"גרענד רי-עפענונג" - לייגט צו א פלייצע ביטע!

גריסן און שמועסן

אחראי: איך_הער

"גרענד רי-עפענונג" - לייגט צו א פלייצע ביטע!

הודעהדורך צום זאך » זונטאג יוני 27, 2010 1:11 pm

אוקיי. וועלקאם קרעטשמעריסטן און פארברענגעריסטן צום נייעם-איבערגעמאכטן פארום "היימישע קרעטמשע"! ווי אייערע אויגן זעהן, איז דא פארגעקומען א מעכטיגער אויפשאקלונג אינערהאלב די "היימישע קרעטשמע" שפאלטענס. מ'האט געפאקט, געריקט, געשלעפט, געשניטן, געפעיסט, פארמאכט, גיעפענט, אויסגעברייטערט, איבערגעפארבט, וכו' וכו' איר זעהט אליינס די פילע שינויים לטובה וואס די געטרייע הנהלה האט אונטערגענומען אויף צו פארבעסערן דעם פארום. לאמיר מיטארבעטן מיט זיי האנט ביי האנט און זיי צייגן הכרת הטוב.

גלייכצייטיג, - מיטן רי-עפענונג פון "היימישע קרעטשמע" - הערשט א שטיקל צומישעניש ביי א טייל עולם וויאזוי צו קאטעגארעזירן און פונאנדערשיידן די שניט און סטיל פון די דריי באזונדערע פארום'ס: היימישע זשורנאל, היימישע פארברענגן, און היימישע קרעטשמע. עס איז צו אונז אריינגעקומען אן א שיעור אנגפראגע'ס פון חשוב'ע ניקים -כ"א בשמו יברך- וועלכע פרעגן אן אויף זייערע ארטיקלן אין וועלכע פארום עס וואלט דאס מערסטע אריינגעפאסט.

היות, מיר קענען זיך נישט אליינס באפאסן און אפגעבן מדריך צו זיין יעדן באזונדער מיט זיינע געברויכן, עפענען מיר דא דעם אשכול ווי מיר וועלן דא פארשטעלן די קעפל פונעם ארטיקל און דער ניק וואס האט עס געשריבן, זאל דער עולם צולייגן א פלייצע און העלפן דעם באטרעפענדעם ניק באשלוסן ווי זיין אשכול זאל ענדגילטיג גיעפענט ווערן. מיר האפן דער ציבור וועט ארויסווייזן פארשטענדעניש.

וזה החלי:

צימבל;
מיין שוויגער'ס טשיז קעיק


בלעם'ס_אייזל;
די בראזיל'אנע מיינעיז אויסגיס - מיין עצה

ציכטיג מאכער;
מיינע קריכער - כל העולם כולו


יז בטבת;
א בריוו צו קרן עזר


לוסטיגער_האזל;
דער אידעלע מיט זיין בלעקבערי - נאטיצן.
מקום שנהגו לרכוב ב'אדסי רוכבים. ולעולם אל ישנה ממנהג המקום. הג"ה, ובמקומות הללו לוקחים אדסי טעון כולו משום הידור מצוה.
אוועטער
צום זאך
שר האלף
 
הודעות: 1916
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פבואר 25, 2009 4:31 pm
געפינט זיך: רעסט עריע

הודעהדורך קרעמער » זונטאג יוני 27, 2010 1:38 pm

האסט פארגעסן וואס מיר האבן אפגעשמועסט?

קיין שום הנהלה פראגעס שטעלט מען נישט ארויס מיט די געווענליכע ניקס. סיין דיך אריין אלס "קרעטשמער".
אוועטער
קרעמער
מייסד הקרעטשמע
 
הודעות: 21586
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm


צוריק צו היימישע פארברענגן

ווער איז אריינגעסיינט

באנוצערס וואס זענען איצט אין די פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער. און איין גאסט