מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

שוטה האט געשריבן:
אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:כ'וויל גיין מיטן זעלבען הוט (צו אן דעם הוט אדער שמאטע, קעפ וכו') ווי משיח! ווער וויל דען פילן ווי אן אינדרויסענדיגער ווען משיח קומט!

אך און וויי צו דיין משיח.

שוטה (אנטשולדיגט פארן דיך אנרופן מיט דעם טיטל ס'איז בלית ברירה), נעם נישט מיינע ווערטער אזוי ערנסט, גראדע פיל איך זיך זייער באקוועם מיט אלע מיני יודן הוטן אין טראגעס, די פראבלעם איז מער פאר די וואס נישט

א באקאנט ווערטל (וואס איז מער צום וויינען ווי לאכן) איז אז משיח קומט איין טאג אן, אריינקומענדיג אין ביהמ"ד רופט ער אויס הויך "איך בין משיח", קוקט אים דער עולם אן אין מ'זאגט אים ס'טייטשט ווי קענסטו זיין משיח גייטס דאך מיט אן אנדערען מין הוט? זאגט משיח אקעי, ער גייט אוועק טוט זיך אן דעם הוט אין קומט אין א צווייטן ביהמ"ד אין רופט נאכאמאל אויס הויך "איך בין משיח", קוקט אים דער עולם אן אין מ'זאגט אים ס'טייטשט ווי קענסטו זיין משיח דא גייט מען דאך מיט גאר אן אנדערען מין הוט, אין אזוי גייט ער פון איין שול צום צווייטן כסדר טוישנדיג זיך דעם הוט צו דעם קאפל וכו' אין כסדר ווערנדיג אנטוישט אז ס'קען נישט זיין ביזט משיח ווייל מ'גייט דאך אנדערשט אנגעטון... ביז משיח רופט זיך אן ווייסט איר וואס, קומטס ענק קודם דורך צווישן זיך וועגן די בגדים אין מנהגים, דערווייל גיי איך צוריק, אין ווען עטס זענטס פארטיג לאזטס מיך וויסן
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:

הערליך הערליך!!!!!!!!!!!
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

והוא פלאי האט געשריבן:שמעתי פון א איד וואס האט געהערט פון ראדימישלער רב, וואס האט געהערט פון גארליצער רב, אז דער צאנזער רב האט אים אנגעהויבן באכן "ברוך טוה תשובה מאהבה וועסטו זוכה זיין צו נשמת משיח" האט דער גארליצער רב גענטפערט "איך וויל קיין תשובה מיראה אויך נישט טוהן, איך וועל גיין איבער די שטיבליך אין לעמבערג, וועל איך אריינקומען אין בעלזער שטיבל און זאגן אידן איך בין משיח, וועט מען פרעגן ווער ביזטו, וועל איך ענטפערן צאנזער רב'ס זון, וועט מען איך איבערלייגען און שלאגן, איך וועל גיין ווייטער אין סאדגערער שטיבל וועט מען מיר זאגן, ביסט משגע, אונזער רבי איז משיח" און אזוי האט דער גארליצער רב אויסגערענט די לעצבערגער שטיבליך על הסדר, האט אים דער ראדימישלער רב געפרעגט "רבי וואס וועט טאקע זיין" האט אים דער גארליצער רב גענטפרט "פאר משיח וועט קומען וועט זיין שלשת ימי אפילה און די אלע חסידים וועלען אויספייגערען"
המשך יבוא

נא וואו איז די המשך?

כמדומה שטייט די מעשה אין חמדה גנוזה אז גארליצער רב האט געפרעגט דעם ד"ח וואס וועט זיין און די ד"ח האט געענטפערט וכו'.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ר' איציקל זי"ע פלעגט דערציילן
אלס קינד האבן זיי זיך געשפילט, איינער האט זיך פארגעשטעלט אלס משיח'ס פערדל... דער הייליגער שינאווער רב איז דורכגעגאנגן, מרוב מדת האמת שלו האט ער נישט סובל געווען דאס, און רופט זיך אן צום קינד, משיח'ס פערדל, עה דאס נישט, אפשר משיח'ס גבאי'ס פערדל....
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

רבי יענקעלע זי"ע פון פשעווארסק האט אמאל געענטפערט אויף די ליובאביטשער צו ער וועט אים אקעגן גיין
האט ער געענטפערט במתק לשונו 'אויב ער איז דא וועט מען זיך ווישן די נאז און גיין ווייטער'...

למעשה אפשר קען מען דא אין אייועלט אויסהאמערן איין היט

לאמיר אנהייבן, איך בין א סאטמארער\באבובער\סקוויראר, בין איך מסכים אויף א אמתע גדול א ליבאוויטשער?
איך בין א וויזניצער גורער בין איך מסכים אויף א תולדות אהרנער?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איי דאנט קעיר
פון מיין זייט
אויב האלט ער ביים קומען קען ער קומען מיט וועלכע הוט ער וויל אבער ער מוז שוין קומען
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יהיה כן האט געשריבן:איי דאנט קעיר
פון מיין זייט
אויב האלט ער ביים קומען קען ער קומען מיט וועלכע הוט ער וויל אבער ער מוז שוין קומען

גם אני מצטרף
פון מיין זייט קען ער קומען אן א הוט אויך, אבער קום!!!!!!!!!!!!!!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

מי יודע האט געשריבן:פון מיין זייט קען ער קומען אן א הוט אויך, אבער קום!!!!!!!!!!!!!!

געהערט פון א גוטן יוד אמאל ווען עמיצער האט אים פרובירט צו דערקוטשען איבער די נושא פון ביאת המשיח, ווילאנג וועט מען נאך ווארטן וכדומה
האט אים דער גוטער יוד געזאגט: קודם הייב אן מקיים צו זיין יעדע סעיף אין שו"ע אנגעהויבן פון או"ח סעיף א׳ און דאן קענסטו ווייטער רעדן, פארוואס וואטסטו אויף משיח׳ן אויב דו אליינס וועסט מודה זיין אז דו ביסט נאכנישט ראוי דערצוי...

אוודאי - פון די אנדערע זייט זעמער היינט אין אזא מצב אז די קטנות המוח און די שפלות איז אזוי גרויס, מ׳איז אזוי מטורף ומבולבל, דער מוטשעט זיך מיט א צרה, דער ארבעט ביטער שווער צו ברענגען פרנסה, דער לעבט סתם אזוי אין א פיסטעניש, מרה שחורה וכדומה... איז אויב אזוי צו קען מען דען ערווארטן אז ממש גאנץ כלל ישראל זאל זיין אין די פריערדיגע מדריגה?

נאר - זאגט דער יוד - משיח ווארט דאך אויף א נקודה, און ביז עס קומט נישט אן צו די דאזיגע נקודה "וועט ער נישט קומען", און דאס וואס מען זאגט אחכה לו בכל יום שיבוא איז נישט אזוי ווייט א פאקט אז יעדער האפט טאקע, ווייל וויפיל יודן האבן שוין מסיח דעת געווען פון ביאת המשיח (לקיים מה שנאמר אין בן דוד בא אלא בהיסח הדעת...) ס׳איז ענדערש א תפילה אז משיח זאל קומען במהרה בימינו, והדברים ברורים ונכונים.

איך ווייס אז מ׳קען דן זיין לכאן ולכאן, אבער דאס איז זיכער אז מען ברויך צו טאהן השתדלות פאר ביאת המשיח, יעדער איינער פאר זיך אליינס!

זאל דער בוכ"ע העלפן מ׳זאל מיר זוכה זיין צו באקומען א שטיקל קלארקייט, ארויסצוגיין פון דעם טירוף און אזוי ארום האבן די מעגליכקייט צו ארבעטן אויף די מידות. אמן.
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

איך האב זיך אפגעהאלטן צו שרייבן דא ביז יעצט, אבער איצט האט מיינע נערווען געפלאצט. (אפשר וועל איך עס נאך אויסמעקן אינמיטן שרייבן, עז יושעול? העמיר זען).

קינדער'לעך זיסע, וועמען עס דאכט זיך אז ער מיט משיח זענען בערך די זעלבע, נאר אסאך א גרעסערע צדיק, וואס טוט נישט די עבירות וואס ער טוט, זאל מוחל זיין אנהייבן ווארטן אויף אנאדער משיח, נישט אויף דעם ווארטן מיר 2,000 יאר אין א ביטערן גלות!

אגב, משיח קומט נישט ווען ער באשליסט, נאר ווען דער בוכ"ע אליין וועט באשליסן!

וואס מען דארף טון דערצו? פליז קינדערלעך! עטץ קענטץ נישט קיין פסוקים אין חומש???

ווען מען תשובה טון וועט ער קומען!
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

כקען דאך נישט ברענגען לייב חסידיתער אדער פראקציעס ווייל סנישט ערלויבט דא, אבער כאזאך געטעהנט אמאל מיט איינעם זאגט ער זאל זיין עניבאדי אבער זאל שוין משיח קומען, פרעג איך אים נו די קאמפאטישען רבי פון דיין רבי קען אויך זיין? ענטפערט ער מיר ניין פשוט סקען נישט זיין ווייל ער איז ... נו קען מען אזוי גיין צום טיש???

למשל די חסידים פון גורארי זצל וואלטן מסכים געוועהן אויף די רמ"מ זצל?, אדער פארקערט?, איך ווייס נישט וועלכע חסיד די ביסט אבער סדאך דא א קעגנערישע זייט, ביסטו באמת מסכים אז יענער זאל עס זיין? די האלסט דאך אז יענער איז פשוט א ... נו וועסטו טראכטן אז נעה ער וועט עס זעכער נישט זיין, אבער ניין טאקע דאס וויל מען אז טאקע דיין שונא זאל עס זיין! טוה זיך אויס אינגאנצן פון דיין וועזן און פארגין דיין שונא אז ער זאל עס זיין, די רעדטס דיך איין אז באשעפער וועט צולאזן אז משיח זאל נישט טויגן? די לאז יענעם באמת ווערן און די אייבעשטער האט זיינע דרכים, אדער ביסטו טאקע נישט גערעכט. וויפיל מאל האבן זיך מענטשן איינגערעדט הונדערט פראצענט מיט אן אמת אן קיין ספק אז יענער איז נישט און סגעווען יא.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

און דו קלערסט נאך אזוי ביי דיר אז דער רבש"ע ווארט צו הערן דעם מיינונג פון דעם יוקל פאר ער שיקט משיח, הא???

----

מזל טוב קליקו צום שר חמש מאות! (מיט אלע מע.. האסטו עס געמאכט... :wink: )
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

ווינקל האט געשריבן:וועמען עס דאכט זיך אז ער מיט משיח זענען בערך די זעלבע, נאר אסאך א גרעסערע צדיק, וואס טוט נישט די עבירות וואס ער טוט, זאל מוחל זיין אנהייבן ווארטן אויף אנאדער משיח

איז אזוי:
קודם כל פארשטיי איך נישט פארוואס איר זענט ווילד געווארן, איך האב בסך הכל נאכגעזאגט א ווארט פון א ערליכן יוד וועלכע האט נישט קיין שום באזונדערע נגיעה דערביי...
נאכדעם כל - ער האט נישט געזאגט אז משיח גייט זיין דער וואס וועט באשליסן ווען ער זאל קומען, נאר אז ׳ער ווארט אויף א נקודה׳ ס׳ווערט געברענגט אין די ספרים אז משיח איז פיל מיט וואונדן צוליב די צער אז ער קען נאכנישט קומען אויסלייזן די יודן, ער וויל קומען, ער ווארט נאר אויפן באפעהל פון השי"ת.
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
אוועטאר
בעל נפש
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 03, 2011 6:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל נפש »

אלעס קען זיין, אבער מען דארף אכטונג געבן ווען מען רעדט פון די סארט האקעלע ענינים, ווייל לאמיר זאגן אז דו פארשטייסט די נקודה וואס יענער האט דיר געזאגט, מוז אבער נישט זיין אז אנדערע וועלן דאס פארשטיין און קענען נאך אפלערנען דיינע ווערטער אינגאנצן פארדרייט, סוי - יו בעדער וואטש אויט...
וְשַׂמְתָּ שַׂכִּין בְּלֹעֶךָ אִם בַּעַל נֶפֶשׁ אָתָּה׃ (משלי כב, ב)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

משיח וועט גיין מיט א קאפ צודעק.

וויאזוי עס וועט אויסזען, ווייסט איין באשעפער אין הימל.

און דער וואס עס איז אים א נפק"מ וויאזוי דאס וועט אויסזען, איז זיין אמונה אונטער א גרויסער פראגע צייכן.

פאר אונז איז דאס ממילא נישט קיין נפק"מ, און דער גאנצער דיסקוסיע דא קען נאר קאליע מאכן און גארנישט אויפטון.

איך וואלט פארגעשלאגן צו פארשפארן דעם אשכול.

-------------

איך האב וואס צו זאגן איבער קליקו'ס קאמענט'ס, אבער איך וועל מיך האלטן צו מיין פאליסי, זיך נישט צו טענה'ן מיט אים, איך וועל לאזן אנדערע ענטפערן זיינע נארישקייטן, אויב איינער געפינט פאר וויכטיג.
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

בעל נפש האט געשריבן:אלעס קען זיין, אבער מען דארף אכטונג געבן ווען מען רעדט פון די סארט האקעלע ענינים, ווייל לאמיר זאגן אז דו פארשטייסט די נקודה וואס יענער האט דיר געזאגט, מוז אבער נישט זיין אז אנדערע וועלן דאס פארשטיין און קענען נאך אפלערנען דיינע ווערטער אינגאנצן פארדרייט, סוי - יו בעדער וואטש אויט...

יו טו
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

זעלבסטשטענדיגער האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:וועמען עס דאכט זיך אז ער מיט משיח זענען בערך די זעלבע, נאר אסאך א גרעסערע צדיק, וואס טוט נישט די עבירות וואס ער טוט, זאל מוחל זיין אנהייבן ווארטן אויף אנאדער משיח

איז אזוי:
קודם כל פארשטיי איך נישט פארוואס איר זענט ווילד געווארן, איך האב בסך הכל נאכגעזאגט א ווארט פון א ערליכן יוד וועלכע האט נישט קיין שום באזונדערע נגיעה דערביי...

אנטשולדיגט, כ'האב בכלל צו דיר נישט גערעדט.
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

ווינקל האט געשריבן:אנטשולדיגט, כ'האב בכלל צו דיר נישט גערעדט.

כ׳פריימעך...
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

מזל טוב קליקו
אגב וואלסט געמעגט עפענען א אשכול מיט א גוטע קאנטערווערשעל אישו לרגל דיין שר חמש מאות
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

משיח צדקינו וועט נישט האבן קיין מתנגדים, ער וועט האבן די געוואלדיגע אויסטערלישע כוח פון ויכוף "כל ישראל" צו שמירת התורה והמצות, לא למראה עיניו ישפוט נאר והריחו ביראת אלקים מיט א שמעק מיט די נאז, ער וועט זיין מער מלאך ווי מענטש (אפילו אויב במציאות וועט ער זיין א בשר ודם). מגשם צו זיין די הייליגע געוואלדיגע כוחות פון משיח צדקינו, כוחות וואס קיין צדיק אין די וועלט האט נאכנישט געהאט כולל משה רבינו, גרעניצט זיך מיט כפירה ומינות ממש. וכבר היה לעולמים. אזוי איז נצרות געבוירן געווארן.

און דאס גייט צוזאמען מיט א פשוטע גשמיות'דיגע ארץ ישראל מיט גשמיות'דיגע טובות און פירות. נישט פארדעם דארפן מיר א משיח און ארץ ישראל. והמ"י.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

נאך איין נקודה, זייטס מוחל קוקט אריין אין פירוש המשניות להרמב"ם אויף די אמונה פון ביאת המשיח שרייבט ער (איך געדענק נישט די פונקטליכע לשון אבער די מכוון). מי שאינו מחכה לביאתו "או מי שממעט מעלתו" הרי זה כופר בעיקר זה.

א בהמה דארף מען זיין זיך אריינצושטעלן אין א ספק ספיקא פון דעם זאץ.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

ים רויבער האט געשריבן:מזל טוב קליקו
אגב וואלסט געמעגט עפענען א אשכול מיט א גוטע קאנטערווערשעל אישו לרגל דיין שר חמש מאות

נא, לרגל שר חמש מאות קומט געווענליך עפעס דיפרענט, ער דארף אפשר עפענען א נישט קאנטרעווערשאל אשכול....
אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

איזעי האט געשריבן:משיח וועט גיין מיט א קאפ צודעק.

וויאזוי עס וועט אויסזען, ווייסט איין באשעפער אין הימל.

און דער וואס עס איז אים א נפק"מ וויאזוי דאס וועט אויסזען, איז זיין אמונה אונטער א גרויסער פראגע צייכן.

פאר אונז איז דאס ממילא נישט קיין נפק"מ, און דער גאנצער דיסקוסיע דא קען נאר קאליע מאכן און גארנישט אויפטון.

איך וואלט פארגעשלאגן צו פארשפארן דעם אשכול.

איז אזוי איזעי טאמער האסטו מיך געמיינט מיט די פראגע צייכן, איז נאו פראבלעם אין להוי ידוע אז מיין אמונה איז בחסדי השם ווי מ'זאגט אין יודיש "ראק סאליט" (פארשטייט זיך אויף מיין מדרגה ודי)

אין די פראגע וועגן גשמיות'דיגע לבושים וכדומה איז זייער א לעגעטימער דיסקוציע ווי מ'טרעפט אין חז"ל בכמה מקומות

לדוגמא איז דא א מחלוקה מיט וועלכע קליידער די מתים וועלן אויפשטיין יש אומרים שהמתים יקומו כשהם לבושים בתכריכים שבהם נקברו (ירושלמי כתובות פ"ב ה"ג: "כסות היורדת עם האדם לשאול, היא באה עמו") ויש אומרים שהמתים יקומו כשהם לבושים בבגדים שנהגו ללבוש בחייהם (תוספות כתובות קיא, ב, ד"ה בלבושיהן, וזה לשונם: "בירושלמי דהנושא אמר רבי לבניו: מעטו בתכריכין, שעתידין צדיקים שיעמדו בלבושיהן. משמע: מעטו בתכריכין, שעתידין צדיקים שלא יעמדו בתכריכין אלא בלבושיהן מחיים)

איך פארשטיי אז אונזערע ישיבות סיסטעם האט מען זיך קיינמאל נישט פארטיפט צו שטארק אין הלכתא למשיחא די גאנצע צפית לישועה איז א לימוד וואס לכאורה "וואס עס אונז דען א נפק"מ וויאזוי דאס וועט אויסזען" אין ממילא ווען איינער רעדט דערפון פילט מען זיך אינדרויסן פונעם בילד אין ממילא געט מען שנעל א שטעמפל אפ יענעם אלץ אפיקורוס צו וכדומה, אזוי פילט מען זיך אסאך רואיגער ווייל דאס איז דאך ווי מ'זאגט א שמועס "וואס מ'האט נישט גערעדט ביי אונז"

למעשה איז דאס א חלק פון די תורה וואס איז פון די עקרי העיקרים אין ווען מ'לערנט די אני מאמין'ס (נישט ווען מ'דאווענט עס) וויל זיך פארשטיין וויאזוי ס'גייט אויסקוקן נישט ווייניגער מיט נישט ווייניגער אינטערעסע וויאזוי די טשאלענט גייט געלונגען

דער אברנאל אין אבות האט גאר א לענגערע שמועס וויאזוי תחית המתים גייט אויסקוקן ווי ער פראבירט צו פארשטיין פון א פראקטישן אויפן וואס ווען וויאזוי, צו איז זיין אמונה ח"ו שוואך געווען?!
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איזעי. כ'האב הנאה אז וויפיל די ענטפערסט נישט פאר קליקו.. ענטפערסטו אים נאך אלעמאל אז די ענטפערסט נישט..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:משיח וועט גיין מיט א קאפ צודעק.

וויאזוי עס וועט אויסזען, ווייסט איין באשעפער אין הימל.

און דער וואס עס איז אים א נפק"מ וויאזוי דאס וועט אויסזען, איז זיין אמונה אונטער א גרויסער פראגע צייכן.

פאר אונז איז דאס ממילא נישט קיין נפק"מ, און דער גאנצער דיסקוסיע דא קען נאר קאליע מאכן און גארנישט אויפטון.

איך וואלט פארגעשלאגן צו פארשפארן דעם אשכול.

איז אזוי איזעי טאמער האסטו מיך געמיינט מיט די פראגע צייכן, איז נאו פראבלעם אין להוי ידוע אז מיין אמונה איז בחסדי השם ווי מ'זאגט אין יודיש "ראק סאליט" (פארשטייט זיך אויף מיין מדרגה ודי)

אין די פראגע וועגן גשמיות'דיגע לבושים וכדומה איז זייער א לעגעטימער דיסקוציע ווי מ'טרעפט אין חז"ל בכמה מקומות

לדוגמא איז דא א מחלוקה מיט וועלכע קליידער די מתים וועלן אויפשטיין יש אומרים שהמתים יקומו כשהם לבושים בתכריכים שבהם נקברו (ירושלמי כתובות פ"ב ה"ג: "כסות היורדת עם האדם לשאול, היא באה עמו") ויש אומרים שהמתים יקומו כשהם לבושים בבגדים שנהגו ללבוש בחייהם (תוספות כתובות קיא, ב, ד"ה בלבושיהן, וזה לשונם: "בירושלמי דהנושא אמר רבי לבניו: מעטו בתכריכין, שעתידין צדיקים שיעמדו בלבושיהן. משמע: מעטו בתכריכין, שעתידין צדיקים שלא יעמדו בתכריכין אלא בלבושיהן מחיים)

איך פארשטיי אז אונזערע ישיבות סיסטעם האט מען זיך קיינמאל נישט פארטיפט צו שטארק אין הלכתא למשיחא די גאנצע צפית לישועה איז א לימוד וואס לכאורה "וואס עס אונז דען א נפק"מ וויאזוי דאס וועט אויסזען" אין ממילא ווען איינער רעדט דערפון פילט מען זיך אינדרויסן פונעם בילד אין ממילא געט מען שנעל א שטעמפל אפ יענעם אלץ אפיקורוס צו וכדומה, אזוי פילט מען זיך אסאך רואיגער ווייל דאס איז דאך ווי מ'זאגט א שמועס "וואס מ'האט נישט גערעדט ביי אונז"

למעשה איז דאס א חלק פון די תורה וואס איז פון די עקרי העיקרים אין ווען מ'לערנט די אני מאמין'ס (נישט ווען מ'דאווענט עס) וויל זיך פארשטיין וויאזוי ס'גייט אויסקוקן נישט ווייניגער מיט נישט ווייניגער אינטערעסע וויאזוי די טשאלענט גייט געלונגען

דער אברנאל אין אבות האט גאר א לענגערע שמועס וויאזוי תחית המתים גייט אויסקוקן ווי ער פראבירט צו פארשטיין פון א פראקטישן אויפן וואס ווען וויאזוי, צו איז זיין אמונה ח"ו שוואך געווען?!

קוק אבער און רמב"ם
וכל אלו הדברים וכיוצא בהן--לא יידע אדם היאך יהיו, עד שיהיו: שדברים סתומים הן אצל הנביאים. גם החכמים אין להם קבלה בדברים אלו, אלא לפי הכרע הפסוקים; ולפיכך יש להם מחלוקת בדברים אלו. ועל כל פנים, אין סידור הווית דברים אלו ולא דקדוקן, עיקר בדת.
ולעולם לא יתעסק אדם בדברי ההגדות, ולא יאריך בדברי מדרשות האמורים בעניינים אלו וכיוצא בהן; ולא ישימם עיקר--שאינן מביאין לא לידי אהבה, ולא לידי יראה
מען קען זיך מפלפל זיין אויב עס 100% א צושטעל, אבער חומר למחשבה זיכער
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

פלאי, האסט מיר דערמאנט פון מיין שיעור אין רמב"ם וואס איך דארף נאך איבערגעבן.....

און צייטליך, איך האב דיר געוואלט זאגן אז יעדעס מאל וואס איך שרייב אז איך ענטפער אים נישט, קומט דאס נאך וואס איך האב זיך שוין עטליכע מאל איינגעהאלטן, און איך קען זיך מער נישט איינהאלטן.....

און אייניקל פון אהרן, איך האב געשריבן "דער וואס עס איז אים א נפק"מ וויאזוי דאס וועט אויסזען", דן זיין דערין קען מען און מען מעג, און מען מעג אויך פאנטאזירן און זיך פרובירן אויסצו'משל'ן און פארצושטעלן, אבער איך האב גערעדט פון די נארישקייטן וואס מען האט געשריבן צו משיח מיט א אנדערע הוט פון מיין חסידות קען זיין משיח, אדער צו משיח גייט קומען צו יעדן מענטש מיט זיין הוט, אויף דעם האב איך געשריבן אז אויב פאר איינעם איז א נפק"מ מיט וועלכע הוט ער וועט גיין דאן...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”