איך שטיי אזוי אינעם ספרים סטאר אריינקוקנדיג אינעם ספר האב איך אים באמערקט. ווייל די טיר האט זיך געעפנט און זיין קינדישן קול האט מיך געכאפט. איך געב מיך אזא דריי אויס און איך האב אלץ געוואוסט אז איך האב א נאטור צו קענען כאפן יענעמ'ס פאטענציאל דשאסט מיט איין בליק, צו קענען פאראויס זעהן זאכן וואס ווערן נישט געזעהן פון אויבן אויף. אבער וואס איז דא אנדערש? וואס האט ער מיך אזוי באנומען? וואס בכלל האט מיך דא אזוי באנומען?
אזוי ווי דער שטייגער ביי אזאנע פעלער מאך איך מיך נישט צופיל צו טון, און איך פרוביר צו גיין ווייטער. אבער דא האבן זיך זאכן אויסגעשפיהלט אינגאנצן אנדערש ווי איך האב מיך פון פאראויס פארגעשטעלט. זעהט אויס אז דער קינד האט ביי מיר געכאפט גאר א טיפער נקודה וואס איך האב אליין נישט געקענט דערטאפן וואס דאס איז. מיין הארץ האט מיר געזאגט אז דאס מאל איז יא עפעס אויסגעווענליך. דא שפיהלט זיך אפ זאכן וואס קומען געווענליך נישט פאר.
פארזיקענדיג אין מיינע געדאנקען האב איך געקלערט צו מיר "פארוואס מוז איך אייביג בלייבן סטאק ביי אזאנע מיסטישע זאכן, פארוואס קען איך נישט דשאסט גיין ווייטער און שוין, וואסערע נקודה האב איך שוין געזעהן, ווייטער א דמיון?"
די איידיע פון דעם קינד איז מיר אזוי אריין אין קאפ, אז איך האב זיך שוין סייווי נישט געקענט קאנצענטרירן ווייטער אין די שורות פונעם ספר, עלעך צוריקקומען אן אנדערעס מאל. און האב איך באשלאסן זיך צו נעמען גיין. עפנדיג דעם טיר פונעם געשעפט, און די הייסע זומער לופט איז מיר אנטקעגן געקומען, מיט אלע וויליאמסבורגע ריחות פון אלע געשעפטן ארום ארום.
אינטערעסאנט האב איך געטראכט צו מיר, יעדער אין די וועלט לויפט שנעל צו זייער אייגענעם דעסטינאציע, און מ'האט ניטאמאל קיין צייט זיך צו געבן א שטעל אפ און באמערקן אינטערעסאנטע באדייטענדע זאכן וואס קומען פאר דשאסט פאר'ן נאז. איז דאס נישט אינטערעסאנט?
און אט דערזעה איך א ווען וואס פלאגט זיך אריינצופארקן צווישן די צוויי קארן. דער האט שוין פרובירט אזויפיל מאל, אבער עס קוקט מיר אויס אז ס'וועט אים נאך נעמען אסאך מיה ווילאנג ער וועט עס באווייזן. איך גיי אים אזוי אדורך, און א בליק צום פענסטער זעה איך א יונגערמאן, קוקט אויס ווי יעצט חתונה געהאט, "ווייטער די פלאג פון די וועלט קומט מיר ארויף" נעבעך דער יונגערמאן, שוין זעהט ער וואס ס'מיינט ארבעטן שווער.
שבת אינדערפרי האב איך באשלאסן צו גיין דאווענען אין עפעס א דיפרענט ביהמ"ד. איך האב ליב צו טרעפן נייע מענטשן, זעהן נייע זאכן, נישט אלעמאל זעהן די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל. ווי נאר איך שלעפ דעם טיר פונעם ביהמ"ד, וואס אגב האט מען דאס גוט געדארפט שלעפן אז ס'זאל זיך עפענען, און ריחות פון קוגל קומען ארייינצוקריכן אין מיין נאז. אין די זייט זעה איך אן אראפגעפאלענעם שאל.
עכ"פ, איך האב גראד געכאפט דעם גאנצן אויסשטעל פונעם בעסמעדרעש. איך האב אפילו געגעבן אזא שנעלן בליק אויפן כסא מלוכה פונעם רב, און אויך אויף די פרוכת. איך האב געשמעקט וואסערע מינע מענטשן עס דאווענען דא. איך האב גראד געשפירט אז דא האב איך געוואלט אביסל אויסשפיאנירן דעם פלאץ. אריינעמען נייע איידיעס שלא היו ידוע לי מקדם. די האנטוכער זיך אפצואווישן נעבן סינק איז געווען אזא לאנגע ראולי קאוסטער, ווי ביי אסאך היימישע חסידישע פלעצער ווי מ'איז נאכנישט מקפיד דוקא ס'זאל זיך הערן דאס שלעפ פון איינגעהאנקערטע ברוינע פאפיר.
עכ"פ, איך האב גראד געכאפט געכאפט ווי די מקווה איז, ווייל איך האב געזעהן אזא הויכע הענטל אויף א טיר וואס אונטן ביים עק איז ער איינגעבויגן. א שלעפ דעם טיר, איך האב געזעהן דעם גאנצן איידיע פון די מקווה. אלעס מיט איינמאל.
יעצט שטיי איך מיט'ן סידור און איך זאג אזוי שטאטלעך פון פארנט. ווען נישט מער און נישט ווייניגער, דער זעלבער קינד וואס איך האב געזעהן אין ספרים סטאר, אודך, נאכאמאל. און וואס קלערט איר טייערע לייענער, יא, איך האב נאכאמאל באמערקט דעם זעלבן טיפקייט. ווי איינער זאגט: ביטע, פון דיין זייטן אויג האלט קאפ אויף דעם קינד, ווייל ס'גייט דיר זיין אינטערעסאנט. אז דו זאגסט, לאמיר זעהן.
און יא, איך בין נישט געווארן אנטוישט. דעס קינד האט נישט געהאלטן ביים דאווענען. (דער הייליגער באשעפער זאל העלפן נאר אין דמיון זאל אזאנס פארקומען) איך האב געזעהן ווי זיין טאטע שלעפט אים אזוי דאס ארבעל, אבער הוא בשלו, ער האט יעצט ליב צו קלאצן, צו חלומ'ן, צו טראכטן, בקיצור דער סידור איז אים נישט געווען אינטערעסאנט.
וואס קען איך צופיל טון? איך זעה אזוי סך, אבער איך קען נישט צופיל טון. איך האב פרובירט צו בעטן פאר אים, פרובירט צו בעטן פאר אלע יודישע קינדער "הייליגער באשעפער העלף אז ס'זאל זיך שוין אויפהערן פראבלעמען ביי כלל ישראל"
מ'האלט ביים ליינען, מיין הארץ האט מיר געזאגט: נשמה, געדעך א כאפ ארויס פאר א סקונדע, גיי ארויס אינדרויסן אין האל, און געב א קוק מיט וועם דער יונגעל חבר'ט זיך. אדער סתם אזוי געב א קוק וואס ער טוט אינדרויסן. שוין אז דו זאגסט עמער פאלגן.
איך קום אזוי ארויס אינדרויסן אין האל, איך זעה דאס קינד שפאצירט זיך אזוי אהער און אהין, אהער און אהין. און איך טראכט צו מיר: א קינד פון אזא עלטער זאל שפאצירן אזוי אהער און אהין, פארזינקען אין זיינע מחשבות? ס'מאכט דאך נישט קיין סענס. פארשטייט זיך אז איך האב אזוי פשוט נאר געוואלט גיין פון איין עק צום אנדערן אבער מיט מיין זייטן בליק באמערק איך ווי דער קוקט מיך אן ווי כאילו ער ווייסט אויך אז איך ווייס פון אים.
ווי כאילו ער שפירט אויך אז דייקא פון מיך וועט קומען זיין ישועה. אבער איך האב גארנישט געקענט טון. איך האב ווי מ'זאגט געווארט איך יפול הדבר. לאז די זאך זיך אליין אויסקאכן ווי מ'זאגט.
איך האב מיך געמאכט כאילו גארנישט. איך בין מיך ווייטער געגאנגען מיין וועג. איך האב אוועקגעלייגט די יעצטיגע פאסירונג אין די פייל וואס איז געלעבלט: פאסירונגען וואס גייען לכאורה קיינמאל נישט ווערן געלעזט.
גייט אדורך א שטיק צייט, איך האב געדארפט ארלעדיגן עפעס אין א ווייטער געגענט ווי איך גיי געווענליך נישט. עס איז געווארן שפעט, און איך האב נאכנישט געהאט געדאווענט מנחה. און איך האב מיך געפריידט, ווייל איך האב זייער ליב צו דאווענען אין בתי מדרשים ווי איך האב נאך קיינמאל נישט געדאווענט.
איך האב ליב צו באטראכטן די געבוי פון דרויסן, די סטעפס, יעדע דיטאל, די בענק, די שמעק, אפילו די קלינינג גוי איז אויך א נייעס. יעדע בית מדרש זיין קלינינג גוי. איך קום אזוי אריין, מנחה מנחה, האסט שוין געדאווענט מנחה? ניין, איך האב נאכנישט געדאווענט, ענטפער איך אזוי שעמענדיג. זעהט אויס אז איך ווייס ווען צו ווייזן אז איך שעם מיך. אדער אפשר שעם איך מיך טאקע.
עכ"פ, איך שטעל מיך אזוי אוועק ביי איינע פון די טישן, איינער דארט מיין "דאפלטער" באטראכט מיך פון קאפ ביז פיס, אבער פארשטייט זיך נאר אזוי פון זייטן אויג. ער וויל אויך - זעהט אויס - קענען נייע מענטשן. יעצט האלט ער ביי מיין בארד. נאכ'ן ארייננעמען אלע דיטאלן, זעה איך ווי ער וויל כאילו נעמען א ספר פון די עק וואס איז אקעגן איבער מיר. איך ווייס, איך טו עס אויך.
עכ"פ, איך שפאציר אזוי ארום דאס ביהמ"ד, אויפגעגעסענע פאום קאפס, אנגעשריבענע צעטליך, אלעס אזוי ווי ביי חסידישע יודן. און די זייט מערק איך איז דא א טיר. זעהט אויס אז דארט איז דא נאך א שטוב. מוז איך דאך אלעס זעהן. איך עפן אזוי איידלערהייט אויף דעם טיר. ביי די עק זעה איך דעם יונגעל לערנט מיט א יונגערמאן. און איך הער ווי ער זאגט: ס'גייט עניוועי נישט. איך האב שוין אזויפיל געטרייט, ס'גייט נישט. ס'גייט נישט. ס'לוינט זיך נישט. ס'לוינט זיך עניוועי נישט.
ווי נאר דער יונגעל האט מיך באמערקט, האט ער זיך אפגעשטעלט קוקן אויף מיר. איך האב מיך געמאכט כאילו איך ווייס פון גארנישט. און איך הער ווי דער יונגערמאן פרעגט דעם יונגעל "דו קענסט דעם יונגערמאן". זאגט דער יונגעל, ניין איך קען אים נישט, אבער איך שפיר אז ער קען מיך העלפן ב"ה.