איך פרעג נאר

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

Anonymous

איך פרעג נאר

תגובהדורך Anonymous » מאנטאג ינואר 15, 2007 3:52 pm

חאטשיג איך בין נאך ניי וואלט איך געוואלט מיט גרויס דרך ארץ פרעגען פין די הנהלת הקרעטשמע

צי עס וואלט געווען א גיטע עצה צי אריינ ברענגען די נייעס אשכול אין די קרעטשמע ממש ווייל עס דעבאטירט זיך געשמאקער איבער א גלעזעל משקה אין אויך אז עס איז דארט אינדרויסען גייט מען ווייניגער

אהין אין עס איז אזוי באזייטיגט אבער אפשר אז עס וועט זיין מלפנים וועט עס אויפלעבען

ועזבעה"ח

פלעינע פשוטע מענטשעלע

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג ינואר 15, 2007 6:01 pm

פארוואס שיקסטו נישט קיין אישית צו די מנהלים?

שטאטס נער
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2007 3:22 pm

תגובהדורך שטאטס נער » דינסטאג ינואר 16, 2007 4:24 pm

ווי קען מען דא זען נייעס??

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » דינסטאג ינואר 16, 2007 4:26 pm

וויאזוי עפענט מען א אשכול?

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג ינואר 16, 2007 5:04 pm

פלעינע מענטש:

דיין פראגע/פארשלאג, האט שוועכע טשענסעס ס'אל דורך גיין.
ווען ס'האט זיך געהאנדלט איבער אן אנדער ענין, האב איך שוין דאן פארגעשלאגן אזא סארט סקר/פארשלאג און ס'מיאוס דרוכגעפאלן

זע דא מער פרטים

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 16, 2007 8:11 pm

איך פארשטיי נישט די געדאנקן גאנג פון די וואס ווילן צונויפשמעלצן אלע סארט טעמעס אין איין פורום, עס איז דאך ממש כלאים.. שטותים מיט לאקשן האט מען שוין געהערט, אבער שטותים מיט נייעס צונויפגעפלאכטן? מען וועט דאך נישט קענען מבדיל זיין צווישן די צוויי ענינים העומדים בתחתיתו של עולם.

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » דינסטאג ינואר 16, 2007 9:06 pm

לכבוד הרב זארעכפעפער אין רעביי קרעמער

לפי עניית דעתי איז די פשט אזוי אזוי ווי די פאקט איז אז מען דרייט זיך בעיקר אין די קרעטשמע אין מען דרייט זיך נישט אינדרויסען (אזוי ווי מען זעט אז די שטאטס נער האט אפילו נישט געוויסט אז עס איז דא אזא אשכול ווי "נייעס" מיינט דאס אז אדער איז דא אזא אשכול אין די קרעטשמע אדער אזוי ווי איצט וואס עס איז אזוי ווי עס איז נישטא ווי נאכאמאל די פאקט איז אז מען קוקט בעיקר דא אין מען קען נישט קוקען אין טויזענט פלעצער נאר פאר דעם וואס קרעמער זאגט אז מען קען נישט מישען קען מען אפשער מאכען אז נייעס למשל וועט זיין א אנדערע קאליר אדער עפעס א אנדערע עצה ווייל אזוי ווי עס איז איצט איז א רחמנות אויף די נייעס אשכול

ווערי סימפעל

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך ינואר 17, 2007 11:09 am

איך האב דיר געזאגט אז אויב די וועסט מאכען א אינטערסאנטע טעמע ביי די נייעס וועט דער עולם אהין לויפן , דער עולם גייט ווי עס איז אינטערסאנט אפילו אויב מען וועט עס אהער ברענגען אין אויב ס'וועט נישט זיין אינטערסאנט וועט דער עולם נישט קוקען אויף דעם ,אין וועגן די שטאטס נער וואס האט נישט געוויסט אז עס איז דא אזא אשכול ווי נייעס ער איז נאך א גרינער דא (נייער) מיין צווייטען טאג דא האב איך אויך נישט געוויסט אלעס , מיט די צייט לערנט מען זיך
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 9 געסט