פון היינט וועט ער מער נישט זיין גרויזאם אויף זיין לעבן

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

פון היינט וועט ער מער נישט זיין גרויזאם אויף זיין לעבן

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 11, 2007 11:26 pm

עס קוקט אויס ווי דער היינטיגער ראש הקהל האט זיך פארגלוסט אינעם כבוד מלכים וואס דער געוועזענער רה"ק האט היינט באקומען, ווען איך האב ארויפגעשטעלט זיינע רייד איינגעפרעימט אין א ציטאטן שאכטל... יעצט אויפדערנאכט האט דאס פאסירט, דער גרויזאמער ראש הקהל האט מיט מיר געשפראכן אויפן גוגעל-רעדע, דערציילט אן אויסטערלישע עפיזאד וואס איז נארוואס פארלאפן אין זיין לעבן, און - ווי איך האב עס אים געזאגט: רצונו של כבודו זהו אדם - איך לייג עס דא ארויף לויט זיין פארלאנג:

מעשה שהיה כך היה, א עבירות האט זיך אריינגעכאפט צו מיר אינעם מאשינדל, ער האט זיך גענומען צו פריזן אינמיטן די ארבעט, בין איך געגאנגען און געדרוקט די פיזישע באטן אויפן קאמפיוטער וואס צווינגט עס זיך אויסצולעשן

ווען איך האב עס צוריק אנגעצינדן, קומט ארויף א בלויע ווינדאו בזה"ל

STOP: c000021a {Fatal system error}
The windows Logon Process system process terminated unexpectedly with a status of
0xc0000142 (0x00000000 0x00000000).
The system has been shut down.

עס האט נישט געהאלטן ביים זיך רירען
בין איך אריבער צום צווייטן לעפטאפ, קאנעקטירט דעם אינטערוועש אהין, און זיך נאכגעפרעגט ביי גוגל'ען איבער וואס ער האט צו זאגן איבער דעם פראבלעם

אלע מקורות האבן געצייגט, אז דא גייט זיין הויעך יום טוב, און אין בעסטן פאל וועל איך טאקע צוריק האבן מיין קאמפיוטער, אבער אן קיין שום אלטע אינפארמאציע, אלעס וועט גיין צו סאדאם'ן

מיינע פיס האבן געטרייסל פאר שרעק, עס רעד זיך פון א שאדן פון הויכע טויזנטערס, איך האב שוין געוואלט אנרופן מיין לענדלערד אז די קומענדיגע פאר חדשים זאל ער מיר מוחל זיין די רענט

איך האב פראבירט אלעס אין די וועלט, נאכמאל ריסטארט אבער עס רירט זיך נישט

פאר כעס און פאר יאוש, זעהנדיג כי כלתה אליו הרעה, האב איך זיך גענומען צו דרוקן דעם אויבנדערמאנטן הויפט קאמפיוטער קנעפל, אנגעצינדן און אויסגעלאשן אפאר מאל, דער קנעפל האט געהאט צו שפירן וואס עס מיינט ווען זיין בעה"ב איז אין כעס

פלוצים, מאת ה' היתה זאת, זעה איך א פרישע סקרין ערשיינען, ער געבט מיר דארט אפאר אפציעס, סעיף מאוד, און נאך, איינע פון זיי איז עפעס אזוי, צוריקצוגיין צו דארט ווי עס האט געהאלטן פאר דעם יעצטיגן פראבלעם, איך האב פראבירט אלעס, און דאס טאקע די לעצטע, און וואונדער איבער וואונדער

נתחדש כנשר נעוריו, איך האב צוריק באקומען מיין אלטע אתון, הלא זה אתוני וואס איך רייט שוין אויף'נם אזוי מער ווי א יאר


יעצט א ווארט צום חשוב'ן געערטן נאאיוון ראש הקהל, די דאזיגע אפציע קומט ארויף ווען איר דרוקט דעם F8 קנעפל תיכף ומיד, בתוך כדי אכילת פרעס פון ווען אייער מאשינקע צינדט זיך אונטער, כידוע ליודעים.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג ינואר 11, 2007 11:34 pm

און ראש הקהל טייערער, יעצט אז דיין קאמפיוטער האט זיך יא אנגעצינדן, מאך א בעקאפ פון אלע דיינע פיילס און סעטינגס ווי שנעלער, ווייל די שאנסן זענען גרויס אז דיין קאמפיוטער גייט גיין פייפן איין שיינעם טאג. ווי פארשטענדליך, אז נאכדעם וועט דער טאג שוין נישט זיין אזוי שיין...
כ'רעד פון עקספיריענס. פאלג א קלוגן איד. לייג ארויף אלע דיינע פיילס אויף א צווייטן הארד דרייוו אדער א סי-די.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » פרייטאג ינואר 12, 2007 5:46 am

טאמער וועט ער טאקע נישט גרויזאם זיין צי זיין לעבען, וועט זיין לעבען נישט גרויזאם זיין צו אים. פארשטייט זיך אז דאס איז נאר לשטתו
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » פרייטאג ינואר 12, 2007 9:36 am

ליינענדיג די ציטוט איז מיר ארויף געקומען אויפן געדאנק בערך די זעלבע ווערטער וורס מאשקע האט געריבן, און אז ער האט עס שוין געשריבן, און פארשטייט זיך אז בעסער ווי איך וואלט עס געשריבן, דארף איך עס שוין נישט שרייבן.

(פאר אלע אנדערע חבירים וואס וואס ארבעטען אויף א קאמפיוטער מעגן אויך מאכן א בעק אפ פון צייט צו צייט.)

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג ינואר 12, 2007 9:43 am

יישר כח פאר קרעמערן, און אלע קאמענטירער.

איך וויל הערן מער פרטים אויף א בעקאפ, וויאזוי מען מאכט עס, און צו דארף איך אויפזוכן אלע פיילס וואס איז פארווארפן אינעם קאמפיוטער?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » פרייטאג ינואר 12, 2007 10:26 am

איך האב א עקסטערנאל הארד דרייוו, און איך מאך כמעט א יעדע נאכט א בעקאפ פון אלע זאכן וואס איך איך דארף האבן פאר די ארבעט.

א בעקאפ איז וויכטיג אויך אויב עס מעקט זיך אמאל אויס עפעס, נישט נאר טאמער די גאנצע קאמפיוטער גייט אגאנג.

(איך טראכט שוין יעצט צו מאכן איינמאל א וואך א בעק אפ פון מיינע זאכן אויך.)

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » פרייטאג ינואר 12, 2007 11:20 am

איך גלייב עס נישט פונעם רה"ק נישט צי מאכן א בעק אפ, איך ווייס איינער וואס האט כמעט געדארפט צימאכען זיין ביזנעס וועגן דעם
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » פרייטאג ינואר 12, 2007 11:25 am

בס"ד

וואס דארף מען טוהן step by step למעשה צי מאכען א בעקאפ
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג ינואר 12, 2007 11:27 am

קודם דארפסטו ארויסבעקן פון דיין פאזיציע, און דאן וועלמיר קענען אריינגיין אין די ווייטערדיגע סטעפלעך.

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » פרייטאג ינואר 12, 2007 11:30 am

בס"ד

וואס איז אייגענטליך דיין פראבלעם מיט מיין פאזיציע
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » פרייטאג ינואר 12, 2007 11:41 am

ירא שמים האט געשריבן:בס"ד

וואס דארף מען טוהן step by step למעשה צי מאכען א בעקאפ

פאר וויפיל אינפארמעישאן דארפסטוא בעקאפ?

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » פרייטאג ינואר 12, 2007 11:44 am

בס"ד

נישט צי סאך די פיילס די סעטינגס מיט וואס מען דארף בעקאפען איך קען זיך נישט צי שטארק אויס האב נישט צי סאך פיילס
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » פרייטאג ינואר 12, 2007 11:49 am

מאשקע,

העלף אים ארויס, איך האב נישט קיין צייט יעצט.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » פרייטאג ינואר 12, 2007 12:31 pm

שוין גרויזאמער, איך האב שוין געמיינט אז דו גייסט מער נישט קענען איינסיינען מיט דעם ניק צוליבן פארלוירענעם סיסמה.. אומזינסט זיך געפרייט

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מוצ"ש ינואר 13, 2007 8:53 pm

טריאו, איך העלף נישט קיין מחרחרי ריב...
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: yid און 8 געסט