט נאכנישט דעם טאקט. סא ווען מאיז איהם מעיר באופן אישי נעמט ער עס גרינגער אן, שדי מעסעדזש איז שטערקער, ועל הכל ער פילט נישט אז מרייסט איהם אראפ און מקוקט איהם אראפ, אדרבה ער פארשטייט אז מוויל איהם דא האבן נאר ער דארף זיך אביסל צולערנען וואס און ווי אזוי משרייבט.

די פאר נארנים וואס וועלן זיך נישט לאזן הערן, זענען דאך דא טאקע צו אנדרייען, און זיי וועט נישט העלפן פארשפארן אדער מעקן, אדרבה ווען ער זעהט אז מהאט צוגעשפארט די אשכול ווועגן איהם פילט ער זיך גוט און וועט דאס ווידער טוען אפאר מינוט שפעטער, פון וואו ווייס איך? פון עדות החוש, זעהסט דאך אליין אז אויך נאך גרינע לאנגע מעסעדזשעס און רויטע שרעקדיגע ווארענונגען איז ער ממשיך. ווען מעקט איהם קלאפט ער זיך אויפן בייכל, אה א מחיה איך קען אין דריי איך בין א יצמח.

וויכטיג מאכער האט געשריבן:נאכאמאל, רעאלעטי איז אז מ'איגנארירט עס נישט... וואס איז דיין עצה?

מיין עצה איז זייער פשוט

1) שרייבערס זאל בשום אופן נישט קאמענטן אין פאבליק אויף א תגובה אז סאיז נאריש, אויב איינער וויל זאל ער מעלדן ביים שטערנדל פאר די הנהלה, אדער ריכטיגער צו שיקן יענעם אין אישי. דאס וועט העלפן: א) די אשכול זאל נישט פארפארן, ווייל מדרך העולם ווען מקריטיקריט איינעם שיסט ער צוריק, ב) ווען ער באקומט עס אין אישי פאלירט ער די געשמאק צו זיין די אנדרייער נאכן זעהן אז אין פאבליק איגנארירט מען איהם.

2) די אחראים זאל קיינמאל נישט שרייבן אין א אשכול ״מגייט שפארן״ ״מהאט געשפארט״ ״נאך איינמאל וועט די רבי אנשרייען״. נכלל אין דעם די פותחי אשכולות וואס הייבן אן אזוי: ״אזוי ווי איך ווייס אז מאנכע וועלן פאדרייען דעם שמועס וויל איך דא בעטן....״ די אלע זאכן זענען פירצה קוראת פאר די יעניגע אז דא איז א פלאץ וואס מקען אנדרייען.
(במאמר המוסגר לעצטנס זעה איך זייער אסאך ווען זיי מאכן אויף א אשכול און זיי מוזן ווייזן זייער שוואכע קאנפעדענטס, ווי למשל: במקום שאין איש, איך האב נאכנישט געטראפן א אשכול וועל איך גיין פתיחה, וכדו׳. די ערשטע תגובה פון א אשכול דארף אייביג זיין צום פוינט אן קיין בעקראונדס, און אזוי אויך אן קיין דעות און בויך וויי, די אלע זאכן טוט מען פון די צווייטע תגובה און ווייטער. אבער דאס איז א שמועס פאר זיך).

3) מעקן גלייך א תגובה דארף מען זיך האלטן נאר צו ניבול פה, לשון הרע, רכילות, ציונות און [ליידער, גיי פארשטיי פארוואס] אמונה.
נארישקייטן זאל ווערן איגנארירט פאר א שטיק צייט. לאמיר זאגן א שעה צוויי. (לדעתי ביינאכט ווען די חברה האבן גענדיגט ישיבה, און זיי גייען נישט זעהן נאר מארגן נאך וואס די שמועס איז שוין לאנג אוועקגעפארן)
די מציאות איז אז יעדער ואס שרייבט ערווארט נארמאל אז מזאל איהם מגיב זיין,א דאנק, א הערה אדער גאר א קריטיק. ווען איינער שרייבט און מענטפערט איהם נישט וועט ער טשעקן איינמאל און נאכאמאל אפשר האט זיך דאך איינער מרחם געווען. אויב זעה איך אז איך שרייב עפעס און די עולם שמועסט ווייטער ווי כאילו לא הייתי כאן, ציפט מיר עס אז: סאיז נישט געווען אינטערסאנט מיין תגובה, די עולם איז נישט אינטערסירט אין מיינע דעות וכו׳.
דער וואס שריייבט די מינע תגובות, ווייזט דאך בשעת׳ן שרייבן אז ער דרייט אן, און ער איז שש אלי קרב גרייט צו אטיקירן די וואס גייען איהם ארינטעררייסן, אויב מעקט מען גלייך ווען מ׳איז נאך אונטער די עקסייטמענט פון ״מיין מעכטיגע געדאנק״ געבט עס נאר א שטופ צו אנגיין, און באופן הטוב פרעגן דא ״פארוואס האט מען געמעקט?״.
אבער אויב גייט אריבער א וויילע און דער כותב איז שוין בארואיגט פון די השפעות וואס זיין מורא׳דיגן רעיון האט איהם אויפגעהויבן, דעמאלטס ווען מ׳מעקט פילט ער זיך שוין נאריש צו צוריק דרייען (ועוד ער איז שוין ביזי מיט די נעקסטע מלחמה אין צווייטן אשכול).

נאך א נקודה אז ווען מ׳מעקט נאר שפעטער ווייזט דאס פאר א באזעצנקייט אז ממעקט נישט (פונקט ווי משרייבט נישט) אין די וועלט אריין, די זאך ווערט איבערגעטראכט פארן טוען.

איי שלמה המלך געווען דער אייציגסטער חכם אפילו מן השוטים, ומה יעשו אזובי קיר וואס פארשטייען נישט צו די פאר שוטים וואס נאך אלעס טראבלען זיי ווייטער.
די פאר וואס פארשטייען נישט און נאכן שיקן א אישי איז ער ווייטער ממשיך, שפאר ״איהם״ צו פאר פינעף מינוט און לאז די אשכול אפן (איך מיין דאס שטייט שוין אין תקנות המקום).

אונטערשטע שורה: ניין מ׳קען נישט מתקן זיין די וועלט, אייביג איז דא אנדרייערס, אדער צומאל פשוט מ׳ווערט פארשלעפט,
אבער ווי יעדער קען מעיד זיין אז לעצטנס איז 1) די מעקעריי און אפשפארן געווארן א דבר שבכל יום ושעה, 2) די נארישע תגובות א דבר שבכל שעה ורגע.
איך האלט אז נאמבער 2 צוואקסט זיך דורך נמבער 1.
און ווי איך האב געשריבן אויבן: איז דא איינער וואס האלט אנדערש? זיכער יא, און נאך אלטס שרייב איך מיין דעה און יעדער זאל טוען וואס ער פארשטייט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

איינס האט געשריבן:די מציאות איז אז יעדער וואס שרייבט ערווארט נארמאל אז מזאל איהם מגיב זיין, א דאנק, א הערה אדער גאר א קריטיק.

שכוח איינס, זייער קלאר צולייגט די זאך
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גיב א שמייכל האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:די מציאות איז אז יעדער וואס שרייבט ערווארט נארמאל אז מזאל איהם מגיב זיין, א דאנק, א הערה אדער גאר א קריטיק.

שכוח איינס, זייער קלאר צולייגט די זאך

;l;p-

און דא איז די פראוו פאר וויכטיגער
שטעל דיר פאר שמייכל קאמענט נישט וואלט איך דאך נישט יעצט צוריק געקאמענט.
(נישט אז דאס מאל איז עס נישט גוט [לדעתי], פארקערט יישר כח שמייכל פאר דאנק, אבער איך ברענג נאר ארויס אז אויב איגנארירט מען בלייבט די תגובה אליין און איך וואלט יעצט נישט ממשיך געווען די שמועס)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:@פאלעסיידס

דו זאגסט זייער גוט, אבער דו האסט א טעות, אייוועלט איז דעפענעטלי נישט קיין נייעס-סאורס פלאץ, עס איז א בלאג פאר שרייבער'ס.

סיז א מציאות אז ס'איז א נייעס סארס, אפשר נישט ביי דעזיין, אבער אייוועלט איז א נייעס סארס פאר טויזענטער מענטשן!

אה זייער גוט, ממש דאס האב איך געשריבן פאר איינער פון די הנהלה ווען ער האט מיר געוואלט אפפרעגן אין אישי:
פעיק נוז האט געשריבן:עס איז א פשוטער פאקט אז דא איז א נייעס סאורס, ווייל אז שרייבער באריכטן דא נייעס קען מען דא זען נייעס. אבער אייוועלט איז נישט קריעיטעד געווארן פאר דעם עס איז ספעציעל דעזיינט געווארן אז עני-באדי זאל קענען שרייבן און זיך אויסגעבן און דעבאטירן, און די נייעס וואס די ליינער ליינען דא איז אויך נאר ווייל מענטשן קומען זיך דא אויסגעבן און באריכטן נייעס. פארשטייט זיך אז עס דארף פיטן אין די תקנות. דאס פלאץ דארף זיין צוגעשטעלט לטובת די שרייבערס, נישט לטובת ליינערס.

אבער סיז טאקע א בלאג, און טאקע וועגן דעם לאזט מען דא רעדן און אויסשמועסן זאכן...

די פראבלעם איז נאר ווען געוויסע שרייבן זאכן וואס איך און דו עגריען דארפן געמעקט ווערן, אדער זאכן וואס דארפן איגנארירט ווערן, און ווערן נישט איגנארירט... דא ווערט א פראבלעם...

סאו לאמעך דיר זאגן וויזוי איך (אן אקטיווער ליינער און שרייבער - וואס ווייסט אביסל די אינסיידס) קוק עס אן...

ווען ס'געשעהט א נייעס, לאמער האפן נאר גוטע זאכן, וויל יעדער אז בשעת די נייעס ווערט געבראכן זאל מען מעלדן נאר נייעס, א הערה'לע דא דארט וואלט קיינעם נישט געשטערט, אבער אויב ווערט עס א דיבעיט, ספעציעל איבער אלטע אויסגעדראשענע טאפיקס וואס ענדיגן זיך קיינמאל נישט, מעקט מען עס... ווייל יעצט איז א צייט צו ברעכן די נייעס... נאכדעם קען איך באשטיין צו זעהן נארמאלע דיבעיטס,

בשעת די נייעס קומט פאר, האסטו א פוינט, אבער למשל דאסמאל ביי די שטעכעריי איז די דיבעיט געווען שוין אפאר טעג נאך די נייעס איז געשען און עס זענען שוין נישט אריינגעקומען עכט קיין פרישע נייעס.
און מ'מעקט נאר טראלישע זאכן און פייטס וכד'...

למשל ביי די שטעכעריי האט מען פארשפארט דעם גאנצן אשכול.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

פעיק נוז האט געשריבן:@פאלעסיידס

דו זאגסט זייער גוט, אבער דו האסט א טעות, אייוועלט איז דעפענעטלי נישט קיין נייעס-סאורס פלאץ, עס איז א בלאג פאר שרייבער'ס.

אקעי געוואלדיג, די עולם פארט דא בערך אין די זעלבע דירעקשען סא לאמיר עס טרייען אביסעל מסדר צי זיין, אין אויפקומען מיט א טעמפערערי פשרה,

@וויכי ברענגט ארויס מיין פוינט , אין איין ווארט אז סאיז יא היינט א שטארקע נייעס סאורס,

@איינס איז נישט אזוי באזארגט אין האט אפאר גוטע עצות וויאזוי זאכען וועלען זיך אליינס מסדר זיין, און סלוינט זיך נישט די מאסיווע רעאקציע ציצשפארען א אשכול,

@פעיק נוז איז מסכים צי מיינע פוינטס (די עיקר ווי איך פארשטיי די פאלטשע נייעס כאאס אין א טראגעדיע)
אבער פעיק זאגט אז סאיז א בלאג אין נישט קיין אפיציעלע צייטונג, הגם טויזענטע מענטשען נעמען שוין היינט זייער אינפא פון דא.

סא לאמיר זעען צי מאכען א שטיקעל פשרה, (איך ברענג נאר ארויס ענקערע ווערטער אביסעל אנדערש)

דארט ווי מבלאגט איז דאך דער עולם מסכים אז מרעדט נישט יעצט פון דעם,
אידישע וועלטליכע נייעס איז היינט צי טאגס א נייע מציאות למעשה, אבער פעיק האלט אז מזאל קענען בלאגען דארט אויך,
סא אפשר פאנגט מען אן נאר מיט הייסע נייעס בעיקר ווילאנג די מעשה איז נישט פארטיג אין בעיקר וואס איז נוגע היימישע אידען? מקען דאך די נעקסטע טאג זיך א עצה געבען אביסעל רואיגער מיט בלאגערס, דעס זאגט דאך וויכי,
איינס א פשרה מיינט אז אפי' איך בין בעצם גערעכט מיט איין פוינט איז דאך למעשה דא זייער שטארקע פראבלעמן ארום נייעס כאאס אין די ערשטע שעות, אזוי ווי כהאב אויבען געשריבען סאיז א ברענד נו מציאות אין מדארף זיך קענען אדאפטען,
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום מיטוואך יאנואר 01, 2020 7:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פאלעסיידס האט געשריבן:איינס א פשרה מיינט אז אפי' איך בין בעצם גערעכט מיט איין פוינט איז דאך למעשה דא זייער שטארקע פראבלעמן ארום נייעס כאאס אין די ערשטע שעות, אזוי ווי כהאב אויבען געשריבען סאיז א ברענד נו מציאות אין מדארף זיך קענען אדאפטען,

סנעמט נישט אוועק וואס איך האב געזאגט

נאר דו ברענגסט מיר יעצט ארויף נאך א פוינט

לאמיר נעמען די שטעכעריי

איך הער אז עפעס איז פארגעגאנגען קום איך אריין אין אייוועלט טשעקן וואס ווען וואו, הונדערטער אידן טוען די זעלבע און די סערווער ווערט איבערגעשטרענגט
ווען איך ווייס אז איך גיי ליינען נייעס און אפדעיטס אדער אפילו דיבעיטס (נכלל קאנספעראציעס וואס מקייט נישט איבער) שטערט מיר נישט צו ווארטן 5 מינוט נאכן דאונלאדן 17 מאל די פעידזש און זעהן די תגובה, אבער אז די צווייערס דארפן צוריק ענטפערן פארן צודרייטער און די מנהלים דארפן מודיע זיין וואס זיי גייען טוען און האבן געטון קוקט דאס אויס אזוי:

די סערווער איז יעצט איבערגעשטרענגט פראביר אין אפאר מינוט:

מגייט צושפארן

א נייעס

די סערווער איז יעצט איבערגעשטרענגט פראביר אין אפאר מינוט:
די סערווער איז יעצט איבערגעשטרענגט פראביר אין אפאר מינוט:
די סערווער איז יעצט איבערגעשטרענגט פראביר אין אפאר מינוט:
דו רעדסט ווי א בחור לאמיר רעדן נארמאל

די סערווער איז יעצט איבערגעשטרענגט פראביר אין אפאר מינוט:
די סערווער איז יעצט איבערגעשטרענגט פראביר אין אפאר מינוט:
א אפדעיט

יישר כח פארן ברענגען נארמאלע נייעס און נישט סתם קאנספיראציעס
די סערווער איז יעצט איבערגעשטרענגט פראביר אין אפאר מינוט:
די סערווער איז יעצט איבערגעשטרענגט פראביר אין אפאר מינוט:
די סערווער איז יעצט איבערגעשטרענגט פראביר אין אפאר מינוט:
פארוואס איז די סערווער איבערגעשטרענגט וואס קען מען טוען

די מערסט באנוצערס אויף איי וועלט איז היינט 5:00 456 באנוצער

די סערווער איז יעצט איבערגעשטרענגט פראביר אין אפאר מינוט:
פליז נישט שרייבן דא די מאס פון מערסטע באנוצער לאזן דא נאר פאר נייעס
זיכער נישט אין אזא ערנסטע אנגעצויגענע צייט

די סערווער איז יעצט איבערגעשטרענגט פראביר אין אפאר מינוט:

א קאנספעראציע

דו ביסט אייביג א אנדרייער

די סערווער איז יעצט איבערגעשטרענגט פראביר אין אפאר מינוט:
די סערווער איז יעצט איבערגעשטרענגט פראביר אין אפאר מינוט:

פארשפארט ביזן קלינען

אויסגעמעקט אלע נארישע תגובות, מבעט נישט צו שרייבן נאר נייעס

די סערווער איז יעצט איבערגעשטרענגט פראביר אין אפאר מינוט:
די סערווער איז יעצט איבערגעשטרענגט פראביר אין אפאר מינוט:

שכח מנהל סאיז מיר נישט אינטערסאנט וואס אלע וואטסעפ גראפס זאגן
יישר כח

די סערווער איז יעצט איבערגעשטרענגט פראביר אין אפאר מינוט:
די סערווער איז יעצט איבערגעשטרענגט פראביר אין אפאר מינוט:

לאמיר נאר טראכטן וויפל וואלט ד סערווער געווען וויינגער איבערגעשטרענגט ווען נישט די אלע קאמענטס,
וביותר די דיסיפוינטמענט אז נאכן דריקן הונדערט מאל די ריפרעש טרעף איך איינע פוןדי אויבן דערמאנטע תגובות
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

נישטא וואס צי רעדען האסט מיך געמאכט לאכען
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יעצט לאך איך אויך
אבער בשעת מעשה האק איך אויף מיין קיבארד
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

חחחח
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאלעסיידס האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:@פאלעסיידס

דו זאגסט זייער גוט, אבער דו האסט א טעות, אייוועלט איז דעפענעטלי נישט קיין נייעס-סאורס פלאץ, עס איז א בלאג פאר שרייבער'ס.

אקעי געוואלדיג, די עולם פארט דא בערך אין די זעלבע דירעקשען סא לאמיר עס טרייען אביסעל מסדר צי זיין, אין אויפקומען מיט א טעמפערערי פשרה,

@וויכי ברענגט מיר ארויס אין איין ווארט אז סאיז יא היינט א שטארקע נייעס סאורס,

@איינס איז נישט אזוי באזארגט אין האט אפאר גוטע עצות וויאזוי זאכען וועלען זיך אליינס מסדר זיין, און סלוינט זיך נישט די מאסיווע רעאקציע ציצשפארען א אשכול,

@פעיק נוז איז מסכים צי מיינע פוינטס (די עיקר ווי איך פארשטיי די פאלטשע נייעס כאאס אין א טראגעדיע)
אבער פעיק זאגט אז סאיז א בלאג אין נישט קיין אפיציעלע צייטונג, הגם טויזענטע מענטשען נעמען שוין היינט זייער אינפא פון דא.

סא לאמיר זעען צי מאכען א שטיקעל פשרה, (איך ברענג נאר ארויס ענקערע ווערטער אביסעל אנדערש)

דארט ווי מבלאגט איז דאך דער עולם מסכים אז מרעדט נישט יעצט פון דעם,
אידישע וועלטליכע נייעס איז היינט צי טאגס א נייע מציאות למעשה, אבער פעיק האלט אז מזאל קענען בלאגען דארט אויך,
סא אפשר פאנגט מען אן נאר מיט הייסע נייעס בעיקר ווילאנג די מעשה איז נישט פארטיג אין בעיקר וואס איז נוגע היימישע אידען? מקען דאך די נעקסטע טאג זיך א עצה געבען אביסעל רואיגער מיט בלאגערס, דעס זאגט דאך וויכי,
איינס א פשרה מיינט אז אפי' איך בין בעצם גערעכט מיט איין פוינט איז דאך למעשה דא זייער שטארקע פראבלעמן ארום נייעס כאאס אין די ערשטע שעות, אזוי ווי כהאב אויבען געשריבען סאיז א ברענד נו מציאות אין מדארף זיך קענען אדאפטען,

אין די ערשטע שעות האסטו א פוינט אזוי ווי איך האב שוין געשריבן פאר וויכי, אבער וואס איז די גדר פון ערשטע שעות? די טענה'ריי אין די שטעכעריי אשכול ואס צוליב דעם האט מען עס פארשפארט איז פארגעקומען צוויי טעג נאכן אטאקע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך וויל נאר קלאר מאכן אייין פוינט און מיט דעם יצאתי ידי חובתי וועגן די שמועס

קיינער האט נישט קיין פראבלעם אז מקאמענט אמאל א ווערטל אדער הומאריסטיש, ניין פארקערט די שמועסן דא זענען נישט געאייגנט צו זיין מוראדיג ערנסטע שמועסן וואס מטאר נישט ח״ו אמאל זיך לאזן וואיל גיין די פראבלעם איז ווען סגייט ארויס פון קאנטראל

און יא איך בין שוין אויך געווען פארמישט און שמועסן שלא מענין האשכול, אבער אייביג געטרייט סזאל זיין צו די זאך אויך ווען מקריטיקריט אדער מציפט אדרע ווערטלט יענעם. פארשטייט זיך נישט אין א אשכול וואס איז דיקא יא א ערנסטע פאקטן אשכול
און אויף אלעם אויב ווייסט מען ווען צו סטאפן איז גוט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

די גדר איז ווילאנג די מעשה האלט זיך נאך פיזיש אינמיטען אנטוויקלען, באמת וואלט איך געזאגט אז סאיז נאך דא א 2טע שטאפעל דעס זענען עפטערשאקס אין די נעקסטע טאג צוויי ווי למשל ווי סהאלט מיט די קרבנות וכו',
אבער סאיז נישט קיין כלל ווייל אויב די פארברעכער איז שוין נישט אן סין אין מהאט ארויס דורך באשטעטיגטע לאו ענפארסמענט קלאר די מאטיווען, אין די גאנצע מעשה, דעמאלטס איז טאקע דעמאלטס א אנדערע הלכה,

הגם איך האלט אז סאיז יא דא א שאדען ביז די נייעס איז בעצם שטארק אויפן טיש צי ווייל מדערשרעקט פרויען אין קינדער וואס נעמען נייעס פון דא אין פון קול מבשר, נישטא נאך א נארמאלע סאורס פאר אונזער ציבור, אבער דעס מייניך מיטן פשרה,

(א חבר פארציילט מיך אז ביי די זשערסי סיטי מעשה זענען זיינע ארבערטארענס געווען ציגענאגעלט צי איי וועלט פאר די נעקסטע צוויי טעג אין תיכף געקאלט די מאמע באבע ביי יעדע אפדעיט ביי יעדע שמועהלע)
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום מיטוואך יאנואר 01, 2020 7:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

איינס האט געשריבן:איך וויל נאר קלאר מאכן אייין פוינט און מיט דעם יצאתי ידי חובתי וועגן די שמועס

קיינער האט נישט קיין פראבלעם אז מקאמענט אמאל א ווערטל אדער הומאריסטיש, ניין פארקערט די שמועסן דא זענען נישט געאייגנט צו זיין מוראדיג ערנסטע שמועסן וואס מטאר נישט ח״ו אמאל זיך לאזן וואיל גיין די פראבלעם איז ווען סגייט ארויס פון קאנטראל

און יא איך בין שוין אויך געווען פארמישט און שמועסן שלא מענין האשכול, אבער אייביג געטרייט סזאל זיין צו די זאך אויך ווען מקריטיקריט אדער מציפט אדרע ווערטלט יענעם. פארשטייט זיך נישט אין א אשכול וואס איז דיקא יא א ערנסטע פאקטן אשכול
און אויף אלעם אויב ווייסט מען ווען צו סטאפן איז גוט

גערעכט זיכער מעג מען אמאל קאמענטען א ווערטעל, אזוי ווי די זאגסט עז לאנג סגייט נישט אויף א אומשילדיגע איד חשבון,

אזוי רעדענדיג שיקט מיך איינער אריין יעצט א קול מבשר אז עף בי איי איז כמעט זיכער אז דע גריפטאן איז געווען דער שטעכער פון טאשנאד,

יעצט די זאג מיר פאר וויפיל אירע האבען זיך אריינגעכאפט ספיקות אין די אלע שמועות, מהאט שוין געוויסט פון א מיטונג מיט וויזניצע רבי , כמיין קאם אן

דעי אידען גייען יעצט צירוק ציען אין זאגען ברבים חטיתי עוויתי ופשתי? וואלסט געוואלט מזאל עס טון צי דיין משפחה,

אין צי פעיקס פוינט ווילאנג די ערשטע שעות גייט אן, די האלסט נישט אז די שמועות וואלטען נישט געקענט אראפירען די אויספארשונג פון די רעסלען אויב סליגט איו עד דעי הענט?

א טוער אין מאנסי זאגט מיר אז סאיז געווען מענטשען וואס האבען זיך ציזאמגענומען לייגען דריק אויף די לאקאלע באהערדע זיכער צי מאכען אז מ'כאפט דעם איד סזאל נישט זיין קיין קאווער אפ, כבין דן לכף זכות די אידען אז זיי האבען געכאפט אן ענקזייענטי אטאקע,

אין מיט אזאלעכע סענטימענטן וויל מען נאך אז עד דעי זאל אונז ליב האבען, נאך א מזל די לאו ענפארסמענט איז מער פראפעשינעל פון דעם דערווייל אבער, אלעס האט זיך זיינע באנדריס ביז ווי מקען שטופען ה"י , וויפיל אויספארשונגען האבען זיך אנגעפאנגען אויף אידען נאר פון שמועות אויף בלאגס, ממילא אויף היימישע בלאגס דארף מען זיכער אבאכט געבען.

כוויל נאר ארויס ברענגען די פוינט אין זיך פארענטפערען פארוואס איך שרייב אזוי שארף, ווי געקניפט אין געבינדען איי וועלט קען זיין מיט די היינטיגע נייעס סאורסעס וועלט,

ביי מנחם שטארק איז דא נאך אלטס מענטשען וואס האלטען די שמועות, vs יארען פון שווערע אינוועסטיגעשאןס, אפענע הודעת און אפענע קאורט קעיסעס, כהאב מיך לעצטענס געטענה'ט מיט א בר דעת, זאגט ער מיר אויך, יד ישראל מיט א זיכערקייט, פרעג איך אים האסט געזען די קאורט פעפירס? זאגט ער מיר ניין! אין האט ניטאמאל געוויסט אז סאיז געווען געהעריגע קאורט קעיסעס אין אידען זענען יעדען טאג אראפגעפארען,

לענינו ביי די מאנסי שטעכעריי טעאריש גערעדט, ווען ממאכט ווען צי אייוועלט אינגאנצען יענע פאר טעג האלסטו די שמועות וואלטען זיך אזוי אריינגעגראבען? אדער סוואלט געבליבען ליפטיגע וואטסעפ מעסעזשעס וואס וואלט ווען געבליבען סטאק ביי אפאר ליפטיגע מענטשען?
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום מיטוואך יאנואר 01, 2020 8:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך הער וואס וויכי זאגט, שטארקע פוינטס, אבער למעשה ווי פעיק זאגט, פשטות דארף וויכטיגער זיין צוגעשטעלט פאר די שרייבערס, ווי פאר די ליינער.

בוןגע איינס בין איך מיט וויכי אז איינס איז גערעכט אין א דיפרענט יוניווערס.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

איינס האט געשריבן:קוקט דאס אויס אזוי: ...

;l;p- ;l;p- :grin: :grin:
אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחראי »

ווי האט נאר טשורטשיל געזאגט: דעמאקראטיע איז דער ערגסטע מהלך פון פירן א לאנד - אחוץ די אנדערע מהלכים וואס מען האט שוין פרובירט.

לענינינו, הרב איינס קומט אריין זייער קלאר מיט די פראבלעמען, און איך גלייב אז אסאך טוען מיטשאקלען מיטן קאפ, און גערעכט אז "מעקן" און "שרייען" איז נישט אפעקטיוו און אומווירקזאם, אבער לדאובינו איז דאס דער איינציגסטער מיטל - נאך אלעם וואס מען האט שוין פרובירט.

כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות, איינער האלט אז וואס ער שרייבט איז ריכטיג בעת דער צווייטער האלט אז דאס איז קינדעריש, איינער וויל זען בלויז נייעס בעת זיין חבר וויל אויסשמועסן דער נושא, איינער פילט פאר וויכטיג אויסצושרייען א קול מחאה בעת דער צווייטער פילט א דראנג צו אויפקלערן זיין "צמצום", איינער טוט זיך רעגן פארוואס מען מאכט זיך וואוסנדיג און דער צווייטער רעגט זיך אויף דער וואס רעגט זיך.

עס שרייבט זיך גרינג, נישט צו ענטפערן אויף זינלאזע תגובות און באמערקונגען אבער ווען עס קומט לידי מעשה און מען ליינט עפעס וואס ברענגט ארויף די בלוט אין קאפ - פאר סיי וואס פאר א סיבה, וויל זיך יענעם אפענטפערן און אריינגעבן אז יענער זאל בלייבן מיטן צינג אינדרויסן, וואס דאס פארשטייט זיך ברענגט א קאנטער רעאקציע און דער ענדלאזע קייט פארט און פארט ביז דער מנהל טרעפט אפאר מינוט צו צוריקשטעלן דעם אשכול על מכונה, מיט אפאר צענדליגע פארוואונדעטע.

דער איינציגסטער וועג צו טוישן דעם איצטיגן מצב, איז צו נוצן דעם כח היחיד, צו שרייבן און קאמענטירן מיט דעת, יעדער פאר זיך זעלבסט, און נוצן דעם דווח קנעפל ווי ער האלט פאר וויכטיג.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פון דיינע ווערטער זעה איך אבער אז אזויפיל ביסטו זיכער מסכים אז די תגובות:
מגייט צושפארן, מהאט צוגעשפארט, מגייט מעקן אויב מוועט נישט זיין וואויל, און איבערבויפט ישר כח פארן מעקן
פעלט זיכער נישט אויס
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

קען מען נישט מאכען אויף דער בלאג אזא זאך ווי אינדענטעד קאמאנטס?

Indented comments ?
אויב קען מען עס מאכען און האבן אן אפציע אז יענע קאמאנטס זאלן נישט ארויף ברענגען די אשכול אדער שיקן קיין נאטיפקציעס וואלט עס געווען ריזיג.

סיי די שמועס קען אנגיין געהעריג, אויך די שרייבער קענען בלאגען ווייטער און עס שטערט קיינעם נישט שטארק.
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2654
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

יישר כח מנהלים פארן גיך מעקן א תגובה פול מיט לשון הרע און רכילות.
האפענטליך קענט עטץ אויך אראפ פליקן דעם מחרחר ריב ניק אויף אייביג.

איזהו גיבור הכובש את יצרו.....
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פעיק נוז האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:@פאלעסיידס

דו זאגסט זייער גוט, אבער דו האסט א טעות, אייוועלט איז דעפענעטלי נישט קיין נייעס-סאורס פלאץ, עס איז א בלאג פאר שרייבער'ס.

סיז א מציאות אז ס'איז א נייעס סארס, אפשר נישט ביי דעזיין, אבער אייוועלט איז א נייעס סארס פאר טויזענטער מענטשן!

אה זייער גוט, ממש דאס האב איך געשריבן פאר איינער פון די הנהלה ווען ער האט מיר געוואלט אפפרעגן אין אישי:
פעיק נוז האט געשריבן:עס איז א פשוטער פאקט אז דא איז א נייעס סאורס, ווייל אז שרייבער באריכטן דא נייעס קען מען דא זען נייעס. אבער אייוועלט איז נישט קריעיטעד געווארן פאר דעם עס איז ספעציעל דעזיינט געווארן אז עני-באדי זאל קענען שרייבן און זיך אויסגעבן און דעבאטירן, און די נייעס וואס די ליינער ליינען דא איז אויך נאר ווייל מענטשן קומען זיך דא אויסגעבן און באריכטן נייעס. פארשטייט זיך אז עס דארף פיטן אין די תקנות. דאס פלאץ דארף זיין צוגעשטעלט לטובת די שרייבערס, נישט לטובת ליינערס.

אבער סיז טאקע א בלאג, און טאקע וועגן דעם לאזט מען דא רעדן און אויסשמועסן זאכן...

די פראבלעם איז נאר ווען געוויסע שרייבן זאכן וואס איך און דו עגריען דארפן געמעקט ווערן, אדער זאכן וואס דארפן איגנארירט ווערן, און ווערן נישט איגנארירט... דא ווערט א פראבלעם...

סאו לאמעך דיר זאגן וויזוי איך (אן אקטיווער ליינער און שרייבער - וואס ווייסט אביסל די אינסיידס) קוק עס אן...

ווען ס'געשעהט א נייעס, לאמער האפן נאר גוטע זאכן, וויל יעדער אז בשעת די נייעס ווערט געבראכן זאל מען מעלדן נאר נייעס, א הערה'לע דא דארט וואלט קיינעם נישט געשטערט, אבער אויב ווערט עס א דיבעיט, ספעציעל איבער אלטע אויסגעדראשענע טאפיקס וואס ענדיגן זיך קיינמאל נישט, מעקט מען עס... ווייל יעצט איז א צייט צו ברעכן די נייעס... נאכדעם קען איך באשטיין צו זעהן נארמאלע דיבעיטס,

בשעת די נייעס קומט פאר, האסטו א פוינט, אבער למשל דאסמאל ביי די שטעכעריי איז די דיבעיט געווען שוין אפאר טעג נאך די נייעס איז געשען און עס זענען שוין נישט אריינגעקומען עכט קיין פרישע נייעס.
און מ'מעקט נאר טראלישע זאכן און פייטס וכד'...

למשל ביי די שטעכעריי האט מען פארשפארט דעם גאנצן אשכול.

די מאנסי אשכול האבעך נישט מיטגעהאלטן, ווי געשריבן איזעס געווען חנוכה סעזאן און יער ענד... סאו...

אבער די רעסט עגרימער...

און הרב איינס, נאכאמאל, די עצות וואס דער עולם זאל טוהן, איז אייזן! וואס זאל מען טוהן אז דער עולם פאלגט נישט?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איינס האט געשריבן:יעצט לאך איך אויך
אבער בשעת מעשה האק איך אויף מיין קיבארד

נישט צו קוואוטן דיין לאנגע תגובה...

נעקסטיים סוירטש נישט, נאר ריפרעש די פעידזש, די "סערווער איז איבערגעשטרענגט" מעסידזש קומט נאר ארויף ביים סוירטשן, נישט ביים ריפרעשן די פעידזש אין די פארום אדער אשכול...

און יאפ, כאב אויך געלאכט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמשון הגיבור »

פעטער שמואל האט געשריבן:יישר כח מנהלים פארן גיך מעקן א תגובה פול מיט לשון הרע און רכילות.
האפענטליך קענט עטץ אויך אראפ פליקן דעם מחרחר ריב ניק אויף אייביג.

איזהו גיבור הכובש את יצרו.....

פעטער טייערע, איך עגרי ס׳האט נישט געפאסט.. וואס דען, זעלבעס צענזורירן מיין תגובה האב איך שוין ניש געקענט ווייל די מנהלים האבן ריאגירט אינסטענטלי.

מיר אראפפליקן.. גייסטו כאפן דעם ציפ.
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

wow נישט געוויסט די מנהלים ארבעטען נאך 12 ביינאכט געווען זייער א שנעלע ריספאנד,
שוין דער עולם האקט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”