בלאט 1 פון 1

מי כעמך ישראל

געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2006 1:32 pm
דורך יגרסהדותא
צווישן אלע צעטליך אין ביהמ"ד האט זיך מיך באוויזן א קליינעם ווייסן פאפיר, געשריבן ווי פאלגענד:


ווער עס וויל מיטשיקן א פעקל צו קעמפ ** ** קען מיך רופן ***-****

עס קאסט צווישן 3 אין פינעף דאלער

די הכנסה גייט פאר צדקה.

געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2006 12:47 pm
דורך איך פרוביר
איך בין פאריגע וואך געווארן סטאק אויף די 17 אויף די וועג אריין צו די סיטי, איך בין געשטאנען אפשר 20 מינוט קיין איין גוי האט נישט גענומען די מיה זיך אפצושטעלן, און פלוצים זע איך אז איינער מאכט א שארטסטאפ אין בעקט צי צי מיר, און דאס איז געווען א איד, צוויי מינוט שפטער קימט און נאך א איד, און ער זאגט מיר אז ער האט מיר שוין געהאט אריבערגעפארן נאר ער איז ארויסגעגאנגען ספשעל א עקסיט וועגן מיר, ער איז אפילו נישט געווען זוכער אז ס'איז א איד.

מי כעמך ישראל

געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2006 12:58 pm
דורך סאכדעס
יישר כוח יגר'ל מיט טייפ, דער עולם ווערט געבעטן אנצופילן די אשכול ביז די ברעגעס, סיז איצט די דריי וואכן, זאל'ן זיך די איד'נס ווערק גרויס ווערן און משיח זאל שוין זיין דא.

געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2006 4:44 pm
דורך קרעמער
איך האב לעצטנס געהערט פון א פאמיליע אין וויליאמסבורג, וואס נעמט נישט קיינע פון די שטאטישע זאכן, אויסער עסן-מארקעס ודי, און די קארטל דערפון ליגט ביי א ארימע משפחה, וועלכע נוצט דאס פאר זייערע טעגליכע געברויכן !

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2007 11:40 am
דורך מאשקע
אין א געוויסע וועכנטליכע אויסגאבע, האב איך פארגאנגענע וואך אפגעציילט איבער 70 גמח"ן ביי די קלאסיפיידס!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 3:04 pm
דורך קרעמער
א געוואלדיגע קידוש השם איז היינט ענטשטאנען אין די קארידארן פון טוויטער, ווען RCCS האט פאר 3 שעה צוריק געמאלדן:


In need of 240k delta sky miles. a 14yr old boy & his father from israel need to get to the DR. Pls email [email protected] if u can help


און א שעה דערויף זענען זיי צוריקגעקומען מיט א מעלדונג:


What amazing ppl!!! 240k miles received within 16 minutes of posting. Thank u all

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 3:28 pm
דורך שאלת_חכם
איז טוויטער אין שווערע מצבים א אויפטוה?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 4:42 am
דורך msp
איך מיין אז די שאלה איז געווען וועגען כל מי וואסער?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 11:54 am
דורך משה קארנפעלד
מי כעמך ישראל!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 11:57 am
דורך leiby
אינטערסאנט נאר ווי קרעמער איז אנגעקומען צו דעם אשכול.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 12:00 pm
דורך קרעמער
א פארגעשריטענע זוכעניש אויף קעפלעך פון אשכולות מיט די ווערטער "מי כעמך ישראל" האט גראדע צוריקגעברענגט דריי שטיק, אבער נאכן ליינען די תוכן פון אלע דריי איז געבליבן אז אט דאס איז דאס פאסיגסטע ארט דערפאר.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 11:11 pm
דורך שטרויזאק
איך האב אמאל צוגעשפארט די קאר מיט די שליסלעך דערינען, נא... וואס טוט א איד אין אזא פאל? האב איך גערופן חברים
איז געקומען א מעמבער מיט בגדי שבת פון א משפחה חתונה ארויסהעלפן א איד.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 2:07 am
דורך שוועמל
זייער אינטערענסאנט קרעמער, סיז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אזא זאך צו גיין קאלעקטן מיילעזש.
איך האב ליגן בערך 40 טויזענט מייל וואס ווי עס שיינט גיי איך ס נישט נוצן.

פאריאר האט עקספייערט ביי מיר נאך 70 טויזענט מייל, א שאד כאב עס נישט געגעבן פאר אזא צוועק, פרוטה פרוטה מצטרפת.