מי כעמך ישראל

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

מי כעמך ישראל

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג יולי 20, 2006 1:32 pm

צווישן אלע צעטליך אין ביהמ"ד האט זיך מיך באוויזן א קליינעם ווייסן פאפיר, געשריבן ווי פאלגענד:


ווער עס וויל מיטשיקן א פעקל צו קעמפ ** ** קען מיך רופן ***-****

עס קאסט צווישן 3 אין פינעף דאלער

די הכנסה גייט פאר צדקה.

איך פרוביר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:32 pm

תגובהדורך איך פרוביר » פרייטאג יולי 21, 2006 12:47 pm

איך בין פאריגע וואך געווארן סטאק אויף די 17 אויף די וועג אריין צו די סיטי, איך בין געשטאנען אפשר 20 מינוט קיין איין גוי האט נישט גענומען די מיה זיך אפצושטעלן, און פלוצים זע איך אז איינער מאכט א שארטסטאפ אין בעקט צי צי מיר, און דאס איז געווען א איד, צוויי מינוט שפטער קימט און נאך א איד, און ער זאגט מיר אז ער האט מיר שוין געהאט אריבערגעפארן נאר ער איז ארויסגעגאנגען ספשעל א עקסיט וועגן מיר, ער איז אפילו נישט געווען זוכער אז ס'איז א איד.

מי כעמך ישראל

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 21681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג יולי 21, 2006 12:58 pm

יישר כוח יגר'ל מיט טייפ, דער עולם ווערט געבעטן אנצופילן די אשכול ביז די ברעגעס, סיז איצט די דריי וואכן, זאל'ן זיך די איד'נס ווערק גרויס ווערן און משיח זאל שוין זיין דא.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יולי 28, 2006 4:44 pm

איך האב לעצטנס געהערט פון א פאמיליע אין וויליאמסבורג, וואס נעמט נישט קיינע פון די שטאטישע זאכן, אויסער עסן-מארקעס וד"ל, און די קארטל דערפון ליגט ביי א ארימע משפחה, וועלכע נוצט דאס פאר זייערע טעגליכע געברויכן !

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 12, 2007 11:40 am

אין א געוויסע וועכנטליכע אויסגאבע, האב איך פארגאנגענע וואך אפגעציילט איבער 70 גמח"ן ביי די קלאסיפיידס!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 3:04 pm

א געוואלדיגע קידוש השם איז היינט ענטשטאנען אין די קארידארן פון טוויטער, ווען RCCS האט פאר 3 שעה צוריק געמאלדן:


In need of 240k delta sky miles. a 14yr old boy & his father from israel need to get to the DR. Pls email info@rccscancer.org if u can help


און א שעה דערויף זענען זיי צוריקגעקומען מיט א מעלדונג:


What amazing ppl!!! 240k miles received within 16 minutes of posting. Thank u all

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 3:28 pm

איז טוויטער אין שווערע מצבים א אויפטוה?
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 4:42 am

איך מיין אז די שאלה איז געווען וועגען כל מי וואסער?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 11:54 am

מי כעמך ישראל!
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 11:57 am

אינטערסאנט נאר ווי קרעמער איז אנגעקומען צו דעם אשכול.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 12:00 pm

א פארגעשריטענע זוכעניש אויף קעפלעך פון אשכולות מיט די ווערטער "מי כעמך ישראל" האט גראדע צוריקגעברענגט דריי שטיק, אבער נאכן ליינען די תוכן פון אלע דריי איז געבליבן אז אט דאס איז דאס פאסיגסטע ארט דערפאר.

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 11:11 pm

איך האב אמאל צוגעשפארט די קאר מיט די שליסלעך דערינען, נא... וואס טוט א איד אין אזא פאל? האב איך גערופן חברים
איז געקומען א מעמבער מיט בגדי שבת פון א משפחה חתונה ארויסהעלפן א איד.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 2:07 am

זייער אינטערענסאנט קרעמער, סיז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אזא זאך צו גיין קאלעקטן מיילעזש.
איך האב ליגן בערך 40 טויזענט מייל וואס ווי עס שיינט גיי איך ס נישט נוצן.

פאריאר האט עקספייערט ביי מיר נאך 70 טויזענט מייל, א שאד כאב עס נישט געגעבן פאר אזא צוועק, פרוטה פרוטה מצטרפת.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יעקב99, מזל מידיע און 6 געסט