מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » מיטוואך יוני 15, 2011 12:05 pm

צו גייט ער בכלל גיין מיט א הוט?

אפשר גאר מיט א טורבאן ווי אין די צייטן פון די גמרא?
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יוני 15, 2011 12:52 pm

עני ורוכב על חמור.
אנע הוט אנע רעקל אנע קאר אנע סעלפאן לפי פשוטו.
ומדרשי אגדה יש הרבה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יוני 15, 2011 2:44 pm

וואו איז קליקו ווען מ'דארף אים (נישט)?

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך יוני 15, 2011 3:04 pm

אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:צו גייט ער בכלל גיין מיט א הוט?

אפשר גאר מיט א טורבאן ווי אין די צייטן פון די גמרא?


ווער זאגט דיר אז אזוי איז מען געגאנגען אין די צייטן פון די גמרא? דער מעלער פון דיין אוועטער און אזוי אויך די אנדערע מעלער האבן דען עפעס א קבלה?...

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יוני 15, 2011 3:04 pm

בישעיה נט פסוק יז
וילבש צדקה כשרין וכובע ישועה על ראשו
ושם פסוק כ
ובא לציון גואל

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » מיטוואך יוני 15, 2011 3:10 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:
אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:צו גייט ער בכלל גיין מיט א הוט?

אפשר גאר מיט א טורבאן ווי אין די צייטן פון די גמרא?


ווער זאגט דיר אז אזוי איז מען געגאנגען אין די צייטן פון די גמרא? דער מעלער פון דיין אוועטער און אזוי אויך די אנדערע מעלער האבן דען עפעס א קבלה?...


לא אמרן אלא כגון רב כהנא דגברא רבה הוא ומבעי ליה סודרא ארישיה אבל כולי עלמא לא (קידושין ח')
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » מיטוואך יוני 15, 2011 3:29 pm

יהיה כן האט געשריבן:בישעיה נט פסוק יז
וילבש צדקה כשרין וכובע ישועה על ראשו
ושם פסוק כ
ובא לציון גואל


דער מלבי"ם אויפן פלאץ איז מבאר אז מ'רעדט נישט דא פון אן עכטער הוט "כי השריון והכובע אשר ילבש להגן בעדו שלא יתנצח, הם הצדקה והישועה וכו'"
איז אשר על כן די קשיא הדרא לדוכתא
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך יוני 15, 2011 3:32 pm

נו זעסטו דאך קלאר אז ער גייט נישט גיין מיט א היט

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מיטוואך יוני 15, 2011 3:35 pm

איך וויל נישט אריין האקן אין די וויכטיגע נושא, אבער איינמאל מען קומט דערויף וויל איך וויסן מיט וועלכע הוט גייען די אבות גיין ביים סעודת לויתן.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יוני 15, 2011 3:37 pm

וואסערע קאליר בעקיטשע ווייסטו שוין?
וועט ער גיין א שטריימל אדער א ספאדיק?
(די חבדסקער טענה'ן ער וועט גאר גיין א ציקנייטשן הוט...)

אוועטאר
ארט און מוזיק
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 10, 2011 9:28 pm
לאקאציע: טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן

תגובהדורך ארט און מוזיק » מיטוואך יוני 15, 2011 3:50 pm

איך האב געהערט פון ר' ליפא שמעלצער, אז משיח וועט האבן א ערענסטע פראבלעם...
לעצט פאראכטן דורך ארט און מוזיק אום מיטוואך יוני 15, 2011 3:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך מיין אז גרעפיקס און מוזיק זענען פירסט קאזענס...

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יוני 15, 2011 3:56 pm

תשבי יתרץ קושיות ואיבעיות, אינקלאדעט דעם 'פראבלעם'

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » מיטוואך יוני 15, 2011 4:00 pm

למאי נ"מ :roll:

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יוני 15, 2011 4:16 pm

קליקו האט געשריבן:למאי נ"מ :roll:


ס'דאכציך עם ער האט עם געזעהן לעצטנס ערגעץ..... ר'וויל נאר שור מאכן...

שוטה
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך יוני 15, 2011 5:39 pm

הלכתא למשיחא - תרתי משמע.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » מיטוואך יוני 15, 2011 6:14 pm

קליקו האט געשריבן:למאי נ"מ :roll:


כ'וויל גיין מיטן זעלבען הוט (צו אן דעם הוט אדער שמאטע, קעפ וכו') ווי משיח! ווער וויל דען פילן ווי אן אינדרויסענדיגער ווען משיח קומט!

פארשטייט זיך די זעלבע פראגע איז מיט וועלכע קליידער ער וועט גיין אדער וועלכע שפראך ער וועט רעדן
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מיטוואך יוני 15, 2011 11:11 pm

סא דערווייל גייסטו אן א הוט? אדער יעדן טאג מיט א צווייטס אלץ ספק?

אויב כעל דיר זאגן שפאניש וועסטו דיך זעצן לערנען שפאניש?
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יוני 15, 2011 11:27 pm

איך האלט ער וועט גיין אזא ... נא ... ווייסט וואסעך מיין
אזוי ווי די מן וואס מען טראכטן וועט עס זיין ...
א סאטמארער וועט עם זעהן מיטן פלאכן היט א סקווערער מיטן הויכן היט און א וויזניצער מיט די באו אויף די רעכטע זייט, אחבדסקער מיט א ציקנייטשן הוט און א פאליאק מיט א סאמעטענעם קאסקעט און דער ליטוואק וועט עם זעהן מיט א קראך הוט און פראק, דער גערער וועט עם זעהן מיט א רינדיכיגן היטל און האלבע הויזן, און דער ספרדי וועט עם מיט א רויטע פעס אויפן קאפ און א שיינע גלימא, און דער תימנער מיט א ווייסן כאלאטל
נו וועם האב איך אויסגעלאזט...
א ברסלבער וועט עם זעהן מיט א נ נח נחמ קאפל
און א מזרחיניק מיט א כיפה סרוגה
און די עשרת השבטם מיט זייער טראגע 

שוטה
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך יוני 15, 2011 11:40 pm

אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:כ'וויל גיין מיטן זעלבען הוט (צו אן דעם הוט אדער שמאטע, קעפ וכו') ווי משיח! ווער וויל דען פילן ווי אן אינדרויסענדיגער ווען משיח קומט!


אך און וויי צו דיין משיח.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג יוני 16, 2011 12:38 am

ווער איז דיין משיח ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

שוטה
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דאנארשטאג יוני 16, 2011 12:49 am

נישט אזא איינער וואס א הוט מאכט זיך שפירן אינדרויסן אדער אינעווייניג.

ר' מענדל פוטערפאס האט אמאל געפרעגט א מתנגד וואס דער אייבערשטער וועט טוהן אויב ער וויל חרוב מאכן די וועלט, האט ער איהם גענטפערט אז ער וועט ברענגן א גרויסע פייער און פארברענען די וועלט, האט איהם ר' מענדל געזאגט: ווער פארברענט מיט דיין גאט צוזאמען.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:29 am

זיי מסביר די ווארט, אז די אייבירשטער דארף נישט חרוב מאכן, ער הערט אויף צו געבן חיות ווערט אויס וועלט, דאס מיינסטו?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:37 am

אין תולדות אדמו"ר הזקן פון בעל התניא שטייט, אז מען האט אים געפרעגט וואס וועט משיח זיין א חסיד אדער א מתנגד, האט גענטפערט א מתנגד, ווייל אויב משיח וועט זיין א חסיד וועלען זיך מתנגדים ניש מכניע זיין משא"כ חסידים זענען נכנעים...

שמעתי פון א איד וואס האט געהערט פון ראדימישלער רב, וואס האט געהערט פון גארליצער רב, אז דער צאנזער רב האט אים אנגעהויבן באכן "ברוך טוה תשובה מאהבה וועסטו זוכה זיין צו נשמת משיח" האט דער גארליצער רב גענטפערט "איך וויל קיין תשובה מיראה אויך נישט טוהן, איך וועל גיין איבער די שטיבליך אין לעמבערג, וועל איך אריינקומען אין בעלזער שטיבל און זאגן אידן איך בין משיח, וועט מען פרעגן ווער ביזטו, וועל איך ענטפערן צאנזער רב'ס זון, וועט מען איך איבערלייגען און שלאגן, איך וועל גיין ווייטער אין סאדגערער שטיבל וועט מען מיר זאגן, ביסט משגע, אונזער רבי איז משיח" און אזוי האט דער גארליצער רב אויסגערענט די לעצבערגער שטיבליך על הסדר, האט אים דער ראדימישלער רב געפרעגט "רבי וואס וועט טאקע זיין" האט אים דער גארליצער רב גענטפרט "פאר משיח וועט קומען וועט זיין שלשת ימי אפילה און די אלע חסידים וועלען אויספייגערען"
המשך יבוא
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:38 am

די נקודה איז אז מען שאצט אפ דעם אייבערשטען מיט אייגענע מענטשליכע השגות און מיט די לימיטעד כוחות גלייבט מען אין אים.
די אמת איז דאך אבער אז ס'יז אינגאנצן למעלה מהשגתינו, וויפיל א מענטש זאל נאר מתבונן זיין וועט ער נישט קענען צוקומען צו אפס קצהו פון די הימלישע מהלך וואס איז אנלימיטעד, אין מספר, אין חקר, אין ערוך לך ה' אלקנו.

לדוגמא א מענטש ווייסט צו זאגן פון פלאץ און צייט, אבער אין הימל איז למעלה מן הזמן ומן המקום וואס דער קלוגסטער מענטש קען אין זיין לעבן נישט תופס זיין די אלקות דערפון.

דער וואס האט געזאגט פייער, האט צוגעטיילט כוחות פארן אייבערשטן אז ער קען מאכן א גרויסן פייער און מיט דעם איז ער מער פונעם מענטש דעריבער איז ער א שוטה און א כופר, ווייל דאס איז נישט אונזער באשעפער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג יוני 16, 2011 2:21 am

ר' יענקילי ז"ל האט אמאל פארציילט אז דער צאנזער רב האט אמאל ביים מרעיש עולמות וועגען חסידישע לבוש, פארציילט, אז ווען דער רבי פון לובלין האט זיך אוועקגעצויגען פון לאנצוט צוליב חלישות הדעת פון ר"ר אלימלך, און ער האט נישט געוויסט ווי זיך צו באזעצן, האט זיך צו אים באוויזן אברהם אבינו און א ספאדיק מיט ווייסע זאקן, און געזאגט איך בין דער וועם דער אייבישטער האט געזאגט לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך (והיינו שעמד בנסיון כזה) באזעץ דיך און לובלין. האט דער צאנזער רב געזאגט שמע מינה אז אברהם אבינו איז געגאנגען א ספאדיק אין ווייסע זאקן.
האט ר' יענקילי אויסגעפירט, איך פארשטיי נישט, ווען ער וואלט זיך באוויזן צום חת"ס וואלט ער געגאנגן א צילינדר, און ווען ער באווייזט זיך צום בן איש חי וואלט ער געגאנגן א טורבאן. נאר זעהט אויס אז שמע מינה פון דעם וואס ער האט זיך צו אים באוויזן אין דעם אידישען לבוש במקומו איז א סימן אז מען דארף גיין דעם אידישן לבוש
המשך יבוא
למה זה תשאל לשמי...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט