פורים'דיגער מוסף אין טעגלאש'ער ביהמ"ד אויף יוז עוועניו

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

פורים'דיגער מוסף אין טעגלאש'ער ביהמ"ד אויף יוז עוועניו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

באמת וואלט איך דאס געדארפט שרייבן מיט מיין "צום זאך" ניק, אבער גרויזי האט דאס אויפגעגעסן פאר נאכטמאל (ווען דאס וואלט געווען די גאנצע עוולה, החרשתי, אבער מה יעשה אותו הבן אז ער האט אפילו נישט געמאכט קיין נאך-ברכה, זאגנדיג אז ער איז ניטאמאל זאט געווארן דערפון און ער פלאנירט נאך צוצועסן אלע מיינע אנדערע ניקס פאר קינוח והדחה).

די מעשה איז אזוי. ווי יעדער איינער ווייסט און קען זעהן (איך רעד נישט צו די בלינדע ל"ע, ווייל איך קען נישט די ברעיל שפראך, אדרבה, ווער עס וויל קען דאס איבערטייטשן מיט גוגעל-טרענסאטלאנטיק ותשואת חן בעיני אלקים ואדם הרחמן) איז דא א מנהג המקום אז ווען מען דערגרייכט א געוויסע תגובה נומער ווערט מען דערהויבן אין ראנק און לכבוד דעם שרייבט מען אן ארטיקל כדבעי למיהוי, אזאנס און אזעלכס, איש על מחנהו ואיש על אל, יעדער איינער לויט ווי מען האט אים חונן דעת געווען ארבעים יום קודם פתיחת פי האתון.

מאכט זיך אבער א צרה, אז די מייסדים און מנהלים ווערן קיינמאל נישט דערהויבן, ביי זייער ניק וועט שטענדיג שטיין די זעלבע ביטערע טיטל וואס האט קיין אויסזיכטן געביטן צו ווערן אפילו אויף די נידריג-ראנגיקע "מ. ראש הקהל" (וואס באדייט אין אנדערע ווערטער: א פענסיאנער וואס נעמט די הויזן צום הארצן און טיילט פעניס פאר די געלטגייער - אויב דאס). אבער דער עולם שטייט און וויינט "למה נגרע", פארוואס זאלן מיר נישט קענען ליינען א "צייטליך" ארטיקל (נאר א נמשל) אזוי ווי מיר פאסמאקעווען זיך רעגלמעסיג מיט די ארטיקלעך פון "איזעי" און אנדערע וואס זענען נארוואס געשטיגן אין ראנק.

אויף דעם איז אבער אויך דא א לעזונג, ווי דער פסוק זאגט שוין (אשר א', ג') "לכל תחילה ראיתי סוף, רחבה בטנך כמים שאין להם סוף" (די צווייטע האלב איז אביסל פארביטן פון לשון הפסוק, כדי נישט עובר צו זיין אויף לערנען תורה שבכתב אויסעווייניג, בפרט נאך חצות הלילה). און דאס איז צו וואס איך וויל צוקומען.

איך וועל אבער מקדים זיין אז ערב ראש חודש סיון איז א זמן וואס איז מסוגל צו בעטן אויף גוטע קינדער (סתם אריינגעווארפן דא כדי מען זאל קענען שרייבן פון אונטן "נא לשמור על קדושת הגליון". פארשטייסט דעם עסק? ער שליידערט אן מיין בית המדרש מיט אשר יצר פאפיר, און איך דארף היטן דערויף ווי דאס שווארצאפל פון שווארצענעגער אדער שווארצקאפ. א לאך אין קאפ [פאר אלע שונאי ישראל, און איך וועל נישט וויינען אויב קאדאפי וועט זיין דער ערשטער])

וואו האבן מיר נאר געהאלטן? אה, שוין דערמאנט. מען דארף צוריקקומען און מאכן א שילוב צום קעפל, כמו שאמר הכתוב (ווילבער ג', ת"צ [די לענגסטע קאפיטל גראדע אין גאנץ ווילבער, און דערפאר געפאלט דאס שטענדיג אין פרשת נשא ווען די סדרה דויערט לאנג]) "וגומר".

אלנפאלס, דער נאכט פאלט צו, און דער קושן דערנענטערט זיך שוין צו די לינקע פיאה (הגם נאך חצות לייגט מען זיך נישט אויף די לינקע זייט נאר אויף די רעכטע [נא להזהר בקדושת הגליון]), אבער דער עולם ווארט אויף א ביאור: וואס האט פאסירט ביי די פורימ'דיגע מוסף אין טעגלאש'ער בית המדרש אויף יוז עוועניו?

איבערדעם, אין א נאכפאלגנדע ארטיקל אי"ה
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

קרעמער האט געשריבן:בסך הכל האט א איד באשריבן אן עפיזאד וואס ער האט בייגעוואוינט. פערצופאל איז עס געווען אין ביהמ"ד ראדני מיט איינער פון די חשוב'ע אידן דארט, אבער איך גלייב אז די זעלבע וואלט מען געקענט שרייבן אויף אומצאליגע אידן אין מערערע אנדערע בתי מדרשים ברחבי היהדות החרדית

איך וועל נאכאמאל קלארשטעלן: מיר לאזן נישט עפענען אשכולות וואס זענען געצילט צו בארימען לעבעדיגע מענטשן, אבער אזא סארט אשכול פאלט נישט אונטער די קאטעגאריע (אדרבה, באשרייב דו אן עפיזאד מיט ענליכע הרגישים. אבער נאכן זעהן דעם געפילדער דא, וואלט איך דיר טאקע געראטן צו שרייבן פיקטיווע נעמען אדער אויסלאזן די נעמען לגמרי. ואת הנעשה אין להשיב, ומשנה לא זזה ממקומה)
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

איז דאס די נייע קרעטשמע לשם יחוד פאר א ארטיקל?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

חחח קרעמער ... איך קען קוים ווארטן אויף דיין ארטיקל טו פאלאו...אבער מאך זיכער נישט אריין צופאלן אין א סומאטוכע צו מוסף איז א דאוריתא צו נישט.

און צו דיר גרויזי, אויב מיינסטו אז מיטן אראפשלינגן צומ זאך האט זיך עס געענדיגט... נא! מיר קענען קוים ווארטן אויף די אשר יצר וואס גייט קומען.
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

ס'ארא פארברענגען דאס!!!

למעשה האסטו געדאווענט מוסף???
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

כ'בין צופעליג אריינגעפאלן דארט ערב ת"ב ביי מוסף, אויב איך וועל זאגן אז ס'האט אויסגעזען ווי זאת חנוכה נאך הושענות קלאפן האב איך נאך ווייניג געזאגט....

כ'וואונדער זיך נאר, ווי זוי קרעמער וועט שרייבן אנע אפענע גילוי, בעת פילע אלטגעזענסענע אפגעטער (ניקס) האבן זיך דארט באטייליגט.


---
ביקסאד; האסט מיר געקאסט א זאפטיגן אויספלאץ, ביל וועט נאכפאלגן...
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

קרעמער ;l;p-
ביקסאד, די קאפ אויפ'ן פלאץ
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

גיי ווייס וואס האט אויפגעקוועקט דעם אלטן בער צו שרייבן אן ארטיקל מיט זיבן פאראגראפן, נאך א צירקע פון עטליכע יאר וואס דאס איז שוין נישט געשעהן א_חוץ אין די זומער וואכן ווען די גערוך אין באנגעלאו שטיפט אים ארויס אויפן פארטש מיטן לעפ-טאפ. און אפשר טאקע דאס? אפשר האט ער זיך שוין דערמאנט פון קאנטרי? דאס קען זיין גאר גוטע נייעס!

און ס'קומט נאך א נאכפאלגנדע ארטיקל? האָלי!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

העיקר שכחתי, מזל טוב לרגל מעמד השלמת מספר שלשה ועשרים אלף ושלש מאות תגובות, כן ירבו!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ביקסאד האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:בסך הכל האט א איד באשריבן אן עפיזאד וואס ער האט בייגעוואוינט. פערצופאל איז עס געווען אין ביהמ"ד ראדני מיט איינער פון די חשוב'ע אידן דארט, אבער איך גלייב אז די זעלבע וואלט מען געקענט שרייבן אויף אומצאליגע אידן אין מערערע אנדערע בתי מדרשים ברחבי היהדות החרדית

איך וועל נאכאמאל קלארשטעלן: מיר לאזן נישט עפענען אשכולות וואס זענען געצילט צו בארימען לעבעדיגע מענטשן, אבער אזא סארט אשכול פאלט נישט אונטער די קאטעגאריע (אדרבה, באשרייב דו אן עפיזאד מיט ענליכע הרגישים. אבער נאכן זעהן דעם געפילדער דא, וואלט איך דיר טאקע געראטן צו שרייבן פיקטיווע נעמען אדער אויסלאזן די נעמען לגמרי. ואת הנעשה אין להשיב, ומשנה לא זזה ממקומה)

ביקסאד, איך האב געפלאצט ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

די ערשטע ארטיקל אינעם קרעטשמע\פארברענגען פארום פון קרעמער יארע עלעוו!!! עס פארלאנגט זיך א באזונדערע אשכול אזוי גרויס ווי בין לאדינ'ס טויט, אויסצופארשן די נושא פון אלע זייטן.

און מזל טוב צום נייעם שר ה3X3X0! אוי אנטשולדיגט, דארפסט נאך לויפן א צעהן טויזנט ביז אהין.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

בילד
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

הער אויף קליקו! נישט אין יעדן אשכול דארפסטו אריינמישן ציונות.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נאופס, איך כאפ נישט ביקסאד'ס תגובה... באמת נישט

צום זאך'ס בילד מאכט שוין מער סענס (אקעי, דאס איז בלויז א ליגנט)
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

א בילד פון מאמי מאגאזין, "טעגלאש" איז די קאווער סטארי. (נישט אז "טעגלאש" דארף צוקומען צו א באשרייבונג אין 'מאמי' מאגאזין, ס'נאר אז 'מאמי' גלייכט קאנטארווערסיע...)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

קרעמער האט געשריבן:נאופס, איך כאפ נישט ביקסאד'ס תגובה... באמת נישט

קרעמער האט געשריבן:מער ווייניגער קען מען דא נעמען אן אנקעטע אויף יעדן ניק וואוהין ער באלאנגט...
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

קרעמער
וויאזוי האט דער ראפשיצער רב געזאגט? צו זיין א תם מוז מען זיין א חכם....

כאילו דו פארשטייסט נישט ביקסאד'ס תגובה.....

צום עצם אשכול האב איך פיין געלאכט, ס'האט מיר צוריק געטראגן צו די אלטע צייטן.... אוי ווי דרייט מען צוריק די זייגער...
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. קליען »

יאפס זעהט אויס אז מהדרין נייע אייזקרים מאכט וואונדער

קרעמער ;l;p-

און :evil: פארן נישט שרייבן אפטער
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

קוקט אויס אז קרעמער האט געהאט א שווערע טאג נעכטן. מ'העט מוזן נעמען ערנסטע שריט צו מאכן פון אים א קרעמעש יעדן טאג באזונדער!

קרעמער מיר בענקן צו די צייטן ווען דיין זייגער איז געלאפן שטייטער, און א באזונדער'ן דאנק קומט זיך פאר די האלאנד'ישע קאפיטאל!
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

קרעמער האט געשריבן:_________________
"והמדקדקים כותבים בכל יום ארטיקל חדש משום חביבות המצוה
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

קרעמער האט געשריבן:צום זאך'ס בילד מאכט שוין מער סענס (אקעי, דאס איז בלויז א ליגנט)

יש לפרש שהוא לשיטתו:
קרעמער האט געשריבן:באמת וואלט איך דאס געדארפט שרייבן מיט מיין "צום זאך" ניק

אבל יש להקשות ע"ז:
קרעמער האט געשריבן:אבער גרויזי האט דאס אויפגעגעסן פאר נאכטמאל

ואולי יש לומר:
קרעמער האט געשריבן:ער האט אפילו נישט געמאכט קיין נאך-ברכה

געלעגער האט געשריבן:אויב מיינסטו אז מיטן אראפשלינגן צומ זאך האט זיך עס געענדיגט... נאו!

ווינקל האט געשריבן:געקאסט א זאפטיגן אויספלאץ, ביל וועט נאכפאלגן...

קרעמער האט געשריבן:איבערדעם, אין א נאכפאלגנדע ארטיקל אי"ה

ודו"ק ודי וק"ל.



ווינקל, רש"י טייטש אלילים - ניקסן, מלשון אל, עיי"ש.
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

וויאזוי ליינט מען דאס? פון אינטן אויף ארויף הערשט א מיספארשטענדעניש, פון אויבן אויף אראפ שטימט עס עפעס נישט און ברעיל קען איך זיכער נישט ליינען.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח קארנפעלד פארן אויפברענגן דעם אשכול, ווייל איך בין טאקע שולדיג דעם פארזעצונג (ער מאנט עס נישט פון מיר, ווייל די הלכה פארלאנגט אוועקצוקוקן פונעם שולדיגן, זינט די ערשטע תגובה האלט זיך "פארזעצונג" אפילו אפ פון באגריסן מיין וועזנהייט, זייענדיג א מדקדק בכלה כחמורה של פנחס בן יאיר אז מען טאר נישט באגריסן דעם לוה, ער זאל נישט שפירן ווי מען מיינט דא צו אפמאנען דאס געלט).

קוקנדיג אויפן זייגער קען א געניט אויג באמערקן אז יעצט איז העט נישט די צייט פון די ערשטע איינטראגע, און יודעי דבר וועלן וויסן צו זאגען אז אזא ארטיקל איז שטארק תלוי בזמן [און טאקע דערפאר נעמען מיר נישט אן קיין פרויען ניקס, ווייל זיי זענען פטור פון מצות עשה שהזמן גרמא]. ולא זו בלבד, נאר אפילו ווען עס וואלט יא געווען יעצט אחר חצות הלילה, איז דאך אבער אינו דומה שונה פרקו נאך א זונטאג'דיגער טאג ווי נאך אן אנדערע טאג, ווייל כשם שאין פרצופיהן כך אין דיעותיהן, קוק אן א מענטש זונטאג און דו קענסט נישט מעיד זיין אויף אים אין א מיטוואך מתיר צו זיין דעם עגונה זיינעם רח"ל, ווייל פשוטו כמשמעו, דאס איז כולי עלמא מודה אז א זונטאג-דיגער פרצוף איז נישט גלייך אפילו קיין משהו צו א מיטוואך-דיקער (הגם איך גלייב נישט אז מען וועט דאס געפונען קליפ און קלאר אין די פוסקים, אבער די אונטערליגנדע סיבה קען זיין ווייל זייערע זונטאג'ס האבן אנדערש אויסגעקוקט. בקיצור נמרץ מסביר צו זיין אין קורצע ווערטער און ארויסברענגן אביסל מער פראקטיש - ווי דער שטייגער פון די היינטיגע מפרשים - קיין פעסטראמי אויף זכר בונדלעך האבן זיי ניעט געהאט פון וואו צו באצאלן, אלזא מיט וואס זאל דער זונטאג אנדערש זיין פונעם מיטוואך?)

צוריק צום ענין - ווי מאשקע פארפירט לעצטנס - וואלט מען געקענט זאגען אז וויבאלד דער ערשטער תגובה אין אשכול איז געשריבן געווארן אין אן אור ליום חמישי אחר חצות הלילה, און אזא מאמענט און מצב וועט זיך האפנטליך נישט מאכן אין די נאנטע צוקונפט, איז אפשר בין איך אינגאנצן פטור פון ממשיך זיין דעם פארזעצונג, ווייל לא ראי זו כראי זו, זי האט נישט געזען און זי האט נישט געזען. למעשה אבער ווייסן מיר אז הכל הולך אחר החתן, ואם הסוף טוב הכלה טוב, בפרט ווען מען שטייט 2 טעג פאר די תיקון ליל שבועות נאכט און 2 און א האלב טעג פאר די דעלקעלעך וואס קומען אראפ אויפן בארג סיני איינגעהילט אין געלע טליתים (מיר האבן דאך נישט קיין צייט זיך פארצוברייטן געהעריג מיט חסידישע ספרים, כאפט מען א שאפערס-רוט מיט א בולעטין און מען זעהט וואס די גראפיקער האבן מחדש געווען לכבוד האי יומא, און פון דארט כאפט מען התפעלות אויפן יום טוב. יא יא, שיין זעהן מיר אויס בעוה"ר היינטיגע צייטן)

איז [כלשון הבאלייכטונגען] וואו האבן מיר געהאלטן? דאכט זיך אז מיר האבן נישט געהאלטן ביי גארנישט. נו, אז מען האלט שוין ביי גארנישט, האלט מען דאך שוין גאר ווייט. ווייל דער גאנצער תכלית פון די ירידה איז דאך נאר צוצוקומען צו גארנישט. און די תכלית פון גארנישט איז צוצוקומען צו גארנישט מיט נישט. אבער גארנישט מיט נישט איז דאך שוין ווייטער ווייט פונעם תכלית, ווייל עס איז דאך שוין ווידער "מיט" עפעס? אבער אויף דעם האבן דאך אלע ספרים פארשידענע תירוצים, יעדער איינער אויף די קשיא וואס ער שטעלט זיך, ממש יכלה הנייר והנאר לא יכלה.

קלערט איר אז אויב מען גייט נאך די גמר, און די גמר פונעם ארטיקל וועט יא האבן א חלות נאך חצות, וועט אנדערש זיין די גאנצע דין און די סברא פונעם תגובה? אמער, מיר ווייסן דאך אז ביי דרבנן זאגט מען יא ברירה, האסטו דאך א ברירה צו ווערן א רב!

שוין, איך הייב שוין אן רעדן צום דבר, און דער כלל גילטעט אז ווי נאר מען הייבט אן רעדן "צום זאך", קומט ... אן און פארפירט. אה, נאך א מזל איך האב מיך דערמאנט פון [נאמען ארויסגענומען צוליב וכו'], ווייל איך בין אים שולדיג א קאמפלימענט ווי פלייסיג ער האט געלערנט אין שוהל, אזש ער האט מיך אפילו נישט באמערקט מרוב התלהבות און קאך. דער פראבלעם איז נאר, אז ער האט געלערנט "מסכת מדות"... סארי מיין גוטער חבר, אבער נישט דאס האט דער טעראפיסט געמיינט ביים הייסן לערנען עניני מדות...

וואס נאך? ווער זאגט אז עס קומט נאך עפעס? נישט יעדע סעודה ענדיגט זיך מיט קאמפאוט, אמאל מוז מען זיין צופרידן מיט קרויט.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

דער קרעמער זעהט לעצטענס אויס פארקילט
קוי לאכוי ;l;p-
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

קרעמער איך וועל נישט לאנג אויפהאלטן נאר א קורץ ווארט: הכל מודים בקרעמער דבעינן למהוי קמא קמא חוזר וניעור, כדכתיב חדש ימינו כקדם.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”