מיט א גיטען אפעטיט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

Anonymous

מיט א גיטען אפעטיט

תגובהדורך Anonymous » פרייטאג מארטש 23, 2007 2:06 pm

א סערוועי פין די קינאו נייעס אגענטורהאט געוויזן אז 99.99 מענטשן גייען עסן די וואך שבת אין די קאך

איך בין נישט אין די מוט יעצט צי צילייגען פינקטליך ווי אזוי אזא שבת גייט צי, בפרט ווען דריי פערטעל הויז איז שוין פסח'דיג געמאכט
אבער אזויפיל וועל איך יא טיען. אנווינטשען פאר אלע קרעטשמע מיטגלידער 'א פרייליכען שבת' 'א ליסטיגען שבת' 'עסט די שבת סעודות מיט א גיטן אפעטיט'

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מארטש 23, 2007 2:08 pm

א דיינעם שאנק, ביידאוועי, איך פלאן סיי די וואך און סיי נעקסטע וואך, צו עסן אין דיינונג רום, און יא, איך מאך אליינס דעם סדר ביי מיר אינדערהיים, אויך אין דיינונג רום.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מוצ"ש מארטש 24, 2007 11:48 pm

שמערל; א גרויסן דאנק פאר די ברכה, זעהט אויס אז דאס איז געווען די סיבה פאר די רואיגע שבת.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג מארטש 25, 2007 12:27 am

און כ'מוז זיך מצטרף זיין לדברי ידידי יאנאש, ס'איז אדורך רואיג.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מארטש 25, 2007 12:47 am

אדורך רואיג?
יוי די קינדער! האט זי געשריגן אלע וויילע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » זונטאג מארטש 25, 2007 10:09 am

גאנץ בחסד אדוירעך, די עיקר סיבה, ווייל ס'איז געווען א "טשענדזש" אזאך וואס מיינע קינדער לאטווען.

די וואך - פ' צו שבה"ג - גייט מען עסן אין גראדזש, איך האלט אינמיטן אויספרעגן מיינע מייזלעך צו ס'איז א גוטער מקום..

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג מארטש 25, 2007 3:50 pm

ביי אונז האט מען שוין געגעסן די לעצט צוויי שבתים אין קאך, און מען שמועסט שוין פון עסן היי-וואך (נישט אזוי, קרעמער?) און די קליינע האלל, לעבן די גאס טיר.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג מארטש 25, 2007 4:18 pm

ביי מיר איז אויך אזוי געווען אין פלאן. לבסוף האמיר זיך בארעכנט אז מ'פארקויף מיר די גאנצע חמצ'דיגע קיך. אלזא העלמיר דעם שבת מערצעשעם אויך עסן אין קאך.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג מארטש 25, 2007 4:32 pm

יאך האב געגסן דעם שבת ביים שוויגער, לקיים מה שנאמר "על" מצות "ומרורים יאכליהו"...
הגם ס'איז טאקע געווען אין קיך, אבער פארט האט זי די שווערע ארבייט, נישט איך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 25, 2007 4:40 pm

ביי מיר עסט מען ב"ה חמץ אויפן דיינונג רום טיש ביז בדיקת חמץ טאג, ולא עד בכלל (ביום בדיקת חמץ עסט מען פארעווע נאכטמאל - כלומר נישט חמץ און נישט מצה)

פירשט
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 13, 2007 3:12 pm

תגובהדורך פירשט » זונטאג מארטש 25, 2007 11:01 pm

קרעמער:
דו וואונסטעך אין ווילי , דו האסט בכלל א קיך?

Chairlift
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 02, 2007 11:36 am
לאקאציע: ציווישען הימעל און ערד

תגובהדורך Chairlift » דינסטאג מארטש 27, 2007 5:23 pm

איך האב געמאכט אזא דיל מיטן שוויגער, זי קימט צי מיר עסן דעם גרויסן שבת, און בשכר זאת לאזט זי מיך אריין צי זיך אויף גאנץ יום טוב,

פארשטייט זיך ס'כאפן זיך מיט א שוואגער דא אין דארט באט נעווער מיינד.

וואס זאגט עטץ צים דיל הא?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג מארטש 27, 2007 5:56 pm

גרעיט מיינדס טינק עלייק.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט