מזל טוב פאר אונזערע מערסטע שרייבער'ס

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 9:49 pm

nmi האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:רבותי, ס׳קומט א באמבע!!!

האלטס ענק געשפאנט!

ווי? דא אדער אין א"י?..


אויפן לבנה.

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 9:52 pm

מחשב האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:רבותי, ס׳קומט א באמבע!!!

האלטס ענק געשפאנט!

ווי? דא אדער אין א"י?..


אויפן לבנה.

דעמאלס בין איך רואיג. כ'האב שוין מחדש געווען די לבנה דעי חודש.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:13 pm

מזל טוב פעיק ניוז!!!
א געשמאקע ניק, ברענגט כסדר אינטערסאנטע נייעס פון אומעטום.

פעיק נוז האט געשריבן:.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:17 pm

מחשב האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:רבותי, ס׳קומט א באמבע!!!

האלטס ענק געשפאנט!

ווי? דא אדער אין א"י?..


אויפן לבנה.

ששש..
מאכטס איהם נישט אויפמערקזאם, ער וועט נאך באלד אויפהערן שרייבן, ער קען נאך חלילה ווערן אנגעשטעקט מיט די שרעקליכע ניין און ניינציג סינדראם...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:34 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:מזל טוב פעיק ניוז!!!
א געשמאקע ניק, ברענגט כסדר אינטערסאנטע נייעס פון אומעטום.

פעיק נוז האט געשריבן:.

איך זע אז דו האסט מיר געקוואוט אז איך זאל זען דיין תגובה.....

מזל טוב פאר דיר פאר דיין 'דרייערל', ביזסט א געשמאקע קלארע ניק, פון מיינע פעוואריטס באמת..
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:43 pm

מטעמים האט געשריבן:מזל טוב - ער ווערט שוין אויס פעיק כמעט

טענקס.

לעצטנס איז מיין 'טראמפיזם' אראפ א טראפ, סאו האב איך מורא אז איך הייב הערשט אן צו ווערן פעיק...
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:14 am

מזל טוב @פעיק ניוז.

און ישר כח יעדער פאר די עטענטשן דא.

איך האב שוין דעם סינדראם אפאר טאג עניוועי.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

נערוועזער חכם
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:29 pm
לאקאציע: אין איינער פין די ד' עולמות,אצילות, בריאה,יצירה,עשיה,

תגובהדורך נערוועזער חכם » פרייטאג נובעמבער 15, 2019 7:24 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:רבותי, ס׳קומט א באמבע!!!

האלטס ענק געשפאנט!

וועם מיינט ער?אפשר"צל עובר"קומט שוין אהן צו א צענערל!
די זעהסט מייו בלוט גייט מיר איו קאפ אריין,טא פארוואס קריכסטו אויף מיינע געהירן מיט אזאנע לאגנזאמע טריט?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג נובעמבער 15, 2019 11:09 am

מזל טוב ידידנו המפורסם כמר צל עובר הי"ו לרגל שנתעטר בכתר שר עשרת אלפים ככר כסף!!!

כן ירבה וכן ירפוץ דאהי אויפן וועלטל נישט אויפן לבנה....

מיר אלע האבן זייער הנאה פון אייך!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג נובעמבער 15, 2019 11:12 am

צל עובר האט געשריבן:מזל טוב @פעיק ניוז.

און ישר כח יעדער פאר די עטענטשן דא.

איך האב שוין דעם סינדראם אפאר טאג עניוועי.

נאך א מזל אז מ'האט געמעקט די תגובות פון די לבנה קראך... ווען נישט וואלסטו שוין געהאט דעם סינדראם אפאר טעג פריער... :?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

מזל טוב צל!

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג נובעמבער 15, 2019 12:07 pm

עס גלייבט זיך נישט וואס דער אויג זעהט, יא, צל איז א שר עשרת האלפים!

ווי עס איז דער מנהג המקום איז, איז א פרישער רעקאד נומער פאר א ניק, א צייט צו ווינטשן, א צייט צו גראטולירן, א צייט צו דאנקען, א צייט צו טון דאס וואס מען קומט געווענטליך נישט אן צו טון בין דיסקוסיע לדוסקוסיע, ובין היציגע טענה'ריי ל'היציגע טענה'ריי, דהיינו קאמפלעמענטיררן, און ארויסהייבן וויפיל מען האט הנאה פון דעם ניק.

אבער דא ווען דער רעדע איז פון ידידינו וידיד נפש כל חי @צל עובר, איז דער פרשה נישט אזוי פשוט, פרשה זו יפה נדרשת, מען דארף ווען געהעריג אראפשרייבן א מגילת צל וויפיל מיר האבן הנאה, וויפיל מיר באלעקן זיך פון זיין הערליכער פעדער און טרעפליכע תגובות צו יעדער צייט, און וויפיל מיר האבן ארויסגעקוקט אויף זיין צוריקער ביי דער שוין היינט באוויסטער "לבנהגעיט סקאנדל" און וויפיל מיר האבן יעצט הנאה ווען צל ביפיו תחזינה ענינו.

באמת האב איך געהאט געקלערט לכבוד צל'ן מיר אויפצורייסן און טון א זאך וואס איך קען נישט, דהיינו מאכן אזא סארט פאום אויף די ר"ת פון צ'ל' ע'ו'ב'ר', אבער אזוי ווי איך קען דאך נישט... און זיך איבערייסן וויל איך נישט, עמער מוזן זיך באגניגן מיט א פשוט'ע מזל טוב.

איי, פארוואס שרייב איך אייך דאס, ווייל איר געדענקט אוודאי צל'ס לאנג טערמיניגע תגובה "פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!".

וועלן מיר מוזן ווינטשן סתם אזוי, פשוט:

מזל טוב צל! מיר האבן זייער הנאה פון דיר! קיפ אן מיט דיינע אנהאלטסרייכע תגובות! מיר פרישיעטן יעדע תגובה אפילו מיר זאגן דאס נישט!

החותם בכל הברכות.

עכט היימיש
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:09 pm

WOW מזל טוב צל, שנעל געמאכט.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

מזל טוב!! א צענערל! צל!!!

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:30 pm

(כ'האב געהאפט אז @צל האט נעמען א סינדראם אביסל לענגער, ווייל כ'בין ערשט נעכטן נאכט געוואויר געווארן אז ס'קומט און כ'האב גארנישט געקענט צוגרייטן, נו... כ'וויל נישט געבן א מזל טוב צוויי יאר ארום, האב איך שנעל פרובירט צו מאכן עפעס... סאו..)

צל א ניק ווי דיר איז נישט פארהאן
עס טוען אונז זיך פרייען מיט די שמחה דיין
ווייל איבעראל ביסטו געווען אזוי וואך
ביי יעדע פאליטישע אשכול האסטו צוגעגעבן אזוי סאך
רייט און צום פוינט ביסטו איבעראל געווען

אנטיס, זיי האסטו מיט כוחות אנגעשעפט
נישט קיין חילוק וואו דיין מוט זיך קיינמאל אויסגעוועפט (אחוץ ביים סטרייק)
טא זאלסטו אונז ווייטער ווי דו האסט אייביג אלעס געטוען ברענגען
יעדע נייעס מיט אלע פיטשקוועס אלע נעמען, ווי
ס'האט זיך פון דיר אייביג אזוי געגאסן

יא יא נישט צום גלייבן!!
איך וויל זיך נישט עפענען דאס מויל, ווייל אויב יא העל איך עס קיינמאל קענען צומאכן.
פון וואו דו נעמסט דיע טאלאנט וויס איך נישט. אבער דאס אז דו האסט עס זעהט זיך גוט אן.

איז אזוי ווי די נאמבער 0 איז גארנישט, זאלסטו ווי גארנישט צולייגן אסאך אסאך 0000 צו דיין מספר תגובות... ס'זאל זיך פרוכטבארן און פארמערן.

זאלסט זוכה זיין צו אלע וואונטשן וואס מען קען נאר געבן, און זאל מען שוין אקעגן גיין משיח צדקינו בב"א!!

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:40 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:זאלסטו ווי גארנישט צולייגן אסאך אסאך 0000 צו דיין מספר תגובות... ס'זאל זיך פרוכטבארן און פארמערן.

איך וואונטש דאס ענדערש אויף זיין באנק קאנטע...

מזל טוב @צל.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 19213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג נובעמבער 17, 2019 6:32 pm

מזל טוב צל עובר

עס וואלט געפאסט איך זאל שרייבן א גאנצע פיוט מיט חרוזים, ראשי תיבות מיט סופי תיבות, אפשר אפילו גימטריאות אויך, אבער דאן וואלט דאס געדויערט צו לאנג, און עס וואלט אנגעקומען צו דיר ווען דו וועסט שוין זיין א שר "עשרים אלף"...

קום איך דא מיט מיינע ארימע ווערטער זיך באדאנקן אויף די צען טויזנט תגובות וואס זענען על פי רוב העכסט אינפארמאטיוו, ברענגן פרישע נייעס און ברענגן גוט ארויס דעם "נעווער טראמפ" אנשויאונג מיט וואס מיר ביידע זענען אנגעשטעקט.

עס איז צום באוואונדערן ווי דו גיבסט נישט אויף, לאזסט זיך נישט אראפשלעפן, האלטסט דיך אויפ'ן אויבערפלאך און גייסט ווייטער אן מיט ברענגען נייעס און אנאליזן טראץ די קריטיקירער און נעי-שרייער.

אויך דיין צוקער זיסע שפראך און אויסדרוקן זענען ווערד צו באגריסן, מען דארף נוצן דאס קעפעלע צו פארשטיין יעדע ווארט דערפון. האלט אן, גיי אן, נעווער טראמפ!
עס איז מארגן אויף אייוועלט, ווארט און זעט

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 11:54 am

אקעי רבותי!
גרייטס אייך אלע גרייטס אייך!! הכונו הכונו!!
איך ווער באלד א טויזענטער בשטומ"צ!!
וואס קומט?!... האלטס אייך נייגעריג! ...און ווארשיינליך וועט איר בלייבן נייגעריג!!!
אה, וואס האב איך געוואלט זאגן?... אה, גארנישט!

#וואסווילסטופוןמייןלעבןהאבן?!... :roll: :roll: :roll: :oops:

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3886
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 12:38 pm

לכאורה האט געשריבן:מזל טוב צל עובר

עס וואלט געפאסט איך זאל שרייבן א גאנצע פיוט מיט חרוזים, ראשי תיבות מיט סופי תיבות, אפשר אפילו גימטריאות אויך, אבער דאן וואלט דאס געדויערט צו לאנג, און עס וואלט אנגעקומען צו דיר ווען דו וועסט שוין זיין א שר "עשרים אלף"...

קום איך דא מיט מיינע ארימע ווערטער זיך באדאנקן אויף די צען טויזנט תגובות וואס זענען על פי רוב העכסט אינפארמאטיוו, ברענגן פרישע נייעס און ברענגן גוט ארויס דעם "נעווער טראמפ" אנשויאונג מיט וואס מיר ביידע זענען אנגעשטעקט.

עס איז צום באוואונדערן ווי דו גיבסט נישט אויף, לאזסט זיך נישט אראפשלעפן, האלטסט דיך אויפ'ן אויבערפלאך און גייסט ווייטער אן מיט ברענגען נייעס און אנאליזן טראץ די קריטיקירער און נעי-שרייער.

אויך דיין צוקער זיסע שפראך און אויסדרוקן זענען ווערד צו באגריסן, מען דארף נוצן דאס קעפעלע צו פארשטיין יעדע ווארט דערפון. האלט אן, גיי אן, נעווער טראמפ!

RT
מ’האט נישט געפארשט פראוד? בארר'ס יוסטיץ דעפ. האט באפולמעכטיגט א ספעציעלע דעפארטמענט דערפאר.
א חודש שפעטער, ביל בארר = U.S. Justice Department has uncovered no evidence of widespread voter fraud that could change the outcome of the 2020 election

אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 12:44 pm

מזל טוב הרב צל איך האב ממש נישט די ווערטער צו שרייבן א שכוח אויף דעם וואס די ביסט אונז מהנה יעדן טאג!!

עלה והצלח!!
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אַ געשעפט האָב איך............

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 12:55 am

מזל טוב צל!

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 12:27 pm

איך האלט מיך צוריק... זאל איך שרייבן אדער נישט?!... אויב דריק איך שיק, ווער איך אן אלף'ל!
אקעי איך שיק!
בראווא!! לעגאו איז געווארן א שר האלף!!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15349
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 12:42 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך האלט מיך צוריק... זאל איך שרייבן אדער נישט?!... אויב דריק איך שיק, ווער איך אן אלף'ל!
אקעי איך שיק!
בראווא!! לעגאו איז געווארן א שר האלף!!

שרייב נאר שרייב, און שרייב נאך טויזענט אזוי שנעל אז עס זאל נישט זיין אן אישו....

מזל טוב דיר און א דאנק פארן צולייגן צום מקום דא!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 1:02 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך האלט מיך צוריק... זאל איך שרייבן אדער נישט?!... אויב דריק איך שיק, ווער איך אן אלף'ל!
אקעי איך שיק!
בראווא!! לעגאו איז געווארן א שר האלף!!

מזל טוב! מזל טוב! מיר האבן זייער הנאה פון דיין אנוועזנהייט דא אויפן ארט יעדע @לעגאו תגובה איז ווערד צו געליינט ווערן, ער איז גאר א חשובער ניק דאהי!

שרייב ווי מער! מיר באלעקן זיך מיט יעדע פון דיינע תגובות.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2997
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 1:02 pm

מז"ט לעגא!
א נחת צו ליינען דיין געשרייבעכטץ דא.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 2:54 pm

מזל טוב לעגאו
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שמונת אלפים
תגובות: 8092
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 3:19 pm

אדער יא האט געשריבן:מז"ט לעגא!
א נחת צו ליינען דיין געשרייבעכטץ דא.
מקום חותם הבד"ץ


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חזן שמילאוויטש און 5 געסט