וואלענע ציצית עסט שוין געהעריג.....

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

וואלענע ציצית עסט שוין געהעריג.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

ווער עס געדענקט האב איך אלץ מיט די ציצית צו טוהן (די לינק צו די ווערטער ארבייט נישט - טא האט איר דא לינק)
viewtopic.php?f=3&t=17500

****

אצינדער האב איך מיר אנגעשטויסן און גאר אן אינטערעסאנטער ערשיינונג.
ומעשה שהיה כך היה.

אקעי אפאר יאר צוריק האט מיין ציצית אנגעהויבן א מלחמה - אדער מער א פריינדליכע באציהאונג - צווישן מיר און עם
- איך האב נאך נישט מחליט געווען וואס ער וויל פון מיר.

אז מע רעדט שוין פון ציצית האב איך באמת א שווערע קשיא - איך האב אמאל געמיינט אז ווען איך וועל עלטער ווערן וועל איך פארשטיין
אבער לא זו אף זו - לא זו איך ווער נישט עלטער נאר איך פארשטיי ווייניגער און ווייניגער....

עניוועי - האט איר שוין אמאל געזעהן א ריינע וואלענע ציצית?
אזא גרויסע סייז - נישט אונטער די העמד?
איך אויך נישט! עס איז כמעט נישט מעגליך עס צו האלטן ריין!

ערשטענס איך פרוביר עס צו האלטן ריין זייער שטארק
ספעציעל זינט מיין מוטער פלעגט אנזאגן די קינדער זיך צו האלטן ריין ווי עס פאסט פאר א יוד
אלעס איז ריין - מיין טיש מיין העמעד מיין שוך - אבער נאר די ציצית נישט.

ווי אויך זינט מיין הויז געזינט שעמט זיך ארויסצוגיין מיט מיר אויפן גאס אויב איך האב א שווארצע ציצית
קודם זאלט איר שוין אויך וויסן אז סע איז א סגולה פאר שלום בית - א שווארצע ציצית העלפט בדוק ומנוסה.

פארדעם בנוגע דעם ענין - האב איך אין באנוץ אומגעפאר א 3-4 טליתים קטנים - על כל שמוץ שלא תבא
איז גיי מיר צוריק צו אונזער מעשה, דער ציצית עסט און עסט דורך דעם יאר...

ער טרינקט קאפי דא דארט - איך ברויך קיינעם נישט פארציילן ווי אזוי א ציצית ווערט שמוציג
פונקט גיבט זיך א גיס אויס אביסל אראנדזש דזשוס - נאר א קליינע קליינע פיצי פלעק
עס לוינט נישט וועגן דעם צו קלינען דעם ציצית - ווייל די ציצית איז געל און די זאפט פון די מאראנצן זענען כמעט די זעלבע געל
סא - סע שאדט נישט!

א קאפי אדער אויל פון לעבער איז דאך ממש די זעלבע קאליר פון די שמוציגקייט פון די איבריגע ציצית
אזוי ארום שלעפ איך זיך א לאנגער צייט מיט א שיינע ברוינע/געלע/שווארצע/רויטע וואלענע ציצית.

*******

פאריגע וואך אמער - אלע שוואגערס קומען זיך צוזאם אין קאנטרי מע גייט מאכן א גריל

איך האב מיר שוין אנגעליינט גענוג דא אויף אייוועלט וועגן גרילס - איך האב שוין ביי מיר אפגעמאכט
יעבור עלי מה - איך עס נישט ביי קיין גריל, איך וויל נישט אויסקוקן ווי דעי אלע אנדערע אויסגעברענטע טריקענע פליישאכטס.

איך האב מיר גוט אנגעגעסן מיט אנדערע געשמאקע מאכלים וואס איך האב געטראפן אבי נישט פונעם גריל
אזוי קום איך אן צום גריל מעשה מחותן, יעדער זאל עסן איך וועל עסן צום לעצט, (געווענליך בלייבט סיי ווי נישט איבער
אבער קודם בין איך גוטער - איך על ווארטן)

סע קומט שוין יעדער האט שוין אפגעגעסן סע בלייבט איבער איין 'סטעיק'
איך בין נישט הונגעריג - אבער נו בל תשחית אויף א גוט שטיקל פלייש
נו - טראכטענדיג אזוי הער איך מיין ציצית שרייען - געב מיר די פלייש אין פטור אן עסק.
(נישט קיין שלעכטער פלאן איז עס..... קרעדיט זעמל)

שוין איך געב נאך, איך נעם א טעלער, איך לייג מיר אזוי אריין דעם שטיקל געבראטענס
האלב טריקענער פלייש, אריין אין טעלער, איך זעץ מיר אנידער אין חלק אלף - די פלייש ארויפ אויפן ציצית
האלבער ציצית איז פליישיג - ב"ה

איך לייג צוריק אריין דעם מחוצף אין טעלער, איך פרוביר מיט א מעסער צוצושניידן דעם שטיקל פלייש אין האלב - איך ציה אבער איך שנייד אהין און ......
וואונדער איבער וואונדער - די פלייש טאנצט ארויס פון טעלער אויף די איבריגע שטיקל ציצית

אזוי איז מיין גאנצע ציצית יעצט אינגאנצן שמוצוג די קאפי מיט די פרענטש פרייס זענען שוין צאמגעמישט.
די טשאלענט פון 2 וואכן צוריק מיט די פיצא פון פאר איאר זענען יעצט איינס
און אלעס אלעס אלעס איז יעצט בשלום ובאחדות...... ממש אזוי ווי אין די אלע מעשיות וואס מעליינט.

מחמת האי טעמא האב איך גענומען דעם ציצית צום קלינערס, געפלאנט האב איך עס דארט איבערצולאזן
ווייל רוב קלינערס מאכן עס בכלל נישט אזוי שיין ווי זיי זאגן צו.

למעשה קום איך אן צום קלינערס און היידע ממש נישט צום דערקענען
א שניי ווייסע ציצית קומט מיר אנטקעגן...... יוש האב איך געלאכט :lol:

יעצט הייבט זיך אן א פרישע מלחמה, אבער ציצית מיינער דו ווייסט אז איך גיי געוואונען!!!
קודם גיי איך יעצט מאכן א קאפי עמיר זעהן אויב ער איז שוין דארשטריג נאך אמאל!
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

העי שלעפשיצער... ;l;p-

שוין ביליגער צו קויפן ווי צו געבן צו קלינען.....
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

העמד טוישט מען טעגליך און ציצית נישט, צוביסלעך ווערט עס ערגער.
אגב, פון די קעפל האט אויסגעזעהן אז ס' די רעדע פון א נייע קערעקטער, א שטייגער ווי קאטשקעלע רבקי טיילט זיך מיט די חברט'ע..., וואלענע ציצית עסט שוין געהעריג...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שלעפשיץ, דארפסט זייער אכט געבן אז די קאווע זאל זיך נישט אויסגיסן אויף די טלית קטן, עס איז דוכט זיך נאכנישט פארביי קיין 6 שטונדע זינט די פלייש...
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

האמער הנאה געהאט פון ביידע... דער שלעפשיץ איז פיין. מיין פראבלעם איז נאר אז די קאפי און די פלייש קומען די צאם אויף די ציצית וואס דאס איז בשר בחלב, דערנאך שיקט מען עס צו די קלינער, ווערט די קלינערס מאשין טריפה, דערנאך שיק איך מיין ציצית, און ווי נאר מיין ציצית גייט אריין אין די מאשין ווערט ער טריפה, גיי איך יעצט נישט וויסן צו עס איז מיין מיליכיגע ציצית וואס איך קען גיין ביי פרישטיג, צו עס איז פליישיג געווארן און עס איז מיין נאכטמאל ציצית.

שלעפשיץ הער אויף... אבער שוין
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

איצטערט האבן מיר נאך אלץ א ווייסע ציצית

קאפ ארויף....
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

שלום עליכם הרב שלעפשיץ שוין נישט געהערט פון אייך א לענגערע צייט...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וואלענע ציצית עסט שוין געהעריג
און שלעפשיץ שרייבט שוין געהעריג!!

וואו!! זאנע איידיעס...
שכח פארן צולייגן די לינק צי דיין אלטע ארטיקל, מיר האבן זעך באלעקט מיט ביידע
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”