מיין דזשיהאד קאמף קעגן דעם "גריסן" אשכול

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

מיין דזשיהאד קאמף קעגן דעם "גריסן" אשכול

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 4:57 am

[align=center]נאכ'ן ליינען די בדחנות אין דעם גריסן אשכול, האב איך באשלאסן ארויסצוגיין אין א דזשיהאד קאמף. ליינט מיינע ווערטער און זאגט אויב כ'בין נישט גערעכט.[/align]

איך גיי אריין אין א שרעקליכן כעס. וואס איז דאס גאנצע גריסן משוגעת? פון וועמען טרייבט מען דא שפאס? זענט איר חלילה נישט ביים דעת?

אוי וויפיל טיפשות מען טוט דא ארויסשיסן, לאמיר שוין אלעמאל דעם אשכול פארשליסן, א סוף און אן ענדע צו די לעכערליכע גריסן.

מילא ווען ס'וואלט געווען דברים של טעם, ווען יעדער זאץ וואלט געשטימט מיט א גראם, און ס'וואלט געפארן א באן, אפילו נאר אויף יוצא צו זיין.

וואלט איך קאפיטולירט, נישט אזויפיל פארפירט, און אוודאי נישט גערעדט ווי איינעם וואס איז פון זינען גערירט.

אבער פארט איז נישט יעדער אזוי געראטן ווי מאשקע און איכער, און די נארישע תגובות ווערן מער און מער, ממש נישט פעיר.

די זינלאזע מעלדונגען טוען גרילצן און שטעכן, עס ברענגט יעדן נארמאלער מענטש צו זיפצן און ברעכן.

ליינענדיג די סטופיד תגובות, האט מיר געכאפט דאס קדחת, און פון מיין מויל אויף צו להכעיס, האט אנגעפאנגען צו גיין ברכות, ווי למשל קוש אין... טיש, ברעך אויס די פיש, באלאנגסט אין חוש, יעצט ממיש, און נאך אנדערע rubbish, פון אן ענליכן געמיש, זייער בעיביש.

אקעי אקעי, נעמט עס נישט אזוי ערנסט ווי איך מיין, פארגייט נאכנישט אין קיין געוויין, כ'האב נאר געוואלט ארויסרוקן אפאר ווערטער צווישן מיינע ציין, און כ'האב זיך גענומען צו שרייבן אין דער וועלט אריין, עין תחת עין, שן תחת שן.

איך האב פרובירט מיין מזל, און געעפנט דאס מויל, נישט געוואוסט אז כ'באגיי אזא גרייזל, און ס'וועט זיין אזא גרויל.

איך האב געהאט חלומות, אזעלכע פינסטערע דמיונות, אז אין גראמען האב איך אויך גאונות, צום סוף האבעך געמאכט אלעמען ביזוי בזיונות.

כ'האב געוואלט ווייזן אז איך קען אויך, אבער דערווייל בין איך געבליבן מיט דער סחורה אין בויך, פונקט ווי א קניידל אין א טעלער יויך.

כ'וואלט פונקט אזוי געקענט שרייבן קאמפלימענטן, און דערנאך זיך לאזן באצאלן דערפאר מיט פראצענטן, פון צופרידענע קליענטן, נישט ח"ו קיין שעדליכע עלעמענטן.

אבער וואס זאל איך טאן אז ס'קיצלט מיר ביים נאז, כ'האב געטרונקען פונעם booze, געשאשקעט מער ווי איין גלאז, היפלש איבער די מאס, כ'ווייס נישט פארוואס, אבער כ'טאר שוין נישט דרייוון א קאר אדער אויטאבוס.

יעצט קען איך נישט מאכן קיין גראם א נארמאלן, אן פארפארן מיילן, און זיך אויסהאקן די ציין און צוביילן, ממש אז מען זאל דארפן הצלה צואיילן, מיט שרייעדיגע סירענעס שאלן.

יא, דאס זענען די פירות פון קנאה. ס'איז אריין אין מיר די מדה מגונה, און איך האב געוואלט ווייזן אז צו גראמען האבעך אויך אביסל בינה, דערווייל האב איך געמאכט א גאנצע סצענע, זיך צונאר געלייגט אויף דער ארענע, און דעמאנסטרירט אז מיינע גראמען טאלאנטן זענען דינע. אלזא האט נישט אויף מיר אזויפיל שנאה, איך זאג אייך צו אז מיט אביסל אמונה, וועט זיין וילמדו תועים בינה

כ'וועל שוין סטאפן, דעם אטעם זיך כאפן, אשמנו זיך קלאפן, און מיין שמוציג מויל מיט בליטש אויסמאפן, איר קענט מיין חרטה אין די לופט טאפן.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 9:31 am

איך וועל אייך זאגן דעם אמת, איך בין שוין פונעם 56 זייטנ'דיגע אשכול אויך נמעס.

איך גיי שוין געווענליך אפילו נישט אין דעם 1113 תגובות'דיגע אשכול אריין, און עס פארט ווייטער געהעריג די באן.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 9:47 am

איך האב אזא "פאביע", איך האב מיך געשעמט דערמיט ביז יעצט, אבער אז מען האט דאס ארויפגעברענגט מוז איך זאגן, איך גיי נישט אריין צו קיין לאנג פארצויגענע אשכולות, מיין מחשבה זאגט מיר אז אזאלכע ערליי אשכולות זענען נישט "צו" אינטערסאנט. (איי די סברה זאגט להיפך? -דאס איז די אפטייטש פון די ווארט "פאביע"!)
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 9:55 am

דיזער; האסט אראפגעלייגט א שיין שטיקל ארבעט. דיין גראמען טאלאנט איז גארנישט אזא 'דינע'.
אבער לעצם ענין: די גריסן אשכול איז געמאכט פאר "פאן". ווער ס'וויל נישט האבן קיין פאן, אדער האט נישט קיין צייט צו האבן פאן, איז נישט מחויב אריינצוגיין.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 10:47 am

דיזע דער נייער גאסט, שרייבט ווי ס'פאסט. צו די אלטע תושבים ער טוהט זיך צושטעלן, איבער די אלע אשכולות וואס טוען אים נישט געפעלן. אבער איין זאך ער טוט נישט וויסן, אז איבער די סארט אשכולות ווי גריסן, האט זיך שוין טישן און בענק דא איבערגעקערט, אזש מען האט דעם וויי געשריי נישט צוגעהערט, און ווי שוין בימים ההם געשריבן, איז אלעס ביים אלטען געבליבן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 11:26 am

דיזע, מייסטערהאפטיג, הערליך,
כ'האב קיינמאל נישט געוויסט וואספארא טאלאנטען די האסט,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 12:07 pm

זייער שיינע גראמען, די טאפיק איז איי איי איי, איי מין האו קערס וואס דארט טוט זיך אפ, מען צווינגט קיינעם נישט אריינצוגיין אהין, נישט אזוי?

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 12:14 pm

דיזע געוואלדיג, דיינע גראמען זענען זייער גוט..זאג אויס דעם אמת פון ווי האסטו דיך אויסגעלערנט אזוי גיט צו גראמען, אויב נישט פון די גריסן אשכול? הא?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 12:22 pm

א אידעלע האט געשריבן:זאג אויס דעם אמת פון ווי האסטו דיך אויסגעלערנט אזוי גיט צו גראמען, אויב נישט פון די גריסן אשכול? הא?

גאנץ א גוטע פוינט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 12:29 pm

ס'קומט מיר זיך צו וויינען, ווען איך האב די אויבערשטע ווערטער געטוהן ליינען.
אן אשכול וואס איך האב געעפענט ווען איך האב געהאט צייט, און ווען איך האב געזען אז ס'ציט אן שטארק האב איך הנאה געהאט.
איך ווייס נישט פארוואס דו האסט זיך פונקט געשטעלט אויף די נקודה, גריסן איז פאקטיש אן אידישע מדה.
איך רעד שוין נישט פון דעם אז עוורי באדי ליווס יא עלאון, דא קומט אריין נאר ווער ס'וויל האבן די מין פאון.
איך כאפ נישט פונקטליך פארוואס פון דעם האסטו באקומען די בלאאז, ווער האט דיך געבעטן דא אריין צו שטיפן די נאז.
דא טוהט יעדער כרצון איש ואיש, און אריין קומען דא מוז מען נישט.
און אויב דו האסט געוואלט דיינע גראמען טאלאנטן ארויס געבן, איז מיין קשיא האסטו דאס טאקע אויף קיין אנדערע אופן נישט געקענט דערלעבן?
א ברעיק פאר מי פליז גיוו, האסט דאך דאס זעלבע געקענט טוהן מיט אן אנדערן אשכול און פאזיטיוו.
פארוואס האסטו די נעגעטיווע וועג אויס געקליבן, איז שרייבן פון עפעס אנדערש שוין גארנישט געבליבן?
דיזער דיזער צו דיר טוהען זיך מיינע ווערטער ווענדן, פארוואס האסטו נישט פראבירט דיין נעגעטיווקייט צו פארלענדן.
דיינע מעלות טוהן דאך דיינע חסרונות איבער וועגן, דאס קען מען דאך יעדן פרעגן.
וואס און אויף וואס צו שרייבן איז נישט דא קיין חסרון, והא ראי' ביז היינט ביסטו אויף אן אנדערן וועג געפארן.
ממילא נעם דיך אונטער מיין ליבער פריינט, אנשטאט נעמען אן אשכול און אים מאכן צו שאנד, הייב שוין אן פון היינט, א נייעם אשכול פעיסט אן אויף די קרעטשמע וואנט, און נאר מיט מעלות זאל עס זיין באקאנט, אז דו קענסט אויב דו ווילסט איז ביי מיר קראנט.

ווער שרייבט דאס ווער, אויב נישט איך הער.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 12:32 pm

דברי אמת היוצאים מן הלב.
דיזער; איכער האט רעכט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 1:57 pm

אז איכער האט רעכט איז נישט קיין נייעס, דאס וואס ער זאגט פון אייביך איך שריי עס.

אז ס'שמעקט דיר נישט קיין טעמע אדער נושא, מאך נישט קיין טאראראם קיין גרויסע.

טעמעס זענען דא ביזן ברעג, אז ליינען נעמט נישט קיין עק.

איז צו וואס וויינען און יאמערן אן א ציל, שרייב און ליין נאר וואס די הארץ עס וויל.

איך בין נישט קיין גרויסער גראמער, אבער אזוי לאזן קריטיק האקן ווי א האמער.

בפרט נאך אויף מיין נאנטער ידיד יאכער, וואס ווי א טאג זעה איך זיינע מעלות מער און מער.

קען איך נישט צולאזן אזוי שמיר נישט דיר, ממילא האביך די פאר שורות אנגעראכטן מיט א שיר.

זאל שוין זיין גוט פאר גאנץ כלל ישראל, .......

ווער עס וויל קען ממשיך זיין.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 1:59 pm

און דער קרוין זאל צוריקגעקערט ווערן אזוי ווי אמאל.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 2:05 pm

סאכדעס די גראמען איז זייער גוט, מאשקע זייער גוט צוגעענדיגט..

נאך אביסל וועט מען קענען טוישען די נאמען פונ'ם אשכול, פאר גראמען אשכול...
לעצט פאראכטן דורך א אידעלע אום דאנארשטאג מארטש 15, 2007 2:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 2:06 pm

און נאך אזאך וואס צולייגן איך וויל, כאף אז עס וועט בלייבן שטיל.

כאב נישט געוואוסט אז די דזשיהאדן למיניהן, טוען אזוי שיין קענען גראמען.

און ברענגן ארויס מיט אזא שמייכל, זייער גאנצע האב און גוטס און שכל.

אדער קען דאס נאר אין א קרעטשמע פאסירן, ווייל קיינער מיינט נישט באמת צו פארפירן.

עס איז נאר א וועג וויאזוי זיך צו עקספרעסן, אז דער עולם זאל האבן צו עסן און צו פרעסן.

איצט וויל איך שוין קיינעם נישט לעזן ענדיגן, העל איך אליין מיינע ווערטער שליסן.

אפילו די גראם טוט נישט שטימען, אבער פאר אן עין הרע איז עס גוט געקומען.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 2:07 pm

דיינע גראמען שטימען א מחי', איך קען שוין קוים ווארטן אויף א נייע.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 2:16 pm

איצט וויל איך שוין קיינעם נישט לעזן ענדיגן (שמועסן), העל איך אליין מיינע ווערטער שליסן.( און דאס איז מיין מיינוג לגבי דעם אשכול פון גריסן.)

סאכדעס, איך העלף דיר נאר ארויס.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 10:27 pm

לויט מיין פארשטאנד, האט דיזער נישט ממש געטאן באנג,
אויף דעם אשכול פון גריסן, וואס ער וויל אפשליסן,
ער האט ענדערש געוואלט, זיינע טאלאנטן נישט לאזן אפגעפוילט,
דאס ערצייגן פאר יעדן איינעם, ווי גוט די גראמען פאך ליגט ביי אים'ן,

איך קען נישט מיינע ווערטער, פארשטארקן מיט ראיות פון געוויסע ערטער,
אבער אזוי טוט מיין געוויסן קלערן, אז דיזער האט נאר דאס געוואלט לאזן הערן,
איך דערשמעק פון דא און דארט, ערגעץ צווישן דעם און דעם ווארט,
אז זיין כוונה איז נישט א נעגאטיווע, נאר אדרבה פול מיט ליבע,

ער האט זיך אפילו געטון אפלערנען, פון יענעם אשכול וואס טוט אים אזוי דערצערענען,
און גראמען זיך גענומען, אויף אן אופן ווי ער איז אראפ פון זינען,
טאקע דערפאר וואס ער קען עס אויך, האט ער עס געמוזט ארויסגעבן פון זיין בויך,
יעצט איך הער זיי נישט בייז, נישט דיך מיינט ער איך זאג דיר איך ווייס!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מארטש 16, 2007 12:51 am

האב נישט קיין מורא, ווען איך האב געשריבן טרערן האב איך נישט געמיינט די אמת'ע סחורה.

איך האב גראדע ביים אינטערשרייבן געוואלט צולייגן,

ווער שרייבט דאס ווער, אויב נישט איך הער, וואס האט נישט געלאזט דערנאך קיין אמת'ע טרער.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט