אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:הרב גרין, כ'פארשטיי דיין פוינט אוו וויא, אבער פארשטיי אז די פאלעסי האט מען נישט געמאכט נעכטן נאכט אין אן אויגן בליק... די לעצטע שטיק צייט האבן די מנהלים אויסגעשמועסט די נושא בכלל און ווען סיז איינמאל געווען א רומער האט מען זיך צאמגעזעצט אויסארבעטן א פאלעסי וואס צו טוהן ווען ס'קומט למעשה... די פאלעסי איז גארנישט אוט אוו ארדענערי, דאס שטומט מיט די געווענליכע אייוועלט פאלעסי...

און אין פאקט איז זעלטן אז איך זאל באקומען אזויפיהל שכח'ס פריוואט, און גאר אסאך אומאנגענומענע תגובות זענען בלויז שכח'ס פאר די מנהלים וכד'...

לאמיר געסן, אז די אלע שקויעך'ס האסטו באקומען פון ניק'ס וואס באלאנגען אלע צי איין ספיציפישע קרייז...

למעשה, אויב מען מעג רעדן פון דעהם (די אויבישטע תגובות האט מען דאך נישט פארמעקט...) טוה איך זייער שעצן די רצון פון די מנהלים צי האלטן די פארום ריין, אבער איך גלייב אז נישט דאס איז די וועג, מען האט דאך מיר נישט גערופן...

אויב קוקט מען מילא איבער אלע תגובות וואס ווערט געשריבען, וואלט מען שוין פאר די געלט געמעגט לאזן סיפורים, דברי הערכה, וכדומה, און אויסמעקן אלע שמוץ זאל זיך נישט מאכן, צי וואס יעדער תגובה וואס עס איז דא אין דעהם א סיפור וואס מען קען פארשטיין פון דעהם עפעס א שבח ווערט בכלל נישט עפראווד?

די פארום הייסט דאך נישט סאטמרע וועלט פארום, (טראץ איך גלייב אז רוב מנהלים זענען סאטמאר...) עס איז דאך מיוחד פארן אלגעמיינע חרדי'שע ציבור, נישט אזוי? די אלגעמיינע ציבור גלייבט זייער שטארק אין די גדול, ממש עולם ומלואו, והא ראי' א האלב מיליאן אידן האבן איהם מלווה געווען, און נאך הונדערטער טויזענטער איבער די וועלט וואס האבן נישט געקענט אהין אנקומען, און טייל פילען אז זיי גייען מקיים זיין מצות הספר מיט שרייבען, איז צי וואס זאל מען זיי נישט לאזן שרייבן עפעס, און וועהם עס שטערט, זאל ביטע בכלל נישט עפענען די אשכול, און אויב יענער וויל דוקא, זאל ער נישט aרייבען, און אויב ער שרייבט יא, מוז עס נישט עפראווד ווערן.

אויב איז טאקע דא אין די מנהלים וואס שטערט זיי די כבוד פון די גדול, זאלן זיי עס זאגן אפען און גארב, אבער די חשש פון מתוך שבחו אתה בא לגנותו, איז ממש נישט פארשטענדליך אויב יעדער תגובה מוז ממילא ווערן עפראווד.

און בכלל, איז דא גענוג אשכולות אויף רבנים וואס האבן געהאט היפשע קאנטערווערסיע, און די אשכולות לעבן געזונטערהייט, אפשר טאקע ווייל גי געגנער פון יענע רבנים פארשטייען אז זיי דארפן נישט באשמוצן די וועלטל...
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

שכח פאר דיר מקוה איד פארן האלטן ריין דאס פלאץ.

און צו אייך אייוועלט מיטגלידער, ווען איר זעהט א זאך וואס באלאנגט נישט דא, דריקט דעם באריכט קנעפל שטאטס שרייען פוי אדער גרויליג וכו, דאס לייגט נאר צו ארבייט פארן מנהל וואס רייניגט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

לחם לשובע האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:הרב גרין, כ'פארשטיי דיין פוינט אוו וויא, אבער פארשטיי אז די פאלעסי האט מען נישט געמאכט נעכטן נאכט אין אן אויגן בליק... די לעצטע שטיק צייט האבן די מנהלים אויסגעשמועסט די נושא בכלל און ווען סיז איינמאל געווען א רומער האט מען זיך צאמגעזעצט אויסארבעטן א פאלעסי וואס צו טוהן ווען ס'קומט למעשה... די פאלעסי איז גארנישט אוט אוו ארדענערי, דאס שטומט מיט די געווענליכע אייוועלט פאלעסי...

און אין פאקט איז זעלטן אז איך זאל באקומען אזויפיהל שכח'ס פריוואט, און גאר אסאך אומאנגענומענע תגובות זענען בלויז שכח'ס פאר די מנהלים וכד'...

לאמיר געסן, אז די אלע שקויעך'ס האסטו באקומען פון ניק'ס וואס באלאנגען אלע צי איין ספיציפישע קרייז...

למעשה, אויב מען מעג רעדן פון דעהם (די אויבישטע תגובות האט מען דאך נישט פארמעקט...) טוה איך זייער שעצן די רצון פון די מנהלים צי האלטן די פארום ריין, אבער איך גלייב אז נישט דאס איז די וועג, מען האט דאך מיר נישט גערופן...

אויב קוקט מען מילא איבער אלע תגובות וואס ווערט געשריבען, וואלט מען שוין פאר די געלט געמעגט לאזן סיפורים, דברי הערכה, וכדומה, און אויסמעקן אלע שמוץ זאל זיך נישט מאכן, צי וואס יעדער תגובה וואס עס איז דא אין דעהם א סיפור וואס מען קען פארשטיין פון דעהם עפעס א שבח ווערט בכלל נישט עפראווד?

די פארום הייסט דאך נישט סאטמרע וועלט פארום, (טראץ איך גלייב אז רוב מנהלים זענען סאטמאר...) עס איז דאך מיוחד פארן אלגעמיינע חרדי'שע ציבור, נישט אזוי? די אלגעמיינע ציבור גלייבט זייער שטארק אין די גדול, ממש עולם ומלואו, והא ראי' א האלב מיליאן אידן האבן איהם מלווה געווען, און נאך הונדערטער טויזענטער איבער די וועלט וואס האבן נישט געקענט אהין אנקומען, און טייל פילען אז זיי גייען מקיים זיין מצות הספר מיט שרייבען, איז צי וואס זאל מען זיי נישט לאזן שרייבן עפעס, און וועהם עס שטערט, זאל ביטע בכלל נישט עפענען די אשכול, און אויב יענער וויל דוקא, זאל ער נישט aרייבען, און אויב ער שרייבט יא, מוז עס נישט עפראווד ווערן.

אויב איז טאקע דא אין די מנהלים וואס שטערט זיי די כבוד פון די גדול, זאלן זיי עס זאגן אפען און גארב, אבער די חשש פון מתוך שבחו אתה בא לגנותו, איז ממש נישט פארשטענדליך אויב יעדער תגובה מוז ממילא ווערן עפראווד.

און בכלל, איז דא גענוג אשכולות אויף רבנים וואס האבן געהאט היפשע קאנטערווערסיע, און די אשכולות לעבן געזונטערהייט, אפשר טאקע ווייל גי געגנער פון יענע רבנים פארשטייען אז זיי דארפן נישט באשמוצן די וועלטל...

Rt יעדע ווארט.
גענוי דאס האב איך געשריבן פאריגע וואך אין מ׳האט מיר פארמעקט...
עניוועי, כ׳בין נישט דא מיט קיין טענות אויף קיינעם, איך צאל נישט קיין מעמבערשיפ דא,
אבער כ׳שרייב עס נאר אויב איינער פין די מנהלים איז אינטערסירט צו הערן מיין מיינונג אין וואס נאך אנדערע אידען פילן..
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל הישר »

סגעפעלט מיר די מערסטע וואו ״וויכטיג מאכער״ פרובירט אנצושטעלן א פנים ווי כאילו פאר די מנהלים אינטערסירט בכלל די דעת הציבור און האבן אפילו געמאכט א מיטונג

פליז טוט מיר א טובה
עטס זענטס געגאנגן צום מיטינג שוין וויסענדיג די החלטה - צו לאכן און פנים פון טויזענטער שלומי אמוני ישראל וואס האבן אים געשעצט

וויכי שרייבט אפילו אז ער האב באקומען יש״כ אימייל׳ס
איך זאג דיך צו אז ווען איך לייג ווען ארויף א קליפ וואו איינער זינגט ״התקווה״ וואלט איך ווען באקומען מער שכוח׳ס
תקנות דא מאכט מען נישט אנגעוואנדן אויף שכוח׳ס

וואס יא
די מנהלים דא וואס גלייבן אז זיי גייען באקומען שכר אויף די זיכו הרבים זאלן אויך גלייבן אז עתיד ליתן את הדין פארן טרעטען אויף די געפילן פון טויזענטע מענטשן

יא איר האט אויסגעפירט אבער די חוזק זענט איר
מען העט איינטאג עפענען די ארכיווען פון אייוועלט און מען וועט אריינקוקען אינעם אשכול פון הרב שטיינמאן און טרעפען 7 בלעטער אנגעפילט מיט אלע טעכנישע שטותים או קיין שום סיפורים און דברי הערכה לפי כבודו
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בקיצור דו דיסעגריסט מיט די דעסיזשן, סארי אבער איך קענדער נישט העלפן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

וויכי, איך מעג ארויס ברענגען די צווייטע צד ברבים?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די אשכול איז געמאכט פארדעם, אזוי פארשטיי איך...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

יאצמעך האט געשריבן:וויכי, איך מעג ארויס ברענגען די צווייטע צד ברבים?

האסט נישט וואס צו זיין באזארגט, מ׳וועט נישט מעקן דיין מיינונג..
ס׳איז אן אפענע שמועס דא... ס׳איז געמאכט פארדעם.
איי פארוואס האט מען מיר געמעקט, אין אויכט אנדערע וואס האלטן ווי מיר? א גוטע קשיא!!
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

האב איך נישט קיין אנונג וואס דא באדערט איינעם.
די מנהלים האבן צוזאמען באשלאסן אז אנשטאט זיין ביזי מיט טענות און מעקערייען אויף ביידע צדדים וועט מען ענדערש אפשטעלן די שמועס פון אנפאנג אז עס זאל נישט קומען דערצו.
ווי פארשטענדליך, אויב שרייבט מען דברי הערכה גייען אנדערע שרייבן דברי סרחה, ס׳איז נישט קיין סוד אז פונקט ווי שטארק זיינע אנהענגער האבן אים געשעצט האבן זיינע קעגענער אים געהאסט.
פארוואס דארף אייוועלט און מיר מנהלים אוועקנעמען שעות פון טאג צו שניידן, מעקן, און חוסם זיין אידן? איז נישט בעסער אז מ׳פאנג נישט אן?
דאס אז מיר זענען עתידין ליתן את הדין איז נישט קיין נייעס. יעדע איד גייט דורך גיין דעם פראסעס. איינער פריער און איינער שפעטער
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

אינטערעסאנט אז ביי די כינוס אויף גיוס איז נישט געווען די חשבון נאר מען האט עס אריינגעלייגט אין אקטועלע נייעס און שוין
עס איז נישט די ערשטע מאל וואס מען טוט פעילות צו פארטרייבען נישט סאטמער געשטימטע אידען
און אגב די זאכען וואס מען שרייבט קעגען אים איז געבויט אויף ליגנט און דער וואס האט פארשפרייט די ליגנט האט שוין מודה געווען צווישען די ווערטער אז עס איז געווען געבויט אויף דמיונות אבער עס איז דא א פאליטיק אין ארץ ישראל איז געווען די וואס האבען געהאט אן אינטערעס עס צו שטיפען ווייטער
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

Rt אויבער חכם און לחם שובע
הק׳ טעקעלע
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קאמפיוטער עקספערט, קודם כל דזשאסט א דערמאנונג איך ביניש אינוואלווד אין דעסיזשן מעיקינג, ס'איז דא מנהלים פאר דעם...

האסט דערמאנט די כינוס, איניש געווען דארט די זעלבע? מ'האט געזאגט יעדער זאל שרייבן בלויז טריקענע פאקטן, און עניטינג וואס איז געווען קאנטרעווערשל אדער וואלט געברענגט קאונטער רעאקציעס האט מען נישט אדורכגעלאזט... נישט אזוי?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל הישר »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:קאמפיוטער עקספערט, קודם כל דזשאסט א דערמאנונג איך ביניש אינוואלווד אין דעסיזשן מעיקינג, ס'איז דא מנהלים פאר דעם...

האסט דערמאנט די כינוס, איניש געווען דארט די זעלבע? מ'האט געזאגט יעדער זאל שרייבן בלויז טריקענע פאקטן, און עניטינג וואס איז געווען קאנטרעווערשל אדער וואלט געברענגט קאונטער רעאקציעס האט מען נישט אדורכגעלאזט... נישט אזוי?


וויכי
די ענטפערסט אלעס אחוץ וואס מען פרעגט דיך

1) איז נישט געווען אריינגעמישט א פערזענליכע נגיעה וואס עטס סאטמערע מנהלים האטס לגבי די נושא און ענק האבן פשוט אויסגעניצט ענקער power וואס ענק האבן אנשטאט פון טראכטן פונים ציבור
2) פארוואס האט מען נישט געלאזט שרייבן איבער סתם זאכן אזוי וואו מען האט באשריבן הרב וואזנער ז״ל און די מנהלים קוקען דאך ממילא איבער אלעס
3) קענסטו זאגן קלאר אז די וואלסט געמאכט די זעלבע החלטה ווען די ביזט אים ווען מעריך?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

1) איך ביניש קיין מנהל! סאו מיך קענסטו נישט פרעגן איבער די דעסיזשן... אידער וועי, די ענטפער איז אבוויעס, ווי אנדערע האבן שוין געשריבן, קוק אין די תקנות אשכול, דארט שטייט קלאר אז היות רוב עולם דא איז סאטמאר - שיטה געשטומט, לויפט די סייט אויף די מהלך... סאו די יעצטיגע מהלך לויפט פאראלעל מיט די דזשענעראל תקנות פונעם סייט...

2) די זעלבע ווי 1, פלאס ווייל רב וואוזנער איז נישט אזא קאנטרעווערשל מענטש ווי רב שטיינמאן...

3) נאך איין מאל, איך ביניש געווען אינוואלווד אין די דעסיזשן, איך קען פארשטיין אז איינער וואס איז פון זיינע מענטשן זאל וועלן פארקערט, אבער כ'ביניש זיכער אין דעם... אידער וועי איזעס אירעלעווענט, ווייל ווי געשריבן איזעס נישט קיין נייע פאלעסי, סיז שוין יארן אזוי, יעצט איזעס פשוט אריינגעקומען...

פאר די רעקארד, נישט אלע מנהלים זענען סאטמארע, קוקענדיג די שמועס צווישן די מנהלים איבער דעם ענין זעה איך אז סיז געווען אינוואלווד פונקט אזויפיהל נישט סאטמארע ווי יא סאטמארע אין די דעסיזשן!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שכוח פאר די מנהלים פארן מאכן אזא גוטע דעסישען!!

אני הקטן וואלט געשריבן אנטקעגן זיינע שיטות אויב וואלט מען איהם צופיל אויסגעלויבט דא...
טאקע א גדול בתורה, אבער מיט זיינע שיטות זענען מיר נישט מסכים.

מתוך שבחם אתה בא לידי גנותם.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

געלעגער האט געשריבן:דאס אז מיר זענען עתידין ליתן את הדין איז נישט קיין נייעס. יעדע איד גייט דורך גיין דעם פראסעס. איינער פריער און איינער שפעטער

;l;p- :smile:
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

פאראינטערסירט האט געשריבן:שכוח פאר די מנהלים פארן מאכן אזא גוטע דעסישען!!

אני הקטן וואלט געשריבן אנטקעגן זיינע שיטות אויב וואלט מען איהם צופיל אויסגעלויבט דא...
טאקע א גדול בתורה, אבער מיט זיינע שיטות זענען מיר נישט מסכים.

מתוך שבחם אתה בא לידי גנותם.

אגרי טויזנט פראצענט ואכמ"ל
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

tech yid האט געשריבן:Rt אויבער חכם און לחם שובע
א פשוטע איד.
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

פאראינטערסירט האט געשריבן:שכוח פאר די מנהלים פארן מאכן אזא גוטע דעסישען!!


מתוך שבחם אתה בא לידי גנותם.

גא"מ, אפשר מאכט מען וואלן וואס די עולם האלט צו די מנהלים האבן געהאנדעלט לויט די דעת הקהל.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

גארגארפיק האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:שכוח פאר די מנהלים פארן מאכן אזא גוטע דעסישען!!

אני הקטן וואלט געשריבן אנטקעגן זיינע שיטות אויב וואלט מען איהם צופיל אויסגעלויבט דא...
טאקע א גדול בתורה, אבער מיט זיינע שיטות זענען מיר נישט מסכים.

מתוך שבחם אתה בא לידי גנותם.

אגרי טויזנט פראצענט ואכמ"ל


גא"מ.

און די אלע וואס האבן טענות גלייב איך שטארק אז זיי וועלן זיין דיסעפוינטעד ווען מזאל ווען מאכן וואלן וועלן זיי זיך איבערצייגן און זיין שאקט צו זעהן אז רוב פון די עולם דא זענען (נעבעך...) סאטמארע. ביטע האט רעספעקט צו די פלאץ און בעט נישט דעם עולם זיך צו טוישן צו אייער וועג ווי איר זענט אויפגעצויגן. יישר כח

---
מ'האקט. איינער זאגט אויך עפעס אזוי זעה איך...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

בענקעל האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:דאס אז מיר זענען עתידין ליתן את הדין איז נישט קיין נייעס. יעדע איד גייט דורך גיין דעם פראסעס. איינער פריער און איינער שפעטער

;l;p- :smile:


א ווארט אין פלאץ.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

די מנהלים האבן גראדע זייער קלוג געטוהן, איך ביניש קיין סאטמארער בכלל און אפילו נישט נאנט דערצו, און איך האב זאגאר זייער געהאלטן פון אים, אבער דאך האלט איך אז ס'איז זייער א קלוגע שריט מצד די הנהלה, והא ראיה אז די אשכול פארט א מחיה אן די שבחים אויך...

נאר ווען וועלן מיר זיך איבערצייגן אז ס'קומט טאקע ריין לשם שמים די דיסיזשען? ווען ביי א קאנטראווערשעל גדול וואס איז געגאנגען מיטן קנא'ישן דרך ווערט געטוהן די זעלבע ווי יעצט (איך וויל נישט עכט געבן א דוגמא, אבער וויבאלד כ'האב מורא אז מ'וועט נישט פארשטיין וועל איך יא געבן: צום ביישפיל הרב אויערבאך שליט"א עמו"ש).
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך ווייס באמת נישט פארוואס די מנהלים האבן מורא צו זאגן אפען און קלאר אז יא!! די סייט איז געגרינדעט דורך סאטמארע אידן און מהאלט זיך בעיקר צו דעם! אזוי וועלן אלע טענות אוועק פאלן. קען זיין מהאט א קאמפלעקס ווען משמועסט דא מיט אלע סארט אידן. שוין וואס קען מען טוען.... עניוועי זאלן די אנדערע אידן כאפן די רמז און שוין... געגאנגען ווייטער! נוצט די סייט פארוואס מלאזט יא און זייט דאנקבאר פאר דעם!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ווילט איר וויסן ווער די רוב איז דא קוקט אין די אנקעטע
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=21716
ודו"ק ופשוט הוא...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

טריסקער האט געשריבן:די מנהלים האבן גראדע זייער קלוג געטוהן, איך ביניש קיין סאטמארער בכלל און אפילו נישט נאנט דערצו, און איך האב זאגאר זייער געהאלטן פון אים, אבער דאך האלט איך אז ס'איז זייער א קלוגע שריט מצד די הנהלה, והא ראיה אז די אשכול פארט א מחיה אן די שבחים אויך...

נאר ווען וועלן מיר זיך איבערצייגן אז ס'קומט טאקע ריין לשם שמים די דיסיזשען? ווען ביי א קאנטראווערשעל גדול וואס איז געגאנגען מיטן קנא'ישן דרך ווערט געטוהן די זעלבע ווי יעצט (איך וויל נישט עכט געבן א דוגמא, אבער וויבאלד כ'האב מורא אז מ'וועט נישט פארשטיין וועל איך יא געבן: צום ביישפיל הרב אויערבאך שליט"א עמו"ש).

האבעך שוין געשריבען, עטליכע קאנטערווערסיאלע גדולים זענען דא פון זיי אשכולות...

געלעגער האט געשריבן:האב איך נישט קיין אנונג וואס דא באדערט איינעם.
די מנהלים האבן צוזאמען באשלאסן אז אנשטאט זיין ביזי מיט טענות און מעקערייען אויף ביידע צדדים וועט מען ענדערש אפשטעלן די שמועס פון אנפאנג אז עס זאל נישט קומען דערצו.
ווי פארשטענדליך, אויב שרייבט מען דברי הערכה גייען אנדערע שרייבן דברי סרחה, ס׳איז נישט קיין סוד אז פונקט ווי שטארק זיינע אנהענגער האבן אים געשעצט האבן זיינע קעגענער אים געהאסט.
פארוואס דארף אייוועלט און מיר מנהלים אוועקנעמען שעות פון טאג צו שניידן, מעקן, און חוסם זיין אידן? איז נישט בעסער אז מ׳פאנג נישט אן?
דאס אז מיר זענען עתידין ליתן את הדין איז נישט קיין נייעס. יעדע איד גייט דורך גיין דעם פראסעס. איינער פריער און איינער שפעטער

מ'מוז דאך מילא בודק יעדע תגובה פארן קאנפירמען, נישט אזוי?
נודה לך האט געשריבן:איך ווייס באמת נישט פארוואס די מנהלים האבן מורא צו זאגן אפען און קלאר אז יא!! די סייט איז געגרינדעט דורך סאטמארע אידן און מהאלט זיך בעיקר צו דעם! אזוי וועלן אלע טענות אוועק פאלן. קען זיין מהאט א קאמפלעקס ווען משמועסט דא מיט אלע סארט אידן. שוין וואס קען מען טוען.... עניוועי זאלן די אנדערע אידן כאפן די רמז און שוין... געגאנגען ווייטער! נוצט די סייט פארוואס מלאזט יא און זייט דאנקבאר פאר דעם!!

זאלן זיי אפען און גראב אזוי זאגן איינמאל פאר אלעמאל, וועליך נישט האבן קיין טענות, דאס איז די אמת, איז פארוואס זאגן זיי דאס נישט?...

גיבא א קוק אין על הצדיקים פארום, גדולים וקדושים מלאכי מעלה ווערן גערופען מיט'ן בלויזען נאמען, צ.ב.ש. רבי יעקב יצחק הלוי הורוויץ זצ"ל החוזה מלובלין, אלע אויסער איינער, מרן מהר"י ט"ב...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”