רבות מחשבות בלב בלב איש! וויכי!..

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

רבות מחשבות בלב בלב איש! וויכי!..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

יעצט דא נאך א ענגע אסיפה אין אפיס, האבן מיר כולם פעדער אחד באשלאסן, ניייייין!!! דאס גיימיר נישט צולאזן!

דער גרויסע טאטע מיט די געלע בארד מיט זיין המעיל האט באשלאסן ארויסצוגיין אין א מלחמת קרעמער אנטקעגן אונז, די פארברענגן זיצער, און באשלאסן אז קרעטשמע זאל אנהייבן ראקן און אזוי ארום וועט דאך פארברענגן אונטערגיין.

פזמון: אוי אוי אוי יאם אוי אוי אויאם אוי אוי אוי אוי אוי אויאם.. רבות מחשבות בלב בלב איש! וויכי!
נישט מיט אונז!

יא, מיר ווייסן פון די געהיימע מיטונג וואס דו האסט פאררופן ביי דיר אין סטודיא אז אזוי ווי יעצט אידאך ספירה, און דו האסט נישט קיין זשאבס, גייט מען צוזאם נעמען א פאראייניגטע קרעטשמערדיגע ארגענעזאציע ווי די פארשטייער וועלן פארפלייצן דעם אויסגעשפילטן פארום 'היימישע קרעטשמע' מיט זאפטיגע ארטיקלעך. דער עולם וועט שטיקן פאר געלעכטער, און מיר דא און אונזער פארום וועלן בלייבן אויסגעשפילט.

אבל דא קוקו, אז דו האסט פארזעהן, און בדרך לא דרך איז אנגעקומען דער פראטאקאל פון די העצערישע אסיפה -וואס דערווייל האלטן מיר זיך אפ פון אנטדעקן דעם אינהאלט דערפון- צו איינער פון אונזערע חברה.

פזמון: אוי אוי אוי יאם אוי אוי אויאם אוי אוי אוי אוי אוי אויאם.. רבות מחשבות בלב בלב איש! וויכי!
נישט מיט אונז!

אין א איילעניש האבן מיר צוזאם גערופן אלע אונזערע מעמבערס, מ'האמיר פארשאפט א פרייוועט זשעט פאר גרויזאמער וועלכע איז געקומען צופליען פון מאנגאליע מאלי יצ"ו. צום זאך האמיר אוועק געריסן פון פעלד וואו ער האט געהאלטן אינמיטן שניידן איילבירטן און ווייץ, און ער האט ערשיינט צום אסיפה אנגעטוהן מיט זיין באליבטע פארמער היט, און די וואן פיס הויזן מיט שלייקעס. שמערי (יא! מיר ווייסן אז ער איז אויך פון וויכי'ס חברה.. נעה! דאס איז א דאפעלטע אגענט שפיל. -פאמער לויפט און קויפט! דעם ספאנישן ביכל "שמערי פארכאפט צווישן די טעראריסטן") איז געקומען צו רייסן פון זיין געזאטעלטע ראשעקאלישן אפיס בענקל. דארפסמאן האט זיך דערזעהן אונטער רגעים אין פארברענגן העדקווארדעס. א.א.וו.

געעפענט דעם שטורעמישן אסיפה האט דער דייאען מורה מורינו ר' סאכדעס, וואס איז א_ווי תמיד אנגעקומעו גאר שפעט, וואו ער האט ארויסגעברענגט דעם ווייגעשריי פון די וואס ווילן אונז אונטערברענגן. נאכער האט גערעדט איינער -וואס זיין נאמען ווערט געהיים- פון דיינע חברה וואס האבן ארויסגעגעבן אלע פלענער וואס דו האסט געוועבט (יא דו בוסט דער וועבער!) אונטער די קוליסן.

קוקטס אים אן דארט, ער צוהט זיך שוין איין ס'בייכל, האלט זיך דעם אטעם, פארקנייטש זיך די שטערן, שאקעלט זיך די פיס, עפענט די אויגן ברעמען, לייגט אראפ דעם היט אויפן טיש, לייגט זיך צוזאם די הענט אויפן טיש ווי א וואויל יונגעלע, זיצט אויפן שפיץ בענקל, שפייאכץ רינט אים פון די ווינקלען פון זיין מויל.. אט אט גייען די חכמים מיר פארציילן וואס זיי פלאנען פאר א קאונטער-אטאקע. חחחחחח!

פזמון: אוי אוי אוי יאם אוי אוי אויאם אוי אוי אוי אוי אוי אויאם.. רבות מחשבות בלב בלב איש! וויכי!
נישט מיט אונז!

וויכי! נקמה איז זיייייער גרויס! וועיט ענד סי.

יעצט זינגסט אלע צוזאמען:
אוי אוי אוי יאם אוי אוי אויאם אוי אוי אוי אוי אוי אויאם.. רבות מחשבות בלב בלב איש! וויכי!
נישט מיט אונז!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ארעסטאנט האט געשריבן:וויכי! נקמה איז זיייייער גרויס! וועיט ענד סי.
טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:לא תקום. באוצר החיים להגה"ק מקאמארנא כתב דכל האיסור של לא תקום נאמר רק באופן שחבירו ציער אותו במקרה, ואין בדעתו לצער אותו להבא, אבל אם אם רואה שחבירו עומד במרדו, וממשיך לצערו, אז מותר לכתחילה לשלם לו על מה שעושה, ואפי' עוד יותר, ותבוא עליו ברכה שעי"ז מונע חבירו מדבר עבירה עי"ש.

נעתק מפה
ועמך כולם צדיקים
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

ארעסטאנט דו זאלסט דאס דערלעבן.

דערווייל זעה איך נישט וויזוי דו קענסט אפילו א האר פון דיינע פלענער צושטאנד ברענגן.

איך שטיי אין די זייט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך קען מיך נישט דערמאנען יעצט, אבער ערגעץ האב איך געהערט מיכאל זינגען דעם פזמון... דאכט זיך אז עס איז געווען ביי א אינגערמאן אינדערהיים א קארגע וואך צו פסח, א "מקימי" קאל אפשר. גיי געדענק.
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

ברוך_שמו האט געשריבן:ארעסטאנט דו זאלסט דאס דערלעבן.

דערווייל זעה איך נישט וויזוי דו קענסט אפילו א האר פון דיינע פלענער צושטאנד ברענגן.

איך שטיי אין די זייט.


דו האלט נאר ווארט, און בלייב שטיין אין די זייט. טענקס!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ארעסטאנט. איט עינט גענע העלפ יו!

(דאס איז מיין קורצער ענטפער בכדאי נישט אויפצולעבן פאברענגען. מער דערוועגן וועלמיר רעדן אין קרעטשמע זעלבסט.)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

ארעסטאנט האט געשריבן:
ברוך_שמו האט געשריבן:ארעסטאנט דו זאלסט דאס דערלעבן.

דערווייל זעה איך נישט וויזוי דו קענסט אפילו א האר פון דיינע פלענער צושטאנד ברענגן.

איך שטיי אין די זייט.


דו האלט נאר ווארט, און בלייב שטיין אין די זייט. טענקס!


העי. רעד מיט איידלקייט. איך בין נישט געגאנגען מיט דיר אין איין חדר!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

לדעתי קומט דאס אין היכל הנגינה, אונטער די קאטעגאריע פון: rap music...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

צום זאך; זשאב וועל דאן, קענסט שוין צוריק אנצונדען די סערווער'ס פון קרעטשמע כ'מיין אז וויכי האט באקומען די מעסעזש אז מיט אונז הייבט מען נישט אן.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”