מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » מאנטאג יוני 20, 2011 12:02 pm

ים רויבער האט געשריבן:מזל טוב קליקו
אגב וואלסט געמעגט עפענען א אשכול מיט א גוטע קאנטערווערשעל אישו לרגל דיין שר חמש מאות

לאמיר טרינקען לחיים צוזאמען...

א אשכול פאר קליקוס תגובות איז גארנישט קאנטראווערשל. ער איז טאטאל משוגע. פיריאד.

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » מאנטאג יוני 20, 2011 12:06 pm

והוא פלאי האט געשריבן:
אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:משיח וועט גיין מיט א קאפ צודעק.

וויאזוי עס וועט אויסזען, ווייסט איין באשעפער אין הימל.

און דער וואס עס איז אים א נפק"מ וויאזוי דאס וועט אויסזען, איז זיין אמונה אונטער א גרויסער פראגע צייכן.

פאר אונז איז דאס ממילא נישט קיין נפק"מ, און דער גאנצער דיסקוסיע דא קען נאר קאליע מאכן און גארנישט אויפטון.

איך וואלט פארגעשלאגן צו פארשפארן דעם אשכול.


איז אזוי איזעי טאמער האסטו מיך געמיינט מיט די פראגע צייכן, איז נאו פראבלעם אין להוי ידוע אז מיין אמונה איז בחסדי השם ווי מ'זאגט אין יודיש "ראק סאליט" (פארשטייט זיך אויף מיין מדרגה וד"ל)

אין די פראגע וועגן גשמיות'דיגע לבושים וכדומה איז זייער א לעגעטימער דיסקוציע ווי מ'טרעפט אין חז"ל בכמה מקומות

לדוגמא איז דא א מחלוקה מיט וועלכע קליידער די מתים וועלן אויפשטיין יש אומרים שהמתים יקומו כשהם לבושים בתכריכים שבהם נקברו (ירושלמי כתובות פ"ב ה"ג: "כסות היורדת עם האדם לשאול, היא באה עמו") ויש אומרים שהמתים יקומו כשהם לבושים בבגדים שנהגו ללבוש בחייהם (תוספות כתובות קיא, ב, ד"ה בלבושיהן, וזה לשונם: "בירושלמי דהנושא אמר רבי לבניו: מעטו בתכריכין, שעתידין צדיקים שיעמדו בלבושיהן. משמע: מעטו בתכריכין, שעתידין צדיקים שלא יעמדו בתכריכין אלא בלבושיהן מחיים)

איך פארשטיי אז אונזערע ישיבות סיסטעם האט מען זיך קיינמאל נישט פארטיפט צו שטארק אין הלכתא למשיחא די גאנצע צפית לישועה איז א לימוד וואס לכאורה "וואס עס אונז דען א נפק"מ וויאזוי דאס וועט אויסזען" אין ממילא ווען איינער רעדט דערפון פילט מען זיך אינדרויסן פונעם בילד אין ממילא געט מען שנעל א שטעמפל אפ יענעם אלץ אפיקורוס צו וכדומה, אזוי פילט מען זיך אסאך רואיגער ווייל דאס איז דאך ווי מ'זאגט א שמועס "וואס מ'האט נישט גערעדט ביי אונז"

למעשה איז דאס א חלק פון די תורה וואס איז פון די עקרי העיקרים אין ווען מ'לערנט די אני מאמין'ס (נישט ווען מ'דאווענט עס) וויל זיך פארשטיין וויאזוי ס'גייט אויסקוקן נישט ווייניגער מיט נישט ווייניגער אינטערעסע וויאזוי די טשאלענט גייט געלונגען

דער אברנאל אין אבות האט גאר א לענגערע שמועס וויאזוי תחית המתים גייט אויסקוקן ווי ער פראבירט צו פארשטיין פון א פראקטישן אויפן וואס ווען וויאזוי, צו איז זיין אמונה ח"ו שוואך געווען?!

קוק אבער און רמב"ם
וכל אלו הדברים וכיוצא בהן--לא יידע אדם היאך יהיו, עד שיהיו: שדברים סתומים הן אצל הנביאים. גם החכמים אין להם קבלה בדברים אלו, אלא לפי הכרע הפסוקים; ולפיכך יש להם מחלוקת בדברים אלו. ועל כל פנים, אין סידור הווית דברים אלו ולא דקדוקן, עיקר בדת.
ולעולם לא יתעסק אדם בדברי ההגדות, ולא יאריך בדברי מדרשות האמורים בעניינים אלו וכיוצא בהן; ולא ישימם עיקר--שאינן מביאין לא לידי אהבה, ולא לידי יראה
מען קען זיך מפלפל זיין אויב עס 100% א צושטעל, אבער חומר למחשבה זיכער

וואס איז די אבער?
דאס איז געזאגט געווארן אויף די וואס עקשנען זיך איין אויף געוויסע מדרשי חז"ל און טיילן איין פאר'ן אייבעשטער ווי אזוי די גאולה זאל צושטאנד קומען

אבער דא רעדט מען לגבי די מדות וואס אונז דארף מיר מתקן זיין, ממיינט נישט די הוט ממיינט דא וואס ליגט אונטערן הוט... איך גיי מיט מיין הוט להבדיל מבין הגויים נישט מבין היהודים! און דאס איז די נקודה דא

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » מאנטאג יוני 20, 2011 12:10 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:משיח צדקינו וועט נישט האבן קיין מתנגדים, ער וועט האבן די געוואלדיגע אויסטערלישע כוח פון ויכוף "כל ישראל" צו שמירת התורה והמצות, לא למראה עיניו ישפוט נאר והריחו ביראת אלקים מיט א שמעק מיט די נאז, ער וועט זיין מער מלאך ווי מענטש (אפילו אויב במציאות וועט ער זיין א בשר ודם). מגשם צו זיין די הייליגע געוואלדיגע כוחות פון משיח צדקינו, כוחות וואס קיין צדיק אין די וועלט האט נאכנישט געהאט כולל משה רבינו, גרעניצט זיך מיט כפירה ומינות ממש. וכבר היה לעולמים. אזוי איז נצרות געבוירן געווארן.

און דאס גייט צוזאמען מיט א פשוטע גשמיות'דיגע ארץ ישראל מיט גשמיות'דיגע טובות און פירות. נישט פארדעם דארפן מיר א משיח און ארץ ישראל. והמ"י.

געב דיל אכטונג ציהען די שטריק צו דיין זייט האט די זעלבע נטייה צו אפיקורסות
די ספה"ק זאגן אז די חטא המרגלים איז געוען אז זיי האבן געוואלט אז כלל ישראל זאל בלייבן אונטער די מן באר ענני הכבוד, אבער די אייבישטער וויל אז מזאל מיר הייבן די גשמיות, ארבעטן די פעלדער און מקיים זיין די מצוות התלויות בארץ, יא ממיינט די פשוטע גשמיות, ווייל פשוט גשמיות איז גארנישט קיין גשמיות סאיז הויל רוחניות

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג יוני 20, 2011 1:04 pm

קליקו טייערער, דאכט זיך אז איך גיי מיטן קו האמצעי, ואידך פירושא...

יא, משיח וועט זיין א מענטש אזוי ווי איך האב געשריבן, ארץ ישראל איז א מציאות'דיגע לאנד און דאס האט קיינער נישט געלייקנט. און די פירות ארץ ישראל וועלן באמת וואקסן אויף א בוים, גשמיות'דיגע פירות.

דאס וואס איר שרייבט אז ציען די שטריק פארקערט איז אויך אפיקורסות, הני מילי ווען מען זאגט אז עס וועט נישט זיין דברים גשמיים מציאותים נאר ס'איז א משל וכד' וואס איז רומז אויף הויכע זאכן, דאס איז טאקע אפיקוסות אזוי ווי די וואס האבן געזאגט אז די אבות און די אמהות וכדו' איז אלעס נאר א משל און די רשב"א האט אויף זיי געמאכט א חרם כידוע. אבער זאגן אז עס וועט זיין א רוחניות'דיגע מציאות גשמי, דאס איז דאך דער אמת. און טאקע דיין ראי' פון די מרגלים זאגט דאך דאס. זיי האבן געוואלט א ארץ ישראל וואס איז כולו רוחני אזויווי די מן ובאר, איז דען די מן נישט געווען א גשמי? איז דען די באר נישט געווען אמת'ע וואסער?

נאר פונקטליך דאס האבן מיר געזאגט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל מיינט פשוט גשמי, דער אמת איז אז עס וועט זיין די זעלבע גשמי\רוחני ווי די מן ובאר.

אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

תגובהדורך זעלבסטשטענדיגער » דינסטאג יוני 21, 2011 3:28 am

וויאזוי, וואס, ווען און וואו איז - לדעתי - נישט משנה פאר אונז, דער עיקר איז אז דער אויבערשטער זאל העלפן מיר אלע זאלן דערלעבן משיח׳ן געזונטערהייט
שלמה דער זעלבסטשטענדיגער איז אלץ פריילעך

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דאנארשטאג יוני 23, 2011 1:02 pm

אמאל האב איך געהערט פון א געוויסן נער אז משיח וועט גיין מיט א Cow Boy Hat, ווייל ער וועט דאך קומען מיט א ווייסן Donkey!

איין זאך איז זיכער אז ווען מיר וועלן שוין במהרה זוכה זיין לביאת משיח צדקנו, וועט דאס זיין א HIT פאר דעם אשכול וואס איז פול מיט Heat!
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
חבקוק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm

Re: מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

תגובהדורך חבקוק » זונטאג אוקטובער 18, 2020 10:52 pm

וואס איז געבליבן, מיט וועלכע היט גייט ער גיין?

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

תגובהדורך אהרן הלוי » זונטאג אוקטובער 18, 2020 11:26 pm

חבקוק האט געשריבן:וואס איז געבליבן, מיט וועלכע היט גייט ער גיין?

א הוט? וואס??? א קאלפיק!!!
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
אויף געבלאזן
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 8:58 pm

Re: מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

תגובהדורך אויף געבלאזן » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 1:15 pm

א אראפגעבויגענע הוט
שכח פאר אלעם ביז אהער דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7481
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 1:19 pm

אפשר מיט א מאסק?
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
אויף געבלאזן
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 8:58 pm

Re:

תגובהדורך אויף געבלאזן » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 1:22 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:אפשר מיט א מאסק?

זיכער נישט סשטייט דאך אז די אלע גוים וועלן כאפן א פחד פון אים
שכח פאר אלעם ביז אהער דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11057
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

Re: מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 1:45 pm

זיכער א ביבער הוט,
און נישט קיין הויכע,

פארוואס שרייב איך דאס?
ווייל אז מ'פרעגט אזא שאלה, מעג איך ענטפערן אזא תירוץ...
פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)

אוועטאר
חבקוק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm

Re: מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

תגובהדורך חבקוק » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 7:37 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:זיכער א ביבער הוט,
און נישט קיין הויכע,

פארוואס שרייב איך דאס?
ווייל אז מ'פרעגט אזא שאלה, מעג איך ענטפערן אזא תירוץ...

און אפשר אזאנס ווי דאס וואס מען זעט אין דיין בילד?

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11057
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

Re: מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 7:37 pm

מ'קאן נישט ווייסן...
פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)

אוועטאר
ארלאנדא
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 8:47 am

Re: מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

תגובהדורך ארלאנדא » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 8:01 pm

איך האב אסאך ריאות צו דעם אבער עוד חזון למועד...


משיח גייט זיכער מיט...






































































שיך.
NNM

נייע ניקס מעטטער

הק' אלי' ראובן לאנדא

אוועטאר
חבקוק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm

Re: מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

תגובהדורך חבקוק » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 8:02 pm

אזעלכע גרויסע?

אוועטאר
ארלאנדא
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 8:47 am

Re: מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

תגובהדורך ארלאנדא » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 8:03 pm

ארלאנדא האט געשריבן:איך האב אסאך ריאות צו דעם אבער עוד חזון למועד...


משיח גייט זיכער מיט...






































































שיך.



חחחחחחח


דעיס איז גוטסססססססס....


כא כא כא.
NNM

נייע ניקס מעטטער

הק' אלי' ראובן לאנדא

אוועטאר
ארלאנדא
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 8:47 am

Re: מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

תגובהדורך ארלאנדא » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 8:06 pm

חבקוק האט געשריבן:אזעלכע גרויסע?

בכלל נישט גרויס.
נ.ב די סקרין פון מיין בלעק-בערי איז היפש קליינטשיג.
NNM

נייע ניקס מעטטער

הק' אלי' ראובן לאנדא

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9555
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

תגובהדורך איינס » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 9:05 pm

משיח גייט גיין מיט א שטריימל
סאיז א אפענע גמרא אין פסחים צה (און אין נאך א דף)


ווער קען צוטרעפן?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

תגובהדורך אייוועלט שרייבער » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 2:13 am

חבקוק האט געשריבן:אזעלכע גרויסע?

דאס איז בערך סייז 47
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10804
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 2:27 am

איינס האט געשריבן:משיח גייט גיין מיט א שטריימל
סאיז א אפענע גמרא אין פסחים צה (און אין נאך א דף)


ווער קען צוטרעפן?

בנוסח אפשר ... ואין אומרים הלל?

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9555
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

תגובהדורך איינס » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 10:12 am

יעפ
זאג דו, יתכן משיח גייט קומען און ער גייט נישט גיין קיין שטריימל?....
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11057
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

Re: מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 10:50 am

איינס האט געשריבן:יעפ
זאג דו, יתכן משיח גייט קומען און ער גייט נישט גיין קיין שטריימל?....

;l;p- ;l;p-

אגב, פון דעם פותח האשכול זעה איך אז דאס אז ער גייט גיין מיט א הוט האט ער שוין וועריפייד...
פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9555
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

תגובהדורך איינס » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 10:53 am

ער האט דאס געטראפן מרומז אין די פסוק וואס מזאגט דינסטאג בעפאר משיח קומט
גילִי מְאֹד בַּת צִיּוֹן הָרִיעִי בַּת יְרוּשָׁלַ‍ִם הִנֵּה מַלְכֵּךְ יָבוֹא לָךְ צַדִּיק וְנוֹשָׁע הוּא עָנִי וְרֹכֵב עַל חֲמוֹר וְעַל עַיִר בֶּן אֲתֹנוֹת
ה׳וא ו׳רוכב איז די אותיות הוט,
די ה און ו איז מרומז אין פסוק די ט׳ האט טורנהיים געגנבט, ער וועט דאס ארויסגעבן ווען משיח וועט קומען בפני קהל ועדה.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11057
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

Re: מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 11:00 am

דער איינס אידאך אזאנס פריש..!
פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פייווישעל און 6 געסט