יאנאש

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

יאנאש

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג מארטש 02, 2007 2:05 pm

יצמח: וואס יאנאש? האסט נישט געטראפן קיין בעסערער קעפל?

סאכדעס: כ'מיין וואס שרייעסטו? כאב דיר דען עפעס געטוהן? וואס איז שלעכט מיט יאנאש?

יצמח: אוקיי נו נוץ יאנאש פאר א קעפל. אלזא?

סאכדעס: אהה איצט פרעגסטו ווי א מענטש.

יצמח: וואס??? ווי א מענטש??? וואס איז דאס???

סאכדעס: אההה דאס וויליך דיר פארציילן. יא יאנאש איז א מענטש.

יצמח: אההה דאס איז דאך ממש א קול מבשר אינטערויו...

סאכדעס: נעע, ס'האט גארנישט מיט קול מבשר. כ'רעדט דא פון די קרעטשמע. יא דער יאנאש וואס האט גערעדט אויף קול מבשר, האט גענומען מענלי זיינע געדאנקן פון אונז דא, און ניטאמאל האט ער זיך באדאנקט.

יצמח: נו וואס האסטו געוואלט? אז ער זאל זיך עפענען א ניק און זיך באדאנקן?

סאכדעס: יא, יאנאש זאגט אז ער זאל זיימוחל זיין נישט נאר ליינען, נאר אויך עפענען א ניק און שרייבן.

יצמח: איז אלזא צו וואס רופסטו דעם אשכול מיט'ן נאמען יאנאש?

סאכדעס: אהה הייסט אז דיין קשיא איז נאך בעיצומה???

יצמח: וואס דרייעסטו מיר ס'קאפ? זאג שוין וואס וויסטו פון יאנאש? זוכסט איהם? גיי אריין אין משה זוכמיר אשכול, עהה כ'מיין אין נו וויזוי הייסט עס נאר? אה יא, כ'זוך דיר נומער ??? וועא"מ.

סאכדעס: נע, כ'זוך איהם בכלל נישט, כ'מיין כאב זיין סעלפאון, זיין גוגל, אלעס.

יצמח: נו איז וואס וויסטע?

סאכדעס: קודם כל וויל איך נישט וויסטע. איך האב גארניקס מיט וויסטע, כ'העט ענדערש געקויפט עפל און נישט ווינדאוס.

יצמח: דו רעדסטו פון ווידאוס? דו ביסט נארמאל? יאנאש האט גארנישט מיט ווידיאוס.

סאכדעס: אוקיי לאמיר שוין לאזן דעם שמועס אויף אנאנדער מאל, לאמיר צוקומען צום פינטל.

יצמח: נו כ'ווארט דאך שוין באלד א האלבע שעה אויף דעם פינטל.

סאכדעס: כעל דיר שוין זאגן, זיי נישט אנגעצויגן.

יצמח: כ'בעט דיר זאג מיר נישט וואס צו טוהן. זאג מיר וואס וויסטע פון יאנאש'ן.

סאכדעס: אה פון יאנאש'ן וויסטע וויסן, יא יאנאש איז מיינעך יא א חסיד פון וויסטע.

יצמח: שוין ווידער, דו וויסט רעדן דא פון וויסטע? גיי אריין אין קאמפיוטער און טעכנאלעגיע.

סאכדעס: נעע, וואסעפעס? כ'וויל דיר עפעס זאגן איבער יאנאש'ן

יצמח: לשון הרע? אדער וואס?

סאכדעס: חאס ועשאלעם, נישט קיין לשון הרע, און אויך נישט קיין עדות שקר.

יצמח: נישט קיין לשון הרע, נישט קיין עדות שקר? איז וואס קען מען רעדן איבער יאנאש?

סאכדעס: אהה איצט פרעגסטו גוט. דאס וויל איך טאקען מגלה זיין דא קבל עולם ומלואה, דער ציבור דא ווייסט נישט וואס באהאלט זיך אונטער דאס מאנטל יאנאש.

יצמח: וואס היי...

סאכדעס: שווייג שטיל, לאמיר קודן אויסרעדן, דערויף וועסטו פרעגן שאלעס. דער יאנאש איז שוין גארנישט קיין פראסטער יאנאש. כ'רעדט שוין נישט פון זיינע טיפע ידיעות אין הלכה, כ'רעדט שוין נישט פון א דאווענען זיינע. כ'רעדט פון זיין גוט הארץ, פון זיין ליבליך שמייכל, פון זיין גוט ווארט פאר יעדן צוגלייך, פון זיין גרייטקייט צו העלפן אנאנדער איד בכל עת מצוא. זיינס גלייכן איז שווער צום געפונען, און כ'מאך גארנישט קיין לאצע. ער איז אוועקעגעגעבן צו דינען דעם ציבור, 24 שעות. אויב דארף מען הילף אין קרעטשמע, און מ'רופט אן יאנאש'ן, איז נישט דא אזא ענפער, כ'האב א מיטונג. ניין דאס האט נאך נישט פאסירט.

וויפיל מאל איז מיר שוין אויסגעקומען, אין חיי יום יום, כאב געברויכט א טובה'לע א קליינע צו א גרויסע. יאנאש איז דער נומבער.

אלזא ראבויסיי, מ'דארף אנהויבן רעספעקטירן דעם יאנאש. מ'דארף זיך פירן מיט'ן גאנצן כבוד צו עמען. זיין עבודה אין די קרעטשמע, איז נישט צום באצאלן מיט קיין געלט, אדער מיט סיי וואס פאר אנאנדערע זאך. איין זאך וואס יאך פארלאנג, הערצה, הערכה, זייט מעריך וואס ער טוהט.

יצמח: נו וואס זאגט יאנאש צו דעם?

סאכדעס: יאנאש, איי דו יצמח, דו הויבסט איהם נישט אן צו קענען, ווען ער זאגט ונפשי כעפר לכל תהי', איז אזוי פשוט ווי ביי דיר פתח לבי. יאנאש איז אזא גארנישט ביי זעך, אז כאף נאר אז ער גייט מיר נישט פארמעקן דאס אשכול מרוב ענוותנותו.

יצמח: שערקויעך סאכדעס. כאב באמת קיינמאל נישט געוואוסט דערפון.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

Re: יאנאש

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מארטש 02, 2007 2:16 pm

סאכדעס האט געשריבן:יאנאש איז דער נומבער.


און איך האב געמיינט אז יאנאש איז א מענטש.

עה, איך האב נישט געמיינט איך האב עס געוואוסט, סאכדעס א געוואלדיגע שיינע באשרייבונג, ווען האסטו דיך אבער געטראפן מיט יצמח'ן, ביים פארברענג?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג מארטש 02, 2007 2:41 pm

סאכדעס: נאט בעד. איך זעה אז דו האסט דיך פעסט דערשראקן פון זארעכ'ן און זיך גענומען שרייבן אין די ברייט און אין די ברייט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מארטש 02, 2007 3:23 pm

סאכדעס;

האסט מיר אנטוישט.

איך האב נישט געוואוסט ביסט אזוי גוט...

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג מארטש 04, 2007 10:24 am

סאכדעס;

נאדער א פראסק, ביסט שוין שיכור געווען פרייטיג? איי מין וואט דע העלל איז ראנג וויט יו, ווען עס איז ווען נישט אזוי לאנג (איי מין ווען איך האב ווען נישט ליב כבוד) וואלט איך עס ווען אויסגעמעקט, שוין אבער יאך וועל עס לאזן זאל דער עולם וויסן וואס א קוקו דער סאכדעס איז.

איך הער, מאשקע, קרעמער; ווען איך בין ווען א מענטש וואס זוכט כבוד וואלט איך געוועזן ברוגז אויף אייך, אנשטאט קומען און צולייגן א גוט ווארט פאר יאנאש'ן, רעדט מען גאר דברים של סאכדעס בכך? וואס איז דאס מיט אייך, נארוואסדען יאנאש איז אן עניו עניוועי (איינע פון די מעלות וואס סאכדעס האט אויסגעלאזט), סאו האט ער גראדע הנאה אז עטס פירט אוועק דעם שמועס.

נ.ב. נכתב באמצע קיום מצות משתה ושמחה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 04, 2007 11:25 am

באמצע? פונקט אינדערמיט? אדער מער צום אנהויב.

למאי נפקא מינה? צו וויסן וויפיל אזייגער יאנאש פירט זיך אנצוהייבן דעם סעודת היום.

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

תגובהדורך פענסטער » מאנטאג מארטש 05, 2007 11:33 am

יאנאש:

ערשטענס האט דאך סאכדעס ירום הודו יא געשריבען אז דו ביסט א מורא'דיגע ענוותן, גיי זיי מוחל ליין עס איבער, און צווייטענס האלט דיך נישט אזוי קליין דו האסט דיך נישט מיט וואס גרויס צו האלטן, איך מיין דו ווייסטאך דעם אמת אז אלעס וואס סאכדעס האט דא געשריבן איז פונקט קאפויער, נישט דיין שמייכעל נישט דיין עניוות און אזוי אויך אלע אנדערע זאכן, סאו...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג מארטש 06, 2007 10:56 am

קרעמער האט געשריבן:סאכדעס;

האסט מיר אנטוישט.

איך האב נישט געוואוסט ביסט אזוי גוט...


און איך בין אויך אנטוישט, כאב אויך נישט געוואוסט, און כ'ווייס נאך אלץ נישט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג מארטש 06, 2007 2:05 pm

סאכדעס האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:סאכדעס;

האסט מיר אנטוישט.

איך האב נישט געוואוסט ביסט אזוי גוט...


און איך בין אויך אנטוישט, כאב אויך נישט געוואוסט, און כ'ווייס נאך אלץ נישט.


ווי אזוי זאגט נאר יענער, און נאך א עניו אויך.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג מארטש 06, 2007 3:29 pm

איך_הער האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:סאכדעס;

האסט מיר אנטוישט.

איך האב נישט געוואוסט ביסט אזוי גוט...


און איך בין אויך אנטוישט, כאב אויך נישט געוואוסט, און כ'ווייס נאך אלץ נישט.


ווי אזוי זאגט נאר יענער, און נאך א עניו אויך.


יאכער, מיינסטו מיר אדער מיינסטע יאנאש'ן?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג מארטש 06, 2007 11:18 pm

אז איך בין מצטט סאכדעס'ן, מיין איך סאכדעס'ן, אז כעל מצטט זיין יאנאש'ן, וועל איך מיינען יאנאש'ן.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך מארטש 07, 2007 11:02 am

יאכער, און וועמען מיינסטו מיט דיין לעצטע תגובה? האסט דאך קיינעם נישט מצטט געווען.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך מארטש 07, 2007 12:34 pm

כל הקהל הקודש.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 9 געסט