מלוה דמלכא

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

מלוה דמלכא

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג ינואר 07, 2007 3:15 pm

נעכטן אידאך געוועזן ניטל, האביך געהאט צייט אפצושטאטן א באזוך ביי א מלוה דמלכא, איר וואונדערט זיך אוודאי, ס'טייטש וואס איז אלע וואך? עסט דען דער דאיען נישט קיין לאווע דעמאלקע? נע, נישט דאס האביך געמיינט, כאב געמיינט צו זאגן, אז כאב נישט געגעסן פלעין אזוי אינדעהיים א וועטשערע... שששש.. ר' יאנקעלע האט אזוי אנגערופן א יחידות'דיגער לאוועדעמאלקע, נאר כאב זיך געיאוועט אנצורעכטן דאס סעודעניו אין בעסמעדרעש וואס קיין בעסערע איינפאל / בייפאל איז זיי נישט איינ/בייגעפאלן נאר צו מאכן א רעזינג פארטי פאר די אינקאם פונעם בעסמעדרעש, ווי איידער אום ניטל נאכט איניינעם מיט די סעודה פון דוד מלכה משיחא.

איז אזוי, אין א פראסטער מוצעי שאבעס, עסט דער דאיען מיט אן ענגן צאל מקורבים, אזוי אז קיין וועטשערע איז עס אויך נישט, אבער די וואך אידאך צייט געווען פאר אלדע גוטע יאר, אימען צוגעגאנען צו א סעמעדרעש, וואו דער דאיען איז דארט פון די חשוב'ע מתפללים מעת לעת, און אזוי ווי ס'פאסט האט מען איהם ענטפאנגן בכבוד הראוי.

ס'טייטש? מ'האט אראפגעשיקט א ספעציעלן שליח, דער שאמעס פון ס'מעדרעש האט געבעטן נטע'ן דעם באלעגאלע פון די חשובע שטענדיגע מתפללים, וואס האט אזא קאראוואן ענדליך צו א פיאקער, און ער האט פארפיקט דעם דאיען מיט עטליכע מקורבים, נו דאס אידאך ממש כבוד מלכים, וואס אויף דעם שטייט שוין, כבוד מלכים הסתר דבר.

אבער לא לזה קאתינא, נישט דאס וויל איך מיט'ן גרינדן דעם אשכול, כ'מיין באלד עטוואס מער ווי דאס פארציילן דעם כבוד וואס דער דאיען האט באקומען אזוי איידל און שיין, כ'וויל זיך באציען צום עצם לאוועדעמאלקע וואס ווערט משותף מיט פאונדרעזינג אפאראט פאר'ן סמעדרעש, כ'מיין מ'שטיינס געזאגט, צו וואס און פארווען דארף איך קומען געבן געלט פארן בעסמעדרעש, בו בזמן וואס דער בעסעמעדרעש קען קומען צו מיר און עס בעטן ביי מיר אינדערהיים ווען איך רעכט אן דעם סעודה צו רעספעקטען דעם קעניג דוד? האט דען עמיציר אויסגערעכנט וואס קאסט מער? צו די לאוועדעמאלקע צו דאס ארויפקומען צו נדיבים בעם א שטייגער ווי אונזער דארפסמאן, און איהם בעטן עטליכע גרייצער?

דאס אט דאס האביך געוואלט ברענגן צו דעם טראכט פונעם ציבור, גייסטו טאקען צו יעדן לאוועדעמאלקע? יעדן שטיי אווענט? הערט איר זיך צו מיט געדולד צו די דרשות פון די מוחים שבדור? וואס א בעסערע געלעגנהייט טרעפן זיי נישט, פשוט ביי זיין אין סעמעדרעש איז דא קוים א מנין גרייצערס, אפפס.. כ'מיין מענטשן, האט מען אויסגעפונען אזא נאמען ווי אורח הצרות, און ער דרש'נט און גייט יעדן אויף די נערווען, מ'דארף דאך זיין שטיל אויך, כ'מיין שלא לבייש את מי שאין לו מה לדבר, און דא גארנישט, מ'קען דאך דאס אלעס מבטל זיין, און גענדיגט.

גראדע דער נעכטיגער לאוועדעמאלקע איז געווען א פלעזשער, סיז געווען ניטל, גערעדט האט אחד הרבנים מיט א געשליפן צינגל, ארויפגעבראכט דעם גאנצן שטינק פון די רבנים אויפן טיש, אינאיינוועגס אריינגעחנפ'עט דעם רב דמתא, און דער עולם האט זיך אונטער / אויבערגעהאלטן, דער עולם איז זעך געזעסן רואיג ביי די טישן, א קאלירפול עולם האט געשטראמט אריין און ארויס, קיינער האט זיך נישט געאיילט צו אבות ובנים, און אויך נישט צו בגלל אבות, ס'זעך געזעסן מיט גרויס רואיגקייט אזש ביז חצות. אבער אין אנדערע פעלער האלט איך אז סיז ממש ארויסגעווארפן געלט און צייט.
לעצט פאראכטן דורך סאכדעס אום דינסטאג אוגוסט 07, 2007 11:38 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 07, 2007 3:20 pm

הא הא זייער פיין אראפגעלייגט, מיט זאפטיגע מליצות TO GO.

איך גיי געווענליך נישט צו קיין לאווע דעמאקלעס, בלויז ווען די רעדע איז פון די שוהל וואו איך דאווען א גאנץ יאר פרייליך, און איך שפיר אז איך ברויך זיי שטיצן כפי יכולתי בגוף ובממון.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג ינואר 07, 2007 3:23 pm

נעכטן נאכט האב אך געקאלט קול מבשר, האב איך געהערט ווי ער רעכנט אויס אסאך מלוה דמלכה'ס, איז דאס אויך געווען נאר לכבוד ניטל, אדער יעדע וואך איז דא אזוי סאך מלוה דמלכה'ס?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 07, 2007 3:24 pm

יעדע וואך איז דא אזויפיל, אדער נאך מער.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג ינואר 07, 2007 3:26 pm

טריאו פארדריי נישט דעם אשכול, קענסט דאך באלד זאגן אז דו גייסט נישט און פארטיג.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג ינואר 07, 2007 3:26 pm

3x0 האט געשריבן:נעכטן נאכט האב אך געקאלט קול מבשר, האב איך געהערט ווי ער רעכנט אויס אסאך מלוה דמלכה'ס, איז דאס אויך געווען נאר לכבוד ניטל, אדער יעדע וואך איז דא אזוי סאך מלוה דמלכה'ס?


דו קאלסט יעדן מוצאי שבת "קול מבשר", אדער בלויז די וואך לכבוד ניטל?
An article a day keeps the babies away

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג ינואר 07, 2007 3:31 pm

סאכדעס,

איי עם סארי, איך וועל שוין ענטפערן פאר מאשקע אויף גוגעל, ווייל איך וויל נישט מער דרייען.

(איך האב מורא אז עס קומט שוין באלד אן צוריק צום ענין...)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג ינואר 07, 2007 5:50 pm

גראדע בין איך אויך געווען ביי א מלוה מלכה, און זיך משתעשע געווען מיט זיסע ווערטער פון א געשמאקען רעדנער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג ינואר 07, 2007 7:13 pm

ס'שטיינס געזאגט, דער שמאלץ רינט מיר ליינענדיג דעם ארטיקל...

אידאך אזוי, עלעך עקספעלענען דעם דאייען, נאך וואס די רעבעלעך יאווען זיך צו ארגענעזירן לאוועדעמאלקעס. כ'מיין, דער דאייען ווייסטאך אוודאי אז אין די לאנגע מאצעס זוכן די פשוטי המון מיט וואס צו פארוויילגן די לאנגע אומיטיגע נאכט. ס'ידאך נישט ווי דער דאייען, וואס אים יאגט ב"ה נישט נאך דער פראבלעם וואס רופט זיך צייט, דער דאייען אין אזא פאל נעמט דאך באלד ארויס פון שאפע דעם גרויסען כאסן שאס, וואס דער שווער האט נעם געשאנקען ביום חתונתו, פארציט זיך די ברילן ביז איבער די שפיץ נאז, און הויבט אן זינגען דעם אמר אביי... מיט אזאנעם געשמאק, אזש ס'הערט זיך ביז אין די קרעטשמע אריין... אבער מה יעשה הפשוטי המון עם? כ'מיין, וואס, זאלן זיי זיך דרייען? פון קיין קרעטשמע וויסן זיי דאך נישט צו זאגן... טא וואס זאלן זיי טוהן? זיך דרייען אין די גאסן? אט פאר די איז געאייגנט די לאווע דעמאלקעס.

דער דאייען זעט דאך, איין נאכט ער האט זיך געטראפן אין די שיך פון די פשוטי המון איז ער געווען אינעם זעלבן פראבלעם ווי זיי, און ער האט דאס געלעזט מיט דאס זעלביגע וואס זיי... דער כילעק איז נאר, ביין דאייען טרעפט זיך דאס בלויז איין מאל א שמיטה און ביי זיי אלע וואך...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 7 געסט