דעם דאיענ'ס באזוך ביי מאשקע'ן און טאגליכט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

דעם דאיענ'ס באזוך ביי מאשקע'ן און טאגליכט

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג פאברואר 27, 2007 4:43 pm

סארי, פארגעסן צו באטאנען, דאס איז לכבוד מיין 3500 תגובה.


א גוטן פורים אלע חבירים פון די היימישע קרעטשמע והגלילות.

באמת אריין ווייסעך נאך נישט וויאזוי כ'גיי עס באשרייבן. אבער להיפטר בלא כלום אי אפשר.

ווער עס ווייסט ווייסט, אז דער דאיען מיט מאשקע'ן האבן פערזענליכע פארבינדונגען. מ'שטיינס געזאגט, דער דאיען האט די פריוואטע נומער פונ'ם קליינעם מאשקע'ן. און די זעלבע זאך איז הפוך על הפוך אזוי צו זאגן: דער קליינער מאשקע, האט די פריוואטע סעל נומער פונ'ם דאיען. די קשר האט זיך אנגעהויבן נאך אין די צייטן ווען מאשקע איז געוועזן א קליינער. ווער געדענקט דען נישט וויזוי דער דאיען האט זיך משעשע געווען מיט'ן קליינעם מאשקע'ן. ער האט איהם פארהערט די סדרה אלע וואך. איי איז געשמאק געווען דאס קנעפל אין בעקל דערנאך.

אקיצער, פון דארט און ווייטער איז פאלג מיר א גאנג, דער קליינער איז גאנץ געך געווארן א גרויססער מאשקע. ער האט גאר גוט אויפגעכאפט די מאשקע פאך, זיך צוגעשטעלט דארט אויבן ביין קאאנטער, און טיילט און טיילט משקה אנע שיעור. נו דער דאיען קומט דאך כסדר נאך א גלעזן, איז אלעמאל זעצט זיך מאשקע אנידער קייגן איבער, גייט איבער אלע שאלעס וואס האבן זיך אנגעזאמעלט אזוי מעשעכען צייט וואס דער דאיען איז נישט געווען צום באוואוסטזיין.

מ'קען דאך אבער נישט אזוי, שרייעט מאשקע אויפן קול. נעכטן נאכט איז געווען דא א צוזמענקום, און גארנישט דער דאיען האט גארנישט מגיב געווען, סיז געווען שאלעס יעדע מינוט. אקיצער, דער דאיען האט זיך בארעכנט, איינמאל פאר איינמאל, און אנידער. ער האט געגעבן דעם מאשקע'ן די פריוואטע סעלפאון נומער. נו א מאשקע אידאך נאר א מאשקע, אזוי ווי ער הערט נאר עפעס וועגן דעם דאיען, אפילו ער זאל נאר הערן סאכדעס'לען, תיכף איז ער דארט מיט א ווארט, צו א שאלע, צו א חידוש זיינער, צו סתם א גוט ווארט. אבער געווענדליך דויערט איהם ביז ער הערט עפעס צוריק.

אלזא האט ער זיך אויסגערעדט דאס ביטער הארץ פאר א תגובה זיינעם, און דאס איז אנגעקומען צום אויער פון דאיען. האט דער דאיען באשלאסן, גענוג איז אסאך, און דער דאיען האט אונטערגענומען א נסיעהל'ע. אלעקסיי האט איינגעשפאנט פערד און וואגן. און ויסע ויט ויבוא וילך, מיט קפיצת הדרך האט דער דאיען געמאכט די וועג פון מאנטריאל אין קנאפע פינף מינוט. און די פערד שטעלן זיך אפ טאקען פונקט ביי מאשקעלעס הייזל ביינעק דארף, הארט נעבן די קראטשמע.

דער דאיען בכבודו ובעצמו, מיט די כבוד און די ביינער, קלאפט אן ביי מאשקען. ווען איר זאלט נאר האבן א מושג אין וואס פאר א פראכטפולע דירה מאשקע וואוינט, העט איר ווען מער כבוד איהם געגעבן. אינדרויסן קוקט עס אויס טאקען אזוי מאשקע'נדיג, אזוי איינפאך און פראסט. איי איי איי וואו זאל איך אנהויבן צו פארציילן. ערשט קומט אן אין די קארידאר'ן וואס שלענגלן זיך לענגער ווי דער גלות, איין טיר אין די צווייטע. דערויף קומט מען שוין ענדליך אן אין דעם גרויסן אויפנאמ'ס צימער. די גאלד באציר'ן די ווענט, די גלאררייכע הענג לייכטער הענגן אן אויפהער. וואס שייך צו רעדן? די הערליכע טישלעך געמאכט פון מעהאגעני האלץ אימפארטעט גלייך פון איטאליע. די גאטרדזשזעס נידריגע טירלעך (וואס גייט אזוי זיגזעג) וואס באצויבערן יעדן צוקוקער. וואס מ'האמיר געמערקט באלד ביין אריינקומען, איז געווען דאס וואס מ'געפינט נישט אזוי ביי יעדן איינעם אין אויפנאמס צימער. א ספרים שאפע, יא אזוי ווי איר הערט. א געהעריגע שאפע מיט אלע צוגעהערן. א הערליכע שאס דערינען, און אויך א שולחן ערוך. עס קוקט אויס אז מ'איז ביין דאיען אינדערהיים.

גאר מערקוועדיג איז געווען וויאזוי מאשקע, האט זיך באלד געזעצט אזוי זייטיג, כאילו ער איז בכלל נישט באלעבאס דא. און דער דאיען ווי פארשטענדליך האט זיך געזעצט אויבן אן ביין אוועל טיש אינמיטן צימער. דא מערקן מיר וויאזוי מאשקע האלט אינמיטן צושטעלן א מאסקע פאר זיך אויף פורים, אזוי מיט איין אויער. - דער דאיען האט איהם באלד געזאגט: דארפסט דיר קויפן ספעציעלע ברילן וואס האט נאר איין הענטל. - וואס איז א בחי' פון א גרינע מענטשלע. דאן האט דער דאיען פארפירט א טיפע שמועס מיט מאשקע'ן איבער די מספר פון צוואנציג טויזענט. איי האט זיך געווארפן דארט כתבי הארי אויף פורים און אויף פסח, און וואס נישט. ערגעץ אינמיטן איז אנגעקומען א דעפעשע פון שוועמל'ן אז ער האט אן איבריגע מאניטער. דער דאיען האט זיך צושריגן בזה"ל: אחשסכלאנטטזהי פלזך פלזך, לטמטה בלטאתט לזך לזך. און שוועמל האט זיך דערשראקן פונ'ם זעץ, ער האט געמיינט אז די דעפעשע אויף קריק וועט באונסן א_ווי דער טשעק וואס ער האט ערהאלטן פון זיין בעל חוב יענע וואך. דער דאיען האט יעמאלט אויפ'ן פלאץ געשיקט איבערבעטן שוועמל'ן, און לכבודו ארויסגענומען א פסחים גמרא פון שאפע. און אויפ'ן פלאץ מחדש געווען א חידוש אין די סוגיא פון רבי חנינא סגן הכהנים ערגעץ ביי דף יד עמוד ב. און דאס איהם באלד געשיקט מיט א ווארימע ברכה.

אויך האט מען שטארק אנגעמערקט אז איבעראל אין דעם הערליכן פאלאץ איז שוין פסח'דיג, עס איז נישט געווען צו באקומען אפילו א ברעקל חמץ. דאס צייגט אויף די זהירות פון די קרעטשמע מיטגלידער נישט אנצולייגן אויף די בני בית די לעצטע מינוט די שווערע ארבעט.

דערויף האט זיך דער דאיען געזעגנט פון מאשקען, און געוואונטשן ברכות לרוב. מאשקע האט נישט פארגעסן מיר צו בעטן אז כ'זאל עס באשרייבן אקוראט א_ווי ס'האט פאסירט, כ'זאל נישט צולייגן און נישט אראפנעמן. איז אזוי, צוגעלייגט האביך זיכער גארנישט, אבער אראפגענומען, קען איך נישט נעמן אחריות.

און אז דער דאיען איז שוין געווען אין דארף, איז ער צוגעגאנען צו טאגליכט אין אפיס, אהה דאס איז שוין א בחי' אחרת לגמרי. די גאנצע פאלאץ פון מאשקע'ן קען זיך פארשטעקן פאר די אויפנאמ'ס צימער פון טאגליכט. אין איין ווארט געזאגט: אן אויגן פארבלענדעניש. רייכקייט אזש מ'קען פליען פון איין עק צימער ביזן צווייטן מיט א פליגער באשטעלט ביי טאגליכ'טן. דארט האב איך שוין נישט געקענט מיטהאלטן, דער דאיען האט זיך געמורקעט מיט איהם אהער און אהין, א_ווי צוויי ל"ו צדיקים. כאב נאר געציטערט כ'זאל זיך נישט נעמען פליען אין די לופט אנע פליגער. לבסוף האט טאגליכט געגעבן א פדיון פאר'ן דאיען, און געשריבן א קוויטל. און דער דאיען איז ארויס אזוי בשתיקה. והדברים עתיקים.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 27, 2007 5:25 pm

דאס געפעלט מיר די מערסטע..
" און ויסע ויט ויבוא וילך, מיט קפיצת הדרך האט דער דאיען געמאכט די וועג פון מאנטריאל אין קנאפע פינף מינוט"

נאר א קשיא'לע אין דער זייט, מיט קפיצת הדרך נעמט עס 'פינף' מינוט? עס איז דאך למעלה מן הזמן ומן המקום? כלומר, וואס עפעס 'פינף' ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג פאברואר 27, 2007 5:30 pm

שוועמל האסט געקלערט אז מיין זייגער האט זיך פארלאשן?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 27, 2007 5:34 pm

חחחחחחחחחחחחחחחח
חחחחחחחחחחח
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג פאברואר 27, 2007 5:52 pm

סאכדעס;

א'מקען א'מקען, אוי איז דאס רייך באשריבן, טעקיו, איצט פארשטיי איך שוין וואס די פלאם פייער אין הימל וואס האט דערשראקן דעם עולם איז געווען.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

Re: דעם דאיענ'ס באזוך ביי מאשקע'ן און טאגליכט

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג פאברואר 27, 2007 8:57 pm

סאכדעס: זייער גוט און זאפטיג אראפגעלייגט.
נאר עטליכע קאמענטארן:

סאכדעס האט געשריבן:סארי, פארגעסן צו באטאנען, דאס איז לכבוד מיין 3500 תגובה.

ווען האסטו פארגעסן? און ווען האסטו דיך צוריק דערמאנט? ביידע זאכן האבן פאסירט גלייך אין אנפאנג?

סאכדעס האט געשריבן:ווער געדענקט דען נישט וויזוי דער דאיען האט זיך משעשע געווען מיט'ן קליינעם מאשקע'ן. ער האט איהם פארהערט די סדרה אלע וואך. איי איז געשמאק געווען דאס קנעפל אין בעקל דערנאך.

איך ווייס נישט ווער ס'געדענקט דען נישט, אבער איך געדענק דאך זיכער. כ'מיין, דאס פנים פלאמט מיר נאך פאר ווייטאג פון די קניפלעך...

סאכדעס האט געשריבן:אקיצער, פון דארט און ווייטער איז פאלג מיר א גאנג

אקעי. אז דער דאיען הייסט, וועל איך פאלגן.

סאכדעס האט געשריבן:ער האט גאר גוט אויפגעכאפט די מאשקע פאך, זיך צוגעשטעלט דארט אויבן ביין קאאנטער, און טיילט און טיילט משקה אנע שיעור.

אה, הייסט עס אז דו ביזט יא צופרידן פון מיין סערוויס? און דאס וואס דו האסט דיך אפגערעדט אמאל ביי די טיי פון שווייץ, און מיין אויבערהאר יאנאש האט מיך שיער געוואלט ארויסווארפן וועגן דיר, איז נאר געוווען א ווערטל?

סאכדעס האט געשריבן:און די פערד שטעלן זיך אפ טאקען פונקט ביי מאשקעלעס הייזל ביינעק דארף, הארט נעבן די קראטשמע.

פון וואנעט האבן די פערד(ן) געוואוסט אוואו מאשקע וואוינט? מסתמא דער שר החלומות האט זיי עס דערציילט...

סאכדעס האט געשריבן:ווען איר זאלט נאר האבן א מושג אין וואס פאר א פראכטפולע דירה מאשקע וואוינט, העט איר ווען מער כבוד איהם געגעבן.

נעה, ס'פעלט נישט אויס. איך ברויך עס נישט. איך דארף עס נישט. ס'איז איבריג.

סאכדעס האט געשריבן:די גלאררייכע הענג לייכטער הענגן אן אויפהער. וואס שייך צו רעדן?

לעמי טעל יו סאמטינג. די הענג-לייכטער האבן געקאסט 50 טאלער אויף סעיל (רעגולער פרייז 65 טאלער). אט דאס רופסטו גלארייכע?
און צווייטנס: וואס הייסט די לייכטער הענגען אן אויפהער? וואס האסטו געוואלט? אז ס'זאל הענגען פאר א האלבע שעה און נאכדעם זאל עס ח"ו אראפפאלן, אויפ'ן דאיען'ס קאפ ארויף?

סאכדעס האט געשריבן:וואס מ'האמיר געמערקט באלד ביין אריינקומען, איז געווען דאס וואס מ'געפינט נישט אזוי ביי יעדן איינעם אין אויפנאמס צימער. א ספרים שאפע, יא אזוי ווי איר הערט. א געהעריגע שאפע מיט אלע צוגעהערן. א הערליכע שאס דערינען, און אויך א שולחן ערוך. עס קוקט אויס אז מ'איז ביין דאיען אינדערהיים.

און וואס וואלסטו געטון אין מיין פלאץ, ווען דיין שווער מיירעט דיך איין מיט א ש"ס פון דא ביז'ן דאך און א שלחן ערוך נאך גרעסער פון דעם?

סאכדעס האט געשריבן:און אויפ'ן פלאץ מחדש געווען א חידוש אין די סוגיא פון רבי חנינא סגן הכהנים ערגעץ ביי דף יד עמוד ב.

אנטשולדיגט מיר, אבער דאס גאנצע שיעור האט אנגעהאלטן בערך 40 סעקונדעס, וואס איז ווייניגער פון א "תוך כדי חידוש".

סאכדעס האט געשריבן:אויך האט מען שטארק אנגעמערקט אז איבעראל אין דעם הערליכן פאלאץ איז שוין פסח'דיג, עס איז נישט געווען צו באקומען אפילו א ברעקל חמץ.

כאניש קיין אהנונג איבער וואס דו רעדסט. אויסער אויב דו מיינסט מרמז צו זיין דעם פאקט אז איך האב מיט גארנישט מכבד געווען דעם דאיען, וטעמי ונימוקי עמי, אז ווען דער דאיען וועט זיך אריינזעצן אינעם פיאקער צו פארן צוריק אהיים, זאל ער נישט דארפן האבן קיין הילף זיך אריינצושטופן...

סאכדעס האט געשריבן:מאשקע האט נישט פארגעסן מיר צו בעטן אז כ'זאל עס באשרייבן אקוראט א_ווי ס'האט פאסירט, כ'זאל נישט צולייגן און נישט אראפנעמן. איז אזוי, צוגעלייגט האביך זיכער גארנישט, אבער אראפגענומען, קען איך נישט נעמן אחריות.

יאפס. האסט געמאכט א גוטן דזשאב. זייער גוט אראפגעלייגט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 27, 2007 10:58 pm

זייער שיין באשריבן סאכדעס, בפרט מיט מאשקע'ס הגהות האט עס גאר אן אנדערע נאך-טעם.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג פאברואר 27, 2007 11:52 pm

סאכדעס, איך זעה אז זארעכ טויג, ער הייסט, און די פאלגסט ווי א מעקעלע, עניוועי ס'איז ריזיג.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך פאברואר 28, 2007 1:20 pm

יא, יא, סאכדעס, אז מ'קען קען מען... אפפסס... וואס זאג איך דא? כ'מיין צו זאגן: "אז מען וויל קען מען, אפי' מען איז נישט קיין שרייבער בנו של שרייבער ובן בנו של שרייבער". פון וואו ווייס איך דאס? פארוואס ערלויב איך זיך צו רעדן אזוי ברייט? איינס, פון מיין אייגענעם עקספיריענס! איך, ווי דו קוקסט מיר אן, בין אויך נישט קיין שרייבער בנו של שרייבער ובן בנו של שרייבער, און עם כל זה שרייב איך... צווייטס, פון דיין עקספיריענס... זעסט דאך אז אפי' דו ביסט נישט קיין שרייבער האסטו דא אפגעשריבן א זאפטיגס איינס אין דער וועלט...

נעם מיין ווארט סאכדעס, איך רעד פון מיין אייגענעם קרעטשמע עקספיריענס: שרייבן האט גארנישט מיט קיין טאלאנט, ס'האט מיט'ן רגילות, מ'דארף נישט מער ווי שרייבן און שרייבן און שרייבן. אודאי אנהויב איז דאס שווער, אבער ווי געזאגט קומט דאס מיטן רגילות. די וועלט זאגט "דער אפעטיט קומט מיטן עסן", און איך זאג דיר אז דאס זעלביגע איז ביים שרייבן "דער אפעטיט קומט מיטן שרייבן" שרייב נאר...

און אז איך רעד שוין צו דיר, לאמיר דיר פרעגן נאך אזאך. ביסט דאך א יוד א תלמוד חכם, כידוע, גדול שימושה יותר מלימודה, דו דרייסט זיך דאך אסאך אין די ד' אמות של הלכה פונעם דאייען, טא פארוואס לאזטו זיך נישט הערן אין ידיעות פורום כזקן ורגיל?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך פאברואר 28, 2007 1:43 pm

קודם א גרויסן יישר כוח פאר אלע וואס האבן זיך באדאנקט פאר מיר. און בראש ואחרון ידידי הרב זארעכפעפער, וואס ער בנוסף צו די אנדערע האט אריינגעגאסן עמער'ס מיט ווארימע חיזוק ווערטער אויף ווייטער.

דערויף צו דיין שאלע, העליך דיר זאגן, כ'מיין דו וויסט דען אז כ'זאל שרייבן אלע מיינע ידיעות, הזמן יכלו וכו', כ'מיין מ'רעדט דאך פון די ד' אמות, איא?
אלזא, כ'ווייס נישט פונקט וואס ארויסצוקלויבן, האביך זיך בארעכנט, אז כעל ענדערש לערנען נאך, ווי איידער פארלערנען.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך פאברואר 28, 2007 1:49 pm

תאחדעת,יעצט געליינט, געוואלדיג!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: דעם דאיענ'ס באזוך ביי מאשקע'ן און טאגליכט

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך פאברואר 28, 2007 1:51 pm

מאשקע האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:ער האט גאר גוט אויפגעכאפט די מאשקע פאך, זיך צוגעשטעלט דארט אויבן ביין קאאנטער, און טיילט און טיילט משקה אנע שיעור.

אה, הייסט עס אז דו ביזט יא צופרידן פון מיין סערוויס? און דאס וואס דו האסט דיך אפגערעדט אמאל ביי די טיי פון שווייץ, און מיין אויבערהאר יאנאש האט מיך שיער געוואלט ארויסווארפן וועגן דיר, איז נאר געוווען א ווערטל?


נישט קיין ווערטל, אבער ביידען זענען אמת.

מאשקע האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:די גלאררייכע הענג לייכטער הענגן אן אויפהער. וואס שייך צו רעדן?

לעמי טעל יו סאמטינג. די הענג-לייכטער האבן געקאסט 50 טאלער אויף סעיל (רעגולער פרייז 65 טאלער). אט דאס רופסטו גלארייכע?
און צווייטנס: וואס הייסט די לייכטער הענגען אן אויפהער? וואס האסטו געוואלט? אז ס'זאל הענגען פאר א האלבע שעה און נאכדעם זאל עס ח"ו אראפפאלן, אויפ'ן דאיען'ס קאפ ארויף?


דאס איז שוין א לאנגע מעשה. די פאקט איז אבער אמת איא?

מאשקע האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:און אויפ'ן פלאץ מחדש געווען א חידוש אין די סוגיא פון רבי חנינא סגן הכהנים ערגעץ ביי דף יד עמוד ב.

אנטשולדיגט מיר, אבער דאס גאנצע שיעור האט אנגעהאלטן בערך 40 סעקונדעס, וואס איז ווייניגער פון א "תוך כדי חידוש".


נו דאס אידאך דער חידוש פון אלע חידושים.

מאשקע האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:אויך האט מען שטארק אנגעמערקט אז איבעראל אין דעם הערליכן פאלאץ איז שוין פסח'דיג, עס איז נישט געווען צו באקומען אפילו א ברעקל חמץ.

כאניש קיין אהנונג איבער וואס דו רעדסט. אויסער אויב דו מיינסט מרמז צו זיין דעם פאקט אז איך האב מיט גארנישט מכבד געווען דעם דאיען, וטעמי ונימוקי עמי, אז ווען דער דאיען וועט זיך אריינזעצן אינעם פיאקער צו פארן צוריק אהיים, זאל ער נישט דארפן האבן קיין הילף זיך אריינצושטופן...


מאשקע א שוואכער תירוץ

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך פאברואר 28, 2007 2:10 pm

די תירוץ איז אפשר שוואך, אבער די פיאקער איז נאך שוואכער...
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט