בלאט 1 פון 2

גוטע געלגנהייט פאר שרייבער

געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2007 2:36 pm
דורך Anonymous
מיר זענען פאראינטערעסירט אין שרייבערס פאר א publication,
אין פארשידענע נושאים, yiddish/english
פאר מער אינפארמאציע פארבינדט אייך

[email protected]
ווי אויך א געלעגנהייט צו טרענסלעטן (TRASLATING) פון ענגליש צו יודיש

געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2007 2:38 pm
דורך Anonymous
איר קענט אויך פרובירן צו רעדן אין גימייל

געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2007 2:39 pm
דורך דארפסמאן
וואחז א סעמפל פליז
אין ביי די וועי וואס איז די לעצטע פיר נאמבערס פון דיין האטליין

געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2007 2:47 pm
דורך צייטליך
איין זאך, אויב נעמסטו אוועק א שרייבער פון דא, מיזטו אים לאזן יעדן טאג קומען מהנה זיין דעם עולם דא,
ס'איז נישט קיין יושר סתם אזוי אוועק צו נעמען איינעם.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2007 2:51 pm
דורך מאשקע
גערעכט, צייטליך.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2007 3:41 pm
דורך Anonymous
עטליכע נקודות,
1)מיר זוכען נישט לע"ע קיין פול טיים שרייבער, מיר ווילען באצאלן פער ארטיקל, אין ענגליש הייסט עס FREELANCE
2)איר קענט מפרסם זיין אייערע ארטיקלען דא אדער במקום אחר, מיר דארפן נישט, און האלטן נישט די בעלות דערויף.
3)ווי אויך דארף עס נישט זיין געשריבן גאר פראפעסיאנאל, מיר זוכען בעיקר תוכן.
4) איר קענט בלייבען אנאנים, אויב איר וועט וועלן קען מען צאלן דורךPAYPAL
5) מיר זוכען שרייב ארבעט אין די פאלגענדע נושאים, ביזנעס, ריעל עסטעיט, קרעדיט, געלט, טעכנאלאגיע, אינוועסטמענטס, הלכות, ארבייט פלאץ,
ווי אויך פראקטישע עצות\ערפארונג אין ביזנעס און אלגעמיינע ווערטשאפט,

געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2007 4:13 pm
דורך קרעמער
הייסט דאס אז דו ביסט דער וואס האט מיר לעצטנס געשיקט אין ג'ימעיל, אהא.

טענקס באט נא טענקס, איך גלייך גיכער די קרעטשמע.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2007 4:17 pm
דורך א אידעלע
דו 212990xxxx,
אפשר וואלט געווען כדאי זאלסט אויפזוכען דא אין קרעטשמע ארטיקלען וואס עס געפעלט דיר, און זאלסט באצאלן פאר דעם שרייבער פון דעם ארטיקל דעם פרייז וואס ער וועט בעטן.................

געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2007 4:34 pm
דורך סאכדעס
קרעמער רעדט קלארער, אויב איז עס יענער וואס האט דיר אריינגעשיקט אין ג'ימעיל פארוואס איז בעסער צו בלייבן אין קרעטשמע? ער איז דאך גרייט צו צאלן?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2007 4:39 pm
דורך קרעמער
דו ביסט שוין געווארן זיינס אן אגענט?

די סיבה פארוואס איך גלייך גיכער די קרעטשמע, ווייל איך טוה דאס אן קיין פרעשור, פארקערט, עס איז א פלעזשור, אנדערש ווי ארטיקלן אין אן אויסגאבע.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2007 4:41 pm
דורך א אידעלע
וואס איז די פרעשור, קוק וואס ער שרייבט.

3)ווי אויך דארף עס נישט זיין געשריבן גאר פראפעסיאנאל,

געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2007 4:54 pm
דורך איך_הער
איך האלט אזוי ווי א אידעלע, ער זאל זיך אויסוועלן וואס ער גלייכט פון דא, און זיין א מענטש און באצאלן פארן שרייבער.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2007 4:56 pm
דורך סאכדעס
קרעמער וואס גייט פאר מיט דיר? דא ביניך גדול הדור, דאס ביניך אן אגענט, כ'מיין קאלום דאון.

ער רעדט דאך פון באצאלן, ער וויל קיינעם נישט אוועקנעמן קיינעם.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2007 7:13 pm
דורך Anonymous
כאמור, ס'איז נישט דא קיין שום סיבה צו האבן פרעשור, מיר קאנצעטרירען אויף אינפארמאטיווע ארטיקלען, נישט דווקא שרייבערישע,
ווי אויך שטעלן מיר צו סחורה אויף צו טרענסלעיטן

געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2007 8:35 pm
דורך מאשקע
212, אויב כ'מעג פרעגן. וואספארא נוצן האסטו פון ארטיקלן וואס זענען נישט געשריבן געווארן פראפעסיאנאל? כ'מיין, וואס קענסטו טון דערמיט? וואו קענסטו עס פובליצירן?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2007 8:51 pm
דורך Anonymous
מאשקע
רובא דרובא היימישע אויסגאבעס, זענען וויייט פןו פראפעסיאנעל געשריבן
ובכן, אוודאי וואלטן מיר געוואלט שלמות, אבער לעת עתה איז עס צו ווייט צו דערגרייכען,

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2007 12:43 pm
דורך סאכדעס
אמת הרב 212 אבער פארוואס קומסטו נישט מיט קיין מערערע דיטאלן?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2007 12:55 pm
דורך מאשקע
מר. האטליין (דאס איז דיין נייע נאמען פון היינט און ווייטער), מילא אונז שרייבער האלטן אז די צייטונגען זענען בדיוטא התחתונה בנוגע דעם אידישן שפראך, פארשטענדליך. אבער וויאזוי קען א פארשטייער פון איינע פון די אויסגאבעס מודה זיין דערויף בפני כל עם ועדה?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2007 1:01 pm
דורך איך_הער
איך האב מורא אז ער איז אזא פארשטייער, ווי אונז שרייבער.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2007 1:07 pm
דורך מאשקע
איכער, דו שאצט אונז אונטער?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2007 1:09 pm
דורך איך_הער
ענדערש ווי אים איבער שאצן.

Re: גוטע געלגנהייט פאר שרייבער

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2020 1:25 am
דורך אויף געבלאזן
שוין געטראפן?
סהאט זיך אויס געארבעט ?
ארבעט שוין פול טיים?
סתם נייגעריק

Re: גוטע געלגנהייט פאר שרייבער

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2020 1:28 am
דורך נשמת השכל
אויף געבלאזן האט געשריבן:שוין געטראפן?
סהאט זיך אויס געארבעט ?
ארבעט שוין פול טיים?
סתם נייגעריק

זאג נאר! וועמען טרייסטו דא נאכצומאכן מיטן האלטן אין איין ארויפברענגען אלטע אשכולות???

Re: גוטע געלגנהייט פאר שרייבער

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2020 6:21 pm
דורך זאג א גוטס
נשמת השכל האט געשריבן:
אויף געבלאזן האט געשריבן:שוין געטראפן?
סהאט זיך אויס געארבעט ?
ארבעט שוין פול טיים?
סתם נייגעריק

זאג נאר! וועמען טרייסטו דא נאכצומאכן מיטן האלטן אין איין ארויפברענגען אלטע אשכולות???

ביזט אין פארברענגן אשכול - נישט אזוי שטרענג!

Re: גוטע געלגנהייט פאר שרייבער

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2020 10:15 pm
דורך נשמת השכל
זאג א גוטס האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
אויף געבלאזן האט געשריבן:שוין געטראפן?
סהאט זיך אויס געארבעט ?
ארבעט שוין פול טיים?
סתם נייגעריק

זאג נאר! וועמען טרייסטו דא נאכצומאכן מיטן האלטן אין איין ארויפברענגען אלטע אשכולות???

ביזט אין פארברענגן אשכול - נישט אזוי שטרענג!

דו חכם! ווען איך בין ווען נישט אין פארברענגען וואלט איך דאך נישט געווען אזוי שטרענג...